בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - נישט רעדן צו עלטערן מיט חוצפה
כיבוד אב ואם, שמחה, רפואה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט צו עלטערן נישט צו רעדן מיט חוצפה. ווען עלטערן האבן טענות וכו'; זיי שרייען און פארפירן, דארף מען בלייבן שטיל, מען דארף שטיין מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, אויסהערן וואס זיי האבן צו זאגן און חס ושלום נישט ענטפערן, מען דארף וויסן אז אויב מען ענטפערט איז דאס חוצפה אפילו ווען מען איז גערעכט.


דארפאר בעט איך אייך זייער, פון היינט און ווייטער זאלט איר קיינמאל נישט ענטפערן אייער טאטע מאמע ווען זיי געבן אייך מוסר וכו'; איר זאלט אויסהערן מיט הכנעה און זיי מכבד זיין. עלטערן מעגן זאגן פאר די קינדער וואס זיי האבן צו זאגן, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווען איר וועט חתונה האבן און האבן קינדער וועט איר אויך זאגן פאר אייערע קינדער מוסר וכו'; ווי אזוי וועט אייך שמעקן ווען אייער קינד וועט עפענען א מויל אויף אייך? ווי אזוי וועט איר דאס נעמען ווען אייער קינד וועט האלטן אנדערש פון וואס איר זאגט?


אז מען האט מצער געווען די עלטערן דארף מען זיי איבער בעטן; מען דארף נישט ווארטן אויף יום הכיפורים איבער צו בעטן עלטערן, אויב מען ווייסט ביי זיך אז מען האט זיך נישט אויפגעפירט מיט דרך ארץ צו די עלטערן דארף מען זיי גלייך איבער בעטן.


בנוגע וואס מען טוט פאר פימפלס וכו'; פימפלס קומט פון עצבות און מרה שחורה, אז איר ווילט פטור ווען פון די פימפלס זאלט איר זיך שטארקן צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט פון עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - הער אויף קרעכצן
שמחה, התחזקות, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוון וואס איך שרייב דיר, דאס דערהאלט דיר און געבט דיר חיות ווייטער אנצוגיין אז דו זאלסט נישט אפלאזן דעם רצון צו זיין אן ערליכער איד; אפילו עס גייט אריבער אויף דיר וואס עס גייט אריבער וכו' וכו', דאך דערהאלסטו זיך און דו שטארקסט זיך ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן.


דאס איז די שיינקייט פון אונז אידן, אז מיר געבן זיך נישט אונטער פאר קיינעם נישט; סיי ווען מיר גייען אריבער די שווערע גליות ווי מען הרג'ט און מען שעכט אידן, אזוי ווי אונזערע זיידעס און באבעס האבן אונז דערציילט וואס זיי זענען אריבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווי מען האט פארברענט איבער זעקס מיליאן אידן - מענער פרויען און קליינע קינדער, רבנים און דיינים, ממש דאס שענסטע און דאס בעסטע פון כלל ישראל - דאך בלייבן מיר פעסט ביי אונזער אמונה, מיר בלייבן ווייטער נאנט צום אייבערשטן. און סיי ווען דער יצר הרע הרג'ט אונז און פארברענט אונז מיט תאוות רעות און ביטערע נסיונות - גייען מיר אויך נישט אוועק פונעם אייבערשטן, מיר קומען ווייטער אין שול דאווענען און לערנען.


איך בעט דיר טייערער ברודער, הער אויף קרעכצן דעם ניגון: "וואס וועט זיין מיט מיר?" טראכט נישט: 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין'; ווען דו זעסט זיך אנגעפולט מיט פראבלעמען, נסיונות, נפילות, וכו' וכו', טראכט נישט: 'וואס וועט שוין זיין פון מיר?' ווייל דוקא דו וואס דו פאלסט און הייבסט זיך אויף - ביסט א ריכטיגער העלד. איינער וואס האט נישט קיין שווערע נסיונות דער איז בכלל נישט שטארק, שטארק איז דער וואס הייבט אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף גארנישט, ער איז ביי זיך שטארק ווי א לייב אז זאל זיין וואס זאל זיין וועט ער נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאך נישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


געדענק וואס מוהרא"ש לערנט אונז - הייסט ביים רבי'ן א שטארקער מענטש, ווער עס איז ביים רבינ'ס חדר א העלד: "א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס איז נישט אראפ געפאלן, שטארק מיינט, אז ווען מען פאלט הייבט מען זיך אויף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.