בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - עוסק זיין אין "הפצה" איז העכער פון אלצדינג
הפצה, אשר בנחל, בריוו, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר צו פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


עוסק זיין אין "הפצה" איז העכער פון אלצדינג. היינטיגע צייטן איז גרינגער אין א געוויסע זין דער ענין פון הפצה, ווייל מען דארף זיך נישט ארומשלעפן אין די היץ און אין די קעלט, מען קען זיצן אין שטוב מיט א ווארעמע טרונק – ווינטער, און זומער מיט א קאלטע טרונק און פארשפרייטן חיזוק פאר די גאנצע וועלט - מיט דעם וואס דו טוסט מיט די "האט ליין" פון קול ברסלב, וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן – בעיקר בחורים, מיידלעך, יונגעלייט און יונגע ווייבלעך רופן אריין טאג טעגליך, און דאס געבט זיי לעבן, עצות, חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן.


אזוי אויך מיט די וועבסייט – וואס די ביסט דארט מפרסם די שאלות ותשובות בריוון און די חיזוק יומי דרשות, וכו', וכו', פאר טויזנטער מענטשן, און אויף אלע אנדערע וועגן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער עוסק צו זיין אין די הייליגע ארבעט; מען טאר נישט אונטערברעכן פון שוועריקייטן, די שוועריקייטן וואס דער ס"מ ברעגנט אלץ מיט א פרישקייט כדי דער מענטש זאל אונטערברעכן און אויפגעבן.


גלייב מיר, אויף מיר גייט אויך איבער שווערע ביטערע נסיונות וכו', וכו', - וואס טו איך? איך דערמאן זיך פון מוהרא"ש, איך דערמאן זיך פון דעם עצה – התבודדות, איך וויין זיך אויס צום אייבערשטן. דאס איז וואס געבט מיר כח אנצוגיין אין מיין לעבן.


זאלסטו דאס אויך טון, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר – וועסטו האבן כח אין לעבן, און קיין שום זאך וועט דיר נישט קענען צעברעכן.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר האבן אזא גרויסע רבי מיט אזעלכע גרויסע תלמידים וואס געבן אונז פשוט לעבן.


אויב דו קענסט ענדיגן מגיה זיין "אשר בנחל חלק ב'" און ענדיגן די מפתחות; ווייל איך וויל דאס דרוקן. נדרי לה' אשלם, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דאס דרוקן און דרוקן און פארשפרייטן פאר אלעמען, ווייל איך בין מקורב געווארן דורך דעם ספר "אשר בנחל חלק כ"ז". איך האב געלערנט דעם ספר נאכאמאל און נאכאמאל, דאס האט מיר געטוישט מיין לעבן. דערפאר וועל איך דאס פארשפרייטן אז נאך מענטשן זאלן זוכה זיין צו א זיס לעבן.


חבריך וידידיך.


...

#2 - מחזק א איד וואס האט געארבעט מ'זאל קענען צוקומען צום וועבסייט "ברסלב סענטער"
הפצה, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט אריין געלייגט גרויסע כוחות - דמים תרתי משמע - אז די קאמפעני "נטפרי" וואס שטעלן צו א פילטער פאר אלע קאמפיוטערס און סעלפאונס אין ארץ ישראל זאלן עפענען אונזער אתר "ברסלב סענטער", אז אלע ערליכע אידן וואס האבן א פילטער זאלן קענען הנאה האבן פון די חיזוקים; מגלגלין זכות על ידי זכאי, אז דו האסט זוכה געווען צו דעם האסטו זיכער גרויסע זכותים אין הימל.


מען קען זיך נישט פארשטעלן די זכותים פון דער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכ"ח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג עוסק זיין אין די מצוה פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.

#1 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש
הפצה, בריוו, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב היינט געזען די בריוו וואס איר האט מתרגם געווען אויף לשון הקודש, איר האט מיר ממש מחי' געווען.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דעם וואס איז מחזק א צווייטן איד; דער בעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט - נאר א טובה טון פאר א צווייטן איד איין מאל אין זיבעציג יאר איז שוין אלעס כדאי"; בפרט אז מען איז מחי' הונדערטער אידן, נישט נאר איין מאל אין זיבעציג יאר, נאר טאג נאך טאג שיקט מען זיי בריוו מיט חיזוק ווערטער זיי זאלן וועלן אנגיין ווייטער מיט עבודת השם יתברך.


דעריבער בעט איך אייך זייער: שטארקט אייך און זייט ווייטער ממשיך מתרגם צו זיין סיי די מכתבים און סיי די דרשות.


נאך אביסל עפענען מיר אויף דעם וועבסייט "ברסלב סענטער" אויף לשון הקודש; דארט וועט זיין אלע בריוו אויף לשון הקודש און איר וועט קענען מחי' זיין טויזענטער אידן מיט איין פעולה.


מיין באבע עליה השלום פלעגט דערציילן אז ווען זיי זענען געקומען קיין אמעריקע נאכן קריג האבן זיי געזען א נייע זאך, מען קען קאכן עסן מיטן געבן איין דריק אויפן קנעפל... אינדערהיים איז דאס נישט געווען; אינדערהיים ווען מען האט געוואלט קאכן עסן איז דאס געווען א גאנצע מעשה, אבער היינט איז עס זייער גרינג. זיי פלעגן זינגען א גראם: "מען געבט א דרוק דעם קנעפל, קאכט זיך אין טעפל".


דאס זעלבע זאג איך אייך מרת ... תחי'; אמאל האט מען זיך געדארפט ארום שלעפן אין שטעטלעך און קרעטשמעס וכו' וכו' ארויס צו שלעפן מענטשן פון זייער בלאטעס וואו זיי זענען נעבעך געווען פארזינקען, אבער היינט קען מען זיצן אין שטוב און "מיט איין דרוק אויפן קנעפל מאכסטו קלאר יענעמס קעפל".


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; איך וועל אייך נאך שרייבן.