בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה
כולל, קינדער, הכרת הטוב, נחת, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, און פאר די כולל, ובפרט פארן מקרב זיין מיינע קינדער אין כולל.


מיינע קינדער האבן מיר באוויזן די צעטלעך וואס די רבנים האבן זיי געגעבן ביים זיך פארהערן הלכות בשר בחלב, דאס איז פאר מיר אזא גרויסע שמחה; איך וויל דו זאלסט וויסן אז דאס איז מיר מיין גרעסטע זאך, און איך בין דיר זייער מכיר טובה, און איך בעט דיר דו זאלסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן ווען ער וועט חתונה האבן און גיין אין שטעטל, אים אריינשלעפן אין כולל, אים געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין, און עס זאל נישט ארויסגיין פון דיר קיין שום מכשול, דו זאלסט האבן א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט מיט דיין בני בית, אמן.

#6 - זיך אויפפרישן מיט חבורות און הפצה
הפצה, חבורות, קירוב, אומאן ראש השנה, בני ברק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן ביים רבינ'ס ראש השנה און הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך מיט עוסק זיין אין 'הפצה', פארשפרייטן דעם רבינ'ס זיסע עצות, חיזוק און שכל פאר די וועלט.


ליבער ברודער נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


איך האב גערעדט צו ... אין אומאן ער זאל צוריק אנהייבן מאכן חבורות - נישט אין שול - נאר אין שטיבער, ווייל די פרישע בחורים און אינגעלייט האבן אין אנהייב א פחד זיך ארויס צו שטעלן אלס ברסלב, עס איז נישט באקוועם צו קומען אין שול, מען דארף מאכן אין שטיבער, פריוואט, און אזוי מקרב זיין די יוגענט. אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים', טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.


איך וויל בעטן אלע חברים אין בני ברק זיך צוריק אויפפרישן אין די זאך פון הפצה, ווייל דאס איז די ווילן פון רבי'ן, מיר אלע זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, קוק וואס רבי נתן שרייבט ווייטער (חיי מוהר"ן, שם): "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


בנוגע די דירה וכו'; טו אזוי ווי מיר האבן גערעדט, פארקויף עס און קויף א דירה אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#5 - זיי מקרב דיין ברודער, אבער אן דעם הונט
משפחה, הדרכות, קירוב, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דאס וואס מיר האבן גערעדט בנוגע דיין ברודער וכו'; וויסן זאלסטו, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מקרב זיין א ברודער, אים רופן אויף שבתים און ימים טובים, אבער דו קענסט נישט מפקיר זיין דיין שטוב, דאס הייסט ער קען נישט קומען מיט זיין הונט, און אויך אז דיינע קינדער האבן נישט מורא פונעם הונט – זאלסטו חס ושלום נישט לאזן קומען מיטן הונט, ווייל דאס איז נאך מער סכנה, ווייל אז דיינע קינדער וועלן זיך שפילן מיט דעם, וואס וועסטו טון אז זיי וועלן חס ושלום דאס וועלן האבן; עס ברענגט א שרעקליכע טומאה אויפן שטוב און אויף די מענטש וואס האלט דאס און שפילט זיך דערמיט.


אים קענסטו זאגן אז דיינע קינדער האבן מורא, "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם" (ספר המדות אות אמת, סימן ב), אז נישט וועט ער באליידיגט ווערן, ווייל ביי די וואס זענען צוגעבינדן, קשור בו ככלב, די ווערן באליידיגט אז מען רעדט צו זיין קעגן דעם.


רוף אים, זיי אים מקרב, שיק אים פאר די ימים טובים יום טוב זאכן; פאר פסח – מצות, פאר פורים – המן טאשן; זיי אים מקרב און זיי מתפלל ער זאל תשובה טון.

#4 - איינער רופט בעטן חיזוק, זאלט איר אים געבן חיזוק
חיזוק פאר פרויען, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וועגן די מיידל וואס רופט אייך וכו'; איך וויל אייך בעטן איר זאלט איר יא אויפהייבן די טעלפאן און אויסהערן. איר שוועסטער איז נעבעך פארפאלן מיט אן אראבער רחמנא לצלן, און יעצט האט זי אויך שוין א נסיון מיט אן אראבער, און אז זי רופט אייך זאלט איר זי געבן ווארעמע ווערטער און איר ראטעווען פון אוועק פאלן.


נעמט דעם כלל, אז איינער רופט אייך בעטן חיזוק זאלט איר אים געבן חיזוק, ווייל מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק ח): "וקבלה מפי זקני אנשי שלומינו", איך האב מקובל פון ברסלב'ע חסידים, "מי הוא התלמיד הגון שאתה צריך לדבר עמו"? ווי אזוי ווייסט מען ווער איז דער תלמיד הגון וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ס) - אז מען דארף רעדן מיט א תלמיד הגון? "זהו שבא מעצמו אליך", דער וואס איז געקומען פון זיך אליין רעדן צו דיר, "זהו בכלל התלמיד הגון לפי בחינתך, וצריך אתה דייקא לדבר עמו", דו דארפסט מיט אים רעדן און אים מחזק זיין; דער עיקר זאלט איר זי אויסהערן און מיט שפירן איר צער און ווייטאג און איר מחזק זיין אויף התבודדות און אריינשיינען אין איר תקווה, האפענונג.


און אז איר האט נישט קיין ווערטער וואס איר צו זאגן, זאלט איר זי געבן א נומער פון א פרוי פון אנשי שלומינו וואס וועט איר קענען מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - נישט רעדן מיט פרויען און מיידלעך, אפילו פאר אידישקייט
קדושה, קירוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר ברחמים ובתחנונים, זאלסט נישט רעדן מיט קיין פרויען און מיידלעך אפילו אויף מקרב זיין צום רבי'ן און צום אייבערשטן; דער יצר הרע קומט צום מענטש פארשטעלט, ער וויל הרג'נען דעם מענטש, אים צונעמען די וועלט און יענע וועלט.


האסט מיר געשריבן אז דו האסט מחזק געווען ביי דיין נסיעה אויפן פליגער צוויי מיידלעך וואס האלטן אינמיטן נתקרב ווערן צו אידישקייט, האסט זיי געוואלט מקרב זיין צום רבי'ן; איך בעט דיך ברחמים, האב רחמנות אויף דיר, אויף דיין משפחה און אויך אויף מיר, ווייל אז דו ביסט ביי מיר אין די מוסד וואס וועט דא זיין, עס קען דאך זיין א פארשעמונג אויך אויף די מוסד, אויף די קהילה.


שרייב מיר צוריק און זאג מיר צו אז דו רעדסט מער נישט מיט קיין פרעמדע פרויען, נישט אויף מקרב זיין און נישט אויף מאכן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מקרב זיין אידן מוז אויך זיין נאר על פי תורה
צניעות, קדושה, זיכוי הרבים, תשובה, עבירות, הלכה, קירוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייערע הודעות.


איך ווייס נישט פון וועם איר רעדט, איך ווייס נישט וואס פאר א בריוו איר מיינט; אין היכל הקודש איז מען יעדן איינעם מקרב, עס איז נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, אבער וויסן זאלט איר, אונזער קירוב ארבעט נאר מיט די תורה, ווער עס וויל גיין אין די וועג פון די תורה - אזא איינעם דארף מען מקרב זיין.


די הייליגע תורה זאגט, אויב א פרוי וואס איז חתונה געהאט גייט מיט א פרעמדן מאן טון אן עבירה, דארף מען הרג'ענען די פרוי מיט יענעם מאן, אזוי אויך א כלה וואס גרייט זיך צו גיין צו איר חתונה, זי גייט נעמען קידושין פון איר חתן, אויב זי האט שייכות מיט א פרעמדן מאן וכו', זי פאפט אויס איר חתן - ווי איז שייך צו מקרב זיין? ווי מקרב זיין, וואס מקרב זיין?!


איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איך ווייס נישט ווער עס זוכט צווישן די בריוו פאר וועם איז די בריוו, פארוועם איז יענע בריוו; ממה נפשך, איז די כלה פון וועם איר רעדט אמת'דיג מיט איר חתן, זי האט נישט שייכות מיט א פרעמדן מאן - איז דאך גוט, איז קיינער איר נישט מרחק; איז זי נישט אמת'דיג צו איר חתן, זי גייט אויסנארן אן אומשולדיגער בחור, זי האט נאנטע באציאונגען מיט א פרעמדן, אזא איינעם זאלט איר אפלאזן. מוהרא"ש האט אונז געלערנט, א פרוי וואס גייט אונטערן רוקן פון איר מאן מיט א פרעמדן - איז א סימן פון א שלעכטע מיט די ערגסטע מדות.


איר ווייסט, ביי מוהרא"ש איז געווען נאר רחמנות אויף אידישע קינדער, עס זענען געקומען מיידלעך מיט עבירות איבער די אויערן, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען און שיין חתונה געמאכט, היינט האבן זיי שיינע דורות, אייניקלעך און איר אייניקלעך, אבער א חתונה געהאטע פרוי זאל האבן שייכות מיט א פרעמדן מאן - אזא זאך איז געווען פייער.


אויב אזא איינע, ווען זי קומט און זי האט חרטה, זי האקט אפ אלע פארבינדונגען - נעמט מען אויך צוריק, אבער איינע וואס לאזט נישט אפ איז א שלעכטע, א קראנקע.

#1 - מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה
בחור, אמונה, וויכוחים, חסד, ישיבה, קירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט זיך אפגעבן מיט הבחור ... נרו יאיר; אויב דיין ווייב איז מסכים - זאלסטו טון די מצוה.


דער בחור איז א גרויסער רחמנות, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער איז געלאפן צו גוים; ער מיינט די גוים וועלן רחמנות האבן אויף אים. ער מאכט שרעקליכע פראבלעמען, ער רעדט קעגן אידן רחמנא לצלן.


געב אים עסן און שלאפן, אבער טענה זיך נישט מיט אים; מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה, ווער עס טענה'עט זיך אין אמונה - דער פאלט נאכדעם אראפ אין כפירות.


אגב, דער בחור האט געוואלט אריינקומען אין ישיבה א צייט צוריק אבער זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט, זיי האבן מקבל געווען לשון הרע אויף די ישיבה, והוה מה דהוה.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג חומש, משניות און אביסל גמרא, אויך זאג תהלים - וועסטו זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.