בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - קוקט נישט אין א צווייטנ'ס טעלעפאן
צניעות, טעלעפאן, נייגעריגקייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט אין א צווייטנ'ס טעלעפאן; מען טאר נישט קוקן אין א צווייטנ'ס פריוואטע זאכן, עס איז דא אויף דעם א חרם (באר הגולה יורה דעה, סימן שלד), מען זאל נישט אריינקוקן אין יענעמ'ס פריוואטע זאכן, עס איז 'גניבת דעת'. אויך איז מען עובר אויף (ויקרא יט, טז): "לֹא תֵלֵךְ רָכִיל", און אויף (שבת לא.): 'דעלך סני', וואס דו האסט פיינט - 'לחבריך לא תביד', זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר.


אויך וועט איר האבן פון דעם נאר קאפ וויי, אז איר וועט זען פריוואטע בילדער, אז אייער שוועסטער האט קיין שכל נישט און זי כאפט אפ פריוואטע בילדער פון זיך און פון איר מאן; וואס פעלט אייך אויס צרות? וואס פעלט אייך אויס קאפ וויי?!


עס איז טאקע דער נאטור ביי פרויען צו אריינקריכן ביי יענעמ'ס קישקעס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.): "אין אשה מתקנאה אלא בירך חבירתה", א פרוי גלוסט צו וויסן וואס טוט זיך ביים חבר'טע; נאך זאגן די הייליגע חכמים (טהרות ז, ט): "שֶׁהַנָּשִׁים גַּרְגְּרָנִיּוֹת הֵן, שֶׁהִיא חֲשׁוּדָה לְגַלּוֹת אֶת הַקְּדֵרָה שֶׁל חֲבֶרְתָּהּ, לֵידַע מַה הִיא מְבַשֶּׁלֶת", פרויען האבן א נאטור פון נייגעריגקייט, און אז א פרוי איז אריין אין א צווייטנ'ס שטוב האט זי זיכער אויפגעעפנט די דעקל פונעם טאפ, קוקן וואס יענער קאכט; אבער לאזט דאס פאר אנדערע, איר זאלט נישט קוקן אין יענעמ'ס זאכן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער ערליכער מאן, פאר אייערע זיסע קינדער. אז איר זענט נייגעריג, איר ווילט עפעס וויסן - זאלט איר קוקן אין די בריוו פון צדיקים; ליינט די בריוו נאכאמאל און נאכאמאל און זוכט אויף די בריוו וואס איז אייך מחזק און בעטס דעם אייבערשטן דאס צו קענען מקיים זיין.


נעמט זיך פאר נישט נעמען א צווייטנ'ס טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - רעד מיט דיינע חבר'טעס נאר איידעלע זאכן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, נייגעריגקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו רעדסט נישט מיט דיינע חבר'טעס פון בחורים, פון שידוכים; קיינער ווייסט נישט פון די שידוך וואס איך האב דיר אנגעטראגן, נאר דו און דיינע עלטערן; דאס אליינס ווייזט אז דו ביסט שוין רייף חתונה צו האבן.


גיי ווייטער אן מיט די הייליגע וועג, רעד מיט דיינע חבר'טעס פון אלעס אבער נאר איידעלע זאכן.


כאפ אריין די ביסל צייט ביז דו ווערסט א כלה און דו האסט חתונה - צו העלפן דיין מאמע; אויך נאך די חתונה דארף מען העלפן די עלטערן, אבער נאך די חתונה האט מען שוין ווייניגער צייט, מען האט שוין אן אייגענע ווירטשאפט; יעצט אלס מיידל זאלסטו העלפן דיינע עלטערן מיט שמחה און פרייד.


ווייז קיינעם נישט דעם בריוו, לאז די לאנגע נעזער אליינס פרובירן צו טראכטן: 'ווער? וואס? ווען? וואו?' דו פיר זיך קלוג און איידל.