בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - שידוכים רעדט מען נאר צו די עלטערן, נישט צו די בחורים
שידוכים, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד השדכן ... נרו יאיר


שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס מיט'ן מאכן שידוכים; נישטא נאך אזא מצוה פון מאכן שידוכים.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זייער א וויכטיגע זאך. איך בין דיר דן לכף זכות אז מן הסתם כאפסטו נישט וואס דו טוסט; איך בין אוועק געפארן דעם פארגאנגענעם שבת מיט תלמידי הישיבה, שבת הכרת הטוב פאר די בחורים וואס גייען נאך געלט צו העלפן די ישיבה, עס איז אויסגעקומען צו הערן פון זיי פרטים וואס טוט זיך אין ישיבה.


זיי האבן דערציילט אז דו רעדסט צו זיי פון שידוכים; אנשטאט גיין צו זייערע עלטערן גייסטו צו זיי, דו פארדרייסט זיי דעם קאפ אן שכל.


איך האב דיר שוין אפאר מאל געבעטן דו זאלסט נישט רעדן מיט בחורים פון קיין שידוכים, עס איז נישט גערעכט צו גיין רעדן צו בחורים; אז דו ווילסט מאכן שידוכים זאלסטו רעדן צו זייערע עלטערן.


איך האף אז דאס איז די לעצטע מאל, דו וועסט אפלאזן די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זייט אייך מקבל א גוטע זאך, וואס זאל זיין א זכות פאר אייך
קינדער, חנוכה, שדכנים, קבלה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'


איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר אייך; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט האבן קינדער.


א שדכן'ס ארבעט איז נישט נאר מאכן די שידוך און אוועק גיין וכו', איך האב געמאכט אייער שידוך וועל איך מיטגיין מיט אייך אויף ווייטער, איך וועל ווייטער בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא און די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זיי חתונה מאכן און אזוי ווייטער.


חנוכה איז א גרויסע צייט, וויל איך אייך בעטן, ביידע פון אייך, איר זאלט זיך מקבל זיין א גוטע זאך; עס דארף נישט זיין א גרויסע קבלה, דער עיקר זאל עס זיין מיט א תמימות. די הייליגע חכמים זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבָד שֶׁיְכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם"; איר דארפט קיינעם נישט דערציילן, דאס זאל זיין צווישן אייך אינעם אייבערשטן פאר א זכות פאר אייך.


בנוגע מאכן וכו'; מאכט נישט וכו', איר וועט האבן קינדער פונעם אייבערשטן.

#2 - עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מאכן שידוכים
שידוכים, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער עוסק זיין אין מאכן שידוכים, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מאכן שידוכים; די מצוה איז א בחינה פון מת מצוה, ווייל עס זענען נישט דא צופיל וואס זענען עוסק אין דעם, אפילו די וואס זענען עוסק אין דעם דארפן זייער אסאך חיזוק, ווייל מען ווערט פארשעמט, מען כאפט אריין זאפטיגע בזיונות וכו', וכו'.


פרעג איר אויב זי קען אנטראגן דעם שידוך פון ... פאר ...; לדעתי איז א שאד אז עס זאל זיך אפהאלטן צוליב די לבוש. איינמאל ער וועט רעדן מיט איר וועט ער מסכים זיין צו גיין ווייטער, ער איז זייער א וואוילער און א קלוגער. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני  זוהר, תיקון כא, דף ס:) אז א טיפש קוקט אויפ'ן קלייד, אבער א חכם קוקט וואס ליגט אונטער'ן לבוש; איינמאל ער וועט זיך טרעפן און רעדן וועט ער ארויסגיין פון זיין קטנות, ער וועט מסכים זיין חתונה צו האבן לשם שמים און אויפשטעלן אידישע דורות.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט'ן מפיץ זיין דעם רבינ'ס ליכט פאר אנדערע, בעיקר פאר בני הנעורים, בחורים און מיידלעך; ווייל אויף זיי גייט אריבער ביטערע נסיונות וכו', און נאר דער רבי האט א שפראך צו זיי.

#1 - דער שכר פון א שדכן איז זייער זייער גרויס
שידוכים, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א שדכן, אויספירן נאך א שידוך.


אוודאי איז דאס זייער א שווערע מצוה; מען קען ממש אראפגיין פון זינען ווילאנג מען פירט אויס א שידוך, יעדער צד מיט זיינע דמיונות, יעדער מיינט אז זיין משפחה איז עפעס ווייס איך וואס. אבער דער שכר פון זיין א שדכן איז זייער זייער גרויס.


דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט שוין טון פאר ... נרו יאיר, רוף נאכאמאל אן די עלטערן פון די מיידל און שטופ צו דעם שידוך.


מיר דארפן נאכגיין די וועג פון מוהרא"ש וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין שידוכים און אין שלום בית; דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו אלע ברכות.


איך ווארט צו הערן וואס טוט זיך מיט'ן שידוך.