בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - איר אויפבויען און אויסלויבן, וועט אוועקגיין אלע מחלות
שמחה, שלום בית, אנערעקסיע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, בוי צוריק אויף דיין ווייב, עס איז נישט צום גלייבן וואס מען האט מיר איר געטון, מען האט איר אזוי צעבראכן און דערנידערט; פון דעם אליין, פון איר האקן אין קאפ אז זי איז א פראבלעם, פון דעם איז זי נעבעך אריין אין די זאך פון נישט עסן, ה' ישמרינו.


בוי איר אויף, זי איז א קלוגע פרוי און א ערליכע פרוי; זאלסטו איר אויפבויען און איר נישט צוריק שיקן צו די מטפלים, וועסטו זען אז זי וועט געזונט ווערן און עסן און האבן כח, ווייל אזוי ווי עס זענען דא פרויען וואס – פון צעבראכנקייט – עסן זיי מער, אזוי איז דא פארקערט, פון צעבראכנקייט איז מען זיך מייאש פון עסן; און אז דו וועסט איר אויפבויען און אויסלויבן, וועלן אוועק גיין אלע מחלות וחלאים רעים השם ישמרינו.

#1 - די מחלה אנערעקסיע רחמנא לצלן
תפילה והתבודדות, שלום בית, רפואה, הדרכות, אנערעקסיע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


אז דיין ווייב תחי' ליידט אויף די מחלה אנערעקסיע רחמנא לצלן, זי עסט נישט און זי איז אין א מצב פון סכנה – זאלסטו איר חס ושלום נישט וויי טון און חס ושלום האבן אין הארץ טענות אויף איר און פיינטשאפט, נאר האב רחמנות אויף איר און געב איר אסאך חיזוק, אסאך ווארעמקייט, ביז זי וועט ארויסקריכן פון דעם.


ברודער זיי זיך נישט מייאש, מיט די עצות פון רבי'ן – קען מען דאס אויך אויסהיילן; מיט חיזוק, אמונה, מיט זוכן גוטס און אויסלויבן דאס גוטס, און מיט תפילה והתבודדות – היילט מען זיך אויס פון יעדן איינציגסטן פראבלעם.


גיי יעדן טאג התבודדות, ערשט – זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אלע טובות וואס ער טוט, און נאכדעם זאלסטו תשובה טון אויף אלע דיינע נישט גוטע מעשים פון אלע יארן און פון אלס קינד, און נאכדעם זאלסטו זיך אויסוויינען אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, דיינע קינדער זאלן האבן א געזונטע מאמע וכו' וכו'.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.