בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8371 - העלפן אין בית פיגא
משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך בעטן איר זאלט קומען העלפן אין בית פיגא, די סקול ווערט גרעסער און גרעסער און מיר דארפן ווייבלעך זאלן העלפן סיי מיט טיטשן און סיי מיט סאב"ן, איבערנעמען טיטשערס בעת שמחתם וכדומה.


פארבינדט זיך מיט די מנהלת מרת לעזער תחי', פרעגט איר וואס איר קענט העלפן אין בית פיגא, און אויך זומער אין מחנה בית פיגא, מיט דעם וועט איר מיר העלפן; ווייל די סקול איז מיר דער עיקר, אלעס איז די מוסד איז מיר חשוב און טייער, אבער בית פיגא איז מיר דאס מערסטע חשוב און טייער; ווייל אז די מיידלעך זענען גוט מחוזק וועלן מיר האבן הערליכע שיינע דורות.

#8370 - טרעפן א שידוך מיט א סמארטפאון?
בחור, שידוכים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער מאכן א שידוך, איך האב שוין פרובירט אנטראגן פאר דיר שידוכים פון אונזער מיידל סקול 'בית פיגא', אבער יעצט האסטו זיך געקויפט א סמארטפאון, בין איך נישט זיכער וואו צו זוכן א שידוך פאר דיר; אונזערע תלמידות זענען איידל און תמימות'דיג, בית פיגא תלמידות פאלגן וואס מוהרא"ש און אלע אנדערע צדיקים זאגן, אז מען טאר נישט האבן קיין סמארטפאון; וויל איך דיך פרעגן וואס צו טון.


הלוואי דרייסטו זיך צוריק צו די וועג פון די ערליכע תמימות'דיגע בחורים וואס נעמען נישט אין האנט קיין סמארטפאון, הלוואי לאזטו אפ די פאר חברים וואס שלעפן דיך אראפ אראפ אראפ ביזן שאול תחתית; וועל איך דיר קענען זיין א גוטער שליח צו זיין דיין שדכן, דיר טרעפן א גוטע תמימות'דיגע ערליכע מיידל, דו וועסט קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.

#8369 - נאר רעדן מיט אים, דאס איז די עצה
חינוך הילדים, מורה דרך, עי איי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון, דו האסט געפונען אויף דיין זון'ס טעלעפאן נומערן פון עי-איי, דו פרעגסט אויב עס איז ריכטיג אוועק צו נעמען זיין טעלעפאן.


ריכטיג איז אז ענק זאלן רעדן מיט אים פון דאס שעדליכקייט פון רופן די נומערן און פרעגן שאלות, אים מחזק זיין זיך אפצוהיטן פון די פרייע אפיקורסי'שע לעבן; ווייל אוועקנעמען די טעלעפאן פון א בחור איז נישט קיין עצה, סיי ווייל ער קען ווייטער האבן צוטריט צו א טעלעפאן, אויך וואס וועט זיין נאך זיין חתונה... דאס איז נישט די עצה, נאר רעדן מיט אים, דאס איז די עצה.


אויך זאלן ענק רעדן צו אים פון דאס וויכטיגקייט פון האבן א וועג-ווייזער אין לעבן, יעדע זאך פרעגן, יעדע זאך, אפילו מען ווערט פארשעמט פון פרעגן איז ריכטיג צו פרעגן, ווייל נאר אזוי קען מען זיין זיכער אז מען פארקריכט נישט. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קמג): "מעלת המקבל עצה מחכמי הדור, כי הוא המתקת הדינים", אז מען פרעגט אן עצה ביי די חכמי הדור ווערט אלעס זיס, און אזוי איז אלעס על פי משפט מלמעלה, עיין שם.


אויך זאלן די עלטערן יעדן טאג גיין אביסל התבודדות און בעטן פאר אלע קינדער באזונדער מיט זייערע נעמען.

#8368 - אונזערע ד' אמות אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרדכי ראזענבערגער נרו יאיר


פסח איז שוין געווען, מען געבט זיך איין דריי און מען פארט שוין צום רבי'ן אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט צאמנעמען די נעמען פון אנשי שלומינו וואס ווילן זיין ביי אונזער קיבוץ, אין אונזערע ד' אמות אין אומאן; די יאר קומען א פרישע עולם מיט די קינדער, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ברענגען אלע קינדער פון די זעקס יאר.


ערשט זאלסטו געבן א בעט פאר די וואס האבן גענומען די פארגאנגענע יאר, און נאכדעם זאלסטו געבן פאר די פרישע מקורבים און די פרישע תלמידים אין ישיבה.


די יאר וועלן מיר נאכנישט האבן דעם נייעם בנין, לאמיר האפן אז דעם קומענדיגן יאר וועלן מיר בעזרת השם האבן נאך א בנין מער באקוועם, מער פריוואט וכו'.


מזל טוב פאר דיין סיום משניות ... מאל, זיי ממשיך מיט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין.

#8367 - נישט זיך לאזן צורעדן צו גט
טעלעפאן, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עלטערן רעדן איר צו זי זאל זיך גט'ן צוליב דעם וואס דער מאן האט א סמארטפאון, זיי זענען נישט גערעכט; וואס קען מען טון, זיי ווילן נישט הערן וואס איך זאג, אויך זי וויל נישט הערן וואס איך האב צו זאגן; מוהרא"ש האט דאס געזאגט, און געשריבן פון דעם אזוי סאך בריוון, אז רוב רובם גיטין זענען צוליב די עלטערן וואס מישן זיך אריין.


איך שיק דיר א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר די ווייבל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך הער זאגן אז איר זענט אוועק געגאנגען פון אייער מאן, אייערע עלטערן העצן אייך אויף איר זאלט אים אפלאזן.


איך האלט אז דאס איז א נארישקייט, מען גייט נישט אוועק פון א מאן צוליב דעם וואס ער האט א סמארט טעלעפאן, און אז אייערע עלטערן העצן אייך אויף, אז דער וואס האט א סמארטפאון איז אזוי ווי מען האט נאך א ווייב וכו' - דאס איז נישט אויף זיך צו גט'ן. זאלט איר זיי זאגן מיט כבוד און מיט דרך ארץ: "טייערע עלטערן, אויב מען רעדט צו מיר קעגן מיין מאן קען איך מער נישט רעדן מיט ענק".


איר האט א טייערע מאן, ער האט א גוטע הארץ, א גוטע נאטור, זעלטן צו טרעפן א מענטש מיט אזא גוטע נאטור, א שאד צו צעברעכן די משפחה.


...

#8366 - אז דו גייסט צו לצים, קום נישט מער צו מיר
היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי אז דו גייסט צו פלעצער פון ליצנות, דיין טאטע האט דיר געשיקט אין ישיבה זאלסט זיך אנזאפן מיט יראת שמים, דו זאגסט אים אז דו קומסט שבת קיין וויליאמסבורג צו זיין אין ישיבה, און יעצט הער איך אז שבת ביסטו געגאנגען צו א פלאץ פון ליצנות, דאס טוט מיר זייער וויי.


איך וויל דיר זאגן די זעלבע ווערטער וואס מוהרנ"ת האט געזאגט פאר זיין תלמיד, ווען ער האט אים געזען רעדן מיט איינעם וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב'ע קלויז, יענער איז געווען א תלמיד חכם אבער ער איז געווען פול מיט ליצנות, האט ער אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם, איך קען דיר אבער זאגן אז אויב דו גייסט צו יענעם - קום נישט צו מיר"; דאס זאג איך דיר, אז דו גייסט צו לצים - קום נישט מער צו מיר.


ליצנות איז אזוי שרעקעדיג, רבי נתן זאגט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וואס וויל גיין צו די טומאה, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; זאגט רבי נתן, פארוואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8365 - העלפן דעם טאטע זען זיינע קינדער
קינדער, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט העלפן דעם אינגערמאן ... קענען זען זיינע קינדער. איך שפיר פאר א פליכט אים צו העלפן, ווייל ווען איך האב געהאלפן באפרייען די עגונה האב איך די איינע זאך פון זיי געבעטן, אז מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אז דער טאטע זאל קענען זען זיינע קינדער, און יעצט איז שוין איבער א יאר און מען לאזט אים נישט זען די קינדער.


איך האב געהערט די טענות וכו', אבער דאס איז נישט קיין ענטפער אויף צוריק האלטן א טאטע פון זען זיינע קינדער; אפגערעדט פון דעם אז שפעטער קלאפט עס אויס זייער נישט גוט, עס שעדיגט די נפש פון די קינדער, און על פי רוב אז די מאמע האט זיי אפגעהאלטן פון גיין צום טאטן וועלן זיי אוועקלויפן פון די מאמע און גיין צום טאטן, און אזוי אויך אויב דער טאטע האט זיי צוריק געהאלטן פון רעדן און גיין צו די מאמע - וועלן זיי אוועקלויפן צו די מאמע.


טו ווייטער פארן כלל, און אז מען האט דיך מזכה געווען פון הימל מיט די כוחות צו העלפן אידן - זאלסטו נישט קרעכצן אז דו וואלסט ווען געקענט אין די צייט מער לערנען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ה, א): "הָעוֹסֵק בְּצָרְכֵי צִבּוּר", דער וואס טוט פארן כלל, ער העלפט אידישע קינדער - כְּעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", רעכנט מען אים אזוי ווי ער לערנט תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8364 - נישט קיין קשיות און נישט קיין שאלות
אמונה, פסח, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא, מען דארף וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, און אפילו די זאכן וואס זעען אויס ווי נישט גוט - איז אלעס מיט א חשבון, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא", אזוי דארף זיין, "שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", און עס איז שיין און גוט עס זאל זיין קשיות. "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד; קומט אויס, אז מען האט קשיות ווייזט דאס אז דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, און דער רבי האט אויסגעפירט, נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט ארום צו גיין מיט קשיות: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן", ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


קומענדיגע וואך גייען מיר זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה. ביים עסן די מצה איז מען זוכה צו באקומען אמונה, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בא, מא.) מצה איז אמונה, "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", מען הייבט אן לעבן מיט א שטארקע אמונה, עס ווערט ליכטיג, מען וויל שוין מער נישט פארשטיין, מען האט מער נישט קיין קשיות און קיין שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8363 - דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין
מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך צו דאווענען מיט מנין, שפרינג אריבער אלע שוועריקייטן און אויך די גייסטישע שוועריקייטן, טאנץ איבער די אלע מחשבות וכו', גיי אין שול מיט שמחה, דאווען מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:) אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "'וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן', אֵימָתַי עֵת רָצוֹן", ווען איז אן עת רצון? - "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען די ציבור דאווענט, דעמאלט קען מען אלעס פועל'ן.


זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען מיט מנין, די הייליגע חכמים זאגן, (תענית ח.) דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות וואס מען דאווענט, נאר די תפילות וואס מען האט אינזין, פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז), די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך זאגט דער פסוק ווייטער: "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאווענט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה, אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אז דער אייבערשטער נעמט אן די תפילה אזוי ווי עס זעט אויס, אפילו מען האט נישט אינזין דאס דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין.


איך דארף האבן די וואך א גרויסע נס צו קענען באצאלן אונזערע איינגעשטעלטע אויף יום טוב, איך בין אנגעוויזן אויף דיין הילף, איך קען נישט גיין צום סדר ווען איך בין שולדיג פאר זיי, דו קענסט מיר העלפן מאכן גרינגער, פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8362 - לאז זיך נישט נאך פון דיינע מנהגים און מסורה
היכל הקודש, מנהגים, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז זיך נישט נאך פון דיינע מנהגים און לאז נישט נאך פון דיין מסורה ווי אזוי מען ברענגט אריין דעם פסח, הער נישט אויס די וואס זאגן אז ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן דארף מען אפלאזן אלע מנהגים, עס איז נישט ריכטיג, נישט דאס איז היכל הקודש, נישט דאס איז התקרבות לצדיק.


היכל הקודש איז נישט אפלאזן הייליגע מנהגים, היכל הקודש איז מחזק זיין צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, היכל הקודש איז צו דערמאנען מען זאל בעטן אויף יעדע זאך דעם אייבערשטן, אז מען זאל מתפלל זיין צו האבן א כשר'ע פסח, א הייליגע פסח.


קענסט מיר נאך העלפן פאר יום טוב, איך בין אנגעוויזן אויף דיין הילף, איך קען נישט גיין צום סדר ווען איך בין שולדיג פאר מיינע ארבעטער, דו קענסט מיר העלפן מאכן גרינגער, פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8361 - דורות האלטן זיך נאר אז מען פירט זיך איידל
צניעות, חינוך הילדים, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע מען זאל גיין ביי דיר אין שטוב איידל און הייליג, לויב אויס דיין ווייב מיט איר צניעות. אז די פרוי מיט די טעכטער גייען אנגעטון איידל - רוט די שכינה אין שטוב, און חס ושלום אויב עס איז נישטא קיין צניעות - פאטרייבט מען די שכינה. אזוי ווי עס שטייט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", 'דורך פריצות, דורך זיך נישט פירן איידל, דורך גיין אנגעטון נישט איידל - פארטרייבט מען מיך'; און זיכער ווען עס קומט אזעלכע הייליגע יום טוב טעג וואס דער זוהר זאגט אז די שכינה מיט אלע מלאכים קומען אין שטוב ביים סדר נאכט, זאלן אלע גיין אנגעטון איידל און הייליג נישט צו פארטרייבן די שכינה.


אז דיין ווייב פרעגט דיר אויף א קלייד פאר די טעכטער און פאר זיך אויב דאס איז גוט און שיין, אויב דו זעסט אז דאס איז נישט דאס מערסטע איידל - זאלסטו זאגן, און אז דו ווייסט נישט - זאלסטו איר מחזק זיין צו פרעגן די מאמע; זיי נישט מקיל אין די זאכן, ווייל ווער עס איז מקיל אין די זאכן - איז מקיל מיט זיין לעבן, ווייל אן צניעות - איז גארנישט דא, די דורות האלטן זיך נאר אז מען פירט זיך איידל.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין איבערגעשטרענגט פון שאפן געלט צו באצאלן מיינע און דיינע ארבעטערס; די מלמדים, די טיטשערס, די אפיס פון אונזערע קינדער אין תלמוד תורה און בית פיגא. קענסט מיר נאך העלפן איך זאל קענען גיין צום סדר און האבן אויסגעצאלט אלע מלמדים און טיטשערס וכו'; פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8360 - פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?
צדקה, קנאה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט אויף אנדערע, אלע צרות קומט פון קוקן אויף אנדערע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס האט קנאה, ער איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף א נפטר, אז אויב א מענטש האט נישט געהאט קיין קנאה, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; אז א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' ווען דער גאנצער יענער איז נעבעך צעבראכן אויף שברי שברים, עס זעט נאר אויס פון אינדרויסן אז יענער לעבט, און אפילו יענער זאל יא האבן א גוט לעבן - דארף מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן, ווייל אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די ווייב, די קינדער, און די סארט שטוב וכו' וכו' - דארף איך גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דאנק דעם אייבערשטן אויף וואס דו האסט - וועסטו נישט דארפן קרעכצן, מוהרנ"ת זאגט: "ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער כביכול אין הימל פאר די מלאכים: 'קוקט דעם מענטש, ער דאנקט מיר און ער לויבט מיר, איך וועל אים געבן אזויפיל גוטס, אסאך מער וויפיל ער האט, אסאך מער וויפיל עס קומט אים, ער זאל מיר נאך מער דאנקען'".


קענסט מיר נאך העלפן פאר יום טוב, איך בין אנגעוויזן אויף דיין הילף, איך קען נישט גיין צום סדר ווען איך בין שולדיג פאר מיינע ארבעטער, דו קענסט מיר העלפן מאכן גרינגער, פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.


אויך זאלסטו איינקויפן לכבוד יום טוב ביי אנשי שלומינו, דאס איז די גרעסטע צדקה, דאס איז צדקה בדרך כבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8359 - די קינדער זאלן ליב האבן פסח
חינוך הילדים, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע פראגעס וכו'.


דו פרעגסט ווי לאנג בערך זאל געדויערן א סדר; טייערער ברודער דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש, איינער איז מער א זריז - נעמט אלעס שנעלער, און ביי א צווייטן - נעמט אלעס לענגער; דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, דער עיקר דארף מען זען עס זאל זיין געשמאק מיט א חיות און א טעם.


ווען מען ברענגט אריין די הייליגע יום טוב פסח - דארף מען דאס מאכן מיט ליבשאפט און געשמאק, אז די קינדער זאלן דאס ליב האבן; ווייל אויב די קינדער באקומען די מצוות מיט אנגעצויגנקייט און מיט נערוועזקייט - איז דאס גורם זיי צו דערווייטערן פון אידישקייט.


אלעס וואס דו טוסט; אלע מנהגים, אלעס אלעס - זאל געטון ווערן מיט געשמאק און מיט פרייד, די סדר נאכט, די הגדה, אפגערעדט דאס הכנה פאר פסח, דאס אויסרוימען די חמץ, דאס כשר'ן, דאס בודק חמץ זיין וכו' וכו'; אלעס זאל געטון ווערן מיט געשמאק און מיט טעם, אז די קינדער זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן ארויסקוקן און פרעגן: 'ווען קומט שוין פסח? ווען גייט מען שוין כשר'ן? ווען גייט זיין די סדר נאכט', אז נישט לויפן די קינדער אוועק, זיי ווילן נישט הערן פון אידישקייט רחמנא לצלן.


די נסיונות זענען זייער גרויס, די צד הטומאה לאקערט זייער אויף די יוגענט, זיי שטעלן א פנים ווי זיי האבן ליבשאפט, זיי קומען מיט א פנים אז ביי זיי איז דא ווארעמקייט און געפיל, און די יוגענט ווערט צו זיי צוגעשלעפט השם ירחם; דארפן מיר זיך זייער אנשטרענגען אז אין שטוב זאל זיין ווארעם, די קינדער זאלן זען א שיינע שטוב, די קינדער זאלן זען ווי טאטע מאמע לעבן בשלום; אזוי וועלן זיי קיינמאל נישט אוועקגיין פון שטוב, זיי וועלן גיין אין די וועג פון די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8358 - ס'לוינט נישט צו קומען אויף אמעריקע שאפן געלט
צדקה, ארץ ישראל, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב, ערליכע דורות, און ברענגען נאר נחת פאר דיינע עלטערן.


בנוגע אויב דו זאלסט קומען קיין אמעריקע שאפן געלט פאר די חתונה; דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט געהאלטן, קוק אריין אין אשר בנחל וואס מוהרא"ש שרייבט הונדערטער און טויזנטער מאל פאר מענטשן וואס ווילן קומען קיין אמעריקע שאפן געלט, מוהרא"ש שרייבט זיי אז עס איז דמיון, נישטא גארנישט אין חוץ לארץ, עס איז נישט כדאי איבער צו לאזן ארץ ישראל.


קום נישט קיין אמעריקע; אז דו ווילסט העלפן דיין טאטע - זאלסטו גיין הפצה אין ארץ ישראל, טייל אויס דעם רבינ'ס ספרים, דעם רבינ'ס התחזקות; מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, מענטשן געבן זייער שיין פאר די ספרים; אזוי וועסטו קענען העלפן דיין טאטע.


בנוגע קומען לערנען אין וויליאמסבורג; איך האב שוין געזאגט פארן מגיד שיעור ר' משה שמואל שליט"א אז עס איז נישט שייך צו קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8357 - מען פירט זיך נישט אזוי צו א מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט גערעכט, איר זענט נישט אייער מאן'ס פאליציי מאן אים איינצוטיילן וואס ער מעג טון און וואס ער מעג נישט טון; דאס איז נישט ריכטיג.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט א רחמנות, אייער מאן שלאגט אייך און ער שפארט אייך איין אין א צימער וכו'; מען טאר נישט שלאגן, א איד טוט נישט אזוי צו זיין ווייב; אבער איר האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, איר פירט זיך אויף צו אים נישט ווי מען דארף; מען קען נישט אוועק כאפן א קאמפיוטער, מען קען נישט ווארפן טעלערס אויפן מאן ווען ער זיצט ביים קאמפיוטער, איר שרייבט אז איר סטראשעט אים, איר זאגט אים ער זאל ארויסגיין פון שטוב דארט קוקן אויפן קאמפיוטער; זייט מיר מוחל, מען רעדט נישט אזוי צו א מאן, און קיינער האט נאכנישט אויסגעפירט מיט די וועג, און דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אריין אין אזא כעס.


אז איר ווילט א ריינע שטוב האט איר איין עצה, שטילערהייט וויינען צום אייבערשטן, טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, בעטן און בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א ריינע הייליגע שטוב, געב מיר ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, העלף מיר אין שטוב זאל נאר זיין קדושה וטהרה, עס זאל נישט זיין קיין כלים וואס מען קען זען עבירות און טומאה".


אז איר ווילט א ריינע שטוב דארפט איר מיט אלע כוחות רעדן שיין צו אייער מאן, און אז ער טוט זאכן וואס איר ווילט אנדערש - דארף מען נאכאלץ שיין רעדן, און אז ער האט די קאמפיוטער און ער איז פאר'כישופ'ט צו דעם - דארף מען נאכאלץ שיין רעדן; נאר מיט ליבשאפט, זיך אויסשמועסן, און אז מען פועל'ט נישט - זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8356 - אפשטופן א חתונה איז א גרויסע סכנה
חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין, איך קען נאר זאגן נאכאמאל אז מען טאר נישט אפשטופן א חתונה, עס איז א סכנה; זאלסט וואס שנעלער חתונה האבן, נעם א מנין אידן מיט אן ערליכער רב און האב חתונה.


אז דיין זיידע, באבע, פעטער, מומע און שווער שוויגער ווילן א שיינע חתונה און האבן ארויסגענומען א זאל פאר חדשים ארום - קענסט דעמאלט מאכן א שיינע מסיבה, אבער דאס האט נישט מיט די חתונה; ענק מוזן שוין חתונה האבן, און אז יעצט לאזט נישט די פאליציי מאכן א גרויסע חתונה צוליב זיכערהייט פון די מלחמה - זאלן ענק מאכן א קליינע חתונה.


איך מיש זיך נישט אין ענקער לעבן, אבער אז דו האסט געלערנט אין ישיבה און דו פרעגסט מיר - זאג איך דיר נאכאמאל: אפשטופן א חתונה איז א גרויסע סכנה, נישטא אזא זאך ווי אפשטופן א חתונה, זאל זיין וואס זאל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8355 - נישטא קיין רעדן ניבול פה
ישיבה, הדרכות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משה שמואל שטעסל נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב געהערט אז דו האסט גערעדט זייער א שטארקע שיעור פאר די בחורים פון זיך אכטונג געבן פון ניבול פה, איך הער אז דו האסט גערעדט זייער שארף; אז אויב דו וועסט הערן א בחור רעדן ניבול פה - וועסטו אים ארויסווארפן פון ישיבה. איך וויל דיר זאגן אז דו זאלסט רעדן נאך מער שארף, איך מאך דיך א שליח דו זאלסט האלטן אונזערע ד' אמות ריין, איך וויל נישט עס זאלן זיין אין ישיבה בחורים וואס רעדן ניבול פה.


קוק נישט אויף קיינעם, האב נישט מורא פון קיינעם, זאל זיין ווער זאל זיין, נישטא קיין רעדן ניבול פה, אפילו מיר וועלן בלייבן מיט א קליינע צאל תלמידים, אפילו ווייניגער פון מנין; ווייל אז מען רעדט ניבול פה פארטרייבט מען די שכינה הקדושה, מען איז גורם אז עס זאלן פאלן באמבעס פון די רוצחים אויף אידישע שטיבער און אידישע קינדער זאלן געשעדיגט ווערן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:): "בַּעֲווֹן נִבוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", צוליב די עבירה פון ניבול פה קומען אסאך צרות און נייע גזירות אויף די וועלט, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", יונגע מענטשן שטארבן, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין" יתומים און אלמנות שרייען פאר הילף און זיי ווערן נישט געענטפערט; דורכדעם וואס בחורים רעדן ניבול פה קומען די באמבעס השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8354 - מחזק זיין די פרוי אויף שלום בית אינדערהיים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר זענט באשעפטיגט מיט מחזק זיין אידישע קינדער, זיי פרייליך מאכן און זיי ברענגען צו זיין נאנט צום אייבערשטן.


ביטע אויב איר קענט מחזק זיין די תלמידה ... תחי', זי זאל זיך נישט נאכלאזן אין שטוב פארן מאן, זי זאל זיך שיין מאכן פארן מאן; דאס דארף מען לערנען מיט אידישע טעכטער, זיי זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון גיין אנגעטון אין שטוב פארן מאן שיין, ריין, מיט טעם און חן; "אַל תִּהְיוּ כְּסוּס" (תהלים לב, ט), א איד איז נישט ווי א פערד; א פערד - אין גאס באצירט מען איר, און אין שטאל ליגט זי שמוציג; א איד איז פארקערט, אין גאס זוכט מען נישט צו ציען פרעמדע אויגן און אין שטוב איז מען שיין באצירט.


עס איז א גרויסע מצוה איר צו מחזק זיין, ווייל זי מיט איר מאן זענען צוויי טייערע מענטשן, און ער באקלאגט זיך אז זי שטעלט זיך נישט אהער וכו' וכו'.


נאכאמאל, איר דארפט זיך זייער פרייען אז אייער לעבן גייט אריבער מיט זאכן וואס וועלן בלייבן אויף אייביג, מיט מחזק זיין אידישע טעכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8353 - דאווען מיט מנין, וועסטו האבן געלט
פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב האסטו מיר געבעטן א ברכה אויף פרנסה, אויף שפע; איך האב נישט געוואלט פרעגן - ווען דיין ווייב הערט - אויב דו דאווענסט די דריי תפילות מיט מנין; וויסן זאלסטו, דאס איז די שליסל פון פרנסה, צו גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען די דריי תפילות. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:) אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", ווען איז אן עת רצון? ווען דער ציבור דאווענט; אין ווען עס איז אן עת רצון - קען מען אלעס פועל'ן, מען קען פועל'ן פרנסה, מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין האט מען א דבר שבמנין (געלט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8352 - א פראבלעם מיט'ן הארץ
קברי צדיקים, רפואה, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז מען האט דיר אנגעשראקן אז עפעס איז מיטן הארץ פונעם קינד, זאלסטו שוין גיין צו א ציון פון א צדיק (גיי קיין ריבניץ), און זיי זיך דארט מקבל אז דו גייסט היטן דיין הארץ דורך היטן די אויגן; לייג ארויף די שטערקסטע פילטער אויף דיינע כלים, געענדיגט מיט קוקן שמוץ, מיט נאך קוקן פרויען און רעדן פון די זאכן וכו' השם ישמרינו.


אויך זאלסטו זיך שטארקן אין זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט), אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען ארויסנעמען דעם מענטש פון די עבירות, און אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; און רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון פריער, אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה - וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8351 - זיך מחזק זיין מיט א גוטע חבר'טע
חברים, חיזוק פאר פרויען, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א פרוי איז פטור פון דאווענען וויבאלד זי איז פארנומען מיט די קינדער וכו', אבער ברכות השחר דארף מען זאגן; געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג ברכות השחר און אויך קריאת שמע, און אז אינדערפרי האט איר נישט קיין צייט, איר דארפט זארגן פאר די קינדער וכו' – זאלט איר זאגן די ברכות השחר נאכן אנטון און געבן עסן פאר די קינדער, עס נעמט נישט מער פון אפאר מינוט, אויף דעם דארף מען קענען מאכן צייט.


אויך זאלט איר זיך נעמען א גוטע חבר'טע, עס איז זייער וויכטיג פאר עבודת השם א גוטע חבר'טע מיט וועם מען קען זיך מחזק זיין; נעמט זיך א גוטע חבר'טע און זייט זיך מחזק מיט איר, איין מאל וועט איר געבן חיזוק און איינמאל וועט זי אייך געבן חיזוק, אמאל פאלט מען אריין אין א קטנות הדעת און א גוטע חבר'טע קען זייער ארויסהעלפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לד), דורך א חבר קען מען זייער מצליח זיין, און מיר געפינען אין חזל (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", פון חברים קען מען לערנען מער ווי מען לערנט פון א רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8350 - באקומען ניגונים נאר דורך א כשר'ע וועג
מוזיק, עפפ, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די עפפ 'זינג' איז נישט גוט; ענדערש זאלסטו באקומען די ניגונים דורך א כשר'ע וועג, די עפפ האט אויך פאדקעסטס וואס קען אוועק נעמען די גאנצע יראת שמים, בפרט די אידישע און די וואס זעען אויס חסידי'ש - דאס איז נאך פיל ערגער.


געב זיך אכטונג, האלט דיין שטוב ריין, און אפילו דיינע שכנים און חברים זאגן דיר אז אלע האבן דאס - זאלסטו דאס נישט האבן.


נעם דיין שכל פון רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל און אין ספר עצתו אמונה; פון דארט זאלסטו נעמען דיינע השקפות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8349 - זיך מחזק זיין מיט הפצה
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


שלמה זולדן נרו יאיר, בני ברק


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון העלפן אין בית הדפוס; איך הער זאגן אז דו געבסט אוועק שעות ארבעט בהתנדבות צו העלפן דרוקן די גליונות און קונטרסים און דאס פארשפרייטן אין בני ברק, מחזק זיין נשמות ישראל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "'היינו דאהני ליה', יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


הלואי זאלן ענק צוריק מאכן די הפצה פארברענג, איינמאל א וואך זאלסטו צאמנעמען די חברים, אינגעלייט און בחורים, זיך מחזק זיין מיט הפצה, יעדער זאל דערציילן זיינע שיינע מעשיות וואס ער האט געהאט די וואך ביי הפצה. ווייז דעם בריוו פאר דיינע חברים, טייל איין אלע שולן און כוללים וכו' אין בני ברק צווישן אייך, (די בתי מדרשים וואס ווילן נישט די גליונות - איז נישט כדאי דארט צו לייגן, עס איז דא אזויפיל שולן און כוללים וואס זענען זיך מחי' מיט די גליונות, דארט דארף מען דאס לייגן).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8348 - מענטשן ווילן הערן חיזוק, א גוט ווארט, און א גלעט
הפצה, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בית שמש רמה ד'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו באקומען א באריכט פון יעדן פרט ביי ענק אין שול, בעיקר פריי איך זיך צו הערן אז עס איז דא ביי ענק שלום און ליבשאפט, דאס איז דער עיקר, דאס איז די הצלחה פון א שול.


בנוגע פארלערנען ביי שלש סעודות; עס פעלט נישט אויס פאר צו לערנען דוקא אין א סדר, עס איז דא לענגערע שיחות, און מענטשן ווילן הערן חיזוק, מענטשן ווילן א גוט ווארט, א גלעט; אזוי טוט מען ביי אונז אין ישיבה, מען לערנט פאר גרינגע שיחות פון רבי'ן, וואס מען קען ארויסנעמען גרינג אויף למעשה.


שטארקטס ענק, און הלואי זאלן ענק זיך שטארקן אין הפצה, זיך איינטיילן מיטן לייגן די גליונות אין אלע שולן. (לייגט נישט אין שולן וואו מען צערייסט די גליונות, לייגט אין די שולן וואס זענען זיך מחי' דערמיט). אנשי שלומינו מוזן האבן א חלק אין הפצה, עס איז נישט שייך צו זיין א ברסלב'ער חסיד אן הפצה, דער רבי וויל דאס פון אונז אלע, מיר אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8347 - גיי אן, טראץ די בלבולים און קטנות הדעת
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב מברר געווען ביים מנהל יצחק פאפנהיים נרו יאיר אז ער איז זייער שטארק צופרידן פון דיין ארבעט, ער זאגט אז דו ביסט א גוטער מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער דיין גאנצע הארץ.


אויך זאגט ער מיר אז מען וויל זייער שטארק אז דיין ווייב תחי' זאל קומען זיין א לערערין אין בית פיגא, און אויב עס איז דיר און איר נישט אזוי שווער צו קומען קיין בית שמש העלפן בית פיגא - וועלן מיר זיך זייער פרייען.


בנוגע וכו'; אלע האבן בלבולים, בפרט די וואס טוען פארן רבי'ן, די וואס טוען פאר אידישע קינדער - די האבן שטענדיג בלבולים וכו', מען פאלט אריין כסדר אין א קטנות הדעת וכו' וכו'; שטער זיך נישט פון דעם, האלט זיך נישט אפ צוליב דעם, זיי ממשיך און טו נאך מער פארן רבי'ן; ווייל וויפיל מיר ווייסן יעדער איינער ביי זיך אין הארץ וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און דאס איז נאר וואס מיר ווייסן יעצט, און וויפיל מיר ווייסן גארנישט וואס דער רבי פארעט זיך מיט אונזער נשמה, מיט אונזער עתיד; דארפן מיר אלעס טון צו בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן, זיך צוקניפן ביים רבי'ן אויף אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.