בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד מיט דיינע חבר'טעס נאר איידעלע זאכן
כיבוד אב ואם, שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, נייגעריגקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו רעדסט נישט מיט דיינע חבר'טעס פון בחורים, פון שידוכים; קיינער ווייסט נישט פון די שידוך וואס איך האב דיר אנגעטראגן, נאר דו און דיינע עלטערן; דאס אליינס ווייזט אז דו ביסט שוין רייף חתונה צו האבן.


גיי ווייטער אן מיט די הייליגע וועג, רעד מיט דיינע חבר'טעס פון אלעס אבער נאר איידעלע זאכן.


כאפ אריין די ביסל צייט ביז דו ווערסט א כלה און דו האסט חתונה - צו העלפן דיין מאמע; אויך נאך די חתונה דארף מען העלפן די עלטערן, אבער נאך די חתונה האט מען שוין ווייניגער צייט, מען האט שוין אן אייגענע ווירטשאפט; יעצט אלס מיידל זאלסטו העלפן דיינע עלטערן מיט שמחה און פרייד.


ווייז קיינעם נישט דעם בריוו, לאז די לאנגע נעזער אליינס פרובירן צו טראכטן: 'ווער? וואס? ווען? וואו?' דו פיר זיך קלוג און איידל.