בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - יעדער איינער זאל טון הפצה, יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות
שלום בית, הפצה, מוסדות, תשובה, ספרי ברסלב, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער נאך ענק, איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זיך זען ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ ראש השנה אין אומאן.


די וואך האב איך געהאט א גאסט פון ארץ ישראל, דער מנהל המוסדות איז געקומען פאר א באזוך ביי אונז אין שטעטל, ער האט מיר דערציילט ווי שיין עס פירט זיך די חדר, סיי אין ירושלים און סיי אין טבריה, אויך האט ער מיר דערציילט פון די נייע חדר וואס האט זיך געעפנט די וואך אין בני ברק; איך האב זייער הנאה צו הערן ווי שיין עס איז ביי ענק, ווי שיין ענק גייען אן.


איך וויל ענק אלע בעטן, זייט אייך מחזק אין די זאך פון הפצה; יעדער איינער זאל אליין עוסק זיין אין הפצה - יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות, ווייל מיר קומען צום רבי'ן, וועט אונז דער רבי פרעגן די פראגע וואס דער רבי האט געפרעגט אנשי שלומינו: "אויב איר זענט דא, פארוואס איז נישט די גאנצע וועלט דא? און אז די וועלט איז נישטא, פארוואס זענט איר יא דא?" אז מיר האבן אזעלכע גוטע עצות ווי זיך צו מחזק זיין, גוטע עצות ווי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, איז וואס איז מיט די וועלט, פארוואס ברענגט מען דאס נישט אריין אין אנדערע?!


נאך א טובה וויל איך אייך בעטן, רעדט שיין אין שטוב מיט דרך ארץ, מען קען נישט שרייען אויף א ווייב, מען קען נישט ווארענען, סטראשען וכו'; מען דארף רעדן צו די ווייב, מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און זיי האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד), דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ברכה.


טייערע ברידער, אלול איז א צייט פון תשובה; וואס איז תשובה? מען זאל זיין צופרידן ווי אזוי דער אייבערשטער פירט און מאכט אלעס; תשובה איז, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, נישט האבן קיין תרעומות אויף אים.


מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין די קונטרסים און בריוו פון מוהרא"ש; די ספרים בויען אויף א קלארע שטארקע אמונה, ווען מען לערנט די ספרים ווערט מען אנגעפילט מיט הרהורי תשובה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - אויב מעגליך, זאל מען נישט מאכן די אפעראציע אין די דריי וואכן
תודה והודאה, בין המצרים, רפואה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר קענט אפשטופן די אפעראציע פאר חודש אלול זאלט איר דאס ענדערש מאכן אין חודש אלול ווי אין די דריי וואכן. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן תקנא, סעיף א): "בַר יִשְׂרָאֵל דְּאִית לֵיהּ דִּינָא בַּהֲדֵי עַכּוּ"ם לִשְׁתַּמִּיט מִנֵּיהּ דְּרִיעַ מַזָּלֵיהּ", אויב מען האט א סכסוך מיט א גוי זאל מען דאס אפשטופן אויף אלול, ווייל אין די צייט געוועלטיגט דער שר פון עשו (זוהר הקדוש פרשת יתרו, דף עח:), ווידער אלול איז א חודש פון רחמנות, זאלט איר ענדערש מאכן די אפעראציע אין חודש אלול.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן, אייך און אייער מאן און קינדער, אלעס זאל אריבערגיין בשלום. דער עיקר זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך - וועט איר זען וואונדערליכע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ס'איז צייט תשובה צו טון, זיין א מאמע און א ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תשובה, מאוויס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט זיך מיר אויסגערעדט זיין הארץ, ער זאגט מיר אז שוין צענדליגער וואכן וואס ער האט נישט וואס צו עסן; איר קאכט נישט קיין נאכטמאל קיין איין נאכט, אנשטאט זיין א מאמע מיט א ווייב זענט איר אריינגעפאלן אין די שרעקליכע נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, איר קוקט מאוויס א גאנצע נאכט.


יעצט איז חודש אלול, עס איז א צייט וואס איר דארפט תשובה טון, איר דארפט אפלאזן אייערע חבר'טעס. עס טוט מיר זייער וויי, עס רייסט מיר דאס הארץ, ווייל איך בין געווען ענקער שדכן, איך האב אייך געגעבן מיין בעסטער תלמיד; ער זאגט ער האט נישט קיין ווייב, איר מאכט א שפיל פון אינדרויסן כאילו איר זענט חתונה געהאט, איר האט אים אין בוידעם.


איך ווארט צו הערן פון אייך וואס אייער פלאן איז.

#2 - אריינברענגען תשובה מיט שמחה, נישט מיט אנגעצויגנקייט
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, מוסדות, תשובה, עבירות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע ליבע חברים פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, א חודש וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, פון רחמנות, א חודש וואס מיר קענען אנהייבן פונדאסניי. עס ווערט געברענגט פון צדיקים (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א קעניג וואס איז א גאנץ יאר אין פאלאץ, נאר גרויסע שרים קענען אריינגיין אין פאלאץ, איינמאל א יאר גייט דער קעניג אין פעלד, דעמאלט קומען אלע פויערן, אלע פארמערס, דעמאלט קענען זיי רעדן צום קעניג; אזוי איז חודש אלול, א צייט וואס יעדער איינער קען קומען צום אייבערשטן אים בעטן רחמנות.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבינ'ס חדר, דער רבי לערנט אונז און ווייזט אונז דעם רחמנות פונעם אייבערשטן. אין אמעריקע האבן מיר מוסדות פאר די קינדער וואו מען לייגט אריין אין זיי פון יוגענט אן די רחמנות פונעם אייבערשטן; מען לערנט אלעס וואס מען לערנט אין אנדערע מוסדות - אבער עס איז בטעם רבינו. אלע מוסדות שיקן אהיים א בילד פון א וואגשאל, איין זייט שטייט מצוות און די אנדערע זייט שטייט עבירות, אויסלערנען די קינדער די זאך פון שכר ועונש, ביי אונז לערנט מען עס מיט די הקדמות פון רבי'ן.


איך האב באקומען א בריוו, א מאמע שרייבט מיר די ווערטער: לכבוד דער חשוב'ער ראש ישיבה, ברוך ה' אונזער טאכטער ... האט אנגעהויבן די יאר סקול אין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


מיין מאן און איך זענען זייער זייער איבערגענומען וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, אונזער טאכטער איז אהיים געקומען מיט א צעטל, א בילד פון א וואגשאל פון מצוות און עבירות וואס יעדע סקול שיקט אהיים, אבער וואס דא איז אנדערש איז, אז די עבירות איז אויסגעמעקט, די עבירות זייט איז ליידיג, מיר האבן געפרעגט אונזער טאכטער פארוואס איז די עבירות ליידיג? זאגט זי: "ווייל ווען מען טוט תשובה האט מען נישט קיין עבירות".


דאס לערנט מען מיט די קינדער פון יונגווייז אן, אז דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען טוט תשובה; מען רעדט אויך פון דעם אז אויב מען טוט נישט תשובה באקומט מען אן עונש, אבער מען רעדט מער פון תשובה.


איך האף בקרוב צו עפענען מוסדות היכל הקודש אין ירושלים און אויך אין אלע שטעטלעך אין ארץ ישראל, מיר זאלן קענען מחנך זיין די קינדער מיט א ליבשאפט צו תורה און מצוות, זיי זאלן נישט זיין דערשראקן און פארפאניקט.


איך האב באקומען א בריוו פון איינער פון ענקערע קינדער פון ירושלים, א געשריבענע בריוו; איך האב געבעטן דעם אינגערמאן וואס העלפט מיר מיט די בריוו ער זאל דאס אויפטייפן, איך וויל אייך ווייזן וואס אן אומשולדיג קינד שרייבט:


לכבוד מיין וועג ווייזער, דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א


דא שרייבט ... ירושלים, איך קען נישט אנפאנגען און איך פאנג נישט אן צו דאנקען אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר און מיט מיר, ווייל וויפיל איך וועל דאנקען וועט נישט זיין גענוג.


יישר כח פאר די וועכנטליכע עצתו אמונה, דאס איז די גרעסטע עונג שבת וואס איז נאר פארהאן.


אזוי ווי יעצט איז חודש אלול און מן הסתם ווייסט דער ראש ישיבה שליט"א וואס עס גייט פאר חודש אלול אין אלע סקולס און סעמינארן, איין זאך רעדט מען: "גיהנום, גיהנום, גיהנום, גיהנום... אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי", מען ווייזט אויף פאר יעדע מיידל ווי שלעכט זי איז און ווי נישט גוט זי איז, אבער א דרך תשובה געבט מען נישט, מען געבט נאר צו שפירן אז תשובה איז א העכערע זאך, מען לערנט נישט אויס אז תשובה איז אזא גרינגע, זיסע און געשמאקע זאך צו טון, וואס דאס ברענגט א נאנטקייט צום באשעפער, מען ווייזט נאר ווי שווער און ווי קאמפליצירט איז תשובה צו טון.


איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם, אבער דאס איז דער מציאות; איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל איך בין צעדרייט און צעמישט, מען לייגט ארויף אזא דרוק און לחץ אויף מיידלעך. איך קען נישט זאגן אז עס איז אלע לערערינס, אבער איך פריוואט האב נאכנישט געהערט פון קיין איין לערערין אז איך קען תשובה טון, נישט נאר איך זאג עס, נאר מיין גאנצע כתה כמעט.


איך בעט איבער אויף די לאנגע דרשה, אבער דאס איז א הקדמה צו מיין שאלה:


מיין לערערין האט דערציילט א מעשה בשם איינער פון די גרעסטע גדולים, אז עס איז געווען א מענטש, א פשוט'ער איד, וואס איז ארויף אויבן אין הימל נאכן ענדיגן זיין תפקיד בזה העולם און ער האט געטראכט צו זיך 'מצוות האב איך נישט, אבער לפחות די דריי תפילות א טאג וואס איך האב אויף דעם מקפיד געווען זייער שטארק - וועט מיר שטיין פאר א זכות', אינמיטן זעט ער ווי א מלאך קומט מיט א פיצעלע זעקעלע און מען לייגט עס אויפ'ן וואגשאל, דער מענטש הייבט אן שרייען: "איין מינוט, וואו איז מיינע אלע תפילות וואס איך האב געדאווענט יעדן טאג, די דריי תפילות?!" האט מען אים געענטפערט אז נאר איין מאל האט ער מכוון געווען ביים דאווענען און דאס איז אים געבליבן; ווייל עס שטייט תפלה בלא כוונה כגוף בלא נשמה, די גוף איז געבליבן אונטן מיט אלע תפילות וואס איז כגוף און דא ביסטו ארויפגעקומען מיט איין מצוה פון דאווענען איינמאל מיט כוונה.


איך בין אזוי צעמישט פון די מעשה, ווייל איך בין דאך א פשוט'ע נארמאלע מיידל, וואס האב איך מיט כוונות און ייחודים? איך דאווען נישט בכוונה ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מען דאווענט מיט כוונה; כוונה קוקט מיר אויס צו א הויכע זאך, צו הימליש; איך דאווען פשוט, פשוט, פשוט, אן אויסרעדן ביים דאווענען מיט א סידור... צי איז כוונה געמאכט פאר מיידלעך? אבער אויב איך דאווען אן כוונה איז מיין תפלה דאך נישט ווערד אין הימל, איז צו וואס דארף איך בכלל דאווענען?!


די מעשה האט מיר אריינגעלייגט אין אזא לחץ, אז די לעצטע וואך האב איך געזאגט נאר ברכת השחר, ברכת התורה און אני מאמין מיט תיקון הכללי און תהלים, ווייל די המשך קען איך שוין נישט דאווענען, איך ווייס נישט ווי אזוי מען איז מכוון.


צי קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א עס אויסקלארן? צי קען איך דאווענען מיט כוונה? ווי אזוי? איך וויל אזוי שטארק דאווענען ווי עס דארף צו זיין, אן לחץ.


דאס איז א חלק פונעם בריוו פון איינע פון ענקערע טעכטער; יעצט וועט איר אביסל פארשטיין פארוואס עס גייט מיר אזוי אין לעבן צו עפענען מוסדות פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן געזונט, זיי זאלן אויפוואקסן מיט ליבשאפט צום אייבערשטן, שפירן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


ביים רבינ'ס חדר הערט מען נישט די סארט משלים, די בייסיגע מוסר, די נעגעטיווע תורות; דער רבי האט אנדערע דיבורים, דער רבי דערשרעקט נישט, דער רבי זאגט אונז: "גיי דאווענען, רעד צום אייבערשטן ווי אזוי עס לאזט זיך, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג דעם אייבערשטן 'איך האב נישט אינזין דאס דאווענען, העלף מיר איך זאל קענען אינזין האבן פירוש המילות'".


דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם קאפצין פאשא, ווי דער קאפצין פאשא האט געזאגט פאר'ן איד: "דער קעניג האט צער פון דיר, דו שטינקסט!" דער קאפצין פאשא - דאס איז דער יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש 'דו שטינקסט', ער האט געזאגט דעם איד ער זאל קומען צום קעניג מיט א שמאטע אויפ'ן מויל ווייל דער קעניג וויל נישט רעדן מיט אים, און צום קעניג איז ער געגאנגען זאגן: "דער איד וויל נישט רעדן מיט'ן קעניג!" דאס איז אלעס וואס דער יצר הרע טוט, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן אז מיר זענען שלעכט, און אונז רעדט ער איין אז מיר שטינקען, ביז שפעטער ווערט נתגלה דעם אמת ווי שטארק מיר ווילן דעם אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער וויל אונז.


א רחמנות אויף די קינדער, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך און בעיקר ביי די בחורים, וואס מען האקט זיי אין קאפ, מען שלאגט זיי מיט צעדרייטע מעשיות, מיט משוגע'נע משלים.


אנשטאט 'גיהנום' זאג זיי די ווערטער: "דער אייבערשטער האט אונז ליב", אנשטאט 'דערשרעקן' לערן מיט זיי די ווערטער פון ראש השנה דאווענען, דער פיוט פון 'וכל מאמינים'; די הארץ קען צוגיין פון די זיסע ווערטער פון וכל מאמינים, ווי מען רעכנט אויס די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז: "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם", אז דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, "הַטּוֹב", דער אייבערשטער איז גוט, "וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים", און ער טוט גוטס מיט שלעכטע מענטשן און מיט גוטע מענטשן, "הַסּוֹבֵל, וּמַעְלִים עַיִן מִסּוֹרְרִים", דער אייבערשטער ווארט מיט געדולד מען זאל תשובה טון, "הַפּוֹתֵחַ שַׁעַר לְדוֹפְקֵי בִתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער עפנט אויף די טיר פאר די וואס קלאפן און ווילן תשובה טון, "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא פְּתוּחָה יָדוֹ", אז דער אייבערשטער שטרעקט אויס די הענט מיר זאלן צוריק קומען צו אים, "הַצּוֹפֶה לָרָשָׁע וְחָפֵץ בְּהִצָּדְקוֹ", ער זוכט אינעם רשע גוטס אים צו קענען בארעכטיגן, און אזוי ווייטער; דאס וואלט מען געדארפט לערנען מיט קינדער, די רחמנות פונעם אייבערשטן, די גרויסקייט פון תשובה.


איך ווייס אז עס איז אייך שווער צו הערן די ווערטער מוסדות היכל הקודש; עס איז גרינגער ווען מען קען בלייבן נארמאל און קומען שטילערהייט איינמאל א וואך אין שול הערן חיזוק, וואס דארף מען יעצט ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות וואו זיי לערנען און זיך גיין קריגן מיט די משפחה וכו' וכו'? איך ווייס ווי אזוי איר שפירט יעצט ביים ליינען דעם בריוו, איר וואלט ענדערש געוואלט די וואך זאל נישט זיין קיין בריוו, איר ווערט דערשראקן ווען איר הערט רעדן פון מוסדות. מיר זענען דאס אויך אריבער מיט יארן צוריק ווען מיר האבן געעפנט די מוסדות, אבער יעצט ווען מיר האבן מוסדות זעען מיר די נס פון האבן א פלאץ פאר די קינדער, וואו מען צעהאקט זיי נישט מיט די שרעקעדיגע דרשות.


איינער פון די אינגעלייט וואס דאווענען אין אייער שול דערציילט מיר אז זיין זון האט געבעטן דעם מלמד אויב מען קען אויסלעשן דעם ערקאנדישן ווייל עס איז אים זייער קאלט; דער קינד איז א דאר קינד און דער מלמד איז מער א פולער מענטש, א הייסער מענטש, און דער קינד ווארפט זיך פאר קעלט, דער מלמד ענטפערט אים מיט חוזק: "אויב דו ביסט קאלט גיי אהיים ברענג א מאנטל", דער קינד זיצט פארפרוירן פאר קעלט, און דער מלמד מאכט חוזק פון אים: "טו אן א מאנטל!" אינמיטן זומער. א טאג שפעטער בעט דער קינד נאכאמאל מיט גרויס דרך ארץ: "רבי, עס איז מיר קאלט!" דער מלמד רופט אויס: "אלע קינדער זאלן קומען מיט מיר אין אן אנדערע כתה, דארט וועלן מיר קענען אנצינדן דעם ערקאנדישן, און דו בלייב דא אליינס"; איך פרעג אייך, דאס איז נארמאל? איך פרעג אייך, דאס קומט זיך פאר א קינד וואס זאגט 'איך בין קאלט'?


איך קען אייך דערציילן אסאך אזעלכע מעשיות פון ענקערע קינדער, ירושלימ'ע מעשיות; איך וויל אייך נישט אויפהאלטן, מען דארף שוין גיין בענטשן און דאווענען מעריב; דער עולם וויל שוין אהיים גיין, מען דארף קומען צו סליחות.


איך האף צום אייבערשטן צו עפענען בקרוב מוסדות וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


מאכט א מנין מוצאי שבת אין שול; ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן סליחות מוצאי שבת מיט די בגדי שבת. לאמיר בעטן דעם אייבערשטן פון אונזער הארץ: "'פְּנֵה נָא אֶל הַתְּלָאוֹת וְאַל לַחֲטָאוֹת'; רבונו של עולם קוק אויף דעם וואס אידישע קינדער ליידן, קוק נישט אויף אונזערע זינד, רבונו של עולם קוק וויפיל אידן זענען נעבעך נישט געזונט, וויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה, וויפיל מוטשען זיך מיט שידוכים".


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר זאל זיך ענדיגן מיט אלע שלעכטע זאכן, "תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר, נאר מיט גוטס פאר אלע אידן.


איך ווארט אויף אייך אלע אין אומאן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - חודש אלול איז א צייט צו טרעפן שידוכים
בחור, שידוכים, תהלים, קעמפ, ישיבה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע בחורים, תלמידי ישיבת תפארת התורה שיחיו.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


מיר זענען שוין אריין אין חודש אלול וואס איז א צייט פון טרעפן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


זע צו זאגן תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק צו זיין אין זאגן תהילים.


קומענדיגע וואך מיטוואך ענדיגן מיר קעמפ און מאנטאג פרשת כי תבוא הייבן מיר אן צוריק ישיבה אין שטאט; איך האף אז דו וועסט ווייטער קומען לערנען און דאווענען, בלייבן באהאפטן מיט תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.