בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט אז ס'מוז זיין ווי איך וויל
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הפצה, אחדות, רייכערן, התנגדות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, י"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


די וואך זעען מיר אין די פרשה זייער אסאך חיזוק אויף תפילה; יעדע זאך פון די הייליגע אבות און פון די הייליגע אמהות איז געווען נאר תפילה.


לאה האט חתונה געהאט מיט יעקב נאר ווייל זי האט אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן; כאטשיג איר שידוך איז געווען אנגעגרייט אז זי זאל חתונה האבן מיט עשיו, אלע האבן געזאגט אז לאה וועט חתונה האבן מיט עשיו און רחל מיט יעקב, דאך האט זי נישט אויפגעגעבן; זי האט געבעטן און געבעטן ביז זי האט באקומען יעקב אבינו.


דאס איז שטארקע חיזוק פאר אונז; "מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים (עיין תנחומא לך לך, ט)", מיר דארפן נאכגיין אונזערע עלטערן. יעדע זאך וואס מיר דארפן, יעדע זאך וואס מיר ווילן, יעדע זאך וואס קוועטשט און טוט וויי - זאלן מיר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען וויסן ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן, מען קען נישט נעמען מיט געוואלד. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון ווי אזוי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ - יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט.


מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


מיט דעם קען מען שוין פארשטיין פארוואס יעקב אבינו האט זיך אויפגערעגט אויף רחל; לכאורה רחל האט דאך געטון וואס א איד דארף טון, רחל האט געבעטן יעקב'ן (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים", געב מיר קינדער; דאס דארף דאך א איד טון, גיין צו א צדיק בעטן א ברכה פאר קינדער. רש"י זאגט, אז רחל האט גע'טענה'עט צו יעקב: דיין טאטע יצחק האט געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן פאר רבקה, פארוואס בעטסטו נישט פאר מיר? שטעלט זיך א שטארקע פראגע, פארוואס האט זיך יעקב אויפגערעגט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל", זי האט דאך געטון וואס מען דארף טון, די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס האט א צרה אין שטוב, "יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", זאל גיין צו אן ערליכער איד ער זאל בעטן פאר אים!


מוהרא"ש זאגט, יעקב אבינו האט וויי געטון ווען רחל האט געזאגט: "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי", אויב האב איך נישט קיין קינדער בין איך א טויטע; אזוי רעדט נישט א איד! די ערשטע בקשה האט זי זייער שיין געזאגט "הבא לי בנים", בעט פאר מיר איך זאל האבן קינדער, אזוי דארף מען טון; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און מען דארף בעטן דעם צדיק זאל מתפלל זיין, אבער "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי" - אויב נישט בין איך א טויטע?! אויב נישט איז עק וועלט?! א איד דארף וויסן "אויב נישט" - וועל איך ווייטער לעבן, "אויב נישט" - וועל איך ווייטער זיין פרייליך; ווען מען בעט דעם אייבערשטן קען מען נישט נעמען מיט געוואלד.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות; גייט יעדן טאג אביסל אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, בעטס אים ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן, בעטס אים וואס איר דארפט, און אויב מען זעט נישט די ישועה זאל מען ווייטער אנגיין אין לעבן, זיך שטארקן און זיין פרייליך.


איר ווייסט מן הסתם וואס גייט פאר ביי ענק אין ירושלים, אפאר מנהלות האבן זיך צאמגענומען וואס מען קען טון מיט די קינדער אז זיי קומען אן קיין ברסלב, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; זיי טראכטן אז אויב מען וועט ארויסקומען, מען וועט זאגן פאר די קינדער מען זאל נישט הערן און ליינען פון ברסלב - מיט דעם וועלן די קינדער שוין נישט וועלן דעם רבי'ן, זיי כאפן נישט אז דאס וועט זיין די גרעסטע הפצה! מיר מוטשען זיך ווי אזוי מיר קענען אנקומען צו אלעמען, יעדער זאל וויסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, יעדער זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס האט חיזוק פאר יעדן איינעם אין יעדע מצב; אז זיי וועלן האלטן דרשות פאר די תלמידים און תלמידות אז מען טאר נישט הערן און ליינען פון ברסלב - וועלן אלע תלמידים און תלמידות דאס אפיר זוכן און אלע וועלן זיך דערוואוסן פון רבי'ן.


א רחמנות אויף די קינדער - בחורים און מיידלעך; מען פארקויפט זיי גארנישט אין לעבן, אלע זענען הונגעריג, אלע זענען דארשטיג נאך אביסל אמת'ע לעבן. אנשטאט האלטן דרשות מען זאל נישט קוקן אין די ברסלב'ע ספרים - געב עפעס, זאג וואס יא, געב אריין א חיות אין זיי, לערן מיט זיי אמונה, זיי זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


דער עיקר זאלט איר זיך נישט שרעקן, איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט הפצה און אז איר וועט זיך האלטן אינאיינעם וועט קיינער ענק נישט קענען צעברעכן; איין וועג איז דא חס ושלום ווי אזוי עס זאל צעפאלן אייער חבורה, אויב עס וועט זיין צווישן אייך מחלוקת, מען וועט זיך נישט קענען ליידן; דעמאלט וועט נישט בלייבן פון אייך גארנישט, כל זמן איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיך דורכקומען - וועט קיינער אייך נישט קענען צעברעכן.


אז איינער האט עפעס וואס צו זאגן וואס מען דארף פאררעכטן קען מען מיר שרייבן.


איך בעט די בחורים און אינגעלייט זאלן נישט רייכערן אין די ד' אמות פון שול; גייט אין יבנאל און קוקט וואס עס הענגט אין אלע זייטן, אויפ'ן שול, אויפ'ן כולל: "נא לא לעשן, בפרט בד' אמות של רבינו". ביי אונז איז מען מקפיד אויף דעם; די בחורים וואס רייכערן בעט איך כסדר זיי זאלן אריבערגיין די גאס, נישט שטיין פאר'ן בית המדרש רייכערן. בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן נישט צו רייכערן אין די ד' אמות פון בית המדרש און זיכער נישט אין בית המדרש, דער בית המדרש איז געמאכט נאר פאר לערנען און דאווענען.


מיר האבן געטרייע גבאים, ר' ... מיט ר' ... און ר' ...; זיי ווילן גארנישט, זיי ווילן נאר מיר זאלן קענען שיין מאכן דעם רבינ'ס נאמען. איך בעט מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין איינער צום אנדערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.