בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#27 - טו אלע מצוות מיט שמחה, און מאך פרייליך דיין ווייב
תפילות אויף אידיש, שמחה, שלום בית, עצבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער עיקר איז שמחה; טו אלע מצוות מיט שמחה, און מאך פרייליך דיין ווייב.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


אנא, איך בעט דיר, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


שבת און אויך פסח וועל איך זיין אין קרית ברסלב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#26 - וועסט גארנישט פארדינען פון דיין טרויעריגע לאנגע נאז
שמחה, עצבות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אין חודש אדר, א חודש פון שמחה; מעגסט שוין שמייכלען, מעגסט שוין אויסגראדן די קנייטשן פון דיין שטערן, לאז אפ די עצבות און מרה שחורה, וועסט גארנישט מרוויח זיין פון זיין בעצבות, מיט א לאנגע נאז; געב א שמייכל.


בעט אויף שמחה, ווייל די וויכטיגסטע זאך איז שמחה. מוהרא"ש זאגט (ספר מקור השמחה הודעות נחוצות, אות צא) מען קען זען אויפן פנים פונעם מענטש צי ער איז ביי די קדושה אדער ער דארף תשובה טון; אז מען האט א ליכטיגע פנים - איז א סימן אז דער מענטש איז ביי די קדושה, מען איז דבוק צום צדיק אמת, און חס ושלום אז דער מענטש איז מיט א טונקעלע פנים - איז ער נעבעך פארכאפט ביי די נישט גוטע און ער איז ווייט פונעם צדיק.


בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, און פרוביר מיט אלע כוחות ארויפצולייגן אויפן פנים א שמייכל. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג): "אַנְפִּין נְהוֹרִין" א ליכטיגע פנים, "פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה", "בְּחִינַת חַיִּים" - דאס איז א סימן אז מען איז ביי די קדושה, דאס איז לעבן, "אַנְפִּין חֲשׁוֹכִין" און א טונקעלע פנים, "סִטְרָא אָחֳרָא", איז א סימן אז מען איז ביי די נישט גוטע, "בְּחִינַת מִיתָה", מען האט א טויטע לעבן; שמחה איז די וויכטיגסטע זאך און די הייליגסטע זאך, ווען מען איז פרייליך איז מען אפגעהיטן פון עבירות, מען איז אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - אויב איז מען נישט פרייליך, וואס האט מען פון די לעבן?
תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, ווייל זיין פרייליך איז די וויכטיגסטע זאך; א מענטש קען אלעס האבן, אויב איז מען נישט פרייליך - וואס האט מען פון די לעבן?


ארבעט אויף די מידה פון זיין פרייליך; מיין נישט עס איז א קלייניקייט, זיין פרייליך איז די וויכטיגסטע זאך. שמחה איז דער מקור פון קדושה, און פארקערט, עצבות - איז די מקור הטומאה. דערפאר דארף מען טון אלעס אויף די וועלט צו זיין פרייליך, ווייל אזוי איז מען מבטל די טומאה.


בעט דעם אייבערשטן די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


היינט נאכט וועט זיין דער וועכנטליכער שיעור, קום צום שיעור זיך מחזק זיין מיט די עצות פונעם בן השמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווען עס צעברעכט זיך א גלאז שרייט מען מיט פרייד, מזל טוב
שמחה, סגולות, קברי צדיקים, שלום, אידישע שטוב, עצבות, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, קרעכץ נישט, רעד זיך נישט אפ, אפילו עס שטערט דיר וכו'. מענטשן גייען אריבער שווערע ביטערע צרות און יסורים; נאר הערן וואס מענטשן גייען אריבער - פון דעם קען שוין פלאצן דער מח, דאנק און לויב דעם אייבערשטן וועסטו זען נאך און נאך ניסים.


היינט איז דער יארצייט פון הרב הקדוש מצאנז זכותו יגן עלינו, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף היינט ארויס צו פארן קיין פוילן און זיין אין צאנז, מתפלל זיין ביים ציון פון הייליגן צאנזער רב. הגם דער מנהג איז נישט צו גיין חודש ניסן צו קברים; דאס איז נישט ביי קברי צדיקים, צו קברי צדיקים גייט מען שטענדיג.


אז עפעס צעברעכט זיך אין שטוב - זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם. ביי אונז איז דער מנהג, ווען עס צעברעכט זיך א גלאז שרייט מען מיט פרייד: "מזל טוב!" דאס אליינס אז מען רעגט זיך נישט ווען עפעס צעברעכט זיך, מען קריגט זיך נישט, מען בלייבט פרייליך - דאס ברענגט שמחות, קינדער און שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#23 - באשעפער, איך וויל זיין פרייליך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, סיפורי צדיקים, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


רבי חיים ויטאל זכרונו לברכה האט געזאגט, ער האט געהערט פון זיין רבי דער הייליגער אריז"ל די סיבה וואס ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות - איז געווען נאר פון שמחה; ער האט זיך געפריידט מיט יעדע מצוה כמוצא שלל רב, ווי איינער וואס האט נארוואס פארדינט די גאנצע געלט פון די וועלט.


צו שמחה קען מען זוכה זיין אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף שמחה. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו שמחה, בעט אויף פראסט אידיש:


"באשעפער, איך וויל זיין פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה. העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל דיך שטענדיג שפירן, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וועסטו זוכה זיין צו שמחה און צו אלע מדריגות.


 

#22 - מען דארף גיין צו די מאנ'ס עלטערן, אפילו עס איז נישט באקוועם
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, אידישע שטוב, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט יא גיין צו אייער מאן'ס עלטערן; עס איז נישט גערעכט נישט צו גיין. אז אייך איז נישט באקוועם - איז דאס נישט גערעכט, אייער מאן וויל יא גיין, ער בענקט זיך צו זיינע עלטערן - דארפט איר גיין פון צייט צו צייט.


ווי אזוי וועט איר שפירן ווען אייער זון וועט נישט אריינטרעטן ביי אייך ווען זיין ווייב, אייער שניר - וועט אים נישט לאזן קומען צו אייך מיט אירע קאמפלעקסן?


בנוגע וכו'; מיט שמחה קען מען ציען דעם מאן'ס הארץ און מיט וויינען און זיין טרויעריג - קומט מען אין ערגעץ נישט אן. א מאן האט נישט קיין כח פאר די ווייב'ס מרה שחורה און עצבות, ער אליינס האט שוין גענוג זיינע אייגענע נסיונות, איר דארפט אים נאר פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - הערט אויף וויינען אומזיסט, דאס קען ברענגען שרעקעדיגע זאכן
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, עצבות, וויינען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו די כלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן די נאסע בריוו, דורכגעווייקט מיט טרערן.


עס איז א גרויסע סכנה וואס איר טוט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כט.) דער חורבן בית המקדש איז געווען אין די זעלבע נאכט וואס די אידן אין מדבר האבן אומזיסט געוויינט, האט דער אייבערשטער געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם", איר וויינט אומזיסטע וויינען, "ואני קובע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק ברענגען אויף וואס צו וויינען.


דאס זעלבע ביי אייך; הערט אויף וויינען, ווייל דאס וועט ברענגען שרעקעדיגע זאכן, און אנשטאט וויינען אז די חתונה גייט זיין שפעטער פון ווען איר ווילט - זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט זוכה געווען צו א טייערער חתן, א בעל מדות טובות וירא שמים, א חתן וואס לעבט מיט'ן רבי'ן, לעבט מיט די עצות פון רבי'ן.


געדענקט וואס אונזער רבי האט אונז געלערנט. ווען מען הערט איינעם זיך אפרעדן, קרעכצן, וויינען - ברענגט מען אים נאך זאכן אויף וואס צו וויינען, און אז מען הערט ווי איינער לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן - ברענגט מען אים פיל גוטס.


וואס פעלט אייך אין אייער לעבן? איר זענט געזונט און איר האט שוין אזא טייערע גוטע שידוך, איז ווי קומט אריין וויינען? עס האט נישט קיין זין צו וויינען אז די חתונה זאל זיין אביסל פריער, איר מוזט זיך טוישן, איר מוזט אנהויבן דאנקען דעם אייבערשטן.


איך האף איר וועט מיך פאלגן.


...


אויב איר האט פשוט ליב צו וויינען, (עס זענען דא מענטשן וואס זייער שמחה איז וויינען) - זאלט איר וויינען צום אייבערשטן פארקערט, וויינט און זאגט: "אייבערשטער, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, איך בין דיר אזוי שולדיג, עס קומט מיר נישט אזויפיל גוטס; אייבערשטער וואס קען איך דיר צוריק צאלן פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר".

#20 - אז דו וועסט זיין פרייליך, וועלן אלע פראבלעמען אוועק גיין
שמחה, רפואה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


 ווארף אוועק די עצבות ומרה שחורה, פריי זיך אז דו ביסט א איד; אז דו גלייבסט אינעם אייבערשטן און דו ביסט אנגעפילט מיט מצוות. אז דו וועסט זיין פרייליך וועסטו געזונט ווערן, אלע פראבלעמען וועלן אוועק גיין.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען דארף אוועקנעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש, אלעס קומט פון עצבות און מרה שחורה. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הִוא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווי אזוי טוט מען תשובה אין די הייליגע שובבי"ם טעג?
שמחה, תשובה, לימוד התורה, עצבות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין היינט אין די וואכן פון שובבי"ם. דער הייליגער אריז"ל האט אונז מגלה געווען אז אין די וואכן קענען מיר מתקן זיין אלעס וואס מיר דארפן מתקן זיין, בפרט די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן; אין די טעג קען מען דאס פאררעכטן.


וואס טוט מען צו פאררעכטן די פגמים? מוהרא"ש חזר'ט אן א שיעור מאל די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", אז מען נעמט אויף זיך די עול תורה, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתָם מִיְמֵיכֶם", זאגט דער אייבערשטער, רעכן איך ענק אזוי ווי איר וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט; זאלסטו אין די טעג זיך שטארקן צו לערנען חומש, משניות און גמרא, על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער; דאס איז מזכך ומטהר דעם מענטש.


תשובה טון דארף צוגיין מיט שמחה, עצבות ומרה שחורה איז סם המוות. עצבות אז מען לאזט דאס אין זיך - קען זיך דאס צעשפרייטן ווי א שרעקליכער גופט, און ווען עס איז שוין צעשפרייט - איז דאס שווער ארויס צו טרייבן, דעריבער דארף מען דאס גלייך פארטרייבן און נישט לאזן אין זיך קיין ברעקעלע עצבות, נאר זיין פרייליך; נאר אזוי קען מען תשובה טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - זיך שטארקן און דערהאלטן, טראץ אלע בלבולים
שמחה, התחזקות, סיפורי צדיקים, עצבות, ספרי ברסלב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער זיסער ברודער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו, נאר דו גייסט אריבער בלבולים? נאר ביי דיר דריידט זיך די קאפ? אלע צדיקים פון אלע דורות זענען אריבער די זאכן, און נאר ווייל זיי האבן זיך געשטארקט מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן פון די בלבולים - זענען זיי געווארן צדיקים.


איך וויל מיט דיר לערנען א שטיקל לקוטי מוהר"ן, די צווייטע חלק סימן מח. איך פלעג זייער אסאך לערנען די תורה אין מיינע יונגע יארן, איך האב געשפירט אזוי גוט נאכן לערנען די תורה, איך האב געזען אז עס איז דא א רבי וואס פארשטייט מיך, ער זעט וואס גייט אריבער אויף מיר.


כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת ווען א מענטש הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, דארף ער זיין גרייט אז מען גייט אים ווייזן ווי מען דארף אים נישט, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה, וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם עס וועט זיך אים דאכטן ווי פון הימל שטופט מען אים אוועק און מען לאזט אים נישט ווערן אן ערליכער איד, וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת אבער וויסן זאלסטו, דאס וואס מען שפירט ווי מען ווערט דערווייטערט - איז נאר צו ברענגען דעם מענטש נענטער צום אייבערשטן.


וְצָרִיךְ הִתְחַזְּקוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִבְלִי לִפֹּל בְּדַעְתּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם און מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו באקומען חלישות הדעת, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁעוֹבְרִים כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים שֶׁהוּא מִתְיַגֵּעַ בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת בִּשְׁבִיל עֲבוֹדוֹת הַשֵּׁם, פון וואס מען זעט ווי עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן וואס מען מוטשעט זיך מיט שווערע עבודות, וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מְאֹד און מען איז נאכאלץ זייער ווייט, וְלֹא הִתְחִיל כְּלָל לִכְנֹס לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה מען האט נאך בכלל נישט אנגעהויבן אריינקומען צו די קדושה. כִּי רוֹאֶה עַצְמוֹ שֶׁהוּא מָלֵא עֲדַיִן עֲבִיּוּת וְגַשְׁמִיּוּת וְהִרְהוּרִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים מען איז נאך א פארגרעבטער מענטש פול מיט שלעכטע געדאנקען און אזויפול בלבולים, וְכָל מַה שֶּׁהוּא רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה אֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ און וואס איך וויל נאר טון פאר עבודות השם גייט מיר נישט, וְנִדְמֶה לוֹ כְּאִלּוּ אֵין הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִסְתַּכֵּל עָלָיו כְּלָל און דאס מאכט טראכטן אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף מיר, וְאֵין רוֹצֶה כְּלָל בַּעֲבוֹדָתוֹ און ער וויל נישט מיינע עבודות, מֵחֲמַת שֶׁהוּא רוֹאֶה שֶׁהוּא צוֹעֵק בְּכָל פַּעַם ווייל איך שריי, וּמִתְחַנֵּן וּמִתְנַפֵּל לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ און איך בעט זיך ביים אייבערשטן, שֶׁיַּעְזְרֵהוּ בַּעֲבוֹדָתוֹ, ער זאל מיך העלפן, וְאַף עַל פִּי כֵן עֲדַיִן הוּא רָחוֹק מְאֹד מְאֹד און נאכאלץ בין איך אזוי ווייט, עַל כֵּן נִדְמֶה לוֹ כְּאִלּוּ אֵין הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִסְתַּכֵּל עָלָיו כְּלָל דאס מאכט טראכטן אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף מיר, וְאֵין פּוֹנֶה אֵלָיו כְּלָל און ער הערט נישט צו מיין געבעט, כִּי הוּא יִתְבָּרַךְ אֵין רוֹצֶה בּוֹ כְּלָל ער וויל מיך בכלל נישט, הֵן עַל כָּל אֵלֶּה אויף די אלע זאכן, וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה און אויך אנדערע סארט זאכן, צָרִיךְ הִתְחַזְּקוּת גָּדוֹל לְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד מְאֹד דארף מען זיך זייער שטארקן, וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עַל כָּל זֶה כְּלָל נישט צו קוקן אויף דעם, כִּי בֶּאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת ווייל דאס וואס מען שפירט זיך ווייט - איז נאר צו ברענגען דעם מענטש נענטער צום אייבערשטן, כַּנַּ"ל אזוי ווי אויבן אויסגעשמועסט.


וְכָל הַנַּ"ל און אלעס וואס מיר האבן פריער דערמאנט, עָבַר עַל כָּל הַצַּדִּיקִים איז אריבער אויף אלע צדיקים, כַּאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ מִפִּיהֶם בְּפֵרוּשׁ אזוי ווי מיר האבן געהערט פון זיי אליינס, שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם אז עס האט זיך זיי געדאכט, שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵין מִסְתַּכֵּל וּפוֹנֶה אֲלֵיהֶם כְּלָל אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף זיי און דארף זיי נישט, מֵחֲמַת שֶׁרָאוּ ווען זיי האבן געזען, שֶׁזֶּה זְמַן רַב אז נאך אזא לאנגע צייט, שֶׁהֵם מְבַקְּשִׁים וואס זיי בעטן, וִיגֵעִים און פלאגן זיך, וְעוֹשִׂים וְעוֹבְדִים עֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ און טוען עבודת השם, וַעֲדַיִן הֵם רְחוֹקִים מְאֹד מְאֹד זענען זיי נאכאלץ זייער ווייט, וְאִלּוּ לֹא הָיוּ מְחַזְּקִים עַצְמָן מְאֹד און ווען זיי וואלטן זיך נישט געשטארקט, לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עַל זֶה נישט צו קוקן אויף די אלע זאכן, הָיוּ נִשְׁאָרִים בִּמְקוֹמָם הָרִאשׁוֹן וואלטן זיי געבליבן ווי ביים אנהויב, וְלֹא הָיוּ זוֹכִים לְמַה שֶּׁזָּכוּ און זיי וואלטן נישט זוכה געווען צו ווערן צדיקים.


וְהַכְּלָל, אֲהוּבִי אָחִי מיין ליבער ברודער, חֲזַק וֶאֱמַץ מְאֹד שטארק זיך, וֶאֱחֹז עַצְמְך בְּכָל הַכֹּחוֹת און דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, לִשָּׁאֵר קַיָּם בַּעֲבוֹדָתֶךָ צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן, וְאַל תָּחוּשׁ און עס זאל דיך נישט אנגיין, וְאַל תִּסְתַּכֵּל כְּלָל און קוק נישט, עַל כָּל הַנַּ"ל אויף דאס אלעס, אוֹ כַּיּוֹצֵא בָּזֶה און אויף אנדערע זאכן, וְאִם אַתָּה רָחוֹק מְאֹד מְאֹד מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ און אויב דו ביסט טאקע אזוי שטארק ווייט פונעם אייבערשטן, וְנִדְמֶה לְךָ און עס דאכט זיך דיר, שֶׁאַתָּה פּוֹגֵם אז דו טוסט שלעכטס, בְּכָל שָׁעָה מַמָּשׁ נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַךְ ממש יעדע מינוט קעגן דעם אייבערשטן, עִם כָּל זֶה, כְּנֶגֶד זֶה מיט דעם אלעם, תֵּדַע, שֶׁאִישׁ כָּזֶה זאלסטו וויסן אז אזא איינער, שֶׁהוּא מְגֻשָּׁם כָּל כָּךְ וואס איז אזוי פארגרעבט, כָּל תְּנוּעָה וּתְנוּעָה יעדע זאך, שֶׁהוּא מְנַתֵּק עַצְמוֹ מְעַט מְעַט מִן גַּשְׁמִיּוּתוֹ וואס דו טוסט, וּפוֹנֶה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ און דו קומסט צום אייבערשטן, הִיא גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד מְאֹד איז זייער גרויס און זייער טייער, וַאֲפִלּוּ נְקֻדָּה קְטַנָּה מְאֹד אפילו א פינטעלע, שֶׁהוּא נֶעְתָּק מִגַּשְׁמִיּוּתוֹ וואס דו רייסט זיך אפ פון דיין פארגרעבטקייט, אֵלָיו יִתְבָּרַךְ צום אייבערשטן, הוּא רָץ בָּזֶה לויפסטו מיט דעם, כַּמָּה וְכַמָּה אֲלָפִים טויזנטער, פַּרְסָאוֹת מייל, בְּעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים אין די העכערע וועלטן, כַּאֲשֶׁר תָּבִין הֵיטֵב אזוי ווי, מִן הַמַּעֲשֶׂה די מעשה, שֶׁל הַצַּדִּיק פונעם צדיק, שֶׁהִתְגַּבֵּר עָלָיו מְאֹד הָעַצְבוּת וואס איז געווארן זייער טרויעריג, וְכוּ' און אזוי ווייטער, כַּמּוּבָא אֶצְלֵנוּ אזוי ווי עס ווערט געברענגט [בשיחות שבסוף ספר ספורי מעשיות], צווישן די שמועסן אינעם ספר סיפורי מעשיות, "וּמַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד" דער רבי האט דערציילט א מעשה מיט א צדיק.


["מַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א צדיק, "שֶׁנָּפַל עָלָיו עַצְבוּת", וואס איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, "וְהָעַצְבוּת כְּשֶׁמִּתְגַּבֶּרֶת עַל הַצַּדִּיק", און ווען עס פאלט ארויף א דעפרעסיע אויף א צדיק, "הִיא קָשָׁה מְאֹד עָלָיו", איז דאס זייער שווער, "כִּי עָלָיו מִתְחַזֶּקֶת בְּיוֹתֵר", ווייל אויף א צדיק איז זיך דאס מתגבר מער ווי אויף סתם א מענטש, ביז דער צדיק האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון פלאץ, "וְרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", דער צדיק האט זייער געוואלט זיך פרייליך מאכן, "וּלְהָרִים עַצְמוֹ", ער האט זיך געוואלט אויפהייבן, "וְלֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ בְּשׁוּם דָּבָר", אבער ער האט נישט געטראפן קיין שום זאך מיט וואס צו זיין פרייליך, "כִּי בְּכָל דָּבָר שֶׁרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", ווייל יעדע זאך מיט וואס ער האט זיך געוואלט פרייליך מאכן, "מָצָא לוֹ הַבַּעַל דָּבָר בְּתוֹכוֹ עַצְבוּת", האט דער בעל דבר געטראפן עפעס מיט וואס אים צו מאכן טרויעריג.


"וְהִתְחִיל לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ בְּשִׂמְחַת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי'", ביז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן פרייען בשמחת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', ער האט זיך געפריידט מיט דעם אז ער איז נישט קיין גוי; דאס איז דאך א גרויסע שמחה, ווייל אפילו ווי נידריג, ווי געפאלן א איד זאל נאר זיין, איז ער נאכאלץ נישט קיין גוי! אפילו דער געפאלענער איד, הפחות שבפחותים, דער קלענסטער פון די קלענסטע - איז נאכאלץ טויזנטער מאל מער און הייליגער פון א גוי.


דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, אנדערע זאכן קען דער יצר הרע צעברעכן; דער יצר הרע קען טרעפן אין יעדע זאך חסרונות, אבער מיט די שמחה פון 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי' - דאס קומט פונעם אייבערשטן, 'דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר נישט געמאכט פאר א גוי'; ביי דעם קען דער יצר הרע נישט צעברעכן.


דער רבי פירט אויס די מעשה אז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן מחי' זיין מיט דעם, ער איז געווארן מער און מער פרייליך, ביז ער איז צוגעקומען צו די שמחה וואס משה רבינו האט געהאט בשעת ער איז ארויף אין הימל מקבל זיין די לוחות, עיין שם די גאנצע מעשה באריכות].


וְעַל זֶה יִשְׂמַח מְאֹד און מיט דעם זאל מען זיך פרייען, וִיחַזֵּק עַצְמוֹ בְּשִׂמְחָה תָּמִיד און זיך שטארקן צו זיין שטענדיג פרייליך, כִּי עַצְבוּת מַזִּיק מְאֹד מְאֹד ווייל זיין טרויעריג שעדיגט זייער, וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, אֲזַי תֵּכֶף הִיא עֲבֵרָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ עַצְבוּת, חַס וְשָׁלוֹם איז א גרויסע עבירה צו זיין טרויעריג, כִּי עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אָחָרָא (זֹהַר נֹחַ דַף עא) ווייל טרויער קומט פון די סטרא אחרא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ דער אייבערשטער האט דאס פיינט, וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם און מען דארף זיין זייער א גרויסער עקשן ווען עס קומט צו עבודת השם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ נישט אפצולאזן, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל דאס וואס מען האט אנגעהויבן טון, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה זאל זיין וואס זאל זיין, וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב און געדענק דאס גוט, כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד ווייל דו וועסט דארפן צוקומען צו די חיזוק, כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם ווען דו וועסט אנהויבן דינען דעם אייבערשטן, כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמד עַל עָמְדוֹ ווייל נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן, אז מען איז א גרויסער עקשן און מען דערהאלט זיך, אַף אִם מַפִּילִין אוֹתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, בְּכָל פַּעַם אפילו מען פאלט א גאנצן צייט אראפ חס ושלום, כִּי לִפְעָמִים יֵשׁ שֶׁמַּפִּילִין אֶחָד מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם ווייל עס פאסירט מען זאל אראפווארפן דעם מענטש פון עבודת השם, כַּיָּדוּעַ אזוי ווי עס איז באוויסט, אַף עַל פִּי כֵן מיט דעם אלעם, עָלָיו לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ דארף מען טון וואס מען האט צו טון, לַעֲשׂוֹת מַה שֶׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם צו טון וואס מען קען אין עבודת השם, וְאַל יָנִיחַ עַצְמוֹ לִפֹּל לְגַמְרֵי, און נישט זיך לאזן אוועקפאלן אינגאנצן, חַס וְשָׁלוֹם, כִּי כָל אֵלּוּ הַנְּפִילוֹת וְהַיְרִידוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה ווייל דאס אלעס וואס מען גייט אריבער, צְרִיכִים בְּהֶכְרֵחַ לַעֲבֹר בָּהֶם, קדֶם שֶׁנִּכְנָסִין בְּשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה דארף א יעדער איינער אריבער גיין איידער מען קומט אריין אין די שערי קדושה, וְגַם הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים עָבְרוּ בְּכָל זֶה אויך אלע אמת'ע צדיקים זענען דאס אריבער.


וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁיֵּשׁ אֶחָד שֶׁכְּבָר הוּא אֵצֶל הַפֶּתַח שֶׁל הַקְּדֻשָּׁה אמאל שטייט מען שוין ביים טיר פון קדושה, וְהוּא חוֹזֵר לַאֲחוֹרָיו מֵחֲמַת הַבִּלְבּוּלִים הַנַּ"ל און מען גייט אוועק צוליב די אלע בלבולים, אוֹ שֶׁאֲזַי כְּשֶׁהוּא סָמוּךְ אֵצֶל הַפֶּתַח אדער ווען די סטרא אחרא זעט ווי דער מענטש גייט שוין ממש אריין אין די קדושה, אָז מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַסִּטְרָא אָחֳרָא וְהַבַּעַל דָּבָר מְאֹד מְאֹד פארלייגן זיי זיך זייער אויף די נשמה, רַחֲמָנָא לִצְלָן, בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל וְנוֹרָא מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן מיט זייער שטארקע נסיונות, דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון דעם, וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ לִכָּנֵס לְתוֹךְ הַפֶּתַח און מען לאזט אים נישט אריין, ווערן ערליך, וּמַחֲמַת זֶה הוּא חוֹזֵר לְאָחוֹר, חַס וְשָׁלוֹם און צוליב דעם לאזט דער מענטש אפ זיין עבודת השם.


כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא ווייל דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, ווען זיי זעען ווי איינער איז שוין ממש נאנט צו ווערן א צדיק, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס און ער גייט שוין אט אט אריין אין די קדושה, אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויף דעם מענטש.


וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר און איך האב געהערט פון אן אמת'ער צדיק, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, ווען איינער וואלט אים געזאגט, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה זאל זיין ווער זאל נאר זיין, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ אין זיינע יונגע יארן, ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן - די ווערטער: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ וואלט איך געלאפן מיט א פלינקייט צו דינען דעם אייבערשטן. כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל ווייל אויף אים איז אויך אריבער דאס אלעס וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם און ער האט נישט געהערט קיין איין גוט ווארט פון קיינעם, עַל כֵּן מִי שֶׁרוֹצֶה לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם דעריבער ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן, יִזְכֹּר זֹאת הֵיטֵב דארף דאס גוט געדענקען, וְחַזֵּק עַצְמְךָ מְאֹד און זיך זייער שטארקן, וַעֲשֵׂה מַה שֶּׁתּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם און טון וואס מען קען נאר אין עבודת השם, וּבִרְבוֹת הַיָּמִים וְהַשָּׁנִים און מיט די צייט, נאך טעג און יארן, תִּכְנֹס לָבֶטַח בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ לְתוֹךְ שַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה וועסטו זיכער זוכה זיין צו ווערן ערליך און הייליג.


כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מָלֵא רַחֲמִים ווייל דער אייבערשטער איז דאך פול מיט רחמנות, וְרוֹצֶה בַּעֲבוֹדָתְךָ מְאֹד און ער וויל און ווארט אויף דיינע עבודות, וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁכָּל הַתְּנוּעוֹת וְהַהַעְתָּקוֹת שֶׁאַתָּה נִתָּק וְנֶעְתָּק בְּכָל פַּעַם אֵיזֶה מְעַט מִן גַּשְׁמִיּוּת לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט זיך אויפצוהייבן צום אייבערשטן, כֻּלָּם מִתְקַבְּצִים וּמִתְחַבְּרִים וּמִתְקַשְּׁרִים אלע קלייניקייטן נעמען זיך צוזאמען, וּבָאִים לְעֶזְרָתְךָ בְּעֵת הַצֹּרֶךְ און וועלן דיך קומען צו הילף ווען דו וועסט זיי דארפן האבן, דְּהַיְנוּ כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה דֹּחַק וְעֵת צָרָה, חַס וְשָׁלוֹם ווען עס וועט קומען א שווערע מינוט, א שווערע צייט חס ושלום.


וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד יעדער איינער דארף אריבערגיין א שמאלע בריק, וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלּא יִתְפַּחֵד כְּלָל און דער עיקר איז - נישט זיך פארכטן, וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁיֵּשׁ אִילָן עס איז דא א בוים, שֶׁגְּדֵלִים עָלָיו עָלִים מיט בלעטער, שֶׁכָּל עָלֶה צָרִיךְ לִהְיוֹת גָּדֵל מֵאָה שָׁנִים וואס יעדע בלעטל נעמט הונדערט יאר ביז זי וואקסט ארויס, וְהוּא נִמְצָא בַּפַּרְדֵּסִים שֶׁל הַשָּׂרִים די ביימער געפונען זיך ביי די גרויסע רייכע הערן, וְקוֹרִין אוֹתוֹ בִּלְשׁוֹנָם מֵאָה שָׁנִים זיי רופן די בוים אין זייער שפראך 'הונדערט יאר', וּמִסְּתָּמָא כְּשֶׁגָּדֵל מֵאָה שָׁנִים און אז עס גייט אריבער הונדערט יאר, בְּוַדַּאי עוֹבֵר עָלָיו מַה שֶּׁעוֹבֵר גייט דאך איבער אויפן בוים און בלעטל וואס גייט אריבער, וְאַחַר כָּךְ בְּסוֹף הַמֵּאָה שָׁנִים און נאך די הונדערט יאר, הוּא יוֹרֶה בְּקוֹל גָּדוֹל כְּמוֹ קְנֵי שְׂרֵפָה, שיסט די בוים אזוי ווי א באמבע, שֶׁקּוֹרִין אוֹרְמַאטְיֶע, וְהָבֵן הַנִּמְשָׁל הֵיטֵב פארשטייי גוט די משל; אזוי אויך דער מענטש, אויב ער דערהאלט זיך איז ער זוכה ביים סוף צו גאר שיינע זאכן.


רָאוּי לֵילֵךְ עס איז וויכטיג צו געדענקען, עִם מַה שֶּׁנֶּאֱמַר בַּמַּאֲמָר אֲזַמְּרָה לֵאלקַי בְּעוֹדִי וואס עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן סימן רפב. דְּהַיְנוּ לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשׂ צו זוכן אין זיך, לִמְצֹא בְּעַצְמוֹ אֵיזֶה זְכוּת גוטע זאכן, וְאֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבָה אפילו פינטלעך פון גוטס, וּבָזֶה הַמְּעַט טוֹב שֶׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ און מיט די גוטע זאכן, יִשְׂמַח זאל מען זיך פרייען, וִיחַזֵּק עַצְמוֹ און זיך שטארקן, וְאַל יַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ און זיך נישט נאכלאזן, אַף אִם נָפַל אפילו מען פאלט אראפ, לְמַה שֶּׁנָּפַל אין ביטערע עבירות, רַחֲמָנָא לִצְלָן.


אַף עַל פִּי כֵן מיט דעם אלעם, יְחַזֵּק עַצְמוֹ בִּמְעַט דִּמְעַט טוֹב שֶׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ זאל מען זיך שטארקן מיט דאס ביסל גוטס וואס מען טרעפט אין זיך, עֲדַיִן, עַד אֲשֶׁר יִזְכֶּה לָשׁוּב עַל יְדֵי זֶה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ ביז ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


וְכָל הַזְּדוֹנוֹת יִהְיוּ נַעֲשִׂין זְכֻיּוֹת (עַיֵּן יוֹמָא פו:) ווייל ווען א מענטש טוט תשובה, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, ווערן פון אלע עבירות – מצוות.


וּמֶה עָשָׂה הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, זֵכֶר צַדִּיק לִבְרָכָה, עַל הַיָּם כְּשֶׁהֱסִיתוֹ הַבַּעַל דָּבָר וְכוּ' וואס האט דער הייליגער בעל שם טוב געטון אונטערוועגנס קיין ארץ ישראל, ווען ער האט געהאט די נסיון אז ער האט פארלוירן אלע מדריגות, האט ער געזאגט: "איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין עולם הבא, איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין שכר"; וּמִזֶּה תָּבִין עַד הֵיכָן אַתָּה צָרִיךְ לְהִתְחַזֵּק, וְלִבְלִי לְיָאֵשׁ עַצְמְךָ, חַס וְשָׁלוֹם פון דעם קענסטו פארשטיין ווי שטארק מען דארף זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, אַף אִם יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה זאל זיין וואס זאל זיין, וְהָעִקָּר לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד און זיין שטענדיג פרייליך, וִישַׂמַּח עַצְמוֹ בְּכָל מַה שֶּׁיּוּכַל און זיך פרייליך מאכן מיט וואס עס איז נאר מעגליך, וַאֲפִלּוּ עַל יְדֵי מִלֵּי דִּשְׁטוּתָא אפילו זיך נאריש מאכן, אבי זיין פרייליך, לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּשׁוֹטֶה זיך מאכן ווי א נאר, וְלַעֲשׂוֹת עִנְיְנֵי שְׁטוּת און טון נארישע זאכן, וּצְחוֹק לאכעדיגע זאכן, אוֹ קְפִיצוֹת וְרִקּוּדִים טאנצן און שפרינגען, כְּדֵי לָבוֹא לְשִׂמְחָה אבי צו זיין פרייליך, שֶׁהוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד וואס דאס איז זייער א גרויסע זאך.


א פרייליכן שבת.

#17 - וואס וועסטו האבן פון דיין צעבראכנקייט?
כיבוד אב ואם, צניעות, שמחה, חנוכה, סיפורי צדיקים, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? וואס ביסטו אזוי צעבראכן? א קונץ צו זיין צעבראכן? א קונץ איז צו זיין פרייליך, א קונץ איז זיך אויפצוהייבן און אנהויבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט: "א קונץ אראפצואווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד!" דאס מיינט מען אויך זיך אליין; מען דארף זיך אויפהייבן, און אז מען איז נאכאמאל געפאלן - הייבט מען זיך אויף נאכאמאל.


נס חנוכה ווייזט אונז מען זאל זוכן דאס גוטס, מען זאל זוכן דעם פך שמן און מאכן פון דעם א יום טוב, נישט זוכן די אנדערע שמנים וואס מען האט מטמא געווען; מען דארף זוכן אין זיך גוטע זאכן און זיך מחי' זיין מיט דעם.


וואס וועסטו האבן פון דיין צעבראכנקייט? וואס וועסטו האבן פון זיין באבלאזן? זיי פרייליך, גיי א טענצל - שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי! מוהרא"ש דערציילט אונז אזויפיל מאל די מעשה פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, ווי ער האט זיך מחי' געווען מיט די שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי. די מעשה ווערט געברענגט פון דער הייליגער צדיק, הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו (פרי צדיק חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי, איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען"; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט אונז, איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע מענטשן דארפן זיך מחי' זיין מיט שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי.


בנוגע חנוכה מסיבות; געב אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים, געב אכטונג נישט צו פארלירן די קדושת חנוכה; אז מען דארף גיין צוליב כיבוד אב ואם דארף דאס זיין אפגעהיטן וכו'.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#16 - לויף אוועק פון עצבות און מרה שחורה
שמחה, סגולות, סיום, דרשות, עצבות, הצלחה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווילסט מצליח זיין? ווילסט א סגולה אויף הצלחה? דער רבי זאגט (ספר המידות אות הצלחה חלק ב' סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד" ווער עס איז פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ" וועט האבן הצלחה; בדוק ומנוסה, ווער עס איז פרייליך - זעט הצלחה אין יעדע זאך.


די פראגע איז נאר, ווי אזוי איז מען פרייליך? און מיט וואס קען מען זיך פרייען? אויף דעם זאגט דער רבי, מען זאל זיך פרייען מיט די גוטע זאכן וואס מען האט. מיט שחרית מנחה מעריב, מיט ציצית, מיט תפילין, מיט דעם וואס איך היט שבת, מיט די פרוטות וואס איך געב פאר צדקה; יעדער איד אפילו דער וואס איז נאך ווייט פון קדושה, אויב וועט ער גוט קוקן וועט ער זען ווי ער איז אנגעפילט מיט מצוות כרמון.


לויף אוועק פון עצבות און מרה שחורה; שוין צייט צו פאלגן דעם רבי'ן און זיך פרייען מיט די גוטע זאכן. פריי זיך מיט 'שלא עשנו גוי', א גוי בין איך נישט, איך בין א איד, און מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען טוט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י).


דאנק דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - ווערט מען נענטער צו אים.


נעכטן איז געווען א שיינע טאג אין ישיבה, מיר האבן מסיים געווען מסכת כתובות און היינט הויבן מיר אן מסכת נדרים. איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אויך אנהויבן די מסכתא און לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, לימוד גמרא איז מזכך דעם מענטש און מטהר די נשמה; אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, מען זאגט נאר די ווערטער - איז דאס אויך מטהר די נפש, רוח ונשמה.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, מען וועט רעדן פון די חיזוק און שכל פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווער נישט צעפאלן ווען איינער זאגט דיר עפעס א קרום ווארט
שמחה, מדות טובות, עצבות, יענער, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


...


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק, און פארקערט חס ושלום, ווער עס איז טרויעריג - ברענגט נישט גוטס אויף זיך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי פרייליך, מאך זיך פרייליך, הער לעבעדיגע מוזיק, טאנץ און זינג; אזוי וועסטו זיין געזונט און שטארק, דו וועסט פטור ווערן פון די קרענק.


ווער נישט צעפאלן ווען איינער זאגט דיר עפעס א קרום ווארט, ווער נישט אויסער זיך, ווען איינער טשעפעט דיר האט דאס גארנישט צו טון מיט דיר, יענער וועט דארפן תשובה טון, יענער וועט זיך דארפן אויסארבעטן; עס איז יענעמ'ס פראבלעם, גארנישט מיט דיר.

#14 - שמחה היט פון עבירות
שמחה, עצבות, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


שלמה המלך זאגט (משלי טו, יג): "לֵב שָׂמֵחַ" א פרייליכע הארץ, "יֵיטִב פָּנִים" האט א שיינע פנים, א שיינע אויסזען, "וּבְעַצְּבַת לֵב" און א טרויעריגע הארץ, "רוּחַ נְכֵאָה" ווערט צעבראכן די גייסט.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס ער זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) שמחה היט דעם מענטש פון פגם הברית, און עצבות ווארפט אראפ אין עבירות; קען מען זאגן, "לֵב שָׂמֵחַ" - א פרייליכע הארץ, "יֵיטִב פָּנִים" - זעט אויס שיין; ווייל די שמחה היט אים פון עבירות. דער רבי זאגט (שם): "כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִֹמְחָה" ווען מען איז פרייליך, "אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית" היט דער אייבערשטער אליינס דעם מענטש פון פוגם זיין באות ברית קודש.


"וּבְעַצְּבַת לֵב" און אויב חס ושלום מען איז בעצבות ומרה שחורה, "רוּחַ נְכֵאָה" - פאלט מען אראפ, מען ווערט צעבראכן, מען איז פוגם בברית, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת" דער עיקר וואס מאכט דעם מענטש אראפפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז דורך עצבות.


וואויל איז דעם וואס פריידט זיך מיט זיינע גוטע מעשים, ער פריידט זיך אז ער איז א איד, ער איז דעם אייבערשטנ'ס א קינד; וועט זיין: "לֵב שָׂמֵחַ, יֵיטִב פָּנִים", והבן למעשה.

#13 - עס זאל אונטערקומען א גוטע שידוך און די עלטערן זאלן מסכים זיין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים, עצבות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער פראגע, אייערע עלטערן זאגן אייך איר זאלט נאכנישט חתונה האבן, איר זאלט ענדערש זיך לערנען א פאך, אזוי וועט איר קענען העלפן נאך די חתונה, זיי ווילן איר זאלט ווארטן לכל הפחות ביז די צוואנציג יאר, איר ווילט וויסן וואס איז ריכטיג.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל אייך אונטערקומען א גוטע שידוך און אז אייערע עלטערן זאלן מסכים זיין, דער שידוך זאל צוגיין מיט שמחה. תפילה איז שטערקער פון אלעס, תפילה איז העכער פון די טבע; מיט תפילה זעט מען גרויסע ניסים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך פירן צו אייערע עלטערן מיט דרך ארץ, אייערע עלטערן זענען זייער חשוב, זיי האבן מיר געשריבן א בריוו אז זיי ווילן וויסן וואס איז ריכטיג צו טון מיט אייך; פון איין זייט זעען זיי ווי איר לעבט, זייט איר זענט מקורב צום רבי'ן איז אייער לעבן א פרייליכע לעבן, פון די אנדערע זייט איז ביי זיי זייער מאדנע חתונה צו האבן יונג, זיי קענען נישט פארשטיין מען זאל חתונה האבן פאר די צוואנציג, איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט זיי צו ענטפערן.


אייך בעט איך איר זאלט נישט טענה'ען מיט זיי; עלטערן דארף מען מכבד זיין. קינדער ווייסן נישט וואס עלטערן מיינען, ווי לאנג איר וועט נישט חתונה האבן און האבן קינדער - וועט איר נישט וויסן מעריך צו זיין עלטערן, מיט עלטערן טענה'עט מען נישט; אז איר ווילט שוין חתונה האבן - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל.


אויך זאלט איר אכטונג געבן אז אייערע תפילות זאלן נישט קומען פון מרה שחורה; אסאך מאל ווען מען וויל עפעס זייער שטארק - קען מען אריינפאלן אין א מרה שחורה, דאס איז נישט גוט, מרה שחורה און עצבות איז די סטרא אחרא; ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען בעטן מיט שמחה, מיט פרייד, עס איז גאר אנדערש תפילות וואס מען בעט מיט שמחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפלה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט פרייליכקייט, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איז די תפילות זיס און איינגענעם פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - העלף מיר טאטע, האב רחמנות אויף מיר, מאך מיך פרייליך
תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


ווען איר זענט געווען ביי מיר זונטאג האט איר מיר געבעטן א תפילה וואס צו זאגן יעדן טאג צו שטארקן די מח און צו באקומען כח, דא האט איר א שיינע תפילה:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין משפחה, מיר אלע זענען געזונט, איך דאנק דיר פאר אלעס פון מיין לעבן.


הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך מיך פרייליך, געב מיר שמחה, איך ווייס אז נאר דאס פעלט מיר, נאר דאס וועט מיר געבן כח צו קענען אנגיין אין לעבן, שמחה איז די סוד פון האבן א גוט לעבן. איך ווייס נישט פארוואס עס איז מיר אזוי שווער צו זיין פרייליך, אלץ ווער איך אראפגעשלעפט צו עצבות און מרה שחורה, איך ווער דעפרעסט פון יעדע זאך, דאס לאזט מיר נישט לעבן, העלף מיר טאטע, האב רחמנות אויף מיר, מאך מיך פרייליך, געב מיר די כח זיך צו שטארקן נישט צו ווערן אראפגעשלעפט אין עצבות.


געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל גלייבן אין דיר, אויך זאל איך האבן אמונה אין מיר אליינס, איך זאל געדענקען אז דו האסט מיך ליב, איך זאל געדענקען אז איך בין גוט.


העלף מיר בזכות די צדיקים, אמן כן יהי רצון".

#11 - אז די בריוו מאכן אייך דעפרעסט, זאלט איר דאס נישט ליינען
שמחה, התחזקות, סמארטפאון, אידישע שטוב, עצבות, עצתו אמונה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אינטערעסאנט וואס איר שרייבט אז איר ווערט דעפרעסט ווען איר ליינט די בריוו פון עצתו אמונה, די ערשטע מאל וואס איך הער אז די בריוו מאכן דעפרעסט; אנדערע זאגן עס מאכט זיי פרייליך, עס ברענגט זיי נאנט צום אייבערשטן.


קען זיין אז ווען איר ליינט אין די בריוו ווי אזוי צו פירן א שטוב, און ווען איר דערזעט זיך טון אנדערש מאכט דאס אייך דעפרעסט; צום ביישפיל, איר ליינט וואס מוהרא"ש זאגט וועגן האבן א סמארטפאון וכו', - דאס מאכט אייך דערביטערט; איז דאס נישט די בריוו, איז דאס אייך אליינס.


אז די בריוו מאכן אייך דעפרעסט - זאלט איר דאס נישט ליינען. דער רבי האט געזאגט מען זאל לערנען דעם הייליגן ספר ראשית חכמה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז), דער רבי אליינס האט געלערנט דעם הייליגן ספר ראשית חכמה איבער פיר הונדערט מאל (עיין שבחי הר"ן, סימן ז), דאך ווייסן מיר, מוהרא"ש האט דערציילט, א איד האט געזאגט פאר רבי נתן אז ווען ער לערנט דעם ספר ראשית חכמה ווערט ער בעצבות ומרה שחורה, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארמאך דעם ספר, לערן מער נישט דעם ספר"; אפילו דער רבי האט געזאגט מיר זאלן האבן א שיעור אין דעם ספר. דער מחבר פונעם ספר ראשית חכמה האט נישט געוואלט צעברעכן מענטשן, ער האט געוואלט ווייזן די וועג ווי אזוי צו לעבן, און אז דאס מאכט דעפרעסט זאל מען עס נישט לערנען.


איך בעט אייך זייער, שטארקט זיך, הויבט אן האלטן פון זיך. דער רבי דערציילט ביים סוף פון די מעשה פון די בן מלך ובן שפחה וואס האבן זיך פארביטן (ספורי מעשיות, מעשה יא), דער אמת'ער בן מלך האט געזאגט: "מען דארף נעמען דאס רויזעלע וואס ליגט אונטערן שטול און דאס אוועקשטעלן אויבן, אזוי וועט די שטול האבן דעם כח פון דעם קעסטל וכו'"; דער רבי איז אונז מרמז מיר זאלן נישט בלייבן ליגן אונטערן שטול, מיר זאלן האלטן פון זיך, מיר דארפן געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך יא ליב', 'איך בין גוט', 'מיין מאן איז גוט', 'מיינע קינדער זענען גוט'; כל זמן דאס רויזעלע ליגט אויף דער ערד אונטערן שטיל - איז אלעס טויט, אז מען האלט נישט פון זיך איז נישט גוט.


צינדט אן מוזיק און טאנצט מיט די קינדער; שמחה פארטרייבט די עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#9 - לאזט נישט אריין ביי ענק די עצבות ומרה שחורה
קינדער, שמחה, ישועות, התחזקות, רפואה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע


יעצט ווען איר האט זיך דערוויסט אז איר ווארט נישט, די זאק איז ליידיג, וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט נישט אריינפאלן אין קיין עצבות.


איך ווייס עס איז אייך זייער שווער, איר האט געמיינט אז איר ווארט שוין וכו', איר ווילט שוין זייער שטארק זוכה זיין צו זרע של קיימא; בעט איך אייך, זייט נישט צעבראכן, נעמט ארויס דאס גוטס, איר זעט פון דעם אז איר קענט האבן קינדער, איר זענט געזונט; איר וועט נאך האבן א שטוב מיט קינדער.


שטארקט אייך, ווערט נישט פארלוירן; לאזט נישט אריין ביי ענק די עצבות ומרה שחורה, ווערט נישט פארכאפט אין ספיקות: 'וואס גייט זיין? ווען וועט עס זיין? ווער זאגט עס גייט זיין?' מוהרא"ש זאגט, אלע ספיקות קומט פון טומאת עמלק, עמלק איז בגימטריא ספק, ער מאכט די אלע ספיקות פון (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; דער רבי קעמפט מיט עמלק, דער רבי זאגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז בודאי יא דא", ישועת ה' כהרף עין!


חזק, חזק, ונתחזק!

#8 - הער אויף זיך צו באקלאגן, הויב אן דאנקען און לויבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, אמונה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אז איך דריי זיך ארויס פון רעדן מיט דיר, איך קען נישט ליידן עצבות ומרה שחורה. וויפיל איך רעד מיט דיר פון די עצות פון רבי'ן, שעות אויף שעות - ווארפסטו עס צוריק אין פנים, א שאד פאר מיין צייט און כח.


איך זע ממש מיט מיינע אויגן דעם דיבור וואס רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען איינער רעדט זיך אפ, זאגט מען פון הימל מען וועט אים געבן נאך מער צרות, ער זאל האבן אויף וואס זיך צו באקלאגן, און פארקערט, ווען איינער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, זאגט מען פון הימל, מיר וועלן אים געבן נאכמער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען".


וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט גענומען א שלעכטער וועג, דו הערסט נישט אויף וויינען און קרעכצן, אנדערע וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא שיינע לעבן וואס דו האסט; דו ביסט געזונט, דו האסט א טייערע ווייב; וואס פעלט דיר? אנשטאט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, זאגן: "עס איז מיר גוט", "דער אייבערשטער איז גוט צו מיר", - טוסטו קרעכצן טאג און נאכט. ווען איך רעד מיט דיר פאל איך אליינס אריין אין עצבות, דעריבער רעד איך נישט מיט דיר.


זיי מיר מוחל; אדער, אז דו ביסט מחליט צו טוישן דיין וועג פון טראכטן - דעמאלט וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי א שפאציר און בעט נאר אויף די איינע זאך, אויף שמחה:


"רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך; נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל גלייבן אין דיר; איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, דאס גוטס - ביסטו, און דאס שלעכטס - ביסטו; נישטא קיין גוטס, נישטא קיין שלעכטס, אלעס אלעס ביסטו אליין.


רבונו של עולם, זכינו להיות בשמחה תמיד! העלף מיר איך זאל זיין שטענדיג פרייליך; וואס קען איך טון, איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי נעגעטיוו; איך זע נאר שלעכטס, איך הער נישט אויף צו קרעכצן, העלף מיר טאטע, רחם עלי בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל".


אויך זאג קאפיטל כט: "מזמור לדוד, הבו לה' בני אלים", וגומר; דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה".


אויך זאלסטו אנצינדן א לעכט לזכות רבי מאיר בעל הנס און געבן אפאר פרוטות לצדקה דו זאלסט קענען ארויסקריכן פון די עצבות ומרה שחורה.


לאז מיר וויסן וואס פאר א וועג דו ווילסט נעמען; די וועג פון זאגן און זינגען: "עס איז מיר ביטער", אדער די וועג פון זאגן און זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט צו מיר!"


איך האב ליב געהאט צו שמועסן מיט דיר, איך פלעג זיצן מיט דיר שעות, איך פלעג שפאצירן מיט דיר, איך האב אזוי הנאה געהאט צו הערן נאכאמאל און נאכאמאל גוטע ווערטער אויפ'ן אייבערשטן. יעדעס מאל מען זאגט: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר" - מאכט עס אזוי גוט און פרייליך, אבער פון ווען דו זינגסט: "עס איז מיר ביטער" - דאס קען איך נישט נעמען, איך עקל זיך פון די ווערטער.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; ביי די חנוכה ליכט בעט איך זייער אסאך פאר דיר, ווייל איך האב דיר זייער ליב; איך האב גרויס רחמנות אויף דיר.


 

#7 - וויינען איז א גוטע זאך נאר ווען עס איז פון פרייד
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זייט פרייליך, ווארפט ארויס די עצבות ומרירות; וויינען איז א גוטע זאך נאר ווען עס איז פון פרייד, אבער ווען מען וויינט פון עצבות און מרה שחורה איז עס א נישט גוטע זאך, עס איז סטרא אחרא.


הערט אויף וויינען, זייט נאר פרייליך; אז איר וועט זיין פרייליך וועט די שכינה רוען ביי אייך אין שטוב, אייער מאן וועט ליב האבן אהיים צו קומען; עס איז זייער נישט געשמאק פאר'ן מאן צו זען די ווייב וויינען.


 

#6 - נישט שעפן קיין סיפוק פון זיך אראפקלאפן
שמחה, התחזקות, משפחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך ..., קלאפ זיך נישט, עס האט גארנישט מיט דיר; דאס אז ער איז צעבראכן - דאס איז זיין אייגענע דורכגאנג, דאס האט נישט מיט דיר; עס האט גארנישט פאסירט מיט וואס דו האסט אויסגעטייטשט וכו' וכו', סך הכל האסטו באקומען חיזוק ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז נישט ארויסגעקומען קיין שום מכשול דורך דעם.


הער שוין אויף זיך צו קלאפן, גענוג געווען; לאז שוין אפ די אלטע אויסגעטראכטע עבודות, דאס איז נישט עבודות השם, דאס איז סטרא אחרא; אזויפיל מענטשן ווי דיר וואס שעפן זייער חיות פון זיך אראפקלאפן, פון זיין ברוגז אויף זיך, דאס איז נישט עבודות השם; עבודות השם איז זיין פרייליך, זיך נישט קלאפן, און אז מען האט געמאכט א טעות - טוט מען גלייך תשובה.


קוק די הייליגע ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט (ספר מקור השמחה שיחות והודעות נחוצות, אות י): "כָּל זְמַן שֶׁהָאָדָם מַרְגִּישׁ אֵיזֶה מְרִירוּת וְעִצָּבוֹן בְּעַצְמוֹ", ווי לאנג דער מענטש שפירט ביי זיך א ביטערקייט און א טרויעריגקייט, "יֵדַע שֶׁעֲדַיִן רָחוֹק מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ", זאל ער וויסן אז ער איז נאך ווייט פונעם אייבערשטן, "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עֶצֶם הַשִּׂמְחָה", ווייל דער אייבערשטער איז נאר פרייליך, עיין שם.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש מקור השמחה, בעיקר די שיחות והודעות נחיצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - נישטא פארוואס צו זיין דעפרעסט און טרויעריג
שמחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר שטארקט זיך, איר זענט שוין מער פרייליך, איר שלאגט זיך מיט אלע כוחות נישט צו ווערן בעצבות ומרה שחורה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְדַע", זאלסט וויסן, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", גלייך ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן, "אֲזַי תֵּכֶף הִיא עֲבֵרָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ עַצְבוּת, חַס וְשָׁלוֹם", איז א גרויסע עבירה אז מען איז דעפרעסט, "כִּי 'עַצְבוּת הִיא סִטְרָא-אָחָרָא", אין זוהר הקדוש שטייט (זהר נח דף עא) אז עצבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא, "וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", דער אייבערשטער האט זייער פיינט אז מען איז טרויעריג.


דעריבער בין איך זייער פרייליך אז איר האט אפגעמאכט אז איר גייט שוין זיין פרייליך, איר גייט מער נישט זיין דעפרעסט.


אין אמת'ן אריין האט איר נישט אויף וואס צו זיין דעפרעסט, איר האט נאר גוטס; איר האט זייער א טייערער מאן און איר אליינס זענט א גרויסע צדיקת; פארוואס זאלט איר ווערן בעצבות? עס איז קלאר אז די עצבות קומט פון די נישט גוטע וואס זיי וויל אייך שלעכטס טון.

#4 - בלייב נישט אין בעט, אפילו דו שפירסט נישט פארוואס אויפצושטיין
שלאפן, בחור, שידוכים, עצבות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר; איך ווייס דיין צער ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, ווי שווער עס איז דיר צו זיין עלנד, דאך בעט איך דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, דער אייבערשטער האט פאר דיר אוועקגעלייגט א שידוך, דו האסט א שידוך, בקרוב וועסטו חתונה האבן.


קום אין ישיבה, שטארק זיך; לאז נישט די עצבות און מרה שחורה זיך מתגבר זיין אויף דיר. שטיי אויף אינדערפרי, גיס אפ נעגל וואסער, טאנץ אריין אין מקוה און טובל זיך פאר'ן אייבערשטן, קום אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה און דאווענען צום אייבערשטן.


בלייב נישט ליגן אין בעט; אפילו דו שפירסט נישט קיין שום סיבה פארוואס אויפצושטיין, דו ביסט אזוי צעבראכן, דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך - דאך שטארק זיך. זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, דערצייל אים ווי שווער די נסיונות זענען, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#3 - יעצט איז א צייט וואס מען דארף לאכן אן אויפהער
שמחה, עצבות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, ו' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


לעבסט נאך? לאכסט נאך? איך האף אז דו לאכסט נאך מער ווי אמאל; איך בענק זיך צו דיר און נאך מער צו דיין לאכן. גלייב מיר, יעצט איז א צייט וואס מען דארף לאכן און לאכן אן אויפהער, נישט אריינצופאלן אין פחדים און אין עצבות ומרה שחורה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", שמחה איז א היילונג פאר "אלע" קרענק.


איך בעט דיר זייער, וואו דו גייסט זאלסטו נאר לאכן, מאך יעדן איינעם פרייליך וועסטו אלעמען מחי' זיין; ווייל די קאראנע וויירוס אליינס האבן שוין כמעט אלע געהאט און זיך ארויסגעדרייט דערפון, אבער ליידער זענען זייער אסאך אריינגעפאלן אין א פחד און אין עצבות ומרה שחורה פון קאראנע און זיך נאכנישט ארויסגעדרייט דערפון.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס געבט אונז שמחת החיים.