בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - דארפסט נישט מורא האבן פון קיין קללות
הפצה, קללות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב דיר שוין געשריבן אז דו דארפסט נישט מורא האבן פון קיין קללות, אויב דו האסט מורא פון די קללות וכו' זאלסטו מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן ה): "עַל יְדֵי שִׁמּוּשׁ הַצַּדִּיק בָּא חֵרוּת וְנִתְבַּטֵּל הַקְּלָלוֹת", דורך דעם וואס מען באדינט א צדיק ווערט מען פריי, און אלע קללות ווערן בטל; אזוי ווי מיר געפינען ביי אליעזר עבד אברהם, ער האט משמש געווען אברהם אבינו דערפאר איז ער ארויס מכלל ארור לכלל ברוך און ער איז געווארן געבענטשט (מדרש בראשית רבה ס, ז).


אז דו וועסט עוסק זיין אין הפצה, דו וועסט מקרב זיין נאך מיידלעך און ווייבלעך צום אייבערשטן, דו וועסט פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות - וועסטו ניצול ווערן פון אלע קללות.


שלאפן אויף די רוקן איז נישט קיין פראבלעם פאר פרויען און מיידלעך.


דו קענסט פרעגן דיינע שאלות, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר עס ענטפערן.

#1 - קללות שאדט נאר פאר דעם מקלל
חתונה, קללות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט ארויסגיין פון שטוב און דו דארפסט נישט מורא האבן פון קללות; קללות שאדט נאר פאר דעם מקלל.


בנוגע זיך אפשערן; עס איז זייער א גרויסע זאך זיך אפצושערן די האר נאך די חתונה, רבי שמעון בן יוחאי זאגט צו גוטע דורות און פרנסה וכו' וכו' פאר די פרוי וואס שערט אפ אירע האר נאך די חתונה (עיין זוהר הקדוש פרשת נשא, דף קכה עמוד ב).


אויב איז ממש אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו, דו שפירסט אז אויב מען גייט דיר אפשערן איז דאס ווי מען גייט דיר אפהאקן דיין האנט וכו', דעמאלט קענסטו ווארטן וכו' און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, מיט אסאך תפילה והתבודדות וועסטו אנהייבן שפירן א געשמאק אין אידישקייט און דו וועסט זיין גרייט אויף דעם, וועסטו דאס טון בשמחה ובטוב לבב.


האב נישט מורא פון קללות; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ב): "כַּצִּפּוֹר לָנוּד, כַּדְּרוֹר לָעוּף, כֵּן קִלְלַת חִנָּם לוֹ תָבֹא", אזוי ווי א פייגל פליט ארויס פון איר נעסט צו זוכן עסן און נאכדעם קערט זי זיך צוריק, אזוי אויך ווען איינער שעלט וועט דאס צוריק קומען צו דעם וואס שעלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.