בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - נישט האבן מיט חברים וואס נעמען דראגס
חברים, התחזקות, אומאן, לימוד התורה, נ נח, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט צו האבן מיט חברים וואס נעמען דראג"ס, ווייל מען קען ווערן אריינגעשלעפט אין דעם; מען הויבט אן א טראפ און דאס ציט אזוי שטארק אז מען קען זיך נישט ארויסזען פון דעם, ביז מען שטארבט השם ישמרינו.


עס זעט דיר אפשר אויס אינטערעסאנט אז איך שרייב דיר בכלל פון אזעלכע זאכן, אבער איך הער פון בחורים און אינגעלייט, זיי דערציילן וואס עס טוט זיך אפ אין די קאנטריס, ווי מענטשן זענען נעבעך אזוי צעבראכן און פארלוירן און מען נעמט דראגס בלי בושה, מען זוכט וואו צו אנטלויפן, מען זוכט ווי מען קען זיך אוועק נעמען די ווייטאג וכו', ווען באמת איז נישטא וואו צו אנטלויפן ווען מען האט חס ושלום א צרה; ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן קען ער אנטלויפן נאר צום אייבערשטן, נישטא ערגעץ אנדערש וואו צו גיין, אך און וויי אז מען לויפט צו דראגס, עס ווערט נאר ערגער, ווייל איינמאל מען פאלט אריין אין דראגס - איז זייער ביטער, מען פארלירט דעם מח מחשבה, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון דעם. א איד זאגט מיר, יעצט ער האט פארלוירן זיין זון, ער איז נעבעך געשטארבן פון נעמען דראגס. עס האט זיך אנגעהויבן מיט איין מאל נעמען, נאר אויף טועם זיין, עס האט זיך אנגעהויבן בטעות, און נעבעך נעבעך אוועק פון דער וועלט אן גארנישט, אן איבערלאזן דורות.


איך בעט דיר זאלסט נישט גיין צו פארטיס וכדומה וואו מען נעמט דארט דראגס, שטערקערע מענטשן פון דיר זענען געפאלן און האבן זייער לעבן גענדיגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כג.), די ערליכע אידן פון ירושלים – "לא היו נכנסין בסעודה אלא אם כן יודעין מי מיסב עמהן", זענען נישט געגאנגען צו קיין מסיבות נאר אז זיי האבן געוואוסט ווער עס וועט זיין דארט און מיט וועם זיי וועלן זיצן ביי איין טיש; זאלסטו אויך אזוי טון, נישט גיין צו גרילס, פארטיס וכו' - אן יראת שמים.


עס איז דא א דראג וואס נעמעט אוועק אלע ווייטאג; לערנען תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.), די תורה איז סם חיים, א דראג וואס געבט לעבן; אנשטאט נעמען בלעטער און גראזן - נעם די בלעטער גמרא, זאג בלעטער גמרא וועסטו ווערן עכט פרייליך, דו וועסט זיך ליב האבן, דו וועסט נישט דארפן זוכן אנדערע זאכן זיך פרייליך צו מאכן.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין צוויי און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן. אז דיינע עלטערן ווילן נישט זאלסט פארן אויף אומאן - זאלסטו זיך נישט טענה'ן, חס ושלום זיך טענה'ן מיט עלטערן, עלטערן דארף מען מכבד זיין, עלטערן דארף מען האלטן טייער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב), "מען קריגט נישט אויף מיר, נאר מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש" - זאגט דער רבי, "אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט - קריג איך אויך"; דאס הייסט אזוי, מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, און דערפאר, יעדע טאטע און מאמע וואלטן נישט געוואלט אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים, און ליידער אין ברסלב אליין זענען דא מענטשן וואס זיי זענען גורם אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ע); בפרט די נייע אנשיקעניש פון "נא נח" וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, און מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט קענען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין שלעכטע נאמען פארן צדיק; נאכדעם מיינען מענטשן אז דאס איז ברסלב, און צוליב דעם איז דא אזויפיל מחלוקת אויף חסידי ברסלב; זאלסטו זיך חס ושלום נישט טענה'ן מיט דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - די סוף פון דראגס איז זייער ביטער
שידוכים, משניות, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך בין אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט פאר דיר פאר דיין געזונט און פאר דיין שידוך.


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט נעמען דראגס, עס איז נישט גוט, אחריתה מרה כלענה, די סוף איז זייער ביטער. איך פארשטיי אז דו נעמסט דאס נאר ווייל דו ווילסט אוועק לויפן פון דיינע פראבלעמען; ליבער ברודער, אז מען וויל אוועק לויפן פון פראבלעמען דארף מען לויפן צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג משניות, לערן יעדן טאג כמה פרקים משניות, זיי זיך נישט מבלבל אויב דו פארשטייסט נישט דאס לערנען, "העיקר הוא האמירה", דער עיקר זאלסטו זאגן די ווערטער, די משניות וועט דיך אויסוואשן פון אלעם שלעכטס. די תורה איז דראגס, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.), די תורה איז סם חיים, א דראג וואס געבט לעבן.


איך בעט פאר דיר ביי די מקומות הקדושים, דו זאלסט זיין געזונט און האבן א גוטע שידוך.

#4 - מיט שמחה וועסטו מצליח זיין, מיט זארגן וועט גארנישט ווערן
שמחה, נקודות טובות, דאגות, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


דו ווילסט דאך הצלחה, און דו פרעגסט שטענדיג וואס דו קענסט טון פאר הצלחה, דו ווארסט אויף שפע.


נעם די איין שורה פון ספר המדות און זיי זיך מוסר נפש אויף דעם, וועסטו זייער זייער מצליח זיין. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דורכדעם וועט ער האבן הצלחה.


בעט נאר אויף שמחה, און טו אלעס צו זיין פרייליך, נישט טרינקען ברוינפן אדער נעמען דראגס, דאס איז נישט שמחה, דאס איז אנטלויפן פון זיך, פון מציאות; איך רעד פון שמחה, זיך פרייען 'איך בין א איד', זיך פרייען מיט ציצית, תפילין, מיט אמונה, מיטן התקרבות לרבינו.


מיט שמחה וועסטו מצליח זיין, און מיט זארגן – וועט גארנישט ווערן.

#3 - פארוואס דארף דער מאן לויפן צו אלקאהאל און דראגס?
שלום בית, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג נישט אייער מאן איז גערעכט מיט דעם וואס ער קומט נישט אהיים ביינאכט, מיטן טרינקען אלקאהאל און מיט נעמען פון די שעדליכע דראגס, אבער מען דארף אריינקוקן 'פארוואס טוט ער דאס?'


ער איז א טייער קינד, א גאלדענער מענטש; איך האב גערעדט מיט אים, ער זאגט אז די אלע יארן וואס ער לעבט מיט אייך פון די חתונה – האט איר אים אויפגעגעסן די קישקעס. ער זאגט זיין מח איז אויסגעברענט, איר פירט זיך צו אים ווי א מאמע צו א קינד, עס איז אים אזוי נמאס דאס לעבן, ער וויל זיך פשוט הרג'ענען, דעריבער לויפט ער צו עבירות, ער לויפט טרינקען און נעמט דראגס, אלעס נאר ווייל איר שאפט אויף אים ווי א האר שאפט אויף א קנעכט.


נאכאמאל, איך געב אים נישט גערעכט, אבער א אידישע פרוי טאר נישט שאפן אויפן מאן, א אידישע פרוי מיט אביסל שכל ווייסט דעם סוד ווי אזוי מען קען האבן א לעבן פון גן עדן; זי הייבט אויף איר מאן, זי שעצט אים, זי איז נישט פארנומען מיט זיין רוחניות, מיט זיין אידישקייט, און בכלל ווי אזוי מען רעדט, די באנעמונג (עדיטוד).


א שאד אז מען לערנט נישט אין די סקולס די נושא, מען לערנט מיט די קינדער הבל הבלים, זאכן וואס האט גארנישט מיט די לעבן. מען וואלט ווען געדארפט רעדן דרשות אויף דרשות פאר די קינדער פון יונגערהייט ווי אזוי מען רעדט צו א מאן, ווי אזוי מען רעדט צו עלטערן, ווי אזוי רעדט מען אפילו מיט א חברט'ע, נישט רעדן מיט זלזול, נישט גרינגשעצן אין א צווייטן, אוועק מאכן, מאכן יענעם שפירן ווי מיסט - וואלט מען געקענט איינשפארן אזויפיל פראבלעמען, עס וואלט נישט געווען קיין גיטין.


איר וועט פרעגן 'וואס קען מען יעצט טון?' מען קען נאך יעצט ראטעווען, עס ווענדט זיך נאר אין אייך; איך ווייס פעלער פון קלוגע פרויען, ברסלב'ער פרויען וואס זיי זענען אריבער שווערע צייטן, דער מאן האט געהאט שווערע טעג אין אידישקייט, זיי זענען געבליבן פאר זיך שטארק אין אידישקייט, אבער פארן מאן זענען זיי געווען אזוי ווייך, מיט אזויפיל חכמה, גארנישט געזאגט, זיך פארמאכט דאס מויל, געביסן די ליפן און שטילערהייט געוויינט, שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אינעם מאן, און ביים סוף האבן זיי מצליח געווען, זיי פירן היינט שיינע משפחות.


מיין הארץ איז אזוי צעריסן, איך בעט פאר ענק די שטוב זאל נישט צעפאלן, עס זאל בלייבן א גאנצע שטוב, און אז איר וועט תשובה טון, איר וועט אנהויבן רעדן צו אייער מאן מיט שעצונג - קען מען עס נאך ראטעווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אלקאהאל אדער דראגס וועלן דיר נישט העלפן
אמונה, שלום בית, שטעטל, משקה המשכר, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען וויל אנטלויפן - אנטלויפט מען צום אייבערשטן, ווייל ערגעץ אנדערש - איז נישטא וואו צו לויפן. אלקאהאל העלפט נישט, עס מאכט מער ביטער, סמים - דראגס השם ישמרינו - זאל דער אייבערשטער אפהיטן, דאס איז אזוי ווי איינער זאל זיך אראפווארפן פון א בנין און זיך נעמען דאס לעבן השם ישמרינו; נישטא וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן, נאר צו די הייליגע תורה.


אז דיין ווייב דערביטערט דיך - זאלסטו נישט טראכטן אז עס וואלט דיר געקענט זיין בעסער אלס נישט חתונה געהאט, אדער אנדערע טריפה'נע מחשבות, מיט א צווייטן וואלט דיר געווען גרינגער; גלייב מיר, נישטא וואו צו לויפן - נאר צום אייבערשטן, קענסט קומען אין שול דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל דיר זיין גרינגער, עס זאל דיר ווערן בעסער.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס וועט זיין אביסל שפעטער ווי געווענליך; צוליב וואס מען בויט איבער דעם היכל בית המדרש פאר די בחורים פארן זומער, און איך וויל נישט שטערן די מנין מנחה מעריב פון שטעטל, וועט די שיעור זיין צען אזייגער.


איך בין נעכטן געקומען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך שפיר זיך דא אין שטעטל ווי אין גן עדן, א ריינע פלאץ, אנשי שלומינו מיט תמימות און פשיטות. מענטשן מיינען מיר זענען הולטייעס, מענטשן רעדן אויף אונז אז דא איז א פלאץ פון הפקירות, איך בין אזוי שטאלץ מיט אונזער קהילה; אזא ריינקייט, אזא הייליגקייט.


איך וועל דיר בלי נדר שרייבן מער באריכות, איך יאג זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אז דו נעמסט דראגס, זאלסטו מער נישט קומען צו מיר
ראש ישיבה, דראגס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו נעמסט דראגס - זאלסטו מער נישט קומען צו מיר; איך וויל נישט האבן מער מיט דיר קיין שייכות.


איך וועל ארויסווארפן פון אונזער שול, אונזער מוסד - איינער וואס רייכערט דראגס.


זוך דיר א צווייטע ראש ישיבה.