בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - מנהגים ביים אפשערן א קינד, ווי אזוי מען קריגט גוטע קינדער
חינוך הילדים, מועדים וזמנים, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט אפשערן פרייטאג אדער זונטאג - ווען עס קומט דיר אויס גרינגער.


מען פירט זיך אז אינעם טאג וואס מען שערט אפ א קינד, מען מאכט אים די הייליגע פיאות - זאל דאס קינד זיין אפגעהיטן פון קוקן אויף שלעכטע זאכן, דארפאר וויקלט מען אים איין אין א טלית ווען מען טראגט אים אין חדר לעקן די האניג, כדי ער זאל נישט זען קיין שלעכטע זאכן, אזוי אויך האלט מען אים אין שטוב א גאנצן טאג אז ער זאל זיין אפגעהיטן פון שלעכטע זאכן.


געדענק: "גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים"; כדי זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן. דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווי אזוי האב איך זוכה געווען צו גוטע קינדער? יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך געוויינט צום אייבערשטן אויף גוטע קינדער, איך האב אנגעפילט א כוס מיט מיינע טרערן און געבעטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב געזונטערהייט.

#2 - חיזוק פאר פרויען לכבוד יום טוב סוכות
מועדים וזמנים

  בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, תשע"ח


 


לכבוד מרת ... תחי'


ברוך השם מיר גייען יעצט אריין אין דעם הייליגן יום טוב סוכות; ווען מיר זיצן אין די סוכה זיצן מיר אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, און ווען מען זיצט אונטערן שאטן פונעם אייבערשטן איז זייער גוט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, האט די פייגל זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, זי האט געטראכט אז דארט וועט קיינער נישט קומען שיסן אויף איר, די זעלבע איז ווען א מענטש האט צרות - לויפט ער זיך באהאלטן ביים אייבערשטן, דעמאלט טשעפעט אים קיינער נישט.


מיר מאכן א זכר אויף דעם וואס דער אייבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים און מען איז געגאנגען אין מדבר אונטער די ברענעדיגע זון, און דער אייבערשטער האט אונז געמאכט סוכות אז מיר זאלן נישט פארברענט ווערן פון די זון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה): בזכות נשים צדקניות זענען די אידן ארויס פון מצרים; די מענער זענען געווען אזוי פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצרים - אזוי ווי היינט, מען האט געארבעט ביטער שווער, זיי זענען געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט אז זיי זענען פשוט נישט אהיים געקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד, דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, און זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און אזוי איז ארויס געקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס איז ארויס פון מצרים און געגאנגען מקבל זיין די הייליגע תורה ביים בארג סיני.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס זי גייט צו איר מאן און זי איז דער וואס רעדט שיינע ווערטער וכו', ביז דער מאן ווערט איבערגערעדט און מען לעבט מיט ליבשאפט, מען שטעלט אויף א שטוב צוזאמען.


דערפאר זאלסטו פון היינט און ווייטער זיין דער וואס הייבט אן איבער צו בעטן, און רעדט שיינע ווערטער וכו', וועסטו האבן א חלק אין די גאולה העתידה.


א פרייליכן יום טוב.

#1 - חיזוק פאר פרויען לכבוד יום כיפור
מועדים וזמנים

  בעזהשי"ת


ערב שבת פ' וזאת הברכה-א, ערב יום כפור, ט' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


לכבוד מרת ... תחי'


מיר שטייען יעצט ערב יום כיפור, עס איז נישט קיין צייט צו שרייבן בריוו היינט, אבער אפאר ווערטער וועל איך דיר שרייבן, וואס דו זאלסט זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר, היינט ערב יום הכיפורים.


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן און שרייבן און זיך בעטן און וויינען צו די פרויען, מען זאל זיך אפשערן די האר, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דערפאר בעט איך דיר זייער שטארק דו זאלסט זיך פארנעמען נישט צו גיין מיט דיינע האר, ווייל אלע צרות קומען פון דעם וואס די פרוי גייט מיט איר אייגענע האר. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "מענטשן וואלטן ווען געקענט איינשפארן אלע צרות, ווען זיי שערן זיך אפ די האר, וואס זאל מען טון אז זיי זענען גרייט צו ליידן צרות אבי צו האבן די אייגענע האר". מען קען זיך גארנישט פארשטעלן די שכר פון א פרוי וואס געבט אכטונג אז איר האר זאל זיך נישט ארויס זען אפילו אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית, עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית און זי האט געהאט זיבן קינדער, וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה, און אלע זענען געווען כהנים גדולים. אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּ? האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי, האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר"; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נאכדעם נחת פון די קינדער.


אויך זאלסטו אכטונג געבן פון היינט און ווייטער אז דיינע קליידער זאלן זיין צניעות'דיג, דו זאלסט נישט אנטון קיין קליידער וואס זענען קורץ, שמאל אדער אויסגעשניטן וכו', דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף  ווען א פרוי איז צניעות'דיג איז זי זוכה צו מורא'דיגע זאכן, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; פרעג איך דיר, ווער וויל נישט זוכה זיין צו גוטע קינדער? דו ווייסט דאך און דו זעסט דאך וואס גייט פאר אין אונזער דור, וויפיל אידישע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, וויפיל בחורים און מיידלעך פאלן אוועק טאג טעגליך, איז אז דער רבי געבט א עצה און א הבטחה "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", דארפן מיר דאך זיך צוכאפן צו דעם און פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר האבן ערליכע קינדער און נחת פון זיי.


אויב דו האסט קליינע קינדער דארפסטו נישט קומען אין שול דאווענען אפילו יום כיפור; א מאמע פון קליינע קינדער קומט צו בלייבן אין שטוב, דאס איז איר עבודת השם - צו שפילן מיט אירע קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי, אויב מען האט שוין עלטערע קינדער וואס קענען אכטונג געבן אויף די קינדער דעמאלט קען מען יא קומען אין שול.


זע צו בעטן יום כיפור פאר דיר און פאר דיין מאן און קינדער אז איר זאלט האבן א גוט יאר, ווייל די תפילות פון א פרוי איז זייער חשוב אויבן אין הימל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז:) ווען עס איז דא א טריקעניש און מען איז גוזר תענית, שיקט מען צו צום עמוד דוקא איינעם וואס איז א 'מְטוּפָּל וְאֵין לוֹ', ער האט קינדער און האט נישט קיין געלט זיי צו שפייזן, ווייל איינער וואס האט קליינע קינדער איז זיין הארץ מער צעבראכן, און אזא איינער דאווענט מיט זיין גאנצע הארץ; דאס זעלבע איז א פרוי וואס זי איז מיט די קינדער א גאנצע טאג, איר הארץ איז מער צעבראכן און אירע תפילות גייען ארויף זייער הויך.


דער הייליגער רבי האט זייער געהאלטן פון די תפילות וואס פרויען בעטן; מען האט פארציילט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען בטל מאכן די ווייבער שול", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, און עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פארקערט; משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג) "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, ביי דער וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים". אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


זאלסט אסאך בעטן פאר ערליכע קינדער, און זאלסט וויסן אז יעדע תפילה ווערט אוועק געלייגט, און מען איז זוכה שפעטער צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים - בזכות דעם וואס איך געב אזוי שטארק אכטונג אויף צניעות. אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע און איך זאל געדענקען אז עס לוינט זיך נישט וועגן אביסל שיינקייט וכו' צו פארלירן מיינע קינדער, בפרט אז דער הייליגער זוהר הקדוש זאגט אז גוטע קינדער קומט ווען די מאמע געבט אכטונג אויף איר האר עס זאל זיך נישט ארויסזען, אפילו אין שטוב, דערפאר בעט איך דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל זיך נישט שעמען פון מענטשן צו גיין אנגעטון בצניעות, נאר איך זאל זיין שטאלץ מיט דעם, און מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג וכו' וכו'", אויך בעט איך דיר זאלסט מתפלל זיין פאר מיר: יואל בן ריצא רעכיל, אז איך זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט מיין ארבעט.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.