בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, קרית ברסלב
געב איבער פאר דיין ווייב א גרויסן דאנק פארן אהערשטעלן די שיינע קליידער באזאר פאר אנשי שלומינו פאר גאר ביליגע פרייזן, און אויך זאל זי איבערגעבן א יישר כח פאר אלע וואלענטירן וואס קומען טעגליך העלפן אין די קליידער געשעפט אז מען זאל קענען איינקויפן פאר גאר ביליג; עס גייט נישט אריבער א וואך וואס איך זאל נישט באקומען יישר כח'ס פון משפחות וואס זאגן אז זיי האבן איינגעקויפט קליידער פאר די גאנצע משפחה פאר אפאר דאלער, עס איז גאר א גרויסע זכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן, די 'מי שברך' וואס אלע זאגן שבת אין שול ביים ספר תורה, 'וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה', אלע וואס העלפן דעם כלל, 'הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם', זאל זיי דער אייבערשטער באצאלן, 'ויסיר מהם כל מחלה', און אוועק נעמען פון זיי אלע קרענק, 'וירפא לכל גופם', זיי אויסהיילן, 'ויסלח לכל עוונם', און זיי פארגעבן, 'וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם עם כל ישראל אחיהם, ונאמר אמן'.
איך וויל טוישן די זאך פון געבן קליידער בחנם פאר די וואלענטירן, בחינם איז נישט ריכטיג, בחינם איז כינם, איך וויל מאכן אז די וואלענטירן צאלן האלב פרייז, און אויך האבן זיי דין קדימה וכו', איך וועל רעדן צו משפחת היילפרין זאל דאס איבערגעבן פאר אלע מתנדבים.