בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה
תפילה והתבודדות, רפואה, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע צוויי בריוו.


דו ביסט מיר ממש מחי' יעדעס מאל וואס דו שרייבסט מיר, איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה. שרייב מיר נאך און הלואי זאלסטו מסדר זיין אלע דיינע חידושים פאר דיר און ווייטער מחדש זיין, וועט דאס זיין פאר דיר פאר א תיקון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה): "טוֹב מְאֹד כְּשֶׁזּוֹכִין לְחַדֵּשׁ אֵיזֶה דָּבָר בַּתּוֹרָה, כִּי הוּא תִּקּוּן גָּדוֹל לְהִרְהוּרִים", מחדש זיין און טראכטן אין תורה איז א תיקון אויף אלע שלעכטע מחשבות.


בנוגע צי דיין ווייב קען גיין צו א גוי'אישע וכו', עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין צו א נישט איד, דער עיקר זאל זי אכטונג געבן עס זאל זיין נאר א פרוי.


שטארק זיך אין התבודדות; גיי יעדן טאג שפאצירן אליינס מיט'ן אייבערשטן און שמועס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי דער יצר הרע מוטשעט און מוטשעט אן אויפהער און לאזט נישט אפ; אז דו וועסט גיין מיט דעם הנהגה, דו וועסט זיין אן עקשן צו גיין יעדן טאג אביסל התבודדות וועסטו ביים סוף מנצח זיין.


געב א גריס פאר אלע חברים; איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען צו אייך אויף דעם שבת.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן אז עס זאל מקוים ווערן ביי אונז דעם שיחה פון רבי'ן (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מיט איין שמייכל קענסטו טוישן יענעמס גאנצע טאג
פרנסה, שמחה, חידושי תורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו; שרייב מיר נאך, איך בין זיך ממש מחי' מיט יעדע בריוו וואס דו שרייבסט מיר. הגם איך קום נישט אן דיר צו ענטפערן ווייל איך בין זייער טרוד מיט די בחורים וכו' וכו', אבער איך ליין יעדע בריוו דיינע און איך בין זיך מחי' מיט דיינע חידושי תורה.


הלוואי זאלסטו אפשרייבן אלע דיינע חדושי תורה וואס דאס איז זייער א חשוב'ע זאך, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה) אז טראכטן חדושי תורה איז א גרויסע תיקון פאר טראכטן שלעכטס.


העיקר מה שקורין "זיך דערהאלטן" – האט דער הייליגער רבי געזאגט; ווי אזוי מעסט מען אויבן אין הימל דאס גרויסקייט פון א איד? מען זעט ווי אזוי ער דערהאלט זיך און דינט ווייטער דעם אייבערשטן אפילו עס גייט דורך אויף אים שווערע ביטערע נסיונות.


אלס איינער וואס שטייט אין א געשעפט, אין א גראסערי – טראגסטו א גרויסע אחריות צו שענקען א שמייכל פאר יעדן איד וואס קומט אריין אינעם געשעפט; מיט איין שמייכל קענסטו טוישן יענעמס גאנצע טאג.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין די זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


שטארק זיך און דערהאלט זיך.


...