בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4536 - זייט איר מסביר אז דאס איז שעדליך פאר די לעבן
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו איר, זייט איר מסביר אז דאס איז א זאך וואס דער אייבערשטער האט זייער פיינט און דאס איז שעדליך פאר די לעבן.


זי איז נישט שולדיג; שולדיג איז די חינוך, די חינוך איז פארדארבן; מען רעדט נישט צו די קינדער פון יראת שמים, מען רעדט נאר פון זאכן וואס ברענגט כבוד פאר די מוסד, און ווי מער מען קען משוגע מאכן די קינדער זאלן לערנען זאכן וואס מען דארף נישט פאר די לעבן.


זייט מחזק אייער שוועגערין, זאגט איר זי זאל זיך זייער אכטונג געבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4535 - אז דו דאווענסט אן מנין, פון וואו זאל קומען די שפע?
רפואה, פרנסה, בית המדרש, דאווענען, פסח, מנין, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאווענסט טאג איין טאג אויס - אן מנין, נו וואס ווילסטו? פון וואו זאל קומען די שפע? פון וואו זאל קומען די פרנסה?! מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין - ברענגט שפע".


גיי דאווען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם - וועסטו זען דו וועסט האבן גרויס שפע.


אויך זאלסטו נישט רעדן אין שול ביים דאווענען; וועסטו זיין געזונט און שטארק, דו וועסט אויסגעהיילט ווערן פון אלע קרענק.


ובחנוני נא בזאת, וועסט זען; אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען מיט מנין און נישט רעדן ביים דאווענען - וועט זיך גיסן ביי דיר שפע און דו וועסט זיין געזונט און שטארק.


זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די פרויען צאמקום. מען גייט רעדן וויכטיגע זאכן, ווי אזוי מען מאכט פסח'דיג און נאך שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4534 - זאל מען קנס'נען בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טישורט?
חינוך הילדים, בחור, אמונה, ישיבה, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו קנס'נען אלע בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טי-שערט? מאך נישט קיין עסק פון די זאכן. דער עיקר לייג אריין אין די בחורים אמונה, רעד צו זיי פונעם אייבערשטן, רעד צו זיי פון השגחה פרטית, מעשיות פון תפילה; עס איז נאריש זיך צו שטעלן אויף די זאכן.


א שאד אז מען נעמט אומוויסנדע מענטשן פאר משגיחים וואס מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל, מען שטעלט זיך אויף אזעלכע נארישע זאכן אין די צייט וואס בחורים פאלן אין עבירות, זענען פוגם בברית רחמנא לצלן; וואלט מען ווען געדארפט רעדן פון קדושה און פון תשובה, נישט פון גיין א כאלאט און מיט א צוגעמאכטע רעקל.


איך בעט דיר זייער, לייג אריין אין די בחורים א ליבשאפט צום אייבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. שמועס מיט זיי ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדן איינציגסטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4533 - אפילו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך, זאלסטו בענקען, וועלן און האפן
התחזקות, עבודת השם, רצונות, סיפורי צדיקים, חומש רש"י, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בענק צום אייבערשטן, דאס וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות. אפילו דו זעסט ווי עס גייט דיר נישט, דו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך - דאך זאלסטו בענקען, וועלן און האפן, אזוי וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


עס איז באוויסט ביי אנשי שלומינו, אז ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, ער איז געקומען צום רבי'ן און געזען דעם ספר שבחי האריז"ל - האט ער געבעטן דעם רבי'ן אויב ער קען דאס בארגן, האט דער רבי געזאגט: "יא", און דער רבי האט געשמייכלט און געזאגט: "אבער זאלסט נישט זיין ווי די חסידים וואס בארגן א ספר און פארגעסן עס צוריק צו געבן".


רבי נתן איז אריבער דעם ספר אפאר מאל און צו מארגנס האט ער דאס צוריק געברענגט. דער רבי פרעגט אים: "וואס האסטו געזען אינעם ספר?" זאגט רבי נתן: "צוויי זאכן. איינס, דער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים וויטאל אז אינעם היינטיגן דור קען א מענטש צוקומען צו די מדריגה פון רבי עקיבא מיט מיעוט פעולות, מיט ווייניג טון", האט זיך דער רבי אנגערופן: "יא יא, מיט ווייניג טון אבער מיט אסאך בענקען", און דער רבי פרעגט אים: "וואס איז די צווייטע זאך?" זאגט רבי נתן: "עס שטייט אינעם ספר, ווי מער דער אריז"ל האט אויסגעלויבט זיין תלמיד רבי חיים וויטאל - אלץ מער איז ער געווארן ביי זיך כלא כלום, ווי גארנישט, און עס איז אים געווען א וואונדער פארוואס זיין רבי רעדט פון אים", דער רבי האט דאס געהערט, ער האט געקוקט אויף רבי נתן און אים גארנישט געזאגט.


עס איז דא אסאך צו רעדן פון דעם, איך יאג זיך, איך דארף לויפן צו די בחורים. דער עיקר וויל איך זאלסט ארויסנעמען פון דעם סיפור דאס וואס דער רבי האט געזאגט: "מען קען זוכה זיין צו קומען צו גרויסע מדריגות דורך ווייניג טון אבער דורך אסאך בענקען".


די וואך גייען מיר ענדיגן ספר שמות. די וואך גייט צוויי פרשיות, ויקהל און פקודי, איז גוט שוין היינט זונטאג אנצוהייבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, איינגעטיילט לויט די וואך. אז מען לערנט יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י - איז מען זוכה צו רוח הקודש, מען ווערט געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4532 - דערציילט גארנישט שלעכט פון אייערע עלטערן פאר'ן ענדיגן דעם שידוך
תפילה והתבודדות, שידוכים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דערציילט גארנישט שלעכט פון אייערע עלטערן; לאזט די שידוך זאל זיך ענדיגן, און נאך אייער חתונה וועט איר קענען דערציילן פאר אייער מאן אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ. יעצט אז מען האלט נאך פאר'ן פארמאכן די שידוך - זאלט איר גארנישט דערציילן אז זיי קריגן זיך און זיי ווילן זיך גט'ן.


געבט זיך איבער צום אייבערשטן; אים קענט איר שוין אלעס דערציילן, און דעם אייבערשטן זאלט איר אלעס דערציילן. דער וואס שמועסט מיטן אייבערשטן - דער לעבט א גן עדן לעבן, מען שפירט א זיסקייט, א טעם אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4531 - קער נעמען פון פראבלעמען איז נישט קיין חסרון אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, עבודת השם, אומאן, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט קומט הייליגע טעג, מען קען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. פורים איז א צייט וואס (ירושלמי מגילה פרק א', הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט א געבעט - געבט מען אים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן זענען געווען צוויי צדיקים פון אנשי שלומינו, ביידע האבן געהאט שטארקע ציין ווייטאג, איינער פלעגט גיין יעדן טאג צום רבינ'ס ציון וויינען אז זיין ציין טוט אים וויי און דער אנדערער איז געגאנגען צום ציין דאקטער און די ווייטאג איז אים אוועקגעגאנגען, ער האט געזאגט: "אין די צייט וואס איך בעט מיין ציין זאל מיך נישט וויי טון - קען איך בעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין נאנט צו אים און אים דינען".


דערפאר זאלט איר נישט טראכטן אז איר האט נישט קיין אמונה, איר קענט נעמען ווייטאמינען און איר זאלט גיין צו וכו', עס איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4530 - דאווען די דריי תפילות מיט מנין וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן
שמחה, בחור, אמונה, יענער, דאווענען, זעלבס זיכערקייט, דירה, ארץ ישראל, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין וועט זיך אלעס ביי דיר טוישן צום גוטן. קוק נישט אויף קיינעם, טראכט: 'איך קום צום אייבערשטן, איך דארף נישט קיינעם', אזוי וועט דיר זיין גרינגער.


בנוגע וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי אן אויסגעקלאפטער בחור דארט אין ארץ ישראל, דו ווילסט קומען קיין אמעריקע; קום נישט קיין אמעריקע, נישטא גארנישט אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל. דאס וואס דו שפירסט זיך ווי אן אויסגעקלאפטער, ווי אלע קוקן אויף דיר ווי א דורכפאל - דאס האט נישט מיט די פלאץ, דאס איז אין קאפ; אז דו וועסט דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב, און דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה - וועט דיר גאר ווייניג אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4529 - נישט נאכזאגן ווערטער וואס איך זאג פאר יחידים צו טון
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו שמועסן די זאכן צווישן פרויען וכו'.


איך בעט אייך, מען זאל נישט נאכזאגן ווערטער וואס איך זאג פאר יחידים צו טון, זאל מען נישט זאגן אז דאס דארפן אלע טון; אז די פרוי וויל דאס טון קען זי דאס טון, און אז דער מאן וויל זאל זי דאס טון, אבער אויב די האר שטערט נישט פאר די מאן און ווייב דארף מען דאס נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4528 - זיך פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג צו מכבד זיין די עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען צו מכבד זיין אייערע עלטערן, די מצוה פון כיבוד אב ואם איז פון די חשוב'סטע מצוות. חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה (ירושלמי פאה פרק א', הלכה א'): "חמורה שבחמורות"; דאס זאלט איר זיך פארנעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות אייער כיבוד אב ואם זאלט איר טרעפן וואס גיכער א גוטע שידוך און אויפשטעלן ערליכע דורות לשם ולתורתו.


 

#4527 - א שאד צו אנטלויפן פאר שולחן עורך
התחזקות, דרשות, סיפורי צדיקים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, איך האף דו וועסט קומען; איך האף דו וועסט קומען זיך מחזק זיין, הערן נאכאמאל די זיסע ווערטער, די חיזוק פון רבי'ן; איך האף דו וועסט נישט אוועקלויפן יעצט פאר שולחן עורך.


איך ווייס דו ביסט אזוי צעבראכן, דו זעסט נישט פון וואו דיין ישועה וועט קומען, דאך בעט איך דיר, ברודער, אנטלויף נישט פאר שלחן עורך. דער הייליגער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים), עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט, און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח; האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח, האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז. מען פראוועט א סדר און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעליידנט ביי א איד צו זיין ביי אים ביים סדר, ענדליך הויבט מען שוין די סדר, ער זיצט ביים סדר און ער ווארט צו עסן די שיינע סעודה. ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים; האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שולחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


 

#4526 - ביסט אראפגעפאלן? פארליר זיך נישט, גיי אין מקוה און לויף צום צדיק
התחזקות, תשובה, סיפורי צדיקים, פירושים, יאוש, פורים, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר, שושן פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא הייליגע טאג פורים, מיט אזעלכע הייליגע מצוות. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן פארבינדן מיט מרדכי ואסתר א גאנץ יאר, מיר זאלן נישט אפלאזן די אמונה, די קדושה.


היינט שושן פורים איז אויך פורים. רבי נתן איז אמאל געפארן צום רבי'ן אויף פורים און ער איז נישט אנגעקומען אין צייט, ער איז אנגעקומען אויף שושן פורים. ער איז געווען זייער צעבראכן, ער האט דערציילט דעם רבי'ן אז ער האט זייער שטארק געוואלט קומען צום רבי'ן און זיין ביים רבי'ן אויף פורים. האט אים דער רבי געזאגט: "שושן פורים איז אויך פורים".


מיר וועלן מאכן א סעודה אין ישיבה נאכמיטאג, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


מיין ליבער ברודער, לאמיר אנטלויפן פון אחשורוש און פון המן, און לויפן צו מרדכי הצדיק. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, וְטוֹבֶלֶת, וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זאגט דער הייליגער רבי נתן, אפילו א מענטש איז שוין אראפגעפאלן אין שמוציגע עבירות, ער איז בחיקו של אחשורוש - זאל ער טון וואס אסתר המלכה האט אונז געלערנט, זיך נישט פארלירן, נאר גיין אין מקוה און לויפן צום צדיק, צו מרדכי הצדיק, צום הייליגן רבינ'ס שויס; פורים עפנט זיך די אויערן, עס שטאפט זיך אויף דאס הארץ, מען דערהערט דעם רבינ'ס געשריי: "גיוואלד קיין ייאוש איז נישט פארהאנען".


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4525 - אויפבויען די קינדער, זיי געבן אסאך גוטע ווערטער
צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה-זכור, י' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אין בית פיגא.


זעט אויפצובויען די קינדער, געבט זיי אסאך גוטע ווערטער, יעדע קינד זאל שפירן ווי זיי זענען גוט, און אז 'די טיטשער האט מיך ליב', און 'מיר גייען גיין אין גן עדן, נישט אין גיהנום'.


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו צניעות.


 

#4524 - יישר כח פאר יעדע גוט ווארט וואס איר פארגינט פאר די תלמידות
לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה-זכור, י' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן בית פיגא.


יישר כח פאר יעדע גוט ווארט וואס איר פארגינט פאר די תלמידות.

#4523 - א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזויפיל אידישע קהלות
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ...


א גרויסן יישר כח וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה און פאר אלע אנדערע קהילות בישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4522 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה
הכרת הטוב, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער הארציגער ..., אונזער דיין שליט"א


זיי מקבל די משלוח מנות וואס איך שיק דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ.


איך האב דיר זייער ליב, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה.

#4521 - די קראך פון די בענק
פחדים, אמונה, צדקה, מוסדות, פרנסה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט טוט זיך אין די נייעס, צוויי בענק האבן געקראכט. מענטשן זענען דערשראקן ווי צום טויט, די גאנצע אמונה זייערע איז צעפאלן; מען לייגט זיך אוועק געלט אין באנק, מען פארלאזט זיך אויפן באנק אדער אויף די רעגירונג און פלוצלונג אין איין סעקונדע איז גארנישט דא, מענטשן גייען ארום אן א קאפ.


יעצט זעט מען ממש וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "הָעוֹלָם הַזֶּה מַטְעֶה אוֹתָנוּ לְגַמְרֵי", די וועלט נארט אונז זייער שטארק, "שֶׁמַּרְאֶה אֶל הָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַרְוִיחַ בְּכָל פַּעַם", עס זעט אויס פאר'ן מענטש ווי ער פארדינט געלט, "וּבַסּוֹף אֵינוֹ כְּלוּם", און ביים סוף זעט מען אז מען האט גארנישט. "כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה בְּחוּשׁ בְּרֹב בְּנֵי אָדָם", אזוי ווי מען זעט דאס קלאר ביי רוב מענטשן, "שֶׁעוֹסְקִים וְעוֹבְדִים יָמִים וְשָׁנִים בִּסְחוֹרוֹת וּמַשָּׂא וּמַתָּן", וואס זענען פארנומען זייערע טעג און יארן מיט ביזנעס און געשעפטן, "וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", און ביים סוף זעט מען אז זיי האבן גארנישט, "וְאִם אֲפִלּוּ מַשִּׂיג מָעוֹת לוֹקְחִין אוֹתוֹ מִן הַמָּעוֹת", און אפילו מען האט יא עפעס פארדינט געלט, נעמט מען דעם מענטש אוועק פון די געלט, "וְהַכְּלָל: שֶׁשְּׁנֵיהֶם אֵין לָהֶם קִיּוּם בְּיַחַד, דְּהַיְנוּ הָאָדָם עִם הַמָּעוֹת", ווייל ביידע אינאיינעם בלייבן נישט, "רַק אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הַמָּעוֹת מִן הָאָדָם", אדער נעמט מען אוועק די געלט פונעם מענטש, "אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הָאָדָם מֵהַמָּעוֹת", אדער נעמט מען אוועק דעם מענטש פון די געלט, "וּמֵעוֹלָם לֹא נִמְצָא שֶׁיִּשָּׁאֵר אֶחָד עִם הַמָּעוֹת, רַק כַּנַּ"ל", עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אין די וועלט אז דער מענטש זאל בלייבן מיט זיין געלט.


טייערער ברודער, זיי נישט דערשראקן אז די געלט איז נישט פארזיכערט, און רעד זיך נישט איין אז אויב די רעגירונג וועט קומען ראטעווען די באנק - דעמאלט זענען מיר יא פארזיכערט; פארזיכער זיך אויפ'ן אייבערשטן. וויי און ביטער ווער עס פארזיכערט זיך אויף געלט, ווייל אפילו אויב יעצט וועט קומען די רעגירונג אויסקויפן דעם באנק און ראטעווען אלע דעפאזיטס, וואס וועסטו טון מארגן ווען די רעגירונג וועט איינפאלן? וואו וועסטו דעמאלט לויפן?


וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן און ער פארזיכערט זיך אין אים, ער לייגט אוועק אין סעיווינגס פרקים משניות און בלעטער גמרא, דאס וועט קיינמאל נישט גיין קראכן; די פרקים משניות, די פסוקים חומש - דאס בלייבט אייביג.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום אין שטעטל און מארגן וועט זיין אין ישיבה, זע דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין פון שטוב זיך אנשעפן פרישע כוחות צו קענען ארייננעמען דעם יום טוב פסח.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט עוסק זיין אין צדקה. גיי נאך געלט - אדער פאר דיר אדער פאר מיר; פאר מיר מיין איך נישט פאר 'מיר', איך דארף נישט דיין געלט, איך מיין 'די מוסד'; די מוסד קען זיך ביז דערווייל נישט דעקן, כל זמן א מלמד זיצט מיט אונטער צוואנציג קינדער קען מען זיך נישט דעקן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רנח): "איך זע איר זענט נישט עוסק אין מצוות", רבי נתן זאגט: "דער רבי האט געמיינט צו זאגן אין 'גיין נאך געלט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4520 - יישר כח פאר'ן זיך אוועק געבן פאר אונזער מוסד אין קרית ברסלב, ליבערטי
מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אוועק געבן מיט אזא איבערגעגעבנקייט פאר אונזער מוסד אין קרית ברסלב, ליבערטי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4519 - "די ליכט פון אמונה" שיינט און לייכט אויף אידישע שטובער
הפצה, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, הדפסה, עצתו אמונה

- ומשלוח מנות איש לרעהו -


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ...


דעם ספר געב איך דיר א מתנה פאר'ן האבן די זכות צו העלפן דרוקן דעם ספר.


דער ספר מאכט ליכטיג פאר אידישע קינדער, כשמו כן הוא: "די ליכט פון אמונה", עס שיינט און לייכט אויף אידישע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן שפע און קענען ווייטער העלפן דרוקן און פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט.

#4518 - די בריוו וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש, מאכט ליכטיג פאר אידן
הפצה, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, עצתו אמונה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קוקט די שיינע ארבעט וואס איר האט אהערגעשטעלט, די בריוו וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש, די ליכט פון אמונה; וואס מאכט ליכטיג און עס שיינט ביי טויזנטער אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


שמחת פורים.

#4517 - א גאנץ לעבן עוסק זיין אין דרוקן די בריוו וואס איז מחזק אזויפיל אידן
הפצה, הכרת הטוב, הדפסה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיטן דרוקן די בריוו און חדושי תורה וואס איז מחזק אזויפיל אידן איבער די וועלט.


איך וואונטש דיר א ברכה דו זאלסט דיין גאנץ לעבן עוסק זיין אין דעם, און זוכה זיין צו שפירן דאס זיסקייט און איינעגענעמקייט פון די שכינה הקדושה, דו מיט דיין משפחה, אמן.

#4516 - איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר אונזערע קינדער, פאר'ן אריינלייגן אין זיי אזא שטארקע אמונה און שמחה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4515 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, דער מלמד פון מיינע צוויי טייערע קינדער ... און ...


איך שיק דיר די משלוח מנות, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים די אמונה, אמונת חכמים און די תורה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא און אלעס גוטס.

#4514 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אזויפיל גוטס אין מיינע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, פירושים, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


נעם אן די משלוח מנות וואס איך שיק דיר פון גרויס דאנקבארקייט פאר'ן זיין די מלמד פון אלע מיינע קינדער. פאר'ן אריינלייגן אין זיי יראת שמים, נעגל וואסער, קריאת שמע של אריז"ל, קישן די מזוזה, שמירת עיניים, תפילה בכח ובכוונה, שמחת המצוות, ליב האבן צו זיין א איד, זיך עקלען פון גויים וכו' וכו'.


פורים איז אזוי הייליג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן", מען זאל זיך אזוי עקלען פון המן, "לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", און צוקומען צו וויסן אז מען ווייסט נישט ווי גרויס און ווי גוט איז צו זיין א מרדכי הצדיק.

#4513 - איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, תכלית, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, דער מנהל פון מיינע קינדער


איך שיק דיר משלוח מנות פון מיין הארץ. איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער, פאר זייער חינוך.


נאך אביסל וועלן מיר ליגן אין פעלד און דעמאלט וועט דאס אונז ראטעווען פון אלעם שלעכטס, דעמאלט וועט אפיר קומען די תורה, תפילה און יראת שמים פון די תלמידים.

#4512 - נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ראש ישיבה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד דער מלמד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיינע טייערע קינדער, פאר'ן זיי אויסלערנען עברי און זיי אנפילן מיט אזויפיל תמימות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט, זאלסט האבן כח און נחת ביי דיינע קינדער. איך האף אז מיינע אייניקלעך וועלן אויך לערנען ביי דיר, זיך אנזאפן מיט אזויפיל קדושה וטהרה.