בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - יישר כח פאר'ן שטיין על המשמר אז די קיאסק זאל זיין ריין
שטעטל, קאמפיוטער, שמירת עינים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן שטיין על המשמר אז די קיאסק זאל זיין ריין, מען זאל נישט קענען זען קיין שום שלעכטס.


ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער אדל איינמאל פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און זי האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפ'ן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דעם זייגער עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער דעם זייגער? דו ווייסט נישט אז ס'איז דא אזעלכע שוואכע מוחות, ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך"; איז דאך זיכער אז מען דארף אכטונג געבן ווען עס קומט צו קאמפיוטערס, עס זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול.


איך האף צו זיין שבועות אין שטעטל, איך וויל קומען דאווענען א תפילה ביי ענק; איך טראכט פון קומען פרייטאג צו נאכטס דאווענען אין ענקער בית המדרש אשר בנחל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - זע צו ענדיגן באצייטנס דעם וועכנטליכן קונטרס עצתו אמונה
הדפסה, בית המדרש, עצתו אמונה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער שטארק, זע צו ענדיגן די וואך די קונטרס עצתו אמונה פאר פרשת נשא, ווייל די בית הדפוס וועט עס נאר דרוקן אויב זיי האבן דאס גרייט פאר יום טוב שבועות; זיי קענען נישט אניאגן צו מאכן זאכן די לעצטע מינוט.


איך האף צו קומען דאווענען שבת אינדערפרי ביי ענק אין בית המדרש.


אויך וויל איך דיר זאגן אז איך האב מנדב געווען א נייעם פרוכת פאר ענקער שול, איך האב געגעבן די געלט פאר ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - גבאים דארפן זען אז יעדער מתפלל זאל זיין פרייליך
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה חסידי ברסלב ליבערטי


מיר קומען זיך צוזאם שבועות ביינאכט ארום איינס אזייגער, מיר זינגען אביסל לכבוד יום טוב, נאכדעם זאגן מיר אינאיינעם דעם "תיקון ליל שבועות", אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; מיר זאגן די ערשטע פסוק פון יעדע פרשה און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, נישט מער און נישט ווייניגער.


אזוי גייען מיר פון תורה צו נביאים און פון נביאים צו כתובים, פון יעדן ספר זאגן מיר אינאיינעם הויך אויפ'ן קול. ווען מיר ענדיגן תורה זינגען מיר א ניגון, און ווען מיר ענדיגן נביאים זינגען מיר, אזוי יעדעס מאל זינגען מיר.


נאכדעם זאגן מיר תרי"ג מצוות; מיר זינגען נאך יעדע הונדערט מצוות א ניגון כדי דער עולם זאל נישט איינשלאפן.


אז עס בלייבט איבער צייט רעד איך אפאר ווערטער, נאכדעם גייען מיר אין א טאנץ, און ביים עלות השחר גייען מיר אין מקוה.


איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל דו האסט מיר געבעטן אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו מאכן ביי ענק אין בית המדרש. אבער איך וויל דיר קלאר שטעלן אז עס דארף נישט זיין פונקט אזוי, מיר מאכן אזוי ווייל אזוי ארבעט זיך אויס ביי אונז, דו מאך ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס ביי ענק; מען דארף נישט נאכמאכן די זאכן.


איין זאך דארף מען אכטונג געבן, גבאים דארפן זען אז יעדער מתפלל, יעדער איד וואס האט נאר אריינגעטראטן אינעם שול - זאל יענעם גוט זיין, יענער זאל זיין פרייליך.


גבאים דארפן האלטן קאפ אויב איינער פעלט, איינער קומט נישט - וואס איז די מעשה, אפשר דארף יענער הילף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - א נייע תורה!
קינדער, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, מוהרנ"ת ז"ל, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו קומסט שוין וואוינען אין שטעטל, עס איז א הערליכע פלאץ דער שטעטל; די גאנצע שטאט איז געבויט אויף דעם רבינ'ס יסודות – תורה, תפילה און גמילות חסדים.


איך האב אהיים געברענגט די נייע קינדער ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" פון ארץ ישראל, עס איז זייער שיין אויסגעקומען; איך האף דו וועסט זיך נישט פארזוימען, דו וועסט גיין א באנד נאך א באנד.


דעם קומענדיגן וואך, שבועות, זאלסטו אריינשטעלן די מעשה פון רבי נתן, ווי ער האט ארויסגענומען די תורה יום טוב שבועות און געטאנצן.


דא האסטו די מעשה אראפגעלייגט פאר קינדער:


עֶס אִיז יוֹם טוֹב שָׁבוּעוֹת אִינְדֶערְפְרִי, מֶען הָאט שׁוֹין גֶעעֶנְדִיגְט הַלֵּל, מֶען גֵייט שׁוֹין בַּאלְד זָאגְן "אַקְדָמוּת", מֶען וַוארְט מֶען זָאל שׁוֹין עֶפֶענֶען דֶעם אָרוֹן הַקּוֹדֶשׁ, אַרוֹיסְנֶעמֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה.


פְּלוּצְלוּנְג הֶערְט מֶען שְׁרֵייעֶן הוֹיךְ: "אַ נֵייעֶ תּוֹרָה...! אַ נֵייעֶ תּוֹרָה...!" דֶער אִיד וָואס נֶעמְט אַרוֹיס דִי תּוֹרָה אִיז אִיבֶּערְגֶעדֶעקְט מִיטְ'ן טַלִּית אוּן שְׁרֵייט: "אַ נֵייעֶ תּוֹרָה! אַ נֵייעֶ תּוֹרָה!" עֶר הוֹיבְּט אָן זִינְגֶען: "סְ'אִיז בֶּעסֶער צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה מֶער פוּן אַלֶע גָאלְד אוּן זִילְבֶּער!"


אַלֶע מֶענְטְשְׁן וואוּנְדֶערְן זִיךְ 'וָואס גֵייט דָא פָאר? וָואס אִיז הַיינְט - שִׂמְחַת תּוֹרָה? הַיינְט אִיז יוֹם טוֹב שָׁבוּעוֹת! וָואס טַאנְצְט עֶר אַזוֹי? וָואס שְׁרֵייט עֶר אַזוֹי?!'


קִינְדֶער, אִיר וֵוייסְט וֶוער עֶס אִיז דֶער אִיד וָואס טַאנְצְט אַזוֹי?


גֶעוֶוען אִיז דָאס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, עֶר פְלֶעגְט אַלְץ מַאכְן פְּתִיחַת הָאָרוֹן, עֶר פְלֶעגְט אַרוֹיסְנֶעמֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה פוּנֶעם אָרוֹן הַקּוֹדֶשׁ; פַּאסִירְט אֵיין יָאר יוֹם טוֹב שָׁבוּעוֹת, רֶבִּי נָתָן נֶעמְט אַרוֹיס דִי תּוֹרָה אוּן עֶר וֶוערְט אַזוֹי פְרֵיילִיךְ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, מִיר זֶענֶען אוֹיסְדֶערְוֶועלְט פוּן אַלֶע פֶעלְקֶער; רֶבִּי נָתָן נֶעמְט אַרוּם דִי תּוֹרָה אוּן הוֹיבְּט אָן טַאנְצְן, עֶר שְׁרֵייט: "אַ נֵייעֶ תּוֹרָה...! אַ נֵייעֶ תּוֹרָה...!" אַזוֹי וִוי אֵיינֶער פְרֵיידְט זִיךְ מִיט אַ נֵייעֶ זַאךְ, אַ נֵייעֶ קְלֵייד, אַ נֵייעֶ חֵפֶץ.


עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי תּוֹרָה אוּן אָנְגֶעהוֹיבְּן טַאנְצְן אַרוּם דֶעם בִּימָה, אוּן וֶוען אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הָאבְּן דָאס גֶעזֶען הָאבְּן זֵיי אוֹיךְ אָנְגֶעהוֹיבְּן טַאנְצְן, עֶס אִיז גֶעוָוארְן מַמָּשׁ אַזוֹי וִוי שִׂמְחַת תּוֹרָה, מֶען הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט מִיט דִי תּוֹרָה.


לָאמִיר אַלֶע טַאנְצְן מִיט דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, לָאמִיר אַלֶע שְׁרֵייעֶן הוֹיךְ: "שְׁכּוֹחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ בִּין אַ אִיד! אִיךְ פְרֵיי זִיךְ צוּ זַיין אַ אִיד!"


מאך א בילד ווי א איד איבערגעבויגן מיט'ן טלית אויפ'ן פנים - שפרינגט אין די לופט מיט די ספר תורה אין די האנט; א טייל מענטשן וואונדערן זיך וואס גייט פאר, און א טייל פאטשן מיט די הענט, אויפ'ן בילד זאל מען זען אז עס איז יום טוב שבועות, עס זאל זיין ביימער אין בית המדרש.


איך בעט דיר זייער זאלט זיך שטארקן און זאלסט שטארקן אלע וואס העלפן דיר, אלע וואס ארבעטן אין מכון עצתו אמונה; אויך משפחת ... און משפחת ... פון ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ס'לוינט זיך צו קומען צווישן אנשי שלומינו אפילו ווען ס'איז נישט באקוועם
חברים, אומאן, יום טוב, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


א שאד דו ביסט נישט געקומען שבועות אין שטעטל צוזאמען מיט דיין ראש ישיבה וואס האט דיר מזכה געווען מיט אזויפיל תורה און נאך אזויפיל גוטע זאכן; וואלסט זיך אזוי מחזק געווען, וואלסט באקומען פרישע כוחות צו קענען ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן.


גלייב מיר, עס לוינט זיך צו קומען צווישן אנשי שלומינו אפילו די בעט איז נישט אזוי באקוועם; איך ווייס אז דו ביסט נישט געקומען אין שטעטל ווייל דו האסט נישט געוואלט שלאפן אויף דער ערד אין א פארשטויבטע בעיסמענט צוזאמען מיט די בחורים, אן קיין שויער, אן קיין פריוואטקייט, האסט ענדערשט געוואלט האבן דיין אייגענע באקוועמע בעט, דיין פריוואטע צימער, דיינע פריוואטע געברויכן; זאג איך דיר אז מען קומט צווישן אנשי שלומינו, מען איז זיך מחזק מיט אמונה און מיט די עצות, שלאפט זיך אסאך בעסער אפילו אויף א מאטראץ אויף דער ערד - ווי אין אן אייגענע באקוועמע פריוואטע בעט; נישט דער בעט איז וואס לאזט שלאפן דעם מענטש רואיג, אז דער מח איז מסודר - שלאפט זיך, און אז דער מח איז נישט מסודר, מען האט נישט קיין שמחה, מען איז פארזארגט - קען מען זיך דרייען א גאנצע נאכט אין א באקוועמע אייגענע בעט און נישט קענען איינשלאפן.


שוין, איך שרייב דיר זאלסט וויסן אויף אן אנדערע מאל, זאלסט וויסן פאר אומאן; באלד פארט מען קיין אומאן, זאלסטו נישט מאכן נאכאמאל די נארישע חשבון פון א באקוועמע בעט און אן אייגענע פריוואטע דירה, עס איז ענדערש צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי וועסטו קענען א גאנץ יאר שלאפן רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - האלט זיך פריש
מקוה, שידוכים, התחזקות, התחדשות, טעלעפאן, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך האף אז דו דערהאלסט זיך, איך האף דו ביסט נישט מיואש, איך האף דו ווילסט נאך זיין אן ערליכער איד.


פריער האט מען מיר גערופן זיך נאכפרעגן אויף דיר פאר א שידוך, איך האב געגעבן גוטע גרוסן אויף דיר.


איך בעט דיר זייער, אנטלויף נישט; דו שטייסט שוין אט אט ביי די ישועה, יעצט איז נישט קיין צייט צו אנטלויפן. דראפע זיך און דערהאלט זיך, בלייב ערליך, האב נישט צוטון מיט נישט גוטע זאכן.


אנשטאט גיין דא און דארט זוכן גליקן – גיי צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


גיי יעדן טאג אין מקוה און זאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, דאס איז מתקן פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


 לאז זיך נישט נאך; טו זיך אן פרישע בגדים, האלט זיך פריש, וואש זיך אפ יעדן טאג און ווארף אוועק יעצט פאר קבלת התורה די טעלעפאונס און טעבלעטס וואס מען קען זען אין דעם עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים.

#9 - מקבל זיין די תורה מיט ריינקייט
קדושה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין נאנט צום הייליגן יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה פונדאסניי. ביי מתן תורה שטייט אז די אידן האבן זיך געדארפט רייניגן פון אלע טומאות פאר מתן תורה, דארפן מיר זיך יעצט אנהייבן רייניגן, מיר זאלן זיין גרייט צו מקבל זיין די תורה.


אין אונזערע צייטן, ווען די וועלט בכלל און די ביזנעס וועלט בפרט פארלאנגט מען זאל האבן א טעלעפאן און קאמפיוטער וכדומה, דארפן מיר זען אז די טעלעפאן, קאמפיוטער און טעבלעט זאל זיין פארמאכט, מען זאל נישט זען דארט שלעכטס. די הייליגע חכמים זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות, "קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", איז ערגער ווי טון אן עבירה, רש"י זאגט: "תאות נשים", טראכטן פון פרויען, "קשים להכחיש את בשרו יותר מגופו של מעשה; אויב מען וויל מקבל זיין די תורה – דארף מען זיין אפגעהיטן די אויגן און מחשבה.


מאך זיך א שמירה אויף די זאכן, וועסטו מקבל זיין די תורה מיט ריינקייט; אלעס וועט דיר גיין גרינגער.

#8 - געשריבן דעם ספר תורה מיט די געלט פון שדכנות
שידוכים, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, געפילן, ספר תורה, ותיקין, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענדיגט דער סופר יעצט שרייבן דעם ספר תורה, די הכנסת ספר תורה וועט זיין אם ירצה ה' אין שטעטל דעם קומענדיגן יום טוב שבועות, דעם ערשטן טאג פאר'ן ליינען, פארן זאגן אקדמות.


עס איז מיר א גרויסע שמחה אז איך האלט שוין ביים ענדיגן דעם ספר תורה; איך האב אנגעהויבן שרייבן דעם ספר זעקס יאר צוריק, מיין שוואגער הר"ר ..., א זון פון מיין שווער שליט"א - איז דער סופר, א חשוב'ער אינגערמאן א ירא שמים, איך האב מיט אים אפגעמאכט אז ווען איך וועל האבן געלט וועט ער שרייבן. איך האב דאס געשריבן מיט געלט פון שדכנות; מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה, איך בעט דעם אייבערשטן אז איך וויל אויך האבן די זכות צו קענען מאכן שידוכים; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין משדך געווען צענדליגער שידוכים.


איך האב דערציילט פאר מיין טאטע שליט"א, אדמו"ר מקארלסבורג, אז איך האב געשריבן דעם ספר תורה מיט געלט פון שדכנות האט ער מיר געזאגט אז דאס איז א מורא'דיגע זאך, "דו האסט מקשר געווען די ערשטע מצוה פון די תורה - פריה ורביה, מיט די לעצטע מצוה פון די תורה - שרייבן א ספר תורה; מיט'ן מאכן שידוכים האסטו דאך א חלק אין די מצוה פון פריה ורביה".


בנוגע דאווענען יום טוב ותיקין; קענסט מאכן א מנין ותיקין, אבער איך וועל נישט דאווענען ותיקין. ביי מוהרא"ש איז געווען כמה פעמים וואס מוהרא"ש האט געדאווענט ותיקין און כמה פעמים איז געווען אז מוהרא"ש איז אהיים נאכן עלות השחר; עס איז געווען א מנין פון אנשי שלומינו ביי ותיקין און שפעטער האט מוהרא"ש געדאווענט מיט א צווייטע מנין, דו קענסטו אויך מאכן אזוי, עס זאל זיין א מנין ותיקין פון אנשי שלומינו; איך וועל דאווענען צען דרייסיג.


זע צו רעדן צו אנשי שלומינו זיי זאלן עפענען די הערצער פאר די געסט וואס ווילן מיטהאלטן שבועות אינאיינעם. זייער אסאך אנשי שלומינו ווילן זיין אינאיינעם, אסאך שעמען זיך צו פרעגן, אסאך ווייסן אפילו נישט וועם צו פרעגן; עס וועט זיין זייער שיין אז מען וועט זיין אינאיינעם, מען וועט זיך קענען באנייען פון פריש מיט די זיסע עצות פון רבי'ן; שבועות איז א צייט וואס מען איז מקבל די הייליגע תורה פונדאסניי.


שטארק זיך מיט די גבאות'שאפט; עס איז אזוי שיין צו הערן גרוסן פון געסט וואס וויילן שבת אין שטעטל, פון דיין פארלערנען. איינער זאגט מיר: "עס איז אזוי שיין צו זען דער וואס לערנט פאר - דער זעלבער רייניגט דעם בית המדרש; דער וואס ליינט, דער בעל קורא - דער פאקט די ספרים; דער מגיד שיעור וואס לערנט פאר - דער קערט אויף די שול"; דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט, איך האב זיך געשפירט היימיש, ווייל אין ישיבה איז אלץ אזוי געווען; דער וואס האט א געפיל - דער טוט, נישט קיין חילוק וואס זאל זיין, איז עס רוימען; איז עס פארלערנען; איז עס צאמנעמען די ספרים וכו' וכו', און דער וואס האט נישט דעם געפיל - דער שטייט אין דער זייט.


דערמאן זיך ווער עס האט געבויט דעם עירוב אין שטעטל, ווער איז געקראכן אין די וועלדער און פעלדער, ווינטער פארפרוירן געווארן און זומער פארברענט געווארן; נאר די אינגעלייט און בחורים וואס האבן א געפיל, די בחורים וואס פארפעלן נישט קיין ח"י פרקים משניות - די זענען געווען אין וואלד פאר וואכן און חדשים מאכן די צוים, נאר די וואס האבן א געפיל.


הלואי זאל איך האבן נאך אפאר מיט וועם צו גיין צום טיש, וואלט איך זיך געקענט אסאך מער רוקן אויף פאראויס; הלואי זאל איך האבן נאך אפאר וואס זאלן מסכים זיין צו גיין וואוינען אפילו אין בויבעריק - צו זיין א מלמד פאר אידישע קינדער, לערנען מיט זיי אויפ'ן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט; אן קיין שום חשבונות, אן קוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן; דאס באדינען דעם רבי'ן זאל זיין זייער באקוועמסטע זאך אויף דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג האבן דעם געפיל אין רבי'ן, מיר זאלן נישט וועלן קיין שום שכר; דאס העלפן דעם רבי'ן זאל זיין אונזער גרעסטער פארגענוגן.


 

#7 - ארייננעמען געסט אויף יום טוב שבועות
שטעטל, הכנסת אורחים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ג' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל זיין דעם קומענדיגן יום טוב שבועות אין שטעטל אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, וויל איך אייך בעטן אויב עס איז שייך אריין צו נעמען געסט.


עס זענען דא אסאך משפחות וואס ווילן זיין אינאיינעם יום טוב שבועות, אויך איז דא בחורים וואס ווילן זיין אינאיינעם; ווער עס האט פלאץ אריין צו נעמען געסט צו שלאפן, און ווער עס קען ארייננעמען געסט פאר סעודות זאל זיך מעלדן צו ..., אזוי וועלן אלע קענען זיין אינאיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות
חברים, קדושה, גמרא, הלכה, חומרות, תמימות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


אן א שיעור גריסן איז צו מיר אנגעקומען פון אייער חבורה אין ירושלים פונעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות; מענטשן דערציילן מיר אז מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט שבועות אין אייער חבריא, מען האט מרחוק פארשטאנען דאס וואס דער הייליגער של"ה ברענגט (ספר של"ה, מסכת שבועות), די מעשה נורא פון די חבורה ביים הייליגן בית יוסף זכותו יגן עלינו וואס זיי האבן אלץ זוכה געווען בשעת זיי האבן געזאגט דעם תיקון, שבועות ביינאכט.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע חברים, געבט אכטונג פון פאלשע לימודים; זעט צו לעבן מיט די וועג פון די תורה, בפרט ווען עס רעדט זיך ביי דברים שבינו לבינה - דארט דארף מען זיך זייער היטן פונעם פרומער יצר הרע וואס שטעלט א פנים ווי אן עובד השם און אזוי ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון דעם צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), אז ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו' פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום חומרות ופרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו'.


עס איז מיר שווער צו שרייבן אין דעם נושא, אויך איז שווער צו פארשטיין פונקטליך וואס יא און וואס נישט וכו', וכו' - אפילו ווער עס הערט די שיעורים. גלייך ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין מיט ענק אין ארץ ישראל, איך וועל אייך מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות, דער וועט זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען יעדן טאג כאטשיג דעם דף גמרא, דאס וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות; ווי אזוי קענען מיר זיך קריגן מיט'ן יצר הרע? נאר אז מען לערנט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא, פארברענט דאס דעם יצר הרע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אפילו מ'פארשטייט נישט די גמרא, דאך זאלט איר זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט העלפן מען זאל זיך קענען קריגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע שטעלט אונז אונטער און וויל אונז אראפ ווארפן.


א פרייליכן שבת.

#5 - זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע
כיבוד אב ואם, משפחה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב יום טוב שבועות מיט דיין טאטע אז ער זאל נישט זיין עלנד, איינער אליין.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין כח צו זיין מיט אים, ווייל ער דאווענט אין א פלאץ וואו מען ענדיגט דאווענען פינף אזייגער נאכמיטאג; דאס איז נישט פאר דיינע נערווען, דו האסט נישט קיין כח צו דעם וכו'; זאלסטו אין די צייט אהיים גיין קידוש מאכן און זיך אביסל אויסלופטערן, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און ווען ער ענדיגט דאווענען זאלסטו אים באגלייטן פון שול אהיים און מאכן א שיינע סעודה מיט אים.


געדענק, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דו וועסט האבן קינדער און דו וועסט אויך וועלן זיין מיט דיינע קינדער, און ווי אזוי דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין טאטע אזוי וועלן דיינע קינדער דיר מכבד זיין.


זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, נעם נישט קיין חלק אין קריגערייען, דו זיי מיט ביידע; און אז דיינע שוועסטערס גייען שבועות צו דיין מאמע זאלסטו זיין מיט דיין טאטע, אים צו מאכן א שמחת יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.

#4 - דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים
חסידות ברסלב, לימוד התורה, אחדות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו קבלת התורה ווען מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


איר ווייסט אודאי דעם סיפור וואס איז געווען ביי רבי נתן, אמאל יום טוב שבועות איז ער געגאנגען פתיחת הארון און ווען ער האט ארויס גענומען דעם ספר תורה פון ארון הקודש האט ער זיך מורא'דיג צופלאמט און אנגעהויבן טאנצן: "א נייע תורה!" "א נייע תורה!" - האט ער געשריגן, און אלע אנשי שלומינו זענען געווארן אזוי פרייליך אז זיי זענען אויך צוגעגאנגען טאנצן מיט רבי נתן זכרונו לברכה; דאס איז געווען רבי נתן, ער איז געווען פריש, אלץ איז געווען ניי; א נייע יום טוב, א נייע תורה, א נייע טאג.


אז מען גייט צו צום יום טוב שבועות מיט אזא הכנה איז אלעס אנדערש; מען גרייט זיך מיט שמחה צו מקבל זיין די תורה, א נייע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפ'ן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", ווען מען לערנט תורה דארף דאס זיין מיט א התחדשות; א נייע תורה.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן; בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן איז געווען דריי זמנים ווען מען פלעגט קומען צום רבי'ן: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', נאכן רבינ'ס הסתלקות - שרייבט רבי נתן - קומט מען ווייטער צום רבי'ן נאר אויף ראש השנה. אויף שבת חנוכה און יום טוב שבועות פארט מען נישט צום רבי'ן, דאס וואס מען זעט היינט נסיעות קיין אומאן אויף שבת חנוכה און שבועות דאס איז פון די סוכני נסיעות (טרעוועל אגענטן) וואס ווילן מאכן פרנסה וכו'.


איר זאלט פרובירן דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, ווייל וואו צען מענטשן פון אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איך האלט אין איין באקומען שיינע גריסן פון אייער חבורה; איך האב אזוי הנאה צו הערן ווי שיין איר לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, ווי מען איז מקרב יעדן איינעם וואס קומט. איך בין טאקע ווייט בריחוק מקום אבער מיין הארץ איז מיט אייך; איך ווארט און האף צו קענען קומען קיין ארץ ישראל זיך טרעפן מיט אייך און זיך מחזק זיין אינאיינעם.


איך שיק אייך דעם תיקון ליל שבועות וואס מיר האבן געמאכט; א שאד איר זאלט נישט זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס קומען אראפ יום טוב שבועות. זייער אסאך מענטשן זאגן נישט דעם תיקון ליל שבועות צוליב דעם וואס עס נעמט זייער לאנג, וואלטן זיי ווען געוואוסט אז דער גאנצער תיקון ליל שבועות נעמט נישט מער ווי א האלבע שעה און נאך אביסל - וואלטן אלע דאס געזאגט.


דעריבער האבן מיר געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געהייסן, מען זאל זאגן נאר דעם ערשטן פסוק און דעם לעצטן פסוק פון יעדע סדרה אין חמשה חומשי תורה און פון יעדע ספר אין נ"ך, נאכדעם לערנט מען די תרי"ג מצוות און אז עס בלייבט איבער צייט איז מען זיך מתבודד.


שבועות ביינאכט איז נישט א צייט צו פארברענגען מיט חברים מיט שטותים והבלים; שבועות ביינאכט איז זייער א גרויסע נאכט, דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שמועסן ביינאכט; מען קען אין דעם נאכט פועל'ן אסאך ישועות. די אלע וואס בלייבן אויף סתם צו רייכערן און שמועסן איז א גרעסערער תיקון אז זיי זאלן גיין שלאפן, אדער לערנט מען אדער איז מען זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן; מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר שיעורים אין כל התורה כולה און זיין דבוק אין אים.


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב.

#3 - באצירן דעם בית המדרש פאר יום טוב שבועות
בית המדרש, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב דו ווילסט האבן די זכות היי יאר אזוי ווי אלע יארן אנצוגרייטן דעם בית המדרש מיט שיינע בלומען פאר יום טוב שבועות, אזוי ווי דו פלעגסט אלע יארן באצירן דעם בית המדרש מיט שיינע בלומען, וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר מודיע זיין אויב דו ווילסט האבן די זכות דאס יאר אויך.


בעט דיין ווייב זי זאל פרעגן די פרויען ווער עס וויל העלפן אנגרייטן אביסל מילכיגע זאכן לכבוד שבועות.


וואויל איז דיר און און וואויל איז דיין ווייב וואס איר העלפט אזוי געטריי און שיין מיט יעדע זאך וואס מען דארף.

#2 - באשיינען דעם בית המדרש לכבוד חג השבועות
שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האף אז דו וועסט אנהאלטן מיט די זכות וואס דו האסט אלע יארן געהאט, די זכיה צו באצירן און באשיינען דעם בית המדרש לכבוד חג השבועות; איך ווארט צו הערן פון דיר צי דו וועסט דאס ווייטער טון אויך היי יאר.


אין זכות פון באשיינען און באצירן דעם רבינ'ס בית המדרש, זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.


געדענק, יעדע זאך וואס מיט טוען פאר'ן רבי'ן איז א נצחיות; א זאך וואס בלייבט פאר אייביג.


דיין ראש ישיבה.


...

#1 - עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון א מלמד
מלמדים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד פאר תינוקת של בית רבן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי א מלמד פאר תינוקת של בית רבן, דער וואס לערנט מיט די ריינע קינדער די הייליגע תורה; די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן.


יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם הייליגן יום טוב שבועות - זמן מתן תורתינו זענען די מלמדים די גרעסטע מחותנים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד) אז ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געבעטן פון די אידן: "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגטס מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף אויך א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים", האט דער אייבערשטער זיי געזאגט דאס זענען גוטע האפטן, "עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם", בזכות דעם וואס מען וועט לערנען די תורה מיט די קינדער געב איך אייך די תורה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ח, ג): "מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד, לערנען מיט אידישע קינדער די הייליגער תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.