בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3792 - שמייכלען צו די קינדער און זיי אויפהויבן
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שריי נישט אויף די קינדער; מען קען נישט פיר און צוואנציג שעה א טאג שרייען און שרייען, מען קען נישט פיר און צוואנציג שעה א טאג געבן פסקים.


איך שרייב דיר דאס ווייל א משפחה איז געקומען צו מיר זאגן אז זייער קינד קומט אהיים פון חדר און זאגט אז ער באקומט קאפ-וויי פון אזויפיל נעגעטיוועט"י, ער באקומט א לאך אין קאפ פון שרייען און כאפן פסקים.


איך בעט דיר זייער, איך האב דיר אויפגענומען פאר א מלמד ווייל איך האלט אז דו קענסט און דו ביסט א גוטער מלמד, אבער די איין זאך דארפסטו פאררעכטן, אויפהערן זיין נעגעטיוו; שוין צייט צו קוקן גוט אויף אנדערע, זען דאס גוטס אין אנדערע, זוך אויפצובויען די קינדער, זוך צו שמייכלען צו זיי און זיי געבן גוטע ווערטער.


זע צו דערציילן אסאך מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, דאס וועט זיי מאכן פאר גרויסע צדיקים.


נאכאמאל, גיי שריי אויס די נערווען, גיי התבודדות; שפאציר צווישן די ביימער און שריי אויס די נערווען, לייג עס נישט אן אויף די קינדער.

#3791 - ישיבה קטנה פאר קומענדיגע יאר
ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף עפענען מיר א דארמיטארי פאר די בחורים פון די כתה פון ... נרו יאיר. די בחורים וועלן זיין אונטער זיין השגחה, די דירה געפונט זיך אינעם זעלבן בנין פון זיין דירה.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך וויל דו זאלסט אריינשיקן דיין בחור קומענדיגן יאר אין שטאט לערנען ביי אים. אלע בחורים פון שטעטל וועלן קומען לערנען דעם קומענדיגן יאר אין וויליאמסבורג, דער מגיד שיעור וועט זיין האברך הנ"ל.


שחרית, מנחה און מעריב וועט מען דאווענען מיט מיר אינאיינעם, אויך די שיעור התחזקות וועלן זיי מיטהאלטן; א שאד ער זאל פארפאסן א שיינעם יאר אין ישיבה.


אויף שבתים וועלן די בחורים אהיים גיין.


אויב דו ווילסט, ביטע שרייב איין דיין בחור ביי האברך הנ"ל, ווייל די בעטן זענען באגרעניצט.

#3790 - נישט שמירן די נעגל
חיזוק פאר מיידלעך, הלכה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תלמידה בית פיגא


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט נישט באשמירן אייער נעגל מיט נעי"ל פאלי"ש.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, עס איז א גרויסער פראבלעם; עס איז א חציצה, און אויך איז דאס בכלל (ויקרא יח, ג): "וּבְחֻקֹּתֵיהֶם לֹא תֵלֵכוּ".


איך האף איר וועט טון מיין ווילן.

#3789 - אויב גייט אריבער א וואך אן מעביר סדרה זיין, קען מען האבן א שאדן
משניות, מעביר סדרה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו העלפסט די ישיבה מיט'ן געבן צדקה פאר די רענט קאמפיין וואס זיי צאלן רענט פאר אלע אונזערע בנינים, דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן מיט גרויס שפע, מיט ברכה והצלחה.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט יעדן טאג לערנען חומש מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, שטופ עס נישט אפ אויף פרייטאג, שבת, ווייל חס ושלום אויב גייט אריבער די וואך אן מעביר סדרה זיין - קען מען האבן א שאדן; מען קען פארלירן געלט, אדער א שאדן בגוף.


אויך בעט איך דיר, נעם זיך צום משניות, לערן יעדן טאג לכל הפחות איין פרק משניות; אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זיך נישט מייאש זיין, נאר זאג די ווערטער; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אין צריכין בלימוד, רק האמירה לבד", ביים לערנען דארף מען נאר זאגן די ווערטער; משניות וועט אויסרייניגן דיין נשמה, משנ"ה איז די אותיות נשמ"ה, משנה וועט דיר מאכן פאר אן ערליכער איד. משנ"ה איז די זעלבע אותיות ווי מְשַׁנֶּ"ה, עס איז משנה, עס טוט פארענדערן דעם מענטש צום גוטן. משנה וועט דיר באשיצן אין קבר פון ווערים און פון אלע מלאכי חבלה.

#3788 - די וואס זענען עוסק אין שידוכים, דארפן אסאך חיזוק
צרות, התחזקות, בין אדם לחבירו, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל ווייטער עוסק זיין אין די גרויסע מצוה פון שידוכים.


די וואס זענען עוסק אין שידוכים - די דארפן אסאך חיזוק, ווייל מענטשן שרייען און פארשעמען; אנשטאט מען זאל זיך באדאנקען פאר'ן אנטראגן א שידוך, פאר'ן טראכטן פון מיר, פאר'ן טון פאר מיר - שרייט מען אויפ'ן שדכן; די שידוך פאסט נישט, די שידוך איז נישט פאר אונז וכו' וכו'.


דער וואס האט געשריגן און פארשעמט דיין ווייב - איז א צעבראכענער מענטש, ער מיינט נישט קיין שלעכטס. זאג פאר דיין ווייב זי זאל עס נישט נעמען צום הארצן, זי האט זייער גוט געטון און זי זאל ווייטער אזוי טון.


איך האב אזעלכע מעשיות טאג טעגליך, מען שרייט אויף מיר; דאך שטעל איך נישט אפ דאס טון שידוכים; אזוי גייען אלע שידוכים, מען שטערט פון אלע זייטן, ביז די צד הקדושה איז זיך גובר און עס ווערט א שידוך.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק אין שידוכים, וואויל איז אים בזה ובבא.

#3787 - ארויסגענומען אלטע איינגעגעסענע ווייטאג דורך אמונה און תפילה
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צרות, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז אן עכטע מופת, דאס איז א העלד; נאכן ווערן געפייניגט און דערנידערט פון די אייגענע מאמע, אלע קינדער יארן האט מען אייך אזוי צעדרוקט, דערווארגן און דערנידערט, און היינט נאכן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן און גיין אין די וועג פון התבודדות ותפילה, אמונה ושמחה - רעדט איר שיין, מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ צו איר. עס איז ארויס פון אייך די פארגאנגענהייט, (מען געדענקט עס נאך און עס טוט וויי, אבער עס איז נישטא מער די פיינטשאפט וכו') - דאס איז א מופת פון רבי'ן.


הונדערטער און טויזנטער ווייבלעך גייען צו טערעפי פאר דער זאך, עס פייניגט זיי וואס מען האט מיט זיי געטון, עס לאזט זיי נישט מנוחה, דאס לעבן גייט צוגרינד; מען פארברענגט רוב לעבן ביי טערעפי, סופאר"ט גרופ"ס וכדומה.


וואלט דאס נישט געווען א פריוואטע זאך - וואלט איר דאס געדארפט דערציילן ברבים פאר אלעמען, אלע זאלן וויסן אז עס איז דא א וועג זיך צו היילן, ארויסנעמען אלטע ווייטאג פון א מאמע, איינגעגעסענע פיין - דורך אמונה, דורך התבודדות ותפילה.


ווען מען נעמט אריין אמונה אין זיך - ווערט די לעבן אזוי זיס, מען ווייסט אז עס איז נישט דער און נישט יענער, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז ער אליינס; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז ער, אלעס איז א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן. מיין טאטע, מיין מאמע, מיין שווער, מיין שוויגער, מיין מאן, מיינע קינדער - אלעס איז פונעם אייבערשטן. די לעבן ווערט גרינג, דער לעבן ווערט זיס.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן, אינעם זכות פון מצוות כיבוד אב ואם זאלט איר האבן נחת פון אייערע דורות, עס זאל זיך ציען ליכטיגע, ערליכע, אידישע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס זענען געטריי דעם אייבערשטן. אויך זאל זיין ביי אייך אין שטוב א פלאץ פון שלום, פון שפירן דעם אייבערשטן.

#3786 - א שאד צו לויפן ארבעטן, קום ענדערש אין ישיבה
בחור, פרנסה, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך פריי זיך אזוי שטארק יעדעס מאל דו קומסט אין ישיבה, עס איז אזוי וויכטיג זאלסט קומען אין ישיבה הערן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן, יעצט אין די יונגע יארן איז א שאד צו לויפן ארבעטן, יעצט קום אין ישיבה. דריי זיך נעבן דעם ראש ישיבה, זיי פון די בחורים וואס זיצן נעבן דעם ראש ישיבה און שלינגען נאך א ווארט און נאך א ווארט. דיין ראש ישיבה האט דיר אסאך וואס צו פארקויפן, ער האט אסאך מקבל געווען פון מוהרא"ש, דיין ראש ישיבה האט דיר זייער ליב, ער ווארט דו זאלסט קומען מער אין ישיבה.


שרייב מיר א בריוו מזמן לזמן, דערצייל מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים.

#3785 - אכטונג געבן צו זיצן צוגעדעקט מיט צניעות
צניעות, ישועות, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר צו גיין אנגעטון גענוג לאנג, ווען מען זיצט זאלן די קניען זיין גוט צוגעדעקט. דאס וועט זיין א זכות פאר ענק, איר וועט זען א ישועה בקרוב.


זייט נישט ברוגז וואס איך שרייב אייך דאס, אסאך מאל כאפט דער מענטש אליינס נישט אז די קניען זענען אויפגעדעקט ביים זיצן, דערפאר שרייב איך אייך דאס.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך און פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליכע אידן. צינדט אן צוויי ליכט פון שמן זית כנגד זכור ושמור, און נאך פיר ליכט כנגד שם הוי', און פאר יעדן קינד לייגט מען צו נאך א ליכט.


מוהרא"ש ברענגט א שיינע מנהג פון צדיקים, אז פרויען זאלן אנטון ביים ליכט צינדן א ווייסע שירצל לכבוד די גרויסע מצוה פון צינדן ליכט.


עס זענען דא יונגע ווייבלעך וואס זאגן עס איז א יאנטשי זאך, ברוך ה' ביי אונז איז שיין און חשוב אלעס וואס צדיקים זאגן.

#3784 - ענדיגן מגיה זיין ספר אשר בנחל אין אידיש
הדפסה, מוהרא"ש, ראש ישיבה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט ענדיגן מגיה זיין ספר אשר בנחל אין אידיש, די אכט הונדערט בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין אידיש.


איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צווישן די פטירה און די קבורה אויפ'ן וועג ווען מען האט געפירט די ארון הקודש קיין ארץ ישראל, איך בין געזיצן אינעם אמבולאנס נעבן דעם ארון און געזאגט: "איך וועל דרוקן די בריוו און דאס פארשפרייטן אין די וועלט".


האסט שוין ארויסגעגעבן צוויי חלקים אזוי שיין מיט מפתחות, לאמיר יעצט צוענדיגן א דריטע חלק און אלע חלקים.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט, דאס איז אונזער תיקון; נאר דאס וועט אונז העלפן בזה ובבא. עס איז טאקע שווער די ארבעט, אבער עס לוינט זיך.


 

#3783 - איבער שניידן פרוכט ביימער דארף מען פרעגן א גרויסער ערליכער רב
תפילה והתבודדות, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די סארט שאלות פון שניידן פרוכט ביימער דארף מען פרעגן א גרויסער ערליכער רב, איך אליינס פרעג אויך די סארט שאלות פון א גרויסן ערליכן רב, ווייל דאס איז א סכנה.


אז איר ווילט ווארטן אביסל קען איך פאר אייך פרעגן מיין טאטע שליט"א. ער איז יעצט אוועק געפארן קיין מירון פאר אפאר וואכן, ביז סליחות; אז איר ווילט ווארטן וועל איך פרעגן פאר אייך.


איר וואוינט דא אין שטעטל, א פלאץ וואס איז ארומגענומען מיט גראז און ביימער. עס איז אזוי פאסיג פאר התבודדות ותפילה, עס איז גאר אנדערש די התבודדות צווישן גראז און ביימער; מען קען זיך בעסער אויסשמועסן און אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקלארן און באקומען קלארע תשובות אין לעבן אויף יעדע זאך.

#3782 - פאר די ביסל האר, לוינט זיך צו ליידן אזויפיל צרות?
שמחה, צרות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, שערן די האר, מוהרא"ש, אידישע שטוב, ראש ישיבה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט בלייבן ווייטער מיט אייער הייליגקייט פון זיך שערן די האר. איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אזויפיל מאל ווי ער האט געקרעכצט און געוויינט, ער האט געזאגט: "א שאד, פאר די ביסל האר האלט מען צוריק די גאולה; א שאד, פאר די ביסל האר איז דא אזויפיל צרות אויף די וועלט, א שאד פאר די ביסל לייזיגע האר זאל מען פארלירן די קינדער".


איך בעט אייך זייער, בלייבט שטארק מיט אייער אידישקייט. איך האב זיך מוסר נפש געווען פאר אייך, פאר אייער שידוך; איך האב באקומען נאר בזיונות און שפיכות דמים, מען רעדט אויף מיר כל דבר אסור כאחד הרקים; איך טו ווייטער, איך וויל אריינברענגען קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער.


יעצט הער איך אז עס הויבט זיך אן א נייע זאך, עס זענען דא פרויען וואס מאכן זיך די נעגל. וויסן זאלט איר, מוהרא"ש האט געזאגט אז מען טאר דאס נישט טון, איך ווייס מעשיות פון יונגע פארפעלקער וואס מוהרא"ש האט זיי חתונה געמאכט און זיך געפארעט מיט זיי, ער האט זיך איינגעטונקען אין בלאטעס ארויס צו שלעפן טייערע אידישע נשמות וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן, "הָאֱמֻנִים עֲלֵי תוֹלָע", טייערע אידישע קינדער, "חִבְּקוּ", האבן ליב באקומען, "אַשְׁפַּתּוֹת", מיסט (איכה ד, ה). מוהרא"ש האט זיך אזוי אראפגעלאזט צו זיי מיט אזא רחמנות, ביז די צוויי זאכן, די האר מיט די נעגל; מוהרא"ש האט געוויינט און זיך געבעטן: "געבט מיר די צוויי זאכן, שערט אייך אפ די האר און שמירט נישט די נעגל; איך זאג אייך צו די וועלט און יענע וועלט".


וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז אריבער שוין צען יאר, די וואס האבן געפאלגט - די האבן הערליכע ליכטיגע משפחות. דא אין שטעטל וואוינען טייערע משפחות וואס האבן געהאט די נסיונות פון האר און שמירן די נעגל, אבער זיי האבן געפאלגט דעם צדיק, זייערע שטובער זענען ליכטיג, און ליידער זענען געווען געציילטע וואס האבן נישט געפאלגט, און עס איז שוין גארנישט געבליבן פון זייערע שטובער.


היינט האב איך געגעבן א שיעור פאר בית פיגא תלמידות, איך האב גערעדט צו זיי פון דעם ענין ביז איך האב געמוזט ענדיגן ווייל עס האט מיר אנגעהויבן דרוקן די הארץ פון דעם וואס איך הער יעצט אז מען וויל זיך שמירן די נעגל און מען וויל בלייבן מיט די האר.


איך האב געעפנט די שטעטל מיט בלוט און שווייס, מיין לעבן געב איך אוועק פאר די שטעטל; מיין ווייב, מיינע קינדער - אלעס האב איך געלייגט אין די זייט צו בויען א ליכטיגע פלאץ, יעצט ווען איך הער אז דא אין די קהילה איז אנגעקומען די צוויי שרעקעדיגע קליפות פון נעגל און האר - ווערט מיר פשוט שלעכט.


איך וויל אייך שטארקן איר זאלט נישט נאכגיין די וואס מאכן זיך די נעגל און די האר, עס וועט אייך גארנישט העלפן. אפשר מיינט איר אז מען ווערט פרייליך, מען ווערט צופרידן; ניין און נאכאמאל ניין! עס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט גארנישט אויס, עס ברענגט נאר מער און מער עצבות און מרה שחורה.


איך בעט אייך זייער, שרייבט מיר צוריק.


 

#3781 - הרג'ע נישט דיינע אייגענע קינדער
חינוך הילדים, טעלעפאן, אינטערנעט, פילטער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ...


נעכטן בין איך געווען אין קעמפ, מחנה בית פיגא, דיין טאכטער איז צו מיר געקומען מיט א געוויין, זי זאגט מיר זי איז זייער דערשראקן ווייל איינע פון די לערערינס האבן געגעבן א שיעור איבער דאס שעדליכקייט פון קוקן מאוויס, קוקן שלעכטע זאכן; אז דאס שטערט פונעם לעבן, שפעטער נאך די חתונה לויפט נאך די עקלדיגע בילדער, עקלדיגע מאוויס; מען קען נישט האבן א נאטירליכע לעבן מיט די מאן.


איך האב איר געפרעגט: "נו, וואס וויינסטו? וואס ביסטו דערשראקן?" איך ווייס אז זי איז א ריינע מיידל, זי קומט פון א ריינע שטוב; זאגט זי מיר: "איך קוק שלעכטע זאכן", פרעג איך איר מיט וואונדער: "וואו?" זאגט זי מיר: "אויף מיין טאטע'ס טעלעפאן..." איך האב געמיינט איך פאל חלשות...


א טאטע מאמע שלאפן זיך רואיג, זיי זענען קלוגער פון אלע רבנים, זיי זענען קלוגער פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס זאגן און וויינען צום דור: "ברענגט נישט אריין קיין נישט כשר'ע טעלעפאן אין שטוב, הרג'עט נישט אייערע קינדער".


איך בין נישט ביי זיך, איך וויין פאר דיינע קינדער, אומשולדיגע שעפעלעך, אומשולדיגע ריינע נשמות (אמאל געווען ריין), ווי זיי פאלן קרבנות צוליב עלטערן וואס האלטן זיך קלוגער, זיי האבן א טעלעפאן אין שטוב אן א פילטער; גיוואלד, וואס איז מיט די לאו פון "לֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ" (דברים כב, ח), זאלסט נישט צוברענגען עס זאל זיך גיסן בלוט ביי דיר אין שטוב!


איך בין געבינדן די הענט, איך קען דיר דעם בריוו נישט שיקן, ווייל דו וועסט אנשרייען דיין טאכטער פארוואס זי האט דערציילט שלעכטס אויף דיר, זי האט מיר געבעטן עס זאל בלייבן א סוד. איך שטעל אריין דעם בריוו אינעם קונטרס עצתו אמונה; דו זאגסט מיר אז דו ליינסט די בריוו יעדע וואך, הגם עס איז אינטערעסאנט צו הערן אז דו ליינסט די בריוו, האסטו שוין זיכער געזען צענדליגער בריוו איבער נישט האבן אין שטוב קיין טעלעפאן, ווי שעדליך דאס איז.


איך האף צום אייבערשטן אז גלייך נאכן ליינען דעם בריוו וועסטו גלייך צעשמעטערן דיינע כלים און ארויפלייגן א פילטער אויף די וואס דו דארפסט האבן, צו ראטעווען דיינע קינדער און אייניקלעך, און אלע דורות זאלן בלייבן ערליכע אידן.

#3780 - טון וואס עס איז ריכטיג צו טון, נישט לויט וואס יענער זאגט
קינדער, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, יענער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער לערערין האט מיר איבערגעגעבן אז איר זענט די איינציגסטע קינד אין קלאס וואס מאכט זיך נישט נאריש ביים עסן מיטאג. נעבעך פאר די קינדער וואס זענען הונגעריג, זיי ווילן עכט עסן מיטאג, נאר זיי האבן נישט די שטארקייט צו גיין קעגן די ווינט; ווען איין מיידל דריידט מיט די נאז און מאכט א געשפעט פון די עסן.


מען זעט אז איר האט ספעציעלע עלטערן וואס לערנען אייך צו טון וואס איז ריכטיג און נישט נאכטאנצן די קינדער וואס לאזן נישט עסן און לאזן נישט האבן פארגענוגן אין סקול.


איך האף איר וועט אריינברענגען א גוטע לופט צווישן די קינדער, זיי זאלן אלע זיך צושטעלן צום סדר פון סקול.

#3779 - ווען איר וויינט ביי די שבת ליכט, זאל דאס זיין מיט שמחה
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


וואויל איז אייך אז איר געבט זיך אזוי אוועק פאר די קינדער פון בית פיגא.


איך בעט אייך זייער, רעדט צו די קינדער פון די שיינקייט פון צניעות, פון די שיינקייט פון זיין א מאמע. די וועלט רוקט זיך לינקס, עס שטורעמט אריין אין אידישע הייזער ווינטן פון אומות העולם; אלע מחנכים און מחנכות שרייען גיוואלד, וואס טוט מען מיט די יוגענט?! די איינציגסטע עצה איז ווייזן פאר די קינדער דאס שיינקייט פון א אידיש לעבן, דאס שיינקייט פון גיין אנגעטון איידל און באשיידן.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די ווערטער וואס רבי נתן האט געבעטן זיין טאכטער צו מתפלל זיין:


"רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, איך מאך ליכטיג מיין שטוב, זאלסטו - אייבערשטער - ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער, זאלסט עפענען זייערע הערצער זיי זאלן אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער און ווערן צוגעקלעבט צו דיר".


ווען איר וויינט ביי די ליכט זאל דאס זיין מיט שמחה, אייערע קינדער זאלן זיך נישט דערשרעקן. איך פלעג זען מיין מאמע גיסן טרערן ביי די ליכט מיט א שמייכל, זי פלעגט שמייכלען ווען עס איז גערינען טרערן. מיר זענען בכלל נישט געווען דערשראקן, מיר האבן א גאנצע וואך געווארט אויף שבת.

#3778 - אנשטאט טראכטן פון די גרויסע חובות, טראכט פונעם גרויסן באשעפער
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, צרות, ישועות, אמונה, התחזקות, פרנסה, חובות, געלט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


פארליר זיך נישט, גיי נישט אריין אין א קטנות הדעת; דו וועסט נישט בלייבן אין די לאך פון חובות, נאך אביסל וועסטו ארויסקריכן דערפון.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; אנשטאט טראכטן טאג און נאכט ווי גרויס זענען די חובות וואס דו האסט - זאלסטו טראכן ווי גרויס דער באשעפער איז; מעגסט שוין טראסטן דעם אייבערשטן, אזויפיל ניסים האסטו שוין געזען אין לעבן, אזויפיל האסטו שוין גע'דאגה'עט און ביים סוף האט זיך אויסגעלאזט פון אלע דאגות - איין גרויסער בוידעם, איז פארוואס זאלסטו ווייטער דאגה'נען? טראכט פונעם אייבערשטן - וועסטו זען ניסים.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג) די אלע וואס טראכטן פון געלט האבן א טונקלקייט אויפ'ן פנים, אן אויסגעלאשנקייט, עצבות ומרה שחורה, אנפין חשוכין.


טראכט פון באשעפער, טראכט פון רבי'ן, פון צדיקים; גיי אביסל שפאצירן מיט דיין ווייב און קינדער, און זינג זיך: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער", וועט שוין אויך זיין שפע.

#3777 - פארוואס זאג איך דיר מער מוסר ווי פאר אנדערע?
חברים, סגולות, מוסר, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


היינט אינדערפרי ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט אנגעהויבן און געענדיגט מסכת תענית - האסטו מיר אזוי מחי' געווען, איך געדענק נישט ווען איך זאל זיך אזוי פרייען; איך פריי זיך צו זען אז דו לערנסט, דו גייסט יעדן טאג לערנען און מסיים זיין מסכת תענית פאר פערציג טעג, ביז ראש השנה - זוכה זיין צו די סגולה פון א חתן ווערן.


טייערער ..., איך זאג דיר אפשר אביסל מער מוסר ווי אנדערע, אבער פארשטיי מיר אז דאס איז וויל איך ליב דיר. פאר מיינע קינדער זאג איך נאכמער מוסר; פאר מיינע קינדער אין ישיבה, און אויך די וואס האבן שוין חתונה געהאט - האב איך געזאגט זייער אסאך מוסר, ווייל איך האב ליב מיינע קינדער, איך וויל דאס בעסטע פאר זיי, און דעריבער זאג איך דיר אויך מוסר, נאר ווייל איך האב דיר ליב; ביז איך זע אז מיינע ווערטער טוען סיי ווי נישט אויף, דעמאלט לאז איך אפ די מוסר, איך מאך צו מיינע אויגן.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר אויפצושטיין דאווענען אין צייט, און צו האבן גוטע חברים, חברים מיט תמימות אן ליצנות; איך וויל נאר דיין גוטס.


 

#3776 - געב אכטונג נישט צו טון קיין מאדנע זאכן
היכל הקודש, גמרא, ראש ישיבה, דאווענען, תפלין, משוגע

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר בעטן א טובה, דו ווייסט דאך אז מען רעדט אויף מיר כל דבר אסור, מען רעדט אויף היכל הקודש דאס ערגסטע; איך פרוביר זייער שטארק אז אונזער בית המדרש זאל זיין א פלאץ אן קיין אינטערעסאנטע זאכן, מוהרא"ש האט מיר דאס געהייסן טון.


למעשה זע איך יעדע וואך ערב שבת ווען מיר שטעלן זיך דאווענען מנחה וקבלת שבת - טוסטו אן תפילין דרבנו תם, דו שטייסט ביים אריינגאנג און אלע וואס קומען דאווענען פארוואונדערן זיך דערויף. מילא די איינוואוינער פון שטעטל, מיר זענען צוגעוואוינט זיך נישט צו מישן אין יענעמ'ס געשעפטן, אבער דו ווייסט דאך, עס קומען געסט, עלטערן פון איינוואוינער, און דאס איז פאר זיי זייער אינטערעסאנט; וויל איך דיר בעטן זאלסט אכטונג געבן.


בכלל וואלט זייער גוט געווען זאלסט אנטון ביידע פאר תפילין אינאיינעם, רש"י און רבנו תם - גייט אינאיינעם, אז עס איז דא צייט פאר רש"י - איז דא צייט פאר תפילין דרבנו תם, און אז נישט - נעם אראפ אפאר מינוט פון תפילין דרש"י און טו אן תפילין דרבנו תם.


עס ווענדט זיך ווי אזוי מען געוואוינט זיך צו. איך געדענק נאך מיין חתונה האב איך אויך געהאט די צעפלויגנקייט, איך פלעג אנטון תפילין דרבנו תם שפעט נאכמיטאג, ביז מיין טאטע שליט"א האט מיר מוסר געזאגט און פארלאנגט איך זאל דאס מער נישט טון.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו באשיצט ווערן פון אלעם שלעכטס.

#3775 - פאר די פרוי איז וויכטיגער ארויסצוגיין באקומען חיזוק ווי פאר'ן מאן
חברים, שלום בית, התחזקות, שאלות, דרשות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די שיעורים פון התחזקות.


דא אין שטעטל איז דא שיעורים פון די מנהלת תחי', חיזוק פאר יונגע ווייבלעך. אויך איז דא שיעורים פון איינע פון די טיטשערס, און אז דיין ווייב וויל גיין, זי וויל די חיזוק - זאלסטו אלעס טון זי זאל קענען קומען. אויך ווען עס איז דא מלוה מלכה'ס וכדומה און דיין ווייב וויל קומען, און דו ווילסט אויך קומען - איז וויכטיגער זי זאל קומען.


דו וועסט שוין באקומען די חיזוק; דו קומסט דאך דריי מאל א טאג אין שול, מען טרעפט אנשי שלומינו, ווי נישט קומט ארויס חיזוק פון דעם, פון יענעם, אויך לופטערט מען זיך אויס, אבער די ווייבער זענען איינגעשפארט אין שטוב, פאר זיי איז וויכטיגער צו קומען הערן חיזוק.


פריי זיך אז דיין ווייב וויל דאס; אוי ווי שרעקעדיג איז די וועלט, אוי ווי ווייטאגליך איז ווען מען הערט אינגעלייט קרעכצן אז די ווייב האט זיך געטראפן נישט גוטע חבר'טעס, זי דארף שוין נישט קיין חיזוק, זי הויבט אן ווערן פארנומען מיט נישט גוטע זאכן, דעמאלט איז אזוי ביטער.


דעריבער טייערער ליבער ברודער, טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים. זאלסט איר נישט דרוקן צו קומען, אז זי וויל נישט קומען - זאלסטו קומען. מען קען זיין א גוטע פרוי אן קומען צו די שיעורים; ביי מיר אין שטוב, מיין ווייב - גייט נישט צו מלוה מלכה'ס, שיעורים וכדומה. נאר וואס דען? אז דיין ווייב וויל, זי חלש'ט צו קומען, זי דארף די חיזוק, עס איז איר נישט גענוג צו הערן אויפ'ן האט-ליין - זאג איך דיר, בלייב אין שטוב, געב אכטונג אויף די קינדער אז זי זאל קומען.


נאך איין זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן; אז מען פרעגט נישט - ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, און זיכער זאלסטו זיך נישט שעמען ווען דיין ווייב שיקט דיך מיט א ליסטע מיט פראגעס צו פרעגן דעם ראש ישיבה צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; פון וועם שעמסטו זיך? פון מיר? ביי מיר איז דאס די שענסטע זאך, וואס האסטו מורא - אז איך ווער נערוועז? איך האב דיר שוין דערציילט, א איד האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי: "איך האב מורא אז איך מאך נערוועז דעם רבי'ן מיט מיינע טויזנטער פראגעס..." האט אים זיין רבי געזאגט: "איך ווער פון דיר נישט נערוועז, איך בין נערוועז פון מיינע תלמידים וואס פרעגן גארנישט, איך ווייס נישט אויב זיי פירן זיך ערליך, מיט הלכות וכו'".


דאס איז ביי מיר אסאך גרינגער, ווען דער מאן פרעגט די פראגעס פאר זיין שטוב, אזוי גייט נישט אוועק אזויפיל צייט, ווייל מען טרעפט זיך סיי ווי אין בית המדרש, דא און דארט; פארוואס זאלסטו זיך שעמען?


דו ווייסט צו וואס מען איז זוכה ווען מען לייגט אלע בושות אין די זייט און מען פרעגט אלעס? קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי, ער פרעגט אים אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אלעס, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין, ער וועט האבן קינדער גרויסע צדיקים, גרעסער פון זיין רבי.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, מיט וואס נישט... דיין ווייב שרייבט זייער שיין פון דיר, דו העלפסט איר, דו רעדסט צו איר שיין. אפילו ווען זי פארלירט זיך - פארלירסטו זיך נישט, דו בלייבסט פרייליך און דו העלפסט איר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, דאס איז א ברסלב'ער חסיד, דער וואס רעדט שיין אין שטוב און איז מכבד די ווייב.


א גוט שבת.

#3774 - הייליגער באשעפער, פארוואס ציט מיר צו נישט גוטע זאכן?
תפילות אויף אידיש, צניעות, תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, שטעטל, שערן די האר, שבת ליכט, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


געבט א קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך, וויפיל דארפט איר אים דאנקען און לויבן. זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און אינצווישן די קאפיטלעך זאלט איר דאנקען און לויבן פאר אלעס וואס דער באשעפער טוט מיט אייך.


אייער מאן נרו יאיר באדאנקט זיך שטענדיג, ער זאגט מיר אלץ יישר כח פאר'ן זיין שדכן ביי ענק, ער איז אזוי צופרידן מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן - אייך פאר א ווייב.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. קודם הויבט אן דאנקען פאר אייער לעבן, אזוי וועט זיך עפענען אייער הארץ, ביז איר וועט זיך קענען גוט אויסבעטן, ווייל ווען א פרוי צינדט אן די שבת ליכט ווערט ארום איר א גרויסע קדושה, די שטוב ווערט זייער הייליג און ליכטיג, עס קומען הייליגע מלאכים און מען קען דעמאלט פועל'ן גרויסע זאכן.


זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, וואס איז מיט מיר געשען? איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך און וואויל, איך וויל אויפשטעלן א ווארעמע ערליכע שטוב, אבער פון די אנדערע זייט ציט מיר נישט גוטע זאכן; באשעפער, וואס טו איך? איך ווער צעריסן, איין רגע וויל איך זיין גוט, א צווייטע רגע וויל איך נארישקייטן, הייליגער באשעפער, געב מיר א ריינע הארץ, געב מיר א ריינע מח מחשבה, הייליגער באשעפער, דו ווייסט דעם אמת וואס איך וויל טאקע, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל טון דיין ווילן".


בעטס אויך פאר שלום בית, בעטס איר זאלט האבן חן ביי אייער מאן, און ער זאל האבן חן ביי אייך; עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.


מרת ... תחי', העלפט מיר אויפבויען די ברסלב'ע שטעטל. איך דארף אז יונגע ווייבלעך אזוי ווי אייך זאלן מיר העלפן בויען, און חס ושלום נישט שטערן; אז די יונגע ווייבלעך זאלן טון די ווילן פון מוהרא"ש, זיך נישט אנשמירן די נעגל מיט נעי"ל פאלי"ש, סיי מיט א קאליר, סיי דורכזיכטיג, און אז מען וועט זיך שערן די האר. ווייל איך האב אזוי מורא פון די צוויי שרעקעדיגע הונט; עס איז דא ביי די שדים, ביי די נישט גוטע - צוויי שרעקעדיגע קליפות, איינס איז נעגל און איינס איז האר, זיי ברענגען קרענק, זיי ברענגען צרות, ארעמקייט; אוי וויי ווי שרעקעדיג זיי זענען. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת קדושים דף עט ע"א; פנחס רמח:) אז די נעגל און האר וואס וואקסט אין די אומריינע טעג דארף מען אפשניידן און אוועקווארפן, ווייל עס ליגט אויף זיי א שטארקע טומאה, סיי פון די הענט און סיי פון די פיס.


איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי זאלן נישט וועלן נאכטון די אומות העולם.


דער אייבערשטער זאל אויף מיר אויך רחמנות האבן, איך בין אזוי צעבראכן, איך האב שוין נישט קיין כח, איך ארבעט אזוי שווער בכלליות, ובפרטיות מיט די שטעטל; קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער מיט'ן בויען דעם שטעטל, נאר כדי עס זאל זיין א פלאץ פון קדושה וטהרה, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, און ווען איך הער אז עס זענען דא משפחות וואס גייען נישט אויף די וועג פון מוהרא"ש - גייט מיר דאס ביזן הארץ, נעכטן האט מיר אזוי געדרוקט ביים הארץ ווען צוויי משפחות ווילן זיך צוריק לאזן וואקסן די האר.


איך בעט אייך זייער, בעטס פאר מיר; איך האף צום אייבערשטן איר וועט זיין שטארק.


 


 

#3773 - דארפסט נאכנישט דערציילן אז דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה
מחלוקת, שלום, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נאך גארנישט פאר קיינעם, אז דו האסט געקויפט א טיקעט; וואס דארפסטו מאכן מחלוקת? ווען עס וועט קומען נענטער צו ראש השנה וועסטו דעמאלט זען וואס צו טון.


שטארק זיך, ווער נישט פארלוירן; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, וועסט געהאלפן ווערן בקרוב.

#3772 - נעם נישט קיין צד אין מחלוקת, נישט לכאן און נישט לכאן
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער מיט דיין ווייב צו אירע עלטערן, רעדט מיט זיי, דערציילט זיי שיינע זאכן פון אייערע קינדער; דאס איז וואס עלטערן דארפן און ווילן, איין זאך - נחת פון די קינדער און אייניקלעך.


דו קענסט זיך נישט און דו זאלסט זיך נישט אריינמישן ביי דיין שוואגער און שוועגערין; מען קען נישט פארטרייבן טונקלקייט, מען קען אבער יא ליכטיג מאכן; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיין שווער און שוויגער, זיי האבן אפגעהאקט וכו' - זאלסטו פון היינט אן מער רעדן צו זיי.


שטיי ווייט פון מחלוקת, נעם נישט קיין שום צד, נישט לכאן און נישט לכאן, מחלוקת איז א סכנה; אך און וויי ווער עס נעמט א טייל אין מחלוקת.

#3771 - איך בלייב א געטרייער איד
קינדער, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער, אין האבן א חלק פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט, א איד האט געפרעגט דעם באבובער רב הרב הקדוש רבי בנציון בן הרב הקדוש רבי שלמה זכותו יגן עלינו פארוואס מען זעט נישט היינטיגע טעג אזעלכע מופתים ווי למשל פוקד זיין עקרות, אזוי ווי עס איז געווען ביי פריערדיגע צדיקים; האט אים דער באבובער רב געענטפערט: "גלייב מיר, צוריק ברענגען א איד צום אייבערשטן איז א גרעסערער מופת ווי צו געבן קינדער פאר אן עקרה", כידוע פלעגט דער גרויסער צדיק השם ינקום דמו - טון אזויפיל פאר בחורים; ער האט אויפגעשטעלט ישיבות, ער האט אזויפיל געטון פאר אידישע קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר עצתו אמונה פאר קינדער:


די מלחמה האט זיך געענדיגט, די דייטשע רשעים ימח שמם וזכרם האבן אויסגע'הרג'עט אזויפיל אידן, איבער זעקס מיליאן אידן האבן זיי גע'הרג'עט מיט די גרעסטע אכזריות; אידן זענען געווען זייער צעבראכן, מען האט אויסגע'הרג'עט אזויפיל צדיקים, אזויפיל ערליכע אידן; מען האט געזוכט א צדיק וואס קען טיילן ברכות און ברענגען ישועות.


נאכן קריג איז דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו געקומען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט גלייך מחליט געווען אז ער מוז קומען קיין אמעריקע אויפבויען אידישקייט; ווען די אידן אין ארץ ישראל האבן דאס געהערט האט זיי דאס זייער וויי געטון, זיי וועלן נישט האבן קיין צדיק צו נעמען ברכות און מקבל זיין ישועות.


מען האט געפרעגט דעם רבין זכותו יגן עלינו: "רבי, וואס וועלן מיר טון דא אליינס? פון וועם זאלן מיר בעטן א ברכה? ווער וועט קענען פועל'ן א ישועה?"


דער רבי זאגט זיי: "ווען איר וועט זען א איד אין שול ציט ארויף זיין ארבל אנצוטון די תפילין און ער האט א נומער איינגעקריצט פון די דייטשע רשעים ימח שמם - דער איד קען געבן ברכות; א איד וואס איז געווען אין לאגער, מען האט אים געפייניגט מיט שרעקליכע פיין, און ער קומט נאכאלץ אין שול אנטון תפילין, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט נישט קיין טענות אויפ'ן רבונו של עולם, ער גלייבט ווייטער באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט נאר מיט צדק ומשפט, חסד און רחמים - דער איד איז ראוי צו געבן ברכות".


טייערע קינדער, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאס אידישע פאלק, ווי געטריי זיי זענען צום באשעפער, נאכן פייניגן, נאכן הרג'ענען מיט אלע מיתות משונות. אלע פעלקער אינאיינעם זוכן צו הרג'ענען דעם איד, דאך בלייבט דער איד געטריי צום באשעפער, ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, דער איז א צדיק; דער קען געבן ברכות.


טייערער ..., מאך א בילד פון לאגער; די באקאנטע טויער וואס שטייט דערויף די ווערטער: "ארבעט מאכט פריי", אינעווייניג א איד מיט געלע שטרייכן ארויפגעצויגן איין האנט, ער ווייזט מיט'ן פינגער אויף א נומער איינגעקריצט אין זיין האנט, און א בילד ווי סאטמער רבי זכותו יגן עלינו שטייט אין דער זייט און ווייזט אויף דעם איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3770 - הלוואי זאל ער האבן א מורה דרך וועמען צו פרעגן און פאלגן
ישיבה, ראש ישיבה, מורה דרך, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ביים שבת טיש זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער פון גרויס ביז קליין - פון אמונת חכמים. א איד קען מען נאר זיין אויב מען האט א מורה דרך, א וועג ווייזער אן ערליכער איד וועם מען פרעגט יעדע זאך וואס צו טון.


זאג זיי די ווערטער: "מיין מורה דרך, מיין וועג ווייזער - איז דער ראש ישיבה; איך פרעג אים יעדע זאך. ענק דארפן נישט דוקא נעמען דעם ראש ישיבה פאר ענקער וועג ווייזער, אבער דאס מוזן ענק יא טון, ענק מוזן האבן א מורה דרך, ענק מוזן זיין באהאפטן צו אן ערליכער איד און אים אלעס פרעגן, און אים נאכגיין, צי איך פארשטיי יא אדער נישט".


איך שרייב דיר דאס ווייל איך שפיר אז דיין זון ... נרו יאיר האט נישט קיין וועג ווייזער. ער דריידט זיך דא אין שטעטל, ער דאווענט דא, ער טוט אלעס דא, עס קען אפשר זיך דאכטן ווי ער האט א וועג ווייזער, אבער מיר פרעגט ער נישט גארנישט וואס צו טון.


פארשטיי גוט וואס איך וויל, איך וויל ער זאל זיין אן ערליכער איד און אויפשטעלן א ערליכע שטוב. נישט דוקא ער זאל קומען צו מיר.


הער א מעשה, דא אין ישיבה האט געלערנט ..., איך האב זיך אזוי געפארעט מיט אים, "כַּאֲשֶׁר יִשָּׂא הָאֹמֵן אֶת הַיֹּנֵק" (במדבר יא, יב), איך האב געמאכט א שידוך, אים חתונה געמאכט און פרובירט אים צו העלפן האבן שלום בית.


ויהי היום, זיין ווייב וויינט צו מיר אז ער פירט זיך נישט אויף צו איר ווי א איד דארף זיך צו פירן (שיין גערעדט), האב איך אים גערופן און גערעדט צו אים זייער שארף, איך האב אים געזאגט: "דו וועסט פארלירן דיין ווייב!" "אזוי פירסטו זיך אויף וכו'?!" בקיצור, ער האט זיך באליידיגט און מער נישט געקומען, ער האט זיך אנגעהויבן דרייען ביי ...


קומען צו מיר די בחורים דערציילן: "דער ראש ישיבה האט געהערט? ער דרייט זיך היינט ביי ...", די בחורים האבן געוואלט הערן וואס איך וועל רעאגירן. זאג איך זיי: "הלוואי, איך בעט דעם באשעפער אז מיין ארבעט זאל נישט גיין לריק; הלוואי זאל ער זיך מדבק זיין ביי ..., הלוואי זאל ער אים פרעגן אלעס און אים פאלגן, ער פירט א הערליכע טיש , ער רעדט נאר וואס מוהרא"ש האט גערעדט, נאר וואס דען, איך זאג דיר עבדא בהפקירא ניחא ליה, ער דריידט זיך דארט, אבער ער פרעגט נישט און פאלגט נישט".


וכך הי' המעשה, אביסל שפעטער איז ארויסגעקומען די מעשה, ער האט זיך נעבעך גע'געט, צעבראכן זיין שטוב. פאר מיר איז דאס געווען א שטעך אין הארץ; אזויפיל ארבעט האב איך אריינגעלייגט און אלעס איז צעפאלן.


איך האב רחמנות אויף דיר און אויף דיינע קינדער, זאלסטו דאס אריינלייגן אין זיי, נאר דאס; אנשטאט זיי געבן מוסר "פארוואס טוסטו אזוי?" "פארוואס מאכסטו אזוי?" זאלסטו זיך קאנצעטרירן אויף איין זאך, זאגט די ווערטער: "פרעג דיין מורה דרך", "א איד דארף האבן א מורה דרך"; מיין מורה דרך איז דער און דער, דאס מיינט נישט אז דער דאקטער איז פאר דיר א דאקטער, אבער א דאקטער דארפסטו האבן, א דאקטער מוז מען האבן.


אפילו דיינע חתונה געהאטע קינדער, זין און טעכטער, זאלסטו זיי אלץ זאגן און שטארקן און פרעגן: "האסט א מורה דרך?" "האסט אים געפרעגט אויב דו זאלסט דאס און דאס טון?" "האסט זיך דורכגעשמועסט אויב דו זאלסט זיך אזוי און אזוי אנטון?"


געב א קוק ווי די וועלט גייט, ווי אזוי מענטשן פירן זיך, עס איז אזוי שרעקעדיג, עס איז אזוי ווי א שיף וואס פארט אוועק פונעם ריכטיגן וועג, און נאר דער וואס איז צוגעקלעבט צו א צדיק - דער בלייבט אויפ'ן ריכטיגן וועג.


אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו; מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט, מיר זאלן מחזק זיין און מחנך זיין די קינדער צו זיין דבוק אין ערליכע אידן.


 

#3769 - טו די סגולות פון הייליגן רבי'ן צו טרעפן דיין שידוך
שמחה, בחור, שידוכים, התחזקות, סגולות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט באזארגט, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך; א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, א שידוך האט נישט מיט קיין מענטשן; אז מען טראגט דיר גארנישט אן, עס רוקט זיך גארנישט - זאלסטו נישט ווערן פון דעם צעבראכן; דו טו ווייטער דיין עבודות השם, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר שוין שיקן דיין זיווג.


טו די סגולות פון הייליגן רבי'ן צו טרעפן דיין שידוך, קוק אין ספר המידות אות חיתון; דער רבי האט גרינגע סגולות זוכה זיין צו טרעפן א שידוך.


העיקר זאלסטו זיין פרייליך, זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער וויל נאר אריינברענגען א ייאוש, א פארלוירנקייט און אראפווארפן דעם מענטש אין שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3768 - דו שפירסט נישט ווי דער אייבערשטער הערט דיר אויס
תפילה והתבודדות, התחזקות, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הויב אן א שיעור אין גמרא, גיי ש"ס כסדרן; אביסל יעדן טאג.


אויף דיין צווייטע קשיא, אז דו שפירסט נישט ווי דער אייבערשטער הערט דיר אויס; אזוי האבן אלע צדיקים געשפירט אין אנהויב, דער הייליגער רבי האט אויך אזוי געשפירט אין אנהויב און ער האט דאס דורכגעבראכן (שבחי הר"ן, סימן יב). ווייל באמת הערט דער אייבערשטער אויס יעדע ווארט פון יעדן איד, אזוי ווי מיר מאכן די ברכה: "כי אתה שומע תפילות כל פה עמך ישראל ברחמים".


שטארק זיך, לאז נישט אפ די הייליגע עבודה.