בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - ווער עס שטעלט אפ א שידוך, איז א באנדיט
שידוכים, תמימות, גראפאלאגיע, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיין מאמע דערציילט מיר יעצט אז מען רעדט צו אייך נאכאמאל די שידוך פון ... נרו יאיר, און איר צווייפלט דאס צו טון ווייל א באבא פון ירושלים האט געזאגט אז די נעמען שטימען נישט, און א צווייטער פאפער האט געזאגט אז ער זעט אויפן שריפט אז ער איז א כעסן און איר ווילט וויסן וואס איר זאלט טון.


איך האב אייך שוין געזאגט א יאר צוריק, דער וואס שטעלט אפ א שידוך צוליב דעם אז די נעמען שטימען נישט, אדער צוליב דעם אז די שריפט, גראפאלאגיע, זאגט - אז דער וואס האט געשריבן די כתב האט מידות רעות וכו' וכו'; אזא איינער איז א באנדיט, א פארברעכער; זאל מען רופן 'נקיי הדעת שבירושלים', זאל מען באטיטלען מיטן טיטל 'בקי בחכמת היד והפרצוף'; אזא איינער איז א ליגנער, א שווינדלער.


איך זאג אייך איר זאלט טון דעם שידוך, איר זאלט טון וואס די תורה זאגט, בפרט אז ערליכע רבנים, ווי דער ראש ישיבה הרב ... וואס איז א גאון וצדיק - זאגט עדות אויף דעם אינגערמאן אז ער איז א טייערער אינגערמאן - זאלט איר לויפן טון דעם שידוך.


וואויל איז פאר די וואס גייען צו ערליכע אידן, וואס פירן זיך מיט די תורה; מיט'ן פסוק (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", און וויי און ביטער איז פאר די וואס ווערן פארכאפט ביי די שווינדלער, אין זייער נעץ פון גראפאלאגיע אדער חכמת הקבלה (קבלת כסף) - וואס מאכן משוגע זייערע מענטשן מיט ליינען נעמען, הענט, שטערן וכו' וכו'.


איך חזר איבער נאכאמאל וואס איך האב מקבל געווען פון מיין גרויסער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "ווער עס שטעלט אפ א שידוך - איז א באנדיט, און די וואס זאגן אז די נעמען שטימען נישט, אדער זיי ליינען די שריפט און הענט און שטעלן אפ שידוכים - זענען גרויסע פארברעכער, און זיכער דער וואס מאכט גט'ן ביי אידישע קינדער - דער איז דער שטן אליין".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - פאר א שידוך איז כדאי אלעס צו טון
שידוכים, דמיונות, גראפאלאגיע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, ווען מען גייט צו עלטערן וכו'; עס ווענדט זיך וואו דער קאפ איז, אויב די מח מחשבה איז ווי עס דארף צו זיין וכו' - איז נישט קיין פראבלעם, און אז מען טראכט פון אנדערע - דעמאלט איז נישט גוט סיי וואו מען איז.


בנוגע וכו'; מען מעג אלעס.


בנוגע אויב דער בחור זאל געבן זיין שריפט, די אנדערע זייט וויל נישט גיין ווייטער מיט'ן שידוך נאר אויב דער בחור ווייזט זיין שריפט; פאר א שידוך איז כדאי אלעס צו טון, וואס קען מען טון אז אידישע קינדער ווערן אזוי פארדריידט מיט דמיונות.


זאג דיין חבר ער זאל זיין גרייט, מען וועט אים זאגן מען זעט פון זיין שריפט אז ער איז א כעסן און נאך שלעכטע מידות - זאל ער נישט ווערן צעבראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.