בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - א מלמד דארף אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, פארנדיג קיין אומאן


 


לכבוד אונזער טייערער מלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


משפחת ... האט מיר גערופן, זיי האבן ממש געוויינט פון שמחה אז זייער זון האט אזא מלמד. זיי דערציילן מיר ווי דו געבסט אכטונג אויף די געפילן פון זייער קינד, זייער קינד דערציילט אז דו נעמסט אים מיט ווען דו גייסט ארויס פון כתה מאכן קאפי"ס, דו געבסט אכטונג אויף זיינע פחדים; ער זאגט פאר זיינע עלטערן: "מיין רבי איז אזוי גוט צו מיר, ער ווייסט אז איך האב מורא - געבט ער אכטונג אויף מיר, אבער איך שעם זיך פון אים", ער ווייסט אז ער האט א פראבלעם.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו לויבן, איין זאך קען איך זאגן: "כמותך ירבו בישראל!" א מלמד וואס גייט ארויס פון זיין וועג, ער געבט אכטונג אויף די טייערע ריינע נשמה'לעך - איז א יקר המציאות.


בעט מיט די קינדער פאר מיר; יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע קול הברה, מען רעדט צו רבנים לשון הרע אויף אונזער קהילה; מיר פערזענליך גייט עס נישט אן, אבער א שאד די אלע צעבראכענע בחורים וואס האבן חיות, חיזוק און לעבן פון די ישיבה וועלן האבן פרישע שוועריקייטן.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל; איך בעט פאר דיר און דו בעט מיט די קינדער פאר מיר.


 

#7 - שלום צווישן אנשי שלומינו איז די וויכטיגסטע זאך
אומאן, מחלוקת, שטעטל, שלום, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון ... נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין.


איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין ווייב זי זאל האבן א רפואה שלימה.


דו וואונדערסט זיך ווי אזוי דער ראש ישיבה איז אזוי רואיג בשעת עס טוט זיך, עס הייסט עס גייען ארויסקומען רבנים מיט חתימות וכו', וכו'; גלייב מיר ... מיר טוט מער וויי ווען אנשי שלומינו פארטראגן זיך נישט, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן – ווי א קול קורא קעגן מיר פון טויזנט חתימות.


בפרט אין אונזער שטעטל קרית ברסלב וויל איך מען זאל לעבן בשלום, ווי מוהרא"ש שרייבט אין די לעצטערע בריוו פאר'ן הסתלקות, פאר אנשי שלומינו: "איך עקל זיך פון מחלוקת, מיין גאנץ לעבן בין איך אנטלאפן פון מחלוקת".


דיר וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט זען עס זאל זיין שלום אין שטעטל, יעדער זאל זיין צופרידן.


 

#6 - שרעקט אייך נישט, זייט ממשיך צו פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל
בית המדרש, מחלוקת, הפצה, צדקה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ..., גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט נישט געזאגט מען זאל נישט פארקויפן קיין עליות, מוהרא"ש האט געזאגט מען זאל נישט צוזאגן געלט ביים עולה זיין לתורה ווייל אויב מען שנאדערט און מען באצאלט נישט - איז דאס א גרויסע סכנה; אזוי פירט מען זיך אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש איבער די וועלט, מען זאגט "בעבור שיתן צדקה בלי נדר", אבער מען זאגט נישט וויפיל.


ביי אונז אין ישיבה פארקויפט מען אויך די עליות; מיר פארקויפן די עליות דורכאויס די הייליגע טעג ווייל דעמאלט ווילן מענטשן עולה זיין, עס איז א צייט וואס עס קומט אריין געלט פאר'ן בית המדרש. וועכנטליך פארקויפן מיר נישט, אבער אז איר מוטשעט זיך מיט'ן אויפהאלטן דעם בית המדרש קענט איר פארקויפן די עליות, אזוי וועט זיין א שטיקל הכנסה, מען וועט קענען דעקן די הוצאות.


געב איבער פאר אלע חברים אין ירושלים די ווערטער:


שרעקט אייך נישט פון קיינעם, זייט ממשיך מיט אייער הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל לארכה ולרחבה. צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן; וואו מען גייט און וואו מען שטייט באדאנקען זיך מענטשן פאר זייער לעבן, פון אלע קהילות און פון אלע חצירות, אלע נעמען די גאנצע חיות פון רבי'ן. זה לעומת זה עשה אלוקים, אנטקעגן דעם איז דא דער סמ"ך מ"ם וואס וויל דאס שטערן - הי' לא תהיה, יעצט איז דא אפאר משפחות פון שול אין מאה שערים, ממש געציילטע, צוויי משפחות וואס זיי זוכן ווי אזוי מען קען פארמאכן אונזער נייעם שול אין ירושלים, זיי האבן זייער פיינט היכל הקודש, זיי קענען נישט אראפשלינגען צו זען וואס מוהרא"ש טוט פאר כלל ישראל, זיי זענען איינגעזאלצן אין זייער ווינקל בשעת ווען מוהרא"ש נעמט איין די וועלט מיט'ן רבינ'ס חיזוק; יעדן טאג, יעדע שעה און יעדע מינוט דרוקט זיך טויזנטער ספרים און קונטרסים אין די גאנצע וועלט, כמעט אין יעדע שטאט אין ארץ ישראל דרוקט מען היינט די ספרים און קונטרסים, דאס ווערט צעכאפט ביי אלעמען, זיי קענען דאס נישט אויסהאלטן.


זיי פרובירן לייגן דרוק אויף געוויסע רבנים זיי זאלן שרייבן קעגן אונזער פלאץ; בעט איך ענק זייער, איר דארפט זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון קיינעם אין דער וועלט, מיר וועלן ווייטער גיין אונזער וועג, נאכגיין די הייליגע צדיקים וואס האבן אונז געלערנט צו טון פאר אידישע קינדער, מיר וועלן ווייטער ראטעווען בחורים און מיידלעך פון די הענט פונעם סמ"ך מ"ם.


איך בין אריבער די אלע זאכן פאר לאנגע יארן צוריק, איך וועל זיך נישט אפשטעלן פאר די זאכן; איך האף אז איר וועט האבן די כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - פון וואו נעמסטו די שטארקייט ווען דיין משפחה מאכט חוזק פון דיר
שידוכים, עבודת השם, התחזקות, משפחה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך שטיי און איך שטוין פון וואו דו נעמסט די שטארקייט צו בלייבן אן ערליכער איד בשעת דיין משפחה מאכט חוזק פון דיר, אלע אינאיינעם לאכן און שפעטן; דאס אלעס ווארפט דיר נישט אראפ, דו האלסט זיך שטארק מיט אמונה.


טייערער ליבער ..., האלט זיך ווייטער שטארק, די שוועריקייטן וועלן אריבערגיין, באלד וועסטו חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן אידישע דורות און פון די וואס שפעטן וועט גארנישט בלייבן.


שרייב מיר יעדע מאל דו ענדיגסט א מסכתא און ווען דו ענדיגסט משניות.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר; איך האף צו זיין דיין שדכן.

#4 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט אז ס'מוז זיין ווי איך וויל
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הפצה, אחדות, רייכערן, התנגדות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, י"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


די וואך זעען מיר אין די פרשה זייער אסאך חיזוק אויף תפילה; יעדע זאך פון די הייליגע אבות און פון די הייליגע אמהות איז געווען נאר תפילה.


לאה האט חתונה געהאט מיט יעקב נאר ווייל זי האט אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן; כאטשיג איר שידוך איז געווען אנגעגרייט אז זי זאל חתונה האבן מיט עשיו, אלע האבן געזאגט אז לאה וועט חתונה האבן מיט עשיו און רחל מיט יעקב, דאך האט זי נישט אויפגעגעבן; זי האט געבעטן און געבעטן ביז זי האט באקומען יעקב אבינו.


דאס איז שטארקע חיזוק פאר אונז; "מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים (עיין תנחומא לך לך, ט)", מיר דארפן נאכגיין אונזערע עלטערן. יעדע זאך וואס מיר דארפן, יעדע זאך וואס מיר ווילן, יעדע זאך וואס קוועטשט און טוט וויי - זאלן מיר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען וויסן ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן, מען קען נישט נעמען מיט געוואלד. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון ווי אזוי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ - יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט.


מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


מיט דעם קען מען שוין פארשטיין פארוואס יעקב אבינו האט זיך אויפגערעגט אויף רחל; לכאורה רחל האט דאך געטון וואס א איד דארף טון, רחל האט געבעטן יעקב'ן (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים", געב מיר קינדער; דאס דארף דאך א איד טון, גיין צו א צדיק בעטן א ברכה פאר קינדער. רש"י זאגט, אז רחל האט גע'טענה'עט צו יעקב: דיין טאטע יצחק האט געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן פאר רבקה, פארוואס בעטסטו נישט פאר מיר? שטעלט זיך א שטארקע פראגע, פארוואס האט זיך יעקב אויפגערעגט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל", זי האט דאך געטון וואס מען דארף טון, די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס האט א צרה אין שטוב, "יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", זאל גיין צו אן ערליכער איד ער זאל בעטן פאר אים!


מוהרא"ש זאגט, יעקב אבינו האט וויי געטון ווען רחל האט געזאגט: "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי", אויב האב איך נישט קיין קינדער בין איך א טויטע; אזוי רעדט נישט א איד! די ערשטע בקשה האט זי זייער שיין געזאגט "הבא לי בנים", בעט פאר מיר איך זאל האבן קינדער, אזוי דארף מען טון; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און מען דארף בעטן דעם צדיק זאל מתפלל זיין, אבער "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי" - אויב נישט בין איך א טויטע?! אויב נישט איז עק וועלט?! א איד דארף וויסן "אויב נישט" - וועל איך ווייטער לעבן, "אויב נישט" - וועל איך ווייטער זיין פרייליך; ווען מען בעט דעם אייבערשטן קען מען נישט נעמען מיט געוואלד.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות; גייט יעדן טאג אביסל אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, בעטס אים ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן, בעטס אים וואס איר דארפט, און אויב מען זעט נישט די ישועה זאל מען ווייטער אנגיין אין לעבן, זיך שטארקן און זיין פרייליך.


איר ווייסט מן הסתם וואס גייט פאר ביי ענק אין ירושלים, אפאר מנהלות האבן זיך צאמגענומען וואס מען קען טון מיט די קינדער אז זיי קומען אן קיין ברסלב, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; זיי טראכטן אז אויב מען וועט ארויסקומען, מען וועט זאגן פאר די קינדער מען זאל נישט הערן און ליינען פון ברסלב - מיט דעם וועלן די קינדער שוין נישט וועלן דעם רבי'ן, זיי כאפן נישט אז דאס וועט זיין די גרעסטע הפצה! מיר מוטשען זיך ווי אזוי מיר קענען אנקומען צו אלעמען, יעדער זאל וויסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, יעדער זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס האט חיזוק פאר יעדן איינעם אין יעדע מצב; אז זיי וועלן האלטן דרשות פאר די תלמידים און תלמידות אז מען טאר נישט הערן און ליינען פון ברסלב - וועלן אלע תלמידים און תלמידות דאס אפיר זוכן און אלע וועלן זיך דערוואוסן פון רבי'ן.


א רחמנות אויף די קינדער - בחורים און מיידלעך; מען פארקויפט זיי גארנישט אין לעבן, אלע זענען הונגעריג, אלע זענען דארשטיג נאך אביסל אמת'ע לעבן. אנשטאט האלטן דרשות מען זאל נישט קוקן אין די ברסלב'ע ספרים - געב עפעס, זאג וואס יא, געב אריין א חיות אין זיי, לערן מיט זיי אמונה, זיי זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


דער עיקר זאלט איר זיך נישט שרעקן, איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט הפצה און אז איר וועט זיך האלטן אינאיינעם וועט קיינער ענק נישט קענען צעברעכן; איין וועג איז דא חס ושלום ווי אזוי עס זאל צעפאלן אייער חבורה, אויב עס וועט זיין צווישן אייך מחלוקת, מען וועט זיך נישט קענען ליידן; דעמאלט וועט נישט בלייבן פון אייך גארנישט, כל זמן איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיך דורכקומען - וועט קיינער אייך נישט קענען צעברעכן.


אז איינער האט עפעס וואס צו זאגן וואס מען דארף פאררעכטן קען מען מיר שרייבן.


איך בעט די בחורים און אינגעלייט זאלן נישט רייכערן אין די ד' אמות פון שול; גייט אין יבנאל און קוקט וואס עס הענגט אין אלע זייטן, אויפ'ן שול, אויפ'ן כולל: "נא לא לעשן, בפרט בד' אמות של רבינו". ביי אונז איז מען מקפיד אויף דעם; די בחורים וואס רייכערן בעט איך כסדר זיי זאלן אריבערגיין די גאס, נישט שטיין פאר'ן בית המדרש רייכערן. בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן נישט צו רייכערן אין די ד' אמות פון בית המדרש און זיכער נישט אין בית המדרש, דער בית המדרש איז געמאכט נאר פאר לערנען און דאווענען.


מיר האבן געטרייע גבאים, ר' ... מיט ר' ... און ר' ...; זיי ווילן גארנישט, זיי ווילן נאר מיר זאלן קענען שיין מאכן דעם רבינ'ס נאמען. איך בעט מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין איינער צום אנדערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#3 - נעמט דעם רבי'ן פאר זיך פריוואט, נישט צו שטויסן די שולע
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, סקול, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, איר וועט פאלגן וואס די מנהלת זאגט - וועט איר זיך מאכן א גוטע נאמען, איר וועט מאכן שיין דעם רבינ'ס נאמען.


דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר לערנען", דער רבי לערנט אויס דרך ארץ; ווען מען זיצט ביי יענעם איז מען שטיל, אז מען לערנט ביי יענעם אין מוסד דריידט מען נישט איבער יענעמס פלאץ.


קיין שום מנהלת גייט נישט אן ווער איז דער רבי פון די תלמידה, ווער איז דער דיין פון די תלמידה און ווער עס איז זייער מורה דרך, דער עיקר וואס די מנהלת ווילן איז - מען זאל פאלגן וואס די סקול זאגט; ווען מיידלעך הייבן אן זיך חוצפה'נען צו די לערערינס און צו די מנהלת - דעמאלט איז נישט גוט.


אויב די מיידל מארדעוועט, זי וויל נישט הערן וואס די מנהלת זאגט און וואס די לערערינס זאגן, זי פייפט זיך אן און זאגט: "איך בין ברסלב", דעמאלט פאסירן אלע התנגדות.


אלע התנגדות אויף ברסלב קומט פון עזות פנימ'ער און מחוצפים, ווייל אויף ברסלב איז נישטא וואס צו זאגן קיין איין ווארט שלעכט; מיר ליידן גענוג די אלע יארן פון דעם, מענטשן גלייכן נישט ברסלב - נאר צוליב די סיבה, קינדער חוצפה'נען זיך צו די עלטערן, תלמידות חוצפה'נען זיך קעגן זייער לערערין און בחורים פייפן אויף די מגידי שיעורים, נאכדעם מיינט מען אז דאס איז ברסלב.


איך בעט אייך זייער, רעדט נישט אין סקול מיט קיינעם פון רבי'ן, נעמט דעם רבי'ן פאר זיך פריוואט, נישט צו שטויסן די שולע.


אויך זאלט איר זען וואס מער צו העלפן אין שטוב; די שענסטע זאך איז העלפן די מאמע, זוכט נישט ארויס צו גיין טאג און נאכט אין גאס מיט חבר'טעס. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו העלפן אין שטוב, וועט איר זוכה זיין אז אייערע קינדער וועלן אייך העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - גיי הפצה נאר וואו מען לאזט דיר גיין
הפצה, גליון, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע? שוין זאלסטו אריבער גיין צו די הנהלה און זיי אונטערשרייבן די צוויי זאכן, א) אז דו גייסט מער נישט לייגן קיין גליונות אין זייער שול און ב) דיינע קינדער וועלן נישט רעדן פון ברסלב אין סקול; האב נישט מורא, שרייב זיי אונטער די צוויי זאכן, דיין טאכטער זאל האבן א סקול וואו צו לערנען.


בכלל פארשטיי איך נישט, פארוואס גייסטו קעגן מיין ווילן? איך האב דיר שוין געזאגט כמה פעמים דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות אין שול'ן וואו מען לאזט דיר נישט לייגן, וואס זוכסטו זיך צרות? בפרט יעצט ווען מען האט דיר געשלאגן ביז בלוט, וואס פעלט דיר דאס אויס? אונזער וועג איז נישט בכפיה, מיר צווינגען קיינעם נישט; אז די גבאים לאזן דיר נישט ברענגען די גליונות - פארוואס דארפסטו זיך רייצן מיט זיי? וואס מיינסטו, זיי וועלן אריין נעמען דיינע קינדער?


אז דו ווילסט פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק זאלסטו גיין נאר וואו מען לאזט דיר גיין, די אלע וואס ווארפן דיר אוועק וועלן זיך נאך קומען בעטן ביי דיר, וואס דארפסטו גיין צו מתנגדים?


איך בעט דיר זאלסט גיין צו די גבאים און זיי אונטערשרייבן אז דו ברענגסט מער נישט קיין גליונות ביי זיי אין שול און דו זאלסט טאקע מער נישט לייגן דארט קיין גליונות, און אז דיינע קינדער וועלן נישט רעדן אין סקול פון ברסלב.


איך ווארט צו הערן אז מען האט אנגענומען דיינע קינדער.

#1 - דאס התקרבות צום רבי'ן, מאכט נישט קראנק דעם טאטן
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, תהלים, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעדער איינער וואס ווערט מקורב צום רבי'ן גייט אויף אים אריבער מניעות, אזוי גייט דעם רבי'נס זאך, נישטא וואס צו טון, נישטא וואס צו מאכן; איר זענט נישט די איינציגסטע וואס גייט דאס אריבער, אלע גייען דאס אריבער.


אויף אייער פראגע וכו'; עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן. ווען די התנגדות האט א הסבר, עס האט א טעם - וואלט מען ווען געקענט רעדן, פארשטיין געבן און אויפווייזן אז מען ווערט נאר בעסער; ווען מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די דיבורים פון רבי'ן - ווערט מען א בעסערע איד; למעשה איז די התנגדות אויפ'ן רבי'ן א בלינדע התנגדות, עס האט נישט קיין שום שכל, נאר פשוט א מלחמה פונעם סמ"ך מ"ם אפצוהאלטן בני הנעורים זאלן נישט קומען צום רבי'ן; ממילא איז נישטא וואס צו טון, נאר ווייטער מכבד זיין די עלטערן און זיך ווייטער מחזק זיין מיט'ן רבי'ן.


האט נישט קיין שולד געפיל ווען אייערע ברידער זאגן אייך: "מאכסט קראנק טאטע"; איך זאג אייך צו אז אייער טאטע ווערט נישט קראנק פון אייך, ער ווערט קראנק פון זיינע פריוואטע איבערגייאכצער. מן הסתם שמעקט אים נישט אז איר זענט ברסלב, אבער ער ווערט נישט קראנק פון דעם, ער ווייסט גאר גוט ווער פון די קינדער רעדן שיין צו אים און ווער פון די קינדער רעדן צו אים מיט חוצפה, פון אייך האט ער נאר נחת.


זייט ממשיך מיט'ן זאגן תהילים, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהילים איז ווי א משענת, א וואקע"ר; עלטערע מענטשן גייען מיט א שטעקן אדער וואקע"ר, זיי ליגן אויף דעם, דאס איז זייער אונטערלענער - אזוי זאגט דער רבי איז תהילים, ווער עס זאגט תהילים האט אויף וואס זיך אנצולענען, ער ליגט אויפ'ן אייבערשטן, ער ווערט נישט דערשראקן פון קיין שום זאך, ער אז ווייסט אלעס איז דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.