בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - די קינדער זאלן האבן א גוטע סביבה
חינוך הילדים, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, הלכה, פורים, תעניתים

די קינדער זאלן האבן א גוטע סביבה


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אז איר זענט געווען אין שפיטאל שבת וכו' און איר האט נישט געקענט צינדן שבת ליכט - הייסט דאס אן אונס, וואס אין אזא פאל דארף מען נישט צולייגן א גאנץ לעבן נאך א ליכט; נאר ווען די פרוי פארגעסט דעמאלט קנס'ט מען איר אז זי דארף צולייגן (עיין משנה ברורה סימן רסג, סיעף קטן ז).


בנוגע זיך פארשטעלן וכו'; זייער אסאך קינדער ווילן זיך פארשטעלן מיט די סארט פארשטעלאכץ וכו', עס איז נישט געפערליך אז זיי זאלן זיך פארשטעלן מיט דעם.


מיידלעך קענען זיך אויך פארשטעלן אבער עס מוז זיין אן איידעלע פארשטעלאכץ בגדרי צניעות.


איך פריי זיך אז איר האט איינגעליידנט משפחת ... נרו יאיר אויף די סעודות פורים, דאס איז דאך דער עיקר מצוה פון פורים - צו פארמערן שלום און אחדות.


פרויען דארפן נישט פאסטן עשרה בטבת, תענית אסתר, שבעה עשר בתמוז און צום גדליה, אבער מענער - פון די בר מצוה דארפן אלע פאסטן אן קיין אויסנאם. דאס אז אייער מאן נרו יאיר פאסט נישט די אלע תעניתים, ער עסט א געהעריגע פרישטאג אין שטוב; איך וועל רעדן צו אים, מן הסתם מיינט ער אז מען דארף נישט פאסטן, ער ווייסט נישט אז דאס איז אן הלכה מפורשת.


בנוגע וואו צו וואוינען וכו'; ווייסט דען א מענטש וואו זיין פלאץ איז? דער עיקר דארף מען קוקן אויף חינוך הבנים והבנות. א איד קען נישט וואוינען וואו אימער, א איד דארף זען אז זיינע קינדער זאלן האבן א גוטע סביבה און א גוטע חינוך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וואוינען אין א פלאץ וואו מען קען אויפציען ערליכע דורות.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט זייער אסאך וויינען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אים ווייזן וואו זיין חלק איז אין ארץ ישראל, ביז דער אייבערשטער האט אים געברענגט קיין יבנאל.


שטארקטס אייך ווייטער אויפצוציען די קינדער אזוי ווי מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש.

#1 - דער וועג פון תשובה
תשובה, תהלים, תעניתים, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט באמת תשובה טון אויף דיינע עבירות זאלסטו זאגן פאר'ן אייבערשטן אז דו האסט חרטה אויף וואס דו האסט געטון און דו נעמסט זיך פאר דאס מער נישט צו טון. דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות פון די תורה, בשוגג אדער במזיד, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתוודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם", איך בעט דיר אייבערשטער, "חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ", איך האב געזינדיגט פאר דיר, "וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ", איך האב געטון די און די עבירה, "וַהֲרֵי נִחַמְתִּי", און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, "וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי", איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, "וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון - דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


מען קען זיך נישט אפארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב) דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ - וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט אנטקעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.


הער אויף פאסטן, נישט דאס איז תשובה, מען דארף זיך נישט פייניגן און פאסטן צו קענען תשובה טון; דער עיקר פון תשובה איז מען זאל חרטה האבן אויף די שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון און מען זאל זיך פארנעמען אז מען גייט מער קיינמאל נישט טון די עבירות.


זייער גוט אז דו ענדיגסט יעדן טאג תהילים; זיי ממשיך ווייטער מיט דיין גוטע מנהג צו זאגן און ענדיגן יעדן טאג דעם ספר תהילים, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דו פרעגסט וואס דו קענסט טון ארויס צו קומען פון תפיסה; קודם כל דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט זיך אויפגעוועקט פון דיין טיפן שלאף. פאר דו ביסט אריין אין תפיסה האסטו געטון אלע עבירות רחמנא לצלן, דיין נשמה איז געווען אין תפיסה, און ווען דיין גוף איז אנגעקומען אין תפיסה האסטו זיך אויפגעכאפט פון דיינע שלעכטע וועגן, דו האסט חרטה אויף דיינע מעשים רעים און דו פירסט זיך ווי א איד; זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט'ן זאגן תהלים און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.