בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די בעסטע וועג אויפצובויען זעלבסט זיכערקייט איז דורך אמונה
רפואה, מלמדים, אמונה, פחדים, טערעפי, זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די געלט.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב איז געזונט און שטארק, זי האט מער נישט די פחדים און שרעק, און די גוטע בשורה אז זי ווארט וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל האבן בנקל ובנחת.


בנוגע דיין יוגנט, צי דו זאלסט גיין צו טערעפי אויפצובויען דיין זעלבסט זיכערקייט (סעלף קאנפידענס); די בעסטע וועג אויפצובויען זעלבסט זיכערקייט (קאנפידענס) איז דורך אמונה. ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך, אין דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן, דאס ברענגט זעלבסט זיכערקייט, דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיין זיכער מיט זיך. נאר אמונה איז די וועג צו ווערן אויפגעבויט, אמונה איז די איינציגסטע וועג וואס מען קען דורכדעם ארויס קריכן פון אלע ספיקות און פון אלע קאפדרייעניש.


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען אויסצורעדן דיין הארץ פאר'ן אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך און אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף דיר אין דיינע יונגע יארן, וועסטו ווערן אויפגעבויעט און שטארק. זאלסט דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס, דערצייל אים זאכן וואס קיינער אין די וועלט ווייסט נישט, דערצייל אים אז דאס וואס דו ביסט אריבער וכו' האט גורם געווען אז דו האסט פארלוירן דיין זיכערקייט וכו' און דו לעבסט מיט פחדים וכו'; אז דו וועסט זיין שטארק מיט די עצה וועסטו זען אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג און דו וועסט זיין א שטארקער מענטש אן קיין בלבולים.


שטארק זיך אין מלמדות; ווען א מלמד געבט אכטונג אויף יעדן איינציגסטן קינד, ער מאכט נישט קיין חילוק צווישן קינדער פון רייכע עלטערן אדער ארימע, און אזוי אויך געבט ער אכטונג אויף די קינדער וואס ווילן נישט לערנען - איז דער מלמד זייער חשוב אין הימל און זיינע תפילות ווערן אנגענומען זייער שנעל. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן זייערע תפילות.


איך בעט פאר דיר און דיין ווייב, איך ווארט צו הערן בקרוב גוטע נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.