בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן מיט אנדערע סארט בלבולים
שמחה, משניות, ישיבה, נסיונות, התרחקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן זייט דו ביסט אריין געקומען אין ישיבה, דו שרייבסט מיר אז דו האסט באקומען א נייע הארץ און דו ווילסט שוין היינט טון נאר גוטס. דאס איז גענוי וואס פאסירט מיט א מענטש ווען ער ווערט מקורב צום רבי'ן; דער הייליגער רבי נעמט אוועק פון אים דער "לב האבן" און פלאנצט אים איין אנשטאט דעם א "לב בשר" אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כו): "וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב חָדָשׁ וְרוּחַ חֲדָשָׁה אֶתֵּן בְּקִרְבְּכֶם, וַהֲסִרֹתִי אֶת 'לֵב הָאֶבֶן' מִבְּשַׂרְכֶם וְנָתַתִּי לָכֶם 'לֵב בָּשָׂר'"; לב בשר איז די זעלבע אותיות ווי ברסלב (עיין חיי מוהר"ן, סימן שלט).


שטארק דיר ווייטער בלימוד משניות און פרוביר צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות. משניות האט אין זיך א געוואלדיגע כח אז עס נעמט ארויס פונעם מענטש אלע שלעכטס און מאכט די נשמה ריין און לויטער, אזוי אויך האט משניות א כח ארויס צו שלעפן א מענטש אפילו ער איז שוין אראפ געפאלן אין טיפן אפגרינד און ער ליגט אין שאול תחתית. מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן אז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי" איז משנה; דאס הייסט אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


איך פריי מיר זייער אז דו ביסט שוין ארויס געקראכן פון דיין דעפרעשן און דו שטארקסט דיר מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט פון עצבות און מרה שחורה. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דאס וואס דו שפירסט אז איך דארף דיר נישט און דו שפירסט זיך איבעריג אין ישיבה; זאלסטו וויסן אז דאס איז נאך א וועג פונעם יצר הרע צו צעברעכן דעם מענטש און אים אוועק שלעפן פונעם צדיק, ער טוט דאס מיט יעדן וואס וויל מקורב ווערן צום רבי'ן.


איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס וועט דיר געבן שטארקע חיזוק, ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, ר' יודל האט נישט געוויסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן צו דערגיין וואס עס גייט פאר. נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריין גיין צום רבי'ן', דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות וואס ר' יודל גייט אריבער, גלייך ווען ר' יודל איז אריין געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר דעמאלט ווערט פון 'שֶׁקֶר' – 'קֶשֶׁר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער אים מבלבל צו זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אבי ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל מאכן פון שֶׁקֶ"ר א קֶשֶ"ר שֶׁל קַיָּמָא נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן.


איך האב דיר ליב.