בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - נישט קוקן אויף זיך, נאר מחזק זיין אנדערע אידן
הפצה, זיכוי הרבים, גאווה, חסידות ברסלב, שטעטל, בין אדם לחבירו, מוסר

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר אזוי שארף געזאגט, ווי מעג מען לאזן אזעלכע מחשבות? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א מענטש דערטרונקט זיך אין וואסער, וועסטו אויך טראכטן די צעדרייטע מחשבות פון 'מי אנכי? ווער בין איך דען? בין איך דען ראוי יענעם ארויס צו שלעפן? האב איך דער רשות?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה כא:) אז דאס איז א חסיד שוטה.


די זעלבע איז ווען מען זעט איינער איז צעבראכן און צעשטאכן, ער זיצט אין שטוב, מען זעט אים נישט פאר די אויגן; היתכן מען זאל נישט יענעם מחזק זיין?! יענעם ארויסנעמען אויף א שפאציר?!


דאס איז שוין נאכן זאגן און זאגן און זאגן אז דאס דארפן מיר טון, דער רבי האט אונז דאס באפוילן צו טון; נו וואו קומט אריין די צעדרייטע מחשבה 'מי אנכי? בין איך דען ראוי?' דאס איז א סימן אז מען שטונקט פון גאוה פון קאפ ביז פוס, ווייל אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן, מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר שפירן א טעם אין לעבן, מיר שפירן די זיסע געשמאקע איינגענעמע טעם פון זיין מיט'ן אייבערשטן, פארוואס זאלן מיר נישט טראכטן פון א צווייטן?


זאג דיין ווייב עס איז שוין צייט אפצולאזן די מחשבות פונעם יצר הרע, דער רבי זאגט בפירוש (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ, 'אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ'", ווען איך וואלט געהאט איינער, זאל זיין ווער עס זאל זיין, זאל מיר זאגן אין מיינע יונגע יארן, ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך געהאט נאכמער כח צו דינען דעם אייבערשטן, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב אבער נישט געהאט ווער עס זאל מיר דאס זאגן.


מוסר זאגן – דאס איז עפעס אנדערש, דאס דארף מען שוין זיין ראוי, נישט יעדער קען זאגן 'מוסר'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "אַף עַל פִּי שֶׁתּוֹכָחָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל", כאטשיג מוסר זאגן איז א גרויסע זאך, "אַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם רָאוּי לְהוֹכִיחַ", - אבער נישט יעדער קען געבן מוסר, ווייל אויב מען איז נישט ראוי קען מען ערגער מאכן, נאר ווער עס קען זאגן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט מוסר, ער האט אריינגעגעבן א ליבשאפט אין די אידן, נאכן זינדיגן ביים עגל האט ער זיי געזאגט (גיטין לו:): "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאכאלץ ליב, אבער חיזוק – דאס מעג יעדער געבן און דאס דארף יעדער געבן.


עס ליגט א חוב אויף אנשי שלומינו מחזק צו זיין איינער דעם צווייטן, בפרט אז מען בויט א שטאט על שם רבינו, דארף זיך יעדער אומקוקן איינער אויפ'ן צווייטן, אפשר איז דא איינער וואס איז אריינגעפאלן אין א מרה שחורה? אפשר דארף איינער א גוטער חבר? אפשר קען איך יענעם מחזק זיין? די מענער דארפן טראכטן פון די מענער און ביי די פרויען - פון די פרויען; מען דארף נישט קיין רשות צו מחזק זיין, מען דארף נישט זיין חשוב, מען דארף נישט זיין עפעס ווייס איך וואס, מען דארף טראכטן פון יענעם, יענער דארף עסן, יענער דארף א חבר, יענער דארף א גוט ווארט; דא קומט נישט אריין 'מי אנכי, ווער בין איך? בין איך דען ראוי?!' דאס איז די גרעסטע גאוה.


אינטערעסאנט, ביי די אייגענע הנאות טראכט מען נישט 'מי אנכי? דארף איך דען א הויז? דארף איך דען א קאר? דארף איך דען עסן? ביך איך דען ראוי?!' וואס האב איך געטון ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט רעדן און מחזק זיין אנדערע? איך האב געפאלגט און איך וועל ווייטער פאלגן.


מיר גייט נישט אן אויב איך בין יא ראוי אדער נישט; איך ווייס גאר גוט ווער איך בין, איך בעט דעם אייבערשטן אין די זכות וואס איך טו מיט אידישע קינדער, זאל דאס זיין פאר מיר א תיקון; וואס איז נוגע ווער איך בין? וואס איך בין? אז מען קען א טובה טון פאר א מענטש איז אלעס כדאי.


מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל די ווארט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, ליידט זיך אפ זיבעציג יאר צרות צרורות, לוינט זיך עס אויב מען קען א טובה טון פאר א איד"; דאס איז אפילו בגשמיות, מען קען יענעם פאררעכטן א לאך אינעם רעדל, עפענען זיין טיר, ארויסשלעפן די קאר פון שניי, בלאטע; כל שכן וכל שכן אז א מענטש איז צעבראכן, א מענטש איז אליין, דערביטערט, און מען זאגט אים א גוט ווארט, מען שלעפט אים ארויס פון זיין מרה שחורה; יענער הייבט אן לעבן.


ווער רעדט נאך א אידישע מאמע וואס גייט איבער אויף איר אזעלכע צרות און יסורים, קיינער ווייסט נישט וואס אידישע פרויען ליידן זיך צאם שטילערהייט; אז א פרוי קומט אריבער, רופט אן, נעמט ארויס וכו' וכו', איז דאס דאך אזא מצוה, עס לוינט זיך צו לעבן פאר דעם.


וויפיל קען איין מענטש טון? וואלט איך געהאט מיט מיר אפאר תלמידים ותלמידות וואס וואלטן געדענקט צו אויפהייבן אנשי שלומינו; געדענקט, געטראכט – פון די וואס דארפן חיזוק, וואלטן אלע געלעבט, אלע וואלטן געהאט חיות; היות איך בין אליין, איך האב נישט צייט אנצורופן יעדן, נאכלויפן יעדן – פאסירט וואס פאסירט.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך בין צעבראכן אז דאס האט פאסירט; משפחות שטייען פון אינדרויסן, זיי שפירן נישט אנגענומען; אנשטאט זיי מחזק זיין – מאכט מען זיי משוגע: 'דער ראש ישיבה לאזט נישט דאס, דער ראש ישיבה לאזט נישט יענץ'; ביי דעם וואלט מען געדארפט פרעגן רשות, פאר מען זאגט ארויס א ווארט מוסר פון מויל.


א אינגערמאן דערציילט מיר, זיין ווייב קוקט א גאנץ יאר ארויס צו קומען דא אין שטעטל, זי וויל זיין מיט די ברסלב'ער קהילה; די ערשטע קבלת פנים קומט איר א פרוי אנטקעגן מיט מוסר: "דו טוסט אן דיינע קינדער אזוי? דער ראש ישיבה לאזט נישט!" א מינוט שפעטער: "דו גייסט אזוי אנגעטון? דער ראש ישיבה לאזט נישט!" דער אינגערמאן קומט אהיים, ער זעט זיין ווייב וויינט, זי זאגט אים: "נעם מיר ארויס פון דעם פלאץ, איך וויל נישט זיין מיט די סארט מענטשן".


גערעכט איז זי, איך וואלט אויך נישט געוואלט זיין מיט אזעלכע מענטשן; ביי דעם פרעגט מען נישט קיין רשות, מען טראכט נישט 'מי אנכי?' מען שטעכט, מען פליקט, מען האט א קליינע שארפע מעסער וואס הייסט 'ראש ישיבה' און מען טיילט דעות. ווער האט געבעטן זאגן יענעם? ווער האט דיר געגעבן רשות צו מוסר'ן? ווילסט רעדן? רעד חיזוק, רעד גוטע ווערטער, נעם אויף יעדן איינעם מיט גוטע ווערטער.


וואויל איז דעם וואס געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע, איז מחזק אנדערע און טראכט פון אלעמען; אויף דעם איז געזאגט געווארן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמַצִיל נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא".

#5 - ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, דרשות, מוסר, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען בעט אייך איר זאלט רעדן פאר עלטערן, זאלט איר דער עיקר רעדן דיבורי חיזוק; מוסר איז דא גענוג וואס געבן, מיר דארפן געבן חיזוק, חיזוק טוט אסאך מער אויף ווי מוסר און התעוררות. רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען מען ווערט נתעורר פון מוסר האלט דאס נישט אן פאר צו לאנג, אבער ווען מען ווערט נתעורר פון חיזוק דעמאלט האלט אן די התעוררות פאר גאר לאנג".


ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס, ווי חשוב אידישע פרויען זענען ביים אייבערשטן און אז די גאנצע וועלט שטייט אויף זיי; מיט דעם וואס זיי שיקן די אינגלעך אין חדר לערנען די הייליגע תורה און די מיידלעך אין סקול לערנען ווי אזוי צו זיין איידל און הייליג - אויף דעם שטייט די וועלט.


זייט מחזק די עלטערן זיי זאלן זיין פרייליך; אז די מאמע איז פרייליך ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, און אז די מאמע וויינט - וויינען אלע. די קינדער וואס האבן א דערביטערטע מאמע - וואקסן אויף דערביטערט.


מיין מאמע תחי' האט מיר דערציילט, עס איז געווען א פרוי וואס ווען עס האט גערעגנט פלעגט זי זייער שטארק וויינען, קיינער האט נישט געוויסט פארוואס זי וויינט, די פרוי אליינס האט אויך נישט געוויסט פארוואס זי וויינט; זי פלעגט זיין אין א פרייליכע גוסטע און ווי נאר עס האט אנגעהויבן רעגענען פלעגט זי זייער וויינען, ביז מען האט אויסגעפונען דעם סוד, איר מאמע פלעגט האבן פרנסה פון וואשן וועש, ווען עס האט גערעגנט האט זי נישט געקענט אויסטרונקענען די וועש, זי האט פארלוירן פרנסה אין די טעג, זי פלעגט אזוי וויינען ווען עס האט גערעגנט; יארן איז אריבער, די פרוי איז שוין לאנג געשטארבן און די קינדער און אייניקלעך וויינען נאך עד היום הזה.


רעדט צו די עלטערן זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין טעלעפאן; א רחמנות אויף די קינדער וואס די מאמע האט א טעלעפאן, זיי זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. זיי קומען אהיים, זיי האבן נישט ווער עס זאל שפילן מיט זיי, די מאמע איז פארנומען מיט די טעלעפאן איינקויפן, די מאמע איז פארנומען שפילן געימס, די קינדער וואקסן אויף נישט גוט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן די ריכטיגע ווערטער וואס צו רעדן פאר די עלטערן, עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב, וועט עס אריינגיין אין אלע הערצער.

#4 - ווי אזוי צו רעאגירן צו ארומיגע משפחה וואס פירן זיך נישט בצניעות
צניעות, חינוך הילדים, משפחה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מחי' צו הערן די גוטע גרוס פון סקול, ווי שטארק איר זענט צופרידן פון די טיטשערס; אייער טאכטער קומט אהיים אזוי פרייליך, אזוי צופרידן; זי האט ליב צניעות, איך פריי זיך זייער צו הערן.


בנוגע אייער פראגע, וואס צו טון ווען אייער טאכטער קומט צווישן משפחה וואס געבן נישט אכטונג אויף צניעות, זיי שערן זיך נישט און עס שטעקט זיך ארויס פון אלע זייטן האר - זאגט זיי אייער טאכטער מוסר וכו', זי איז יונג און זי זאגט אלעמען זיי זאלן אכטונג געבן; איר וויל וויסן אויב איר זאלט איר עפעס זאגן אדער נישט.


עס איז גוט איר זאלט איר מסביר זיין אז נישט יעדער ווייסט פון צניעות, נישט יעדער איז אפגעהיטן; זיי זענען וואויל אבער עס איז רחמנות אויף זיי, זיי מיינען אז צניעות איז א קנס, זאגט איר אז זי זאל נישט זאגן קיין מוסר הויך, זיי וועלן זיך פארשעמען, בעסער זאל זי אייך זאגן שטילערהייט.


רעדט מיט איר, זי זאל נישט ווערן צעמישט ווען זי זעט אין שטוב אן איידלקייט און ביי משפחה זעט זי פארקערט.


 

#3 - לאז אפ די נארישקייטן, זע נאר מקרב צו זיין אידן צום אייבערשטן
הפצה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; עס זעט אויס אז דו ביסט צוריק מיט דיין אלטע קאפ איידער דו ביסט מקורב געווארן, איך געדענק דיר איבער צען יאר צוריק ווען דו ביסט אנגעקומען אין ישיבה - ביסטו געווען פארנומען מיט די פארדרייטע זאכן, דיין חיות איז געווען די זאכן; האסט אנגעהויבן לעבן מיט'ן רבי'ן - ביסטו צוביסלעך פטור געווארן פון די זאכן, יעצט זע איך אז עס הייבט אן צוריק קומען די סארט טיפשות אנגעטון אין שיינע קנאי'שע קליידער.


לייג אריין דיין מח מחשבה אין הפצה; זוך ווי מען קען מקרב זיין נאך א איד צום אייבערשטן, נישט ווי מען קען מרחק זיין נאך איינעם. אונזער זאך איז לקרב את כל העולם כולו לשם יתברך, דיין קאפ און מח זאל זיין: 'ווי קען מען נאך א איד מזכה זיין מיט די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מ'דארף רעדן צו מענטשן נאר פשוטע דיבורי אמונה
שבת קודש, בית המדרש, מוסר, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרוס פון דיין איידעם ... נרו יאיר, ער לערנט זייער פלייסיג און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים; איך זע זיין התנהגות ביים דאווענען און ביים לערנען, ממש צום באוואונדערן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך – סיי פאר דיר אליינס און שטארק זיך צו שטארקן אנדערע; איך הער אזויפיל גרוסן, מענטשן זענען זיך מחי' מיט דיינע חיזוקים.


זאלסט נישט מכבד זיין צו רעדן ביי דיר אין שול מענטשן וואס האבן נישט קיין דיבורים, זייערע דיבורים זענען פון די תורות וואס זענען מקבל פון שדין יהודאין (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כח), וואס בויען בנינים וואס שטייט אין די לופט; מען קען נישט ארויסנעמען לימודים נישט פאר די וועלט און נישט פאר יענע וועלט, נאר שיינע דרשות וואס שטייט אין די לופט, אזוי ווי דער רבי איז דארט מסביר.


ביי שלש סעודות דארפסטו נישט מער פון זאגן: "ה' מֶלֶךְ, ה' מָלָךְ ה' יִמְלוֹךְ לְעוֹלָם וָעֶד"; ביי די וועלט זאגט מען דאס אין לשון הקודש וכו', אבער ביי אונז אין ברסלב זאגט מען עס אין אידיש: "דער אייבערשטער פירט די וועלט, דער אייבערשטער האט געפירט די וועלט און וועט דאס פירן ביז אייביג"; רעד פשוט'ע אמונה וועסטו מחי' זיין אידישע צעבראכענע הערצער, מען וועט קענען בויען מיט די ווערטער בנינים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#1 - מעורר זיין אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך און רואיג.


קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט דיר געמאכט, ער האט דיר צוריק געגעבן דיין נשמה, דו לעבסט און ביסט געזונט און שטארק.


בזכות וואס דו וועסט אכטונג געבן אויף צניעות און דו וועסט רעדן מיט אנדערע פון צניעות וועסטו האבן לאנגע שיינע יארן מיט נחת פון דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין מאן.


בנוגע דערציילן די מעשה פאר אנדערע; איך וואלט דיר געראטן דו זאלסט דאס נאר דערציילן פאר באקאנטע וכדומה, פרעמדע - וואס קענען דיר נישט - וועלן מיינען אז עפעס איז געשען מיט דיר. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תצוה, דף קפו:): "זַכָּאָה מַאן דְּמַלִּיל עַל אוּדְנִין דְּשָׁמְעִין", וואויל איז דעם וואס רעדט צו אויערן וואס הערן; ער רעדט צו מענטשן וואס הערן אויס וואס ער רעדט.


לייג יעדן טאג אין פושקע אפאר פרוטות לצדקה.