בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - וואס האט מען פון א שידוך אן שלום בית?
שלום בית, מנהגים, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אונזער מנהג איז צו ליינען מיט א ספר תורה נאך שחרית - אין די ערשטע צוועלף טעג פון חודש ניסן - די פרשה פון די נשיאים, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו), עס איז מסוגל אויף א שידוך; דאס מיינט מען אויך אינגעלייט וואס האבן שוין חתונה געהאט, א שידוך איז שלום בית, ווייל וואס האט מען פון א שידוך אן שלום בית?


ביים רבי'ן איז געווען א יסוד אין עבודת השם צו האבן שלום בית, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, איר האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער צדיק רבי מאיר'ל פרימישלאנער זכותו יגן עלינו זאגט אויפן פסוק (במדבר ז, כ): "כף אחת", איין בייג – "עשרה זהב", ברענגט עשירות, דאס איז וואס איז וויכטיג ביי א שידוך און ביי שלום בית, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "נְחֵית דַּרְגָּא נְסֵיב אִיתְּתָא", בייג איין דיין קאפ און האב חתונה; נאר אז מען בייגט איין דעם קאפ פארן אייבערשטן, מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער; מיין שידוך, מיין משפחה, מיין לעבן - אלעס אלעס איז נישט קיין מקרה, נישטא קיין פערצופאל, אלעס איז פונעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו 'עשרה זהב', קומען צו די העכסטע דרגא, די צענטע דרגא.


מאך א פרישע התחלה פון דעם שבת החודש צו רעדן שיין אין שטוב; אפילו מען רעדט נישט שיין צו דיר, זאלסטו ווייטער רעדן שיין. אז מען איז מכבד די ווייב מיט די כוונה, ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן - דעמאלט איז גוט, און אפילו די ווייב פארלירט זיך און זידלט אן - איז מען ווייטער מכבד מען רעדט ווייטער שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - געווען קאלט און טרוקן, יעצט קענען מיר זיך באנייען
שבת החודש, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זיך זייער געפרייט דיך צו זען פורים, איך וויל האבן מער קשר מיט דיר, הלואי קומסטו ארויף מער אין ישיבה.


די וואך איז שבת החודש, מען בענטשט ראש חודש ניסן, מען גייט אריין אין די זומער חדשים; נאך א לאנגע קאלטע ווינטער וואס אלע ביימער זענען געווען טרוקן - הייבט זיך יעצט אן א נייע צייט, עס הייבט אן וואקסן פירות, עס קומען ארויס די בלעטלעך; דאס לערנט אונז אז אפילו דורכאויס אזא לאנגע צייט זענען מיר געווען קאלט און טרוקן - קענען מיר יעצט זיך באנייען און צוריק אנהייבן דינען דעם אייבערשטן מיט חיות און שמחה.


ליבער ברודער, הייב אן דיין טאג מיט גיין אין שול, טו נישט גארנישט איידער דו גייסט אין שול. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא), עס איז ריכטיג מען זאל גלייך אינדערפרי דאווענען, ווייל דאווענען איז אזוי גרויס און טייער, און אויב מען שטופט דאס אפ, קען זיין מען וועט פארפאסן דאס דאווענען, דעריבער דארף מען דאווענען וואס פריער.


זיי זיך מקבל זיין צו דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין; אז מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך אויף זיך די השגחה עליונה. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול, פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש, פארוואס איז ער נישט געקומען אין שול? און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פונעם מענטש זיין פראבלעם.


גיי מיט ציצית און טו אן תפילין, און דער עיקר זאלסטו זיך פרייען מיט די הייליגע מצוות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "כֹּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִּין בְּרֹאשׁוֹ וּתְפִילִּין בִּזְרוֹעוֹ וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ הַכֹּל בְּחִיזּוּק שֶׁלֹּא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין און גייט מיט ציצית און האט א מזוזה אין שטוב - וועט זיכער נישט זינדיגן; ווייל אז מען פרייט זיך אז מען האט די זכיה צו טון די הייליגע מצוות - באקומט מען א שמירה עליונה, מען ווערט אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איך בין געבינדן אין תפיסה ביי די טומאה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דעם שבת בענטשט מען חודש ניסן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.): "בְּנִיסָן נִגְאֲלוּ", אין ניסן זענען אונזערע עלטערן אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, "בְּנִיסָן עֲתִידִין לִיגָּאֵל", און אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן; דאס מיינט מען די גרויסע גאולה וואס משיח וועט אונז אלע אויסלייזן, און אויך מיינט דאס די גאולה פרטית; יעדער איינער קען זוכה זיין צו אויסגעלייזט ווערן פון זיינע שווערע נסיונות און שלעכטע תאוות, ווייל אין חודש ניסן קומט אראפ א הייליגקייט אויף יעדן איינעם.


ווי אזוי ווערט מען אויסגעלייזט פון די שווערע נסיונות? דורך תפילה והתבודדות, דורך זיך אויסרעדן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, די שפראך וואס מען איז געוואוינט צו רעדן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעְלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", דאס שמועסן מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך איז זייער א גרויסע זאך, עס איז העכער אלעס; דעריבער זאלסטו טון די הייליגע עבודה, גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, שמועס אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט טון שלעכטע זאכן, וואס זאל איך טון אז איך האב שווערע ביטערע נסיונות, איך שפיר זיך ווי איך בין געבינדן אין תפיסה ביי די טומאה, העלף מיר איך זאל ארויסגיין פון מיינע תאוות רעות, העלף מיר איך זאל דיך דינען, איך זאל נאר טון דיין ווילן"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות; וועסטו ארויסגיין פון דיין אייגענע גלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - אויסבארגן שמחה
שמחה, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך שבת החודש - ווען מען בענטשט ראש חודש ניסן - קען מען זוכה זיין צו פועל'ן ישעות אין אלעס וואס מען דארף. מען זאגט ביים דאווענען (יוצרות פון מוסף): "החודש אשר ישועות בו מקיפות", צדיקים טייטשן: 'מקיפות' איז א לשון פון (אבות ג, ב): 'החנוני מקיף', א לשון פון בארגן, מען בארגט אויס אין דעם חודש ישועות פאר יעדן איינעם; אפילו דער וואס האט נישט קיין זכותים קען אויך בעטן דעם אייבערשטן אויף בארג א ישועה.


אויך קען מען אויסבארגן שמחה פון שפעטער, אפילו ווען מען האט גארנישט, מען ליגט אין חובות, מען ווארט אויף ישועות - קען מען זיך פרייען אויף בארג. אזוי ווי ר' אהרן קיבליטשער, אן ארעמאן; ער האט געהאט א שטוב מיט פיר ליידיגע ווענט, ער האט גארנישט געהאט אין שטוב, און אלץ איז ער פרייליך געווען; ווען מען האט אים געפרעגט: "פון ווי האסטו די כוחות צו זיין פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער געזאגט: "איך גלייב אז איין טאג וועט נאר זיין גוט, דעמאלט וועט די שמחה זיין בשלימות, בארג איך אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט".


על כן טייערער ברודער, הארציגער חבר, זיי פרייליך, בארג אויס שמחה, זוך אויף די חסדים פונעם אייבערשטן, זוך אויף אין די ענגשאפט ווי דער אייבערשטער מאכט ברייט און דאנק אים און לויב אים; ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ נענטער ווערט מען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - פונדאסניי לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה
התחדשות, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך ליינט מען פרשת החודש, זאלסטו זיך זייער שטארקן און זיך אויפפרישן אין עבודת השם, ווייל צדיקים זאגן אז פרשת החודש איז א גוטע צייט זיך צו באנייען און זיך אויפפרישן אין עבודת השם און נישט זיין אלט; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אין טוב להיות זקן", עס איז נישט גוט צו זיין אלט, "הן חסיד זקן, הן צדיק זקן", סיי אן אלטער חסיד, סיי אן אלטער צדיק - איז נישט גוט צו זיין; מען דארף זיך באנייען יעדן טאג אנצוהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן.


הייב אן פונדאסניי לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דער הייליגער צדיק רבי שלמה מ'זוועהיל זכותו יגן עלינו האט זיך אויסגעדריקט: "א מענטש וואס לערנט נישט א בלאט גמרא, יענעם טאג האט ער א פנים ווי א הונט, ה' ישמרינו", און אמאל האט ער געשריגן צום גבאי ער זאל שנעל קומען ווייל א הונט איז אין שטוב, און ווען דער גבאי האט געפרעגט: "וואו איז די הונט?" האט ער געוויזן: "דער מענטש זעט אויס ווי א הונט", השם ישמרינו; זאלסטו זיך באנייען און אנהייבן לערנען גמרא, מאך זיך א קביעות צו לערנען אין א סדר א בלאט גמרא נאך א בלאט, און אז דו קומסט אן צו א שטיקל גמרא וואס דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זיך נישט אפשטעלן, נאר לערן ווייטער אין א סדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - חודש הגאולה, יעדער ווערט אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן
שמחה, ישועות, שלום בית, הפצה, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, פסח, יום טוב, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, שבת החודש, מברכים ניסן, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת החודש, שבת מברכים ניסן, מען גייט אריין אין די חודש הגאולה; יעדער איד קען זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן וואס ער ליידט.


מען זאגט אין די יוצרות 'החודש אשר ישועות בו מקיפות', טייטשט מוהרא"ש, מען קען זיך אויסבארגן ישועות; וואס פאר א ישועות איז דאס בעסטע זיך אויס צו בארגן? שמחה, מען קען שוין זיין פרייליך מיטן חשבון אז באלד קומט גוטע טעג און דעמאלט וועט מען דאך זיין פרייליך, בארגט מען אויס שמחה פון שפעטער... אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען אן עני ואביון, אזוי ווייט אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט, אויף צו זיין יעצט פרייליך".


מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל תלמידי היכל הקודש, זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געווען דעם ווינטער אין ארץ ישראל. איך האב געהאט אין פלאן צו זיין, איך האב אבער נישט געהאט במשך דעם ווינטער מיין פאספארט, נאר יעצט האב איך דאס באקומען, און יעצט איז שווער איבער צו לאזן די שטוב צוליב די הכנות פון פסח, זייט נישט ברוגז, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אין ארץ ישראל בערך צוויי וואכן נאך פסח און זיך קענען אינאיינעם מחזק זיין; בעיקר וויל איך זיין מיט די תלמידי הישיבה, די טייערע בחורים, און אויך מיט די קינדער; ווייל דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע.


יעצט איז מען זייער פארנומען מיט הכנות פאר פסח, וויל איך ענק בעטן ענק זאלן אריינברענגען דעם יום טוב פסח מיט שמחה, אויף דעם זאל מען זיך פארלייגן מער פון אלעם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה) הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות און נישט זוכן די חומרות, און אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון, יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט ענק נאכאמאל, געבט אכטונג אין די ערב יום טוב טעג צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב. די פרויען ארבעטן שווער ארויסצוטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, זיי לייגן אריין אזויפיל כוחות אין די מצוה, דארף מען זיי מחזק זיין, און חס ושלום נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלט איר אכטונג געבן נישט וויי צו טון די ווייב.


מיינע ליבע ברידער, מען מוז רעדן מיט דרך ארץ, מען מוז רעדן ווייך און איידל, מען טאר נישט שרייען און שאפן; אז מען שרייט אויף די ווייב איז מען א שגץ; זייט נישט בייז וואס איך זאג אייך, מען קען גיין מיט א ירושלימ'ער קאפטן און א ווייסע קאפעלע; אז מען טשעפעט די ווייב - איז מען א באנדיט, אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים.


גייט הפצה, יעצט בין הזמנים איז א גרויס רחמנות אויף בחורים און אינגעלייט, מען דארף גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, די קונטרסים פון מוהרא"ש.


א פרייליכן שבת!

#1 - ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?
תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, פסח, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכנישט צו זיך געקומען פון זיין מיט אייך אין ארץ ישראל, יעדע סעקונדע האט זיך געשפירט אזא זיסע געשמאקע טעם. איך האב אזוי ליב זיך צו טרעפן מיט די חברים אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך טראכט אסאך פון ענק.


די וואך שבת החודש, שבת ראש חודש, שבת דעם רבינ'ס יום הולדת - איז א גוטע צייט זיך צו באנייען, אנהויבן פון פריש זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.): "בניסן נגאלו אבותינו ממצרים", חודש ניסן זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים, "ובניסן עתידין ליגאל", און אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן; איז דאך יעצט א פאסיגע צייט אויסגעלייזט צו ווערן - יעדער איינער - פון זיין גלות.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון גלות מצרים? דורך רעדן צום אייבערשטן, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; ווען מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים - גייען אוועק אלע פראבלעמען, מען ווערט אויסגעלייזט.


א איד איז געקומען פסח צו מוהרא"ש און געקרעכצט: "ווי אזוי איז מען זוכה צום פסח אליינס?" ווייל רבי נתן פלעגט זאגן, אויף פסח וועט זיין געלט, "אויף פסח וועט זיין", עסן אויף פסח וועט זיין, "אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?" ווי נעמט מען דעם קדושת הפסח; דער איד האט אזוי געקרעכצט צו מוהרא"ש: "ווי איז מען זוכה צום פסח?" האט אים מוהרא"ש געזאגט שארף און קלאר: "דו ווילסט זוכה זיין צום פסח? עפן דיין מויל און הויב אן רעדן צום אייבערשטן, דו האסט א גרינגע וועג צו קומען צו אלע מדריגות".


א איד דערציילט, ער האט אמאל גערעדט מיט מוהרא"ש, ער האט געבעטן מוהרא"ש זאל אים געבן אן עצה ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה, מוהרא"ש איז דעמאלט געשטאנען אינדרויסן פון שטוב און געהאלטן אינמיטן נעמען די פאסט, מוהרא"ש זאגט אים: "קוק איך וועל דיר ווייזן אין די פאסט ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה", ער נעמט ארויס די פאסט, דארט איז געלעגן א הזמנה פאר א חתונה, מוהרא"ש עפנט עס אויף און ווייזט אים: "קוק וואס מען שרייבט דיר, 'קידושא רבה אחר התפילה' מען איז זוכה צו קדושה רבה נאכן דאווענען"; אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען עפנט די מויל און מען שעפשעט א תפילה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין אפגעהיטן" - דאס ברענגט צו די גרעסטע קדושה.


מאכט זיך נישט נאריש מיט חומרות, ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה און דביקות אינעם אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין חומרות אפילו פסח. ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שיינעם פסח, איר זאלט ניצול ווערן פון חמץ.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר'ן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפנט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט און ער איז געווען זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.