בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4821 - עס לוינט זיך אלעס אבי צו קענען א טובה טון פאר א איד
זיכוי הרבים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אייער הייליגע ארבעט. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען אז עס לוינט פאר א נשמה אראפצוקומען אויף די וועלט פאר זיבעציג יאר און עס זאל זיך טון מיט איר וואס זאל נאר זיין, אבי צו קענען א טובה טון פאר א איד, און כל שכן וקל וחומר ווען מען קען א טובה טון פאר א איד; אים מחזק זיין, אריינבלאזן א האפענונג, א גייסט – צו וועלן לעבן.


איר דארפט יעדן טאג טאנצן פאר שמחה אז איר האט אזא גרויסע זכות פון זיין א מזכה את הרבים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און נחת פון אייערע דורות.


 

#4820 - איך וויל נעמען מיין זון קיין אומאן פאר די זיבן יאר
קינדער, חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך מיר א טובה, מאך מיר א פאספארט פאר מיין זון יוסף, ער ווערט קומענדיגע יאר זיבן יאר, איך וויל אים מיטנעמען מיט מיר די יאר קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף האב איך גענומען אלע מיינע קינדער ביז אהער קיין אומאן איידער די זיבן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויל איך ווייטער אזוי טון, ווייל דער רבי האט מבטיח געווען, אויב וועט מען ברענגען צו אים א קינד איידער די זיבן יאר - וועט דער קינד גיין צו זיין חתונה מיט א ריינעם העמד, דאס מיינט מען ריין אן קיין פגמים.


יעצט נעמט זייער לאנג צוריק צו באקומען א פאספארט, מען דארף דאס מאכן אויפ'ן שנעלן וועג.


לאז מיר וויסן ווען מיין אפוינטמענט איז.


יישר כח


 

#4819 - א בלאט גמרא וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק
שמירת עינים, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין; דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו זיך היטן דיינע אויגן אין גאס, וועסטו האבן א גוט לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.


 

#4818 - כאפ זיך אן אין די הייליגע תורה
לימוד התורה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


כאפ זיך אן אין די הייליגע תורה, לערן יעדן טאג די הייליגע גמרא, לכל הפחות א בלאט גמרא בכל יום, און זיי שטארק מיט אמונה. זארג נישט, דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


פון דיין ראש ישיבה


 

#4817 - די הייליגע גמרא וועט דיר עפענען די טירן פון גן עדן
גמרא, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קוק נישט אויב דו פארשטייסט יא אדער נישט, דו לערן כסדרן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו).


די הייליגע גמרא וועט דיר עפענען די טירן פון גן עדן, וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר.


פון דיין ראש ישיבה


 

#4816 - לערן די מסכתא, חזר דאס איבער הונדערט און איין מאל
סיום, גמרא

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


לערן די מסכתא, חזר דאס איבער הונדערט און איין מאל.


איך בעט זייער דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר דיר ..., דו זאלסט דיין גאנץ לעבן לערנען און דאווענען און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


פון דיין טאטע וואס האט דיך זייער ליב.


 

#4815 - נישטא קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער, אין א אידישע שטוב
חינוך הילדים, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


                 יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך זאג דיר נאכאמאל, נעם נישט אריין אין דיין שטוב קיין טעלעפאן, לאז דיין שטוב זיין ריין און הייליג, עס זאל זיך ציען ערליכע דורות.


דארפסט א טעלעפאן פאר פרנסה? דארפסט אינטערנעט פאר פרנסה? מען קען האבן א טעלעפאן פאר פרנסה, מען קען האבן אינטערנעט פאר פרנסה - אבער אין א אידישע שטוב טאר נישט אריינקומען קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער.


איך וועל ווייטער זאגן און שרייבן דעם אמת, אפילו איך וועל בלייבן אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4814 - אנהאלטן אלע גוטע זאכן פון יום טוב שבועות
רצונות, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, ארץ ישראל, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, איך בין געווען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ; איך האב הנאה געהאט צו זיין דארט יעדע איינציגע מינוט.


יעצט דארף מען זיך שטארקן אנצוהאלטן אלע גוטע זאכן. יום טוב שבועות האבן מיר זייער געבענקט צום אייבערשטן און צו די תורה, יעצט דארף מען אנהאלטן דאס בענקען, ווייטער בענקען צום אייבערשטן, בענקען צו די תורה און צו אלע הייליגע זאכן.


דער עיקר דארף מען בענקען, וועלן און האפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף זיין מחותן, הרב הצדיק מוואלטשיסק זכר צדיק לברכה, וואס האט פערציג יאר געבענקט צו אנקומען קיין ארץ ישראל, און ווען דער חמעלניקער רב (אויך א מחותן פון רבי'ן) האט דאס געהערט - האט ער געזאגט: "וואס דארף מען זיך בענקען? אויב וויל מען פארן עפנט מען די בערזל, מען נעמט געלט און מען פארט".


ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "דער מחותן פון וואלטשיסק וועט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דער מחותן חמעלניקער רב - נישט", ווייל דער עיקר איז דאס בענקען, וועלן און האפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4813 - מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן
חסידות ברסלב, עבודת השם, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, מיר שטארקן זיך מיט זיינע עצות און חיזוק. אז מען קוקט מיט אן אמת'ן אויג, זעט מען באשיינפערליך וואס פאסירט ווען מען פאלגט דעם רבי'ן. עס גייט אריבער א קורצע צייט און דער מענטש הויבט אן לערנען מקרא, משנה, גמרא און נאך, מען הויבט אן דאווענען און זיך מתבודד זיין, מען הויבט אן טראכטן פון תכלית.


אמאל האט איינער געפרעגט א ברסלב'ער חסיד: "אמת, מוהרא"ש האט מיך ארויסגענומען פון שאול תחתית און געמאכט פאר א איד, אפשר יעצט איז צייט צו זוכן אנדערע וכו' זאלן מיר טראגן צו נאך העכערע דרגות?" האט דער ברסלב'ער חסיד געזאגט: "אז מוהרא"ש האט דיך געקענט מאכן פון נישט תפילין - יא תפילין, פון נישט תורה, פון נישט תפילה - צו לערנען און דאווענען - וועט ער דיך זיכער טראגן צו די העכסטע פלעצער", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי", ווער עס וועט מיך פאלגן, "וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה", און טון אלעס וואס איך זאג, "בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל", וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק, "יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", זאל זיין וואס זאל נאר זיין.


אשרינו מה טוב חלקינו.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.


 

#4812 - שמועס מיטן אייבערשטן, וועסטו גוט שפירן און וועסט ווערן פרייליך
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער נאך דיר, שוין א לאנגע צייט האב איך נישט געהערט פון דיר, איך האף אלעס איז גוט ביי דיר.


איך האף צום אייבערשטן אז דו לערנסט נאך, דו האסט נאך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא ועוד, די אלע דרשות וואס דו האסט געהערט אין ישיבה שפילט נאך אין דיין קאפ.


ליבער ברודער, גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן. בעט אים דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך. שמועס מיטן אייבערשטן אין דיין שפראך, וועסטו זיך אזוי גוט שפירן, וועסט ווערן אזוי פרייליך.


א גוט יום טוב.


 

#4811 - גיי א טענצל מיט דיינע קינדער
שמחה, חינוך הילדים, אידישע שטוב, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך און זיי פרייליך. עס וואלט געווען א גוטע זאך זאלסט אלע טאג טאנצן; גיי א טענצל מיט דיינע קינדער, יעדן פארנאכטס און אינדערפרי טאנץ מיט זיי מיט שמחה; עס איז זייער געזונט, סיי פאר אונז און זיכער פאר קינדער - צו טאנצן און זיין פרייליך.


מען קען אסאך גרינגער מחנך זיין די קינדער ווען עס הערשט א שמחה אין שטוב, ווען מען זינגט און טאנצט מיט גוטע לעבעדיגע מוזיק; עס עפנט זיך דער מח און די הארץ, עס איז גרינגער אלעס צו מקבל זיין.


איך שרייב דיר נאר די זאכן וואס איך אליינס טו, עס איז בדוק ומנוסה.


 

#4810 - לערנען אין שטוב דיקא יעדן אויפדערנאכט
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, אידישע שטוב, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין און אויפוועקן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט דיינע שיעורים כסדרן, סיי אין מקרא - לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום לויט די טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. סיי מיט משנה - לערנען יעדן טאג כמה פרקים משניות, און ועל כולם גמרא - לערנען סיי דעם בלאט גמרא פונעם טאג, און סיי א שיעור אין ש"ס כסדרן.


טייערער ברודער, אז דו וועסט זיך קובע זיין צו לערנען אין שטוב דיקא יעדן אויפדערנאכט - וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן. סיי דו וועסט ווערן מער פרייליך; עכט פרייליך. סיי דיין שלום בית; דיין ווייב וועט זיך פרייען דיך צו זען לערנען, ווי איידער שפילן מיט אפגעריסענעם טעלעפאן, ווי שטיין און קוקן אומבא'טעמ'טע סטעטוס. סיי דיינע קינדער וועלן וואקסן מיט יראת שמים.


פרוביר עס אויס, וועסט אנהויבן שפירן א גוטע טעם אין לעבן, וועסט אינדזשויען יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.


 

#4809 - זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען
בית המדרש, לימוד התורה, דאווענען, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד דעם הייליגן יום טוב שבועות זאלסטו זיך מקבל זיין צוויי זאכן:


איינס, גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות.


צוויי, לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ליבער ברודער, זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האב דיך זייער ליב.


 

#4808 - היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער
היכל הקודש, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל ווייטער האבן מיט דיר א נאנטע קשר, עס איז גוט סיי פאר מיר און אויך פאר דיר - מיר זאלן בלייבן ווייטער נאנט.


זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז די שכל וואס מוהרא"ש לערנט אין די טויזנטער בריוו און אין די טויזנטער ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיינע וועגן, און זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


 

#4807 - א געפרעגלטער איד איז באליבט ביים אייבערשטן
אמונה, נסיונות, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב דיר שוין אזוי א לאנגע צייט נישט געזען און נישט געהערט פון דיר, איך וויל דיר לאזן וויסן אז איך טראכט פון דיר, איך האב נישט פארגעסן פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת השם יתברך, און דו ווערסט נישט צעפאלן.


דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "וְכִי אֵין אַתָּה יוֹדֵעַ מַה שֶּׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חָפֵץ, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹהֵב אָדָם מְרֻקָּח, 'גָאט הָאט לִיעֶבּ אַ גִיפְּרֶעגִילְטְן מֶענְטְשְׁן'", דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז מסביר, וואס מיינט א געפרעגלטן איד? ווען עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות, דער מענטש ווערט געפרעגלט פון אזויפיל שוועריקייטן - און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין טענות און קשיות אויפן אייבערשטן - דער איז באליבט ביים אייבערשטן.


שרייב מיר צוריק - וועסטו מיך מחי' זיין.


 

#4806 - עטליכע הדרכות און שאלות אין צניעות
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, שלום בית, רפואה, משפחה, טעלעפאן, זינגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאמע זאגט מען זאל צוריק גיין צום דאקטער - איז נישט געפערליך צוריק צו גיין, ווייל פון פאלגן א מאמע - באקומט מען נאר ברכות פון אריכות ימים ושנים.


בנוגע וכו'; אין שטוב קענט איר זיך אויספוצן, בפרט נאך די חתונה, פאר'ן מאן - איז דאס א גרויסע מצוה.


בנוגע ארומנעמען, האלזן - א ברודער; עס שטייט קלאר אין רמב"ם (ספר המצוות, לא תעשה שנג; פרק כא מהלכות איסורי ביאה, הלכה ו) אז עס איז אן עקלדיגע זאך און מען זאל דאס נישט טון.


בנוגע זינגען; נוצט אייער טאלאנט צו זינגען פאר סקולס, זינגט ניגוני אמונה, ניגוני צניעות, וכדומה.


בנוגע שמועסן מיט בחורים, פעטערס; טוט דאס נישט.


בנוגע טעקסט און ווידיאו; אויב מען נוצט עס נאר מיט חבר'טעס וואס זענען איידל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע א שפיצל, שייטל; איר דארפט נישט רעדן פון דעם מיט אייער זיידע, האט נישט מורא, ער וועט קומען צו אייערע שמחות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט תפילה און התבודדות; בעטס דעם אייבערשטן, שמועסט מיט אים; דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט קומען צו אים, שמועסן מיט אים.


 

#4805 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין דעם בנין 'היכל ראזענבערג' אין שטעטל
צדקה, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, סיום, ישיבה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין דעם בנין פאר די ישיבה פאר זומער, און פארן עס ענדיגן בויען, עס שיין מאכן; אזוי ווי עס פאסט פאר א מקום תורה.


איך וויל א נאמען געבן דעם בנין: 'היכל ראזענבערג', און די אלע טויזנטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא וואס מען וועט לערנען אין דעם בנין - וועט זיין פאר דיר א זכות, עס וועט דיר צוניץ קומען בזה ובבא.


איך בעט דיר זייער, אויב דו קענסט צואיילן די ארבעט, עס זאל שוין זיין גרייט אויף פרשת חקת בלק, (די יאר קומט מען אין קעמפ א וואך פריער); מיר דארפן שוין די פלאץ פאר מאנטאג פרשת חקת בלק.


יעצט אז מען מאכט עס לויטן געזעץ - דארף מען זיך שוין נישט באהאלטן וכו'; איז כדאי צו לייגן פענסטערס פון די אנדערע זייט, עס זאל זיין ליכטיג און געשמאק צו לערנען, עס זאל זיך נישט שפירן ווי מען איז פארשפארט.


אז דו קומסט נישט אן צו ענדיגן די ארבעט - איז נישט געפערליך צו האבן רויע ווענט, אבער די פלאר איז מיר זייער וויכטיג עס זאל זיין געענדיגט. פאריאר זומער האב איך זיך ממש געשטיקט די אטעם פון די שטויב, עס איז מיר זייער שווער צו געבן שיעורים אז עס איז פארשטויבט. איך וויל זייער זאלסט דאס ענדיגן מיט סערעמיק טיילס, די גלאנציגע; וואס מען קען גוט וואשן און עס האלט נישט קיין שטויב.


מען ענדיגט מארגן מסכת סוטה און מען הויבט אן מסכת גיטין, א שאד אז דו לערנסט נישט יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4804 - וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן
שלום בית, קעמפ, סיום, טעלעפאן, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן סיום מסכת כלאים ירושלמי, און מזל טוב פארן מארגנדיגע סיום מסכת סוטה, און די גרעסטע מזל טוב פארן אנהייבן מסכת גיטין; יעצט בזמן וואס מען גרייט זיך אויף קבלת התורה - הויבסטו אן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


שבועות וועל איך זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין קרית ברסלב, איך וועל דאווענען אלע תפילות אינעם בית המדרש אויף האשקי גאס.


אויך אם ירצה ה' זומער הבא עלינו לטובה וועל איך זיין מיט די בחורים אין שטעטל; די יאר הויבט זיך אן די קעמפס מיט א וואך פריער, מען הויבט אן פרשת חקת בלק. איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו געבן שיעורים במשך די זומער וואכן אין 'היכל ראזענבערג'.


איך האב געמאכט א נייע זאך אין ישיבה, איך וויל דו זאלסט וויסן, מען קען נישט קומען אין ישיבה נאר מיט א ריינעם טעלעפאן. איך בעט זיך שוין ביי די בחורים א לאנגע צייט, יעצט האב איך געדארפט טון למעשה, איך האב געדארפט אוועק שיקן סיי בחורים און סיי אינגעלייט וואס דרייען זיך דא אין ישיבה; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך שרייב דיר דאס פאראויס, זאלסט וויסן אז איך מיין דיך אויך; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך האב נעכטן געשמועסט ביי די שיעור מיט די בחורים, זיי זאלן וויסן, וואס דיין ווייב וועט נאר פרובירן צו טון זי זאל זיין אינטערעסאנט פאר דיר, ווי אזוי זי וועט זיך אנטון, ווי שיין זי וועט זיך מאכן - וועט זי נישט קענען קאמפיטן מיטן טעלעפאן. אז דו וועסט האבן א טעלעפאן וועט דאס זיין מער אינטערעסאנט, און זי וועט ווארטן זאלסט געבן א בליק אויף איר און איר געבן אויפמערקזאמקייט, די שטוב וועט צעפאלן.


וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן, ער איז צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4803 - דו לעבסט נישט, ביסט פארנומען רוב טאג מיט דיין טעלעפאן
טעלעפאן, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וועל נישט זיין באליידיגט אז דו וועסט זיך טרעפן א נייעם ראש ישיבה, א נייעם פלאץ. איך מוז דיר זאגן וואס ליגט מיר שוין א לאנגע צייט אויפן הארץ, איך מוז דיר זאגן דעם אמת; אז דו לעבסט נישט, דו ביסט פארנומען רוב טאג מיט דיין טעלעפאן, מיט שטותים והבלים, און אז דו פארשטייסט בעסער - ווער איך נישט באליידיגט, איך וויל אבער נישט זאלסט קומען דא און זיך דרייען צווישן מיינע תלמידים.


איך וויל נישט זאלסט קומען ביי מיר אין שול מיט דיין טעלעפאן.


 

#4802 - ארבעטן אפילו ווען ס'איז נישט באקוועם, צו באצאלן די חובות
פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


כל זמן דו קומסט פאר מענטשן געלט, דו האסט חובות; חובות מיינט מען 'שוין אריבער דעם זמן הפרעון' - קענסטו נישט קוקן אויף באקוועמליכקייטן, דארפסט טון אלעס זיי צו באצאלן. אז דו קומסט געלט פאר מענטשן - זאלסטו ארבעטן אפילו אין צייטן וואס איז דיר נישט באקוועם, נאר נאכדעם וואס דו וועסט ענדיגן צאלן דיינע חובות, וועסט נישט קומען פאר מענטשן קיין געלט - דעמאלט קענסטו קוקן אויף באקוועמליכקייט.


דער רבי האט אונז זייער געווארנט נישט צו האבן חובות, אך און וויי ווער עס איז שולדיג געלט פאר מענטשן; מען איז א קנעכט, דער מח איז פארקנעכטעט, מען איז נישט קיין מענטש, און ווי גוט און ווי זיס איז ווען מען קומט נישט קיינעם גארנישט, מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט א רואיגע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4801 - מען קען ארבעטן און זיין גוט צוגעבינדן צו די ישיבה
בחור, עבודת השם, פרנסה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעמען א זשאב, מיינט נישט אפלאזן די ישיבה.


מען קען זיין אין ישיבה און גארנישט האבן מיט די ישיבה, און מען קען ארבעטן און זיין גוט צוגעבינדן צו די ישיבה און צו דער ראש ישיבה.


דארפסט נישט זיצן אין ישיבה, נעם א גוטע דשאב. אז דו ווילסט - קענסטו מיך פרעגן איידער דו נעמסט א דשאב, עס זאל זיין אן ערליכע פלאץ מיט ערליכע ארבעטערס. אינדערפרי וועסטו דאווענען מיט מנין, און ארבעטן פלייסיג, און ווען דו וועסט האבן צייט - זאלסטו אריינכאפן א פרק משניות און א קאפיטל תהלים, אזוי וועסטו בלייבן צוגעבינדן אין ישיבה.


איך וויל נאר דיין גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4800 - רעדט צו די קינדער פון דאס שיינקייט פון זיין איידל און ערליך
חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, שערן די האר, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בעט אייך זייער, לייגט אריין אין אונזערע תלמידות א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה. היינט נאכט, ל"ג בעומר, איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן ישועות פאר זיך און פאר אנדערע.


רעדט צו די קינדער פון דאס שיינקייט און הייליגקייט פון זיין איידל און ערליך. רעדט צו זיי פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, פון די ברכות וואס דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי האט מבטיח געווען פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר; גוטע קינדער, ערליכע דורות, שלום בית, פרנסה און וואס נישט.


אז איר וועט מיר העלפן מיט די תלמידות פון בית פיגא - זאג איך אייך צו נחת ביי אייערע קינדער, און אויך פאר אלע פרויען וואס העלפן אין בית פיגא, וואס טוען פאר אונזערע טעכטער - וועלן זוכה זיין צו נחת ביי די קינדער.


ווען איר רעדט צו די קינדער און צו די ווייבלעך - זאלט איר רעדן אזוי ווי דער זוהר הקדוש רעדט, אלץ קודם 'וואויל זענען די וואס גייען אין די תורה וועג', און נאכדעם 'וויי איז פאר די וואס גייען נישט אין די תורה וועג; קודם אסאך אויסלויבן און אויסרומען דאס שיינקייט פון די תורה וועג.


 

#4799 - נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, צו ווערן אינגאנצן געזונט
צניעות, צרות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, איך זע איר מוטשעט זיך אזוי שטארק, איר האט אזעלכע יסורים; זאלט איר עפעס פארבעסערן אין צניעות.


נישט אז איר זענט נישט גוט, איר זענט זייער גוט און זייער וואויל, אבער זיין איידל האט נישט קיין שיעור, מען קען אלץ טון בעסער.


איך בעט אסאך פאר אייך, דעם פארגאנגענעם שבת קודש האב איך געוויינט אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי פאר אייך, אז דער אייבערשטער זאל אייך היילן.


איך ווארט צו הערן גוטע נייעס, אז איר זענט שוין געזונט און שטארק.


 

#4798 - אז מען היט נישט די הלכות, ברענגט מען צרות אויף זיך און אויף די שכנים
צרות, תשובה, סכנה, אידישע שטוב, טהרת המשפחה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען מוז היטן די הלכות נאך די חתונה, מען דארף האלטן חשבון אויף די טעג וכו', ווייל אז מען היט נישט די הלכות - ברענגט מען צרות אויף זיך און אויף די שכנים.


איך ציטער וואס גייט זיין. יעצט באקום איך אן הודעה אין מירון אז מען האט געטראפן ביי א יונגע ווייבל, א מאמע פון א שטוב מיט קינדער וואס וואוינט אין שטעטל - יענע מעשה. אז מען היט די הלכות, מען שפילט נישט ארום מיט די הלכות - איז מען אפגעהיטן, סיי ביי זיך און סיי ביי די שכנים.


טו תשובה, און פון היינט און ווייטער זאלט איר לעבן מיט די הלכות, מיט די הרחקות, מיט די לוח יום החודש, יום הפלגה וכו'.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, עס זאל נישט זיין קיין צרות ביי קיינעם.


 

#4797 - איך מאך נישט קיין סידור קידושין
אידיש געלט, חתונה, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין מחותן איז געווען ביי מיר, ער וויל מיך מכבד זיין מיט סידור קידושין. איך האב אים אפגעזאגט; איך מאך נישט קיין סידור קידושין, איך בין נישט קיין רבי און נישט קיין רב, אין טו נישט די זאכן. נאר אין ישיבה - דארט טו איך אלעס, ווייל איך וויל אריינברענגען אין מיינע תלמידים זאלן לעבן ווי אידן, זיך פירן ווי ערליכע אידן, נישט נאכמאכן די גוים, נישט אויסגעבן געלט פאר זאכן וואס פעלט נישט אויס; דעריבער אז מען מאכט חתונה אין ישיבה - גיי איך ארויס פון מיין וועג.


אויך איז מיר שווער צו גיין צו שמחות, איך בין זייער פארנומען; איך גיי נאר צו משפחה שמחות וואו איך דארף גיין, און אויך אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.