בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - טענה נישט מיט דיין ווייב וועגן ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, וויכוחים, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך פרישע מקורבים מאכן דאס מיט, די ווייב וויל נישט הערן פון ברסלב צוליב הערן לשון הרע'ס אויף ברסלב.


דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


טענה נישט מיט דיין ווייב, זאג איר אז דו האסט חיות פון די שיעורים און פון די ספרים. פאלג וואס שטייט אין די ספרים; פאלג דעם רבי'ן, זיי איר מכבד. דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.


און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען; דו וועסט נעמען דעם רבי'ן פאר דיר, דו וועסט לעבן מיט די עצות - וועט זי מיט די צייט דיך מער נישט טשעפען; זי וועט אויך מקורב ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - זיך נישט טענה'ן און ענטפערן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שווער און שוויגער, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט שלעכטס אויף ברסלב'ער חסידים בכלל און אויף תלמידי היכל הקודש בפרט. דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף דעם מענטש קריג איך אויך; אזוי איז היינט מיט ברסלב'ער חסידים בכלליות און תלמידי היכל הקודש בפרטיות, מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, זאכן וואס איז נישט אמת.


איך שרייב דיר דאס כדי דו זאלסט האבן חיזוק יעצט ווען דיין שווער און שוויגער האבן זיך גענומען צו ענקערע ביינער, זיי פארלאנגען פון ענק איר זאלט אנטלויפן פון היכל הקודש, זיי רעדן נישט שיינע זאכן; עס איז זייער שווער פאר דיר און בעיקר פאר דיין ווייב, ווען איר מאמע רעדט שלעכטס אויף אונזער פלאץ.


ענטפערט נישט, טענה'עט נישט; אז מען פרעגט זאלט איר זאגן מיט דרך ארץ אויב די זאכן זענען אמת אדער נישט אמת. אז איר וועט נישט טענה'ען וועט נישט לאנג נעמען ביז זיי וועלן זען וואס היכל הקודש איז, זיי וועלן זאגן פאר אלעמען: "נאר מיינע קינדער פון ברסלב זענען אונזער נחת".

#7 - מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה
בחור, אמונה, וויכוחים, חסד, ישיבה, קירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט זיך אפגעבן מיט הבחור ... נרו יאיר; אויב דיין ווייב איז מסכים - זאלסטו טון די מצוה.


דער בחור איז א גרויסער רחמנות, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער איז געלאפן צו גוים; ער מיינט די גוים וועלן רחמנות האבן אויף אים. ער מאכט שרעקליכע פראבלעמען, ער רעדט קעגן אידן רחמנא לצלן.


געב אים עסן און שלאפן, אבער טענה זיך נישט מיט אים; מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה, ווער עס טענה'עט זיך אין אמונה - דער פאלט נאכדעם אראפ אין כפירות.


אגב, דער בחור האט געוואלט אריינקומען אין ישיבה א צייט צוריק אבער זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט, זיי האבן מקבל געווען לשון הרע אויף די ישיבה, והוה מה דהוה.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג חומש, משניות און אביסל גמרא, אויך זאג תהלים - וועסטו זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.

#6 - אז מ'טענה'ט זיך מיט לצים, ווערט מען אליין א לץ
וויכוחים, משפחה, לשון הרע, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג נישט צו טענה'ן מיט לצים, עס נעמט נישט לאנג מען זאל ווערן אפגעקילט; ווער עס האט צוטון מיט לצים, ווער עס גייט אין א ויכוח מיט א לץ – דער ווערט אליינס א לץ און מען פאלט אוועק.


איך האב זייער מורא פאר דיין עתיד, איך ציטער דו זאלסט זיך נישט אפקילן פון רבי'ן. מיט דעם וואס דו טענה'סט זיך מיט דיינע שוואגערס ביי די שבת סעודות – קענסטו נאכדעם אלעס אפלאזן.


איך בעט דיר פאר דיין טובה וועגן, פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט רעדן פון רבי'ן און פון די ישיבה מיט זיי; ווי נאר זיי הייבן אן חוזק מאכן פון די שיעורים, פון די בריוו – זאלסטו זיך מאכן ווי דו הערסט נישט, און אז זיי שפעטן ווייטער - זאלסטו גיין אין א ווינקל און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין פאר'ן הערן לשון הרע, הוצאת שם רע, רכילות און ניבול פה אויפ'ן רבי'ן און אזוי ווייטער.


מיין הצלחה אלע יארן איז געווען אז איך האב זיך מיט קיינעם נישט גע'טענה'ט. איך האב קיינמאל נישט געזוכט אויפצואווייזן די מענטשן אז מוהרא"ש איז יא א צדיק, איך האב געקוקט אויף זיך אליינס און געזען וואס מוהרא"ש טוט מיט מיר.

#5 - א שאד זיך צו טענה'ען, ענדערש אריינברענגן אמונה אין נאך א איד
הפצה, צדיקים, וויכוחים, בריוו, עצתו אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט אריינקוקן אין בריוו פון פריערדיגע צדיקים, וועסטו זען ווי זיי שרייבן; זיי חתמ'נען זיך: "הדורש שלומך באהבה רבה", אדער: "ידידך האוהב אותך מכל הלב", וכדומה; פארוואס איז דאס נישט קינדיש – ווייל עס איז לשון הקודש?! וואס איז אזוי געפערליך אז א ראש ישיבה זאל שרייבן פאר זיין תלמיד "איך האב דיר ליב"? פארוואס איז דאס מער קינדיש ווי הדו"ש באה"ר - ווייל עס איז לשון הקודש געשריבן אין ראשי תיבות איז דאס מער ערוואקסן?


הקץ לדברי רוח? א שאד צו רעדן, א שאד צו ענטפערן; אין די צייט קען מען מזכה זיין נאך בחורים און אינגעלייט מיט תורה, תפלה, תשובה ומעשים טובים.


די וואס מאכן ליצנות פון די בריוו פון עצתו אמונה אינעם גליון, אז עס איז א גליון פאר קליינע קינדער; מען רעדט פון שלום בית, פון קינדערישע זאכן; פרעג זיי אויב זיך קריגן איז יא דערוואקסן... רעדן שיין, אויסלערנען אינגעלייט א' ב' פון לעבן דאס איז קינדיש, זיך קריגן איז וואס? – דערוואקסן.


שטארק זיך אין דיין עבודת הקודש, זיי ממשיך מיט דיינע תלמידים ביתר שאת וביתר עוז בדרך אהבה ורחמנות.


איך האב דיר ליב.


הדוש"ט [הדורש שלומו וטובתו] באה"ר [באהבה רבה] בלו"נ [בלב ונפש]


 

#4 - אז ס'איז דא טענות, דארף מען אויסהערן ביידע זייטן
וויכוחים, בית דין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


איך האב געליינט אלע אייערע טענות וואס איר האט אויף האברך ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר; אויב איר ווילט איך זאל פסק'ענען וועל איך דאס טון לויט די תורה'דיגע וועג. איך וועל מאכן א צייט ווען עס איז גוט סיי פאר ענק און סיי פאר זיי, ביידע וועלן מיר זיצן אינאיינעם, דעמאלט וועל איך פסק'ענען.


זיי וועלן זיך פארבינדן מיט ענק און אפשמועסן א צייט ווען עס איז גוט פאר ביידע אזוי וועל איך קענען פסק'ענען.


עס איז נישט דאס ערשטע מאל און נישט דאס צווייטע מאל וואס מען קומט צו מיר מיט טענות אויף האברך ... נרו יאיר אז ער בא'גנב'עט און ער בויט נישט גוט, ער זאגט ליגנט וכו' וכו'; יעדעס מאל מען קומט צו מיר מיט א טענה דארף איך דאס אויסהערן מיט ביידע אינאיינעם.


איך וועל אלעס טון וואס איך קען עס זאל זיין יושר אין שטעטל, קיינער זאל נישט ווערן בא'גנב'עט אדער בא'עוול'ט חס ושלום.

#3 - טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם פון אייער משפחה בענין ברסלב
כיבוד אב ואם, שידוכים, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות; טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם פון אייער משפחה בענין ברסלב, דאס קריגן אויפ'ן רבי'ן איז נישט קיין שכל'דיגע זאך; וואלט די התנגדות געווען א שכל'דיגע זאך וואלט מען ווען געקענט ענטפערן, אויפווייזן, מסביר זיין וכו' וכו', אבער עס איז נישט אזוי, עס איז א כח הטומאה וואס קריגט זיך מיט די קדושה, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פונעם רבי'ן, דעריבער מאכט ער מחלוקת אויפ'ן רבי'ן.


זאגט תהילים; אייערע עלטערן וועלן אייך נישט שטערן פון זאגן תהילים, זיי דארפן נישט וויסן אז איר נעמט חיזוק אויף תהילים פון ברסלב.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט שוין טרעפן אייער שידוך, אזוי וועט איר קענען אויפשטעלן א שיינע ברסלב'ע שטוב און ברענגען נחת פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - א שאד די צייט זיך צו טענה'ן מיט מענטשן
פחדים, התחזקות, וויכוחים, אומאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבער ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


ווערט נישט דערשראקן און פארלוירן פון די גאנצע פחד און בלבול וואס מען מאכט וועגן אומאן; מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן, מיט תפילה וועלן מיר אנקומען.


איך בעט אייך לאזט אייך נישט נארן, מאכט נישט פון עיקר טפל און פון טפל עיקר; געדענקט וואס דער רבי וויל פון אונז, דער רבי וויל מיר זאלן לערנען און דאווענען און לעבן מיט'ן אייבערשטן.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט יעדן טאג לערנען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, דאס ברענגט יראת שמים. ליידער ליידער קען מען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי ווייס איך וואס אבער מען לערנט נישט קיין חומש רש"י, מען איז נישט מעביר סדרה און מען האט נישט קיין יראת שמים.


דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען באזוכן דעם בעל ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו, האט אים דער ערוגת הבושם געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיינע תלמידים לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אריבערגעגאנגען אין די ישיבה זען די בחורים, ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט פאר'ן ערוגת הבושם: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" האט דער ערוגת הבושם געפרעגט: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" זעט מען פון דעם אז אויב מען וויל האבן יראת שמים דארף מען לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט רש"י.


מוהרא"ש פלעגט כמעט יעדע שיעור רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט'ן תרגום פון אנהייבן וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; דער אריז"ל זאגט מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש די וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? אז מען הייבט אן פון זונטאג און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, תלמידי היכל הקודש, לערנט יעדן טאג אפאר פרקים משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצָא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה, בְּמִי שֶּׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", דער וואס לערנט משניות דער איז זוכה צו מקבל זיין די תורה; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט און וואס עס טוט פאר'ן מענטש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


דער עיקר בעט איך אייך, טענה'ט נישט מיט קיינעם; א שאד די צייט, א שאד צו ענטפערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


איך האף זיך צו זען מיט אייך אין אומאן.


א פרייליכן שבת.


 

#1 - ווארט נישט ביז דו וועסט ווערן מסודר
וויכוחים, לימוד התורה, תכלית, היטן די צייט, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים שיחיו, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה; שטופט נישט אפ די שיעורים אויף שפעטער, אויף מארגן וכדומה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל זיך מסדר זיין וועל איך לערנען', ווייל "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", עס קען זיין אז דו וועסט אייביג בלייבן נישט מסודר; עס זענען פארהאן מענטשן וואס קענען זיך נישט מסדר זיין, שטענדיג האבן זיי וואס צו ערלעדיגן און עס גייט אריבער דער טאג, עס גייט אריבער דער וואך, דער יאר און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן אן קיין תורה, אן גארנישט.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "אויבן אין הימל שרייען די נשמות 'מיר זענען הונגעריג, מיר דארפן עסן; מיר זענען דארשטיג, געבטס אונז צו טרינקען', און ווען מ'וויל זיי געבן עסן און טרינקען זאגן זיי, 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן עסן און טרינקען פון תורה און עבודת ה'', אזוי אויך זענען דא נשמות וואס זענען נאקעט, זיי שרייען און בעטן זיך: 'מיר זענען נאקעט, געבטס אונז קליידער מיט וואס זיך צוצודעקן', און ווען מ'וויל זיי געבן קליידער אנצוטון זאגן זיי 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן מצוות און מעשים טובים", און דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


איך מוז מקצר זיין, איך בין יעצט זייער טרוד; מיר דארף מסדר זיין צווישן די בערג א פלאץ פאר די בחורים, אינגלעך און מיידלעך, מיר קענען נישט זיין אין שטאט. ביי אונז איז זייער שווער אין שטאט זומער, די גוים זענען זייער געמיין, זיי גייען אויסגעטון ווי די חיות, עס פלאקערט א פייער אין גאס; מיר ציען זיך אוועק פון שטאט פאר די זומער וואכן צו זיין אביסל צווישן די בערג, צווישן די גראז און ביימער צו קענען דינען דעם אייבערשטן ריינערהייט.


איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי צו שיקן די בריוו, דאך האב איך זיך זייער אנגעשטרענגט צו קענען שיקן דעם קליינעם בריוו פאר אייך ווייל איך האב ענק זייער ליב; איך זע ענקער שטארקייט, ענקער אחדות און ענקער ווילן. איך וועל אייך נאך שרייבן מער במשך די זומער וואכן.


איין זאך בעט איך ענק טייערע ברידער פון ירושלים, גייט נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם; אז איר הערט ווי מען שפעט פון רבי'ן, פונעם רבינ'ס תלמידים - זאלט איר שווייגן, אונזער זאך איז נישט קיין וויכוחים, אונזער זאך איז נישט נצחון; מיר דארפן נישט פארענטפערן דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט טענה'ען מיט יעדן פארעך, מיר דארפן זיך נאר מחי' זיין מיט דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא רבי.


אז איר כאפט זיך אריבער מתפלל זיין ביי מקומות הקדושים זאלט איר בעטן פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן זיינע עצות אין די וועלט.


א פרייליכן שבת.