בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3842 - וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד"
הכרת הטוב, זיכוי הרבים, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.


די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה" - האבן א חלק אין אלעס גוטס צו וואס אידישע קינדער ווערן נתעורר דורך די ספרים, קונטרסים וכו' וכו'.


וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם נייעם בנין אין שטעטל, דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו שפע, ברכה והצלחה, און שטענדיג בלייבן מיט'ן געפיל צו העלפן דעם רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3841 - וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם נייעם בנין בית הדפוס
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.


די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה" - האבן א חלק אין אלעס גוטס צו וואס אידישע קינדער ווערן נתעורר דורך די ספרים, קונטרסים וכו' וכו'.


וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם נייעם בנין אין שטעטל, דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו שפע, ברכה והצלחה, און שטענדיג בלייבן מיט'ן געפיל צו העלפן דעם רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3840 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה"
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דעם ספר געב איך דיר א מתנה אלס "הכרת הטוב" פאר'ן העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה", צו קענען דרוקן און פארפלייצן די ספרים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט.


דו האסט מנדב געווען דעם 'שער הבנין' פון קרן הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בני, חיי ומזוני רוויחא, און דו זאלסט בלייבן מיט'ן געפיל צום רבי'ן, זאלסט בלייבן א גאנץ לעבן צוגעבינדן צו די תורה און צו די אמונה.

#3839 - די וועכנטליכע שיעורים דארפן זיין מיט אחריות
דרך ארץ, נחת, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי גוט צו הערן שיינע גרוסן, סיי פון די קינדער און פון די איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט אזא דרך ארץ, און פון אייער מאן. די שיינע גרוסן געבט כח ווייטער עוסק צו זיין מיט אינגעלייט און בחורים, זיי אויסלערנען די שיינע לימודים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


בנוגע די פרויען צאמקום וכו'; אדרבה ואדרבה, אז איר ווילט זיין פאראנטווארטליך אויף דעם - קען מען דאס מאכן. בכלל טראכטן מיר פון צעטיילן די צאמקום אויף קליינע גרופעס ביז פינף און צוואנציג פרויען א גרופע, דאס הייסט, מען וועט זיך צאמקומען אין אלע געגנטער פון שטעטל איין מאל א וואך, און יעדן ערב ראש חודש וועט מען מאכן איין גרויסע צאמקום.


אויב מען וויל באקומען די וועכנטליכע שיעורים, קען דאס נאר זיין אויב עס איז דא איינער וואס איז גרייט צו שטיין בראש, זיין אחריות'דיג סיי מיט'ן אנגרייטן, סיי זען עס זאל זיין דרך ארץ'דיג; עס זאל זיין שטיל. סיי מיט'ן האלטן פריוואט די שיעורים, און וויסן וועם מכבד זיין צו רעדן; נאר די פרויען וואס נעמען זייער שכל פון רבי'ן דורך אשר בנחל וכו'.


שרייבט מיר אויב איר זענט גרייט אויף דעם.

#3838 - אלעס גייט אריבער, אויף יענע וועלט וועסטו זיצן אין רבינ'ס היכל
זיכוי הרבים, הדפסה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיינע זכותים, דו האסט אויפגעשטעלט דעם הערליכן "בית הדפוס" וואו עס ווערן געדרוקט צענדליגער און הונדערטער טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות וכו'.


אשריך ואשרי חלקיך, דו גייסט טאקע אריבער וואס דו גייסט אריבער וכו', אבער דאס אלעס גייט דאך אריבער; אויף יענע וועלט וועסטו זיצן אין היכל רבינו פאר'ן זיך אזוי מוסר נפש זיין אלע דיינע יארן פאר הדפסה והפצה.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#3837 - מוהרא"ש האט נחת פון דיר מיט דעם וואס דו העלפסט די בית הדפוס
הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו האסט די שכל און די זכי' צו העלפן דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אזויפיל אידן האבן כח אנצוגיין אין לעבן; די ספרים, קונטרסים און גליונות געבט זיי כח און חיזוק פאר עבודת השם.


איך געדענק די ליבשאפט וואס מוהרא"ש האט דיר געוויזן אלע יארן ווען דו האסט געדרוקט די ספרים; יעצט האט מוהרא"ש ווייטער נחת פון דיר מיט דעם וואס דו העלפסט די בית הדפוס, האסט מנדב געווען די חדר הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנצע לעבן קענען בלייבן שמשים פאר'ן רבי'ן און אויך אויף יענע וועלט.

#3836 - די גרויסע זכות מיט'ן העלפן בויען דעם נייעם בית הדפוס
זיכוי הרבים, הדפסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות דיינע מיט'ן העלפן בויען דעם נייעם בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי, האסט מנדב געווען דעם שער הבנין; דאס וועט עפענען פאר דיר דעם שער גן עדן אויבן אין הימל, די אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים, קונטרסים און גליונות - האבן א חלק אין די גאולה.


איך האב זוכה געווען צו זיין אינעם חדר הדפסה אין ישיבה אין וויליאמסבורג ווען מוהרא"ש איז עס געקומען קוקן דאס ערשטע מאל אינאיינעם מיט די רעבעצין עליה השלום, די שמייכל וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געהאט אויפ'ן פנים - דאס קען איך נישט פארגעסן, און וואס מוהרא"ש האט זיך אנגערופן: "אָה וואלט זיך רבי נתן מחי' געווען מיט אזא חדר הדפסה..."


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן געטריי דעם רבי'ן אונזער גאנצע לעבן.

#3835 - גיי דאווענען מיט מנין, וועסטו האבן א ברכה אין דיין געלט
חברים, התחזקות, פרנסה, היכל הקודש, לימוד התורה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר טאמס ריווער, ניו דזשערסי


איך האב זייער הנאה געהאט אז דו ביסט געקומען אויף א שבת אין שטעטל, איך בין זיכער אז דו האסט אויך הנאה געהאט, דו האסט זיך אויך אויפגעפרישט.


עס איז זייער וויכטיג צו זיין צווישן אנשי שלומינו, אזוי באקומט מען א פרישקייט צו דינען דעם אייבערשטן, צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אביסל חומש יעדן טאג, משניות וגמרא; אויך באקומט מען חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן און צו היטן תורה ומצוות.


זיי שטארק מיט שחרית, מנחה מעריב - צו דאווענען דוקא מיט מנין. זוך אויף א בית המדרש נעבן דיין שטוב און גיי דאווענען מיט מנין, אזוי וועסטו האבן שפע, דו וועסט האבן א ברכה אין דיין געלט. מען קען אמאל פארדינען געלט, אבער עס איז נישטא קיין ברכה אין דעם, עס בלייבט גארנישט פונעם גאנצן ריווח, נאר אז מען פירט זיך מיט די תורה, מען גייט אין שול דאווענען יעדן טאג דריי מאל - איז דא א ברכה אין די געלט.

#3834 - רעדן שמוציג שטופט אוועק די שידוך
תפילה והתבודדות, חברים, בחור, שידוכים, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, אז דו הערסט א בחור רעדן ניבול פה - זאלסטו אים פארמאכן זיין פיסק, האב נישט מורא פון קיינעם.


נעם נישט קיין בחורים ביי דיר אין קאר וואס רעדן ניבול פה. דו ווילסט דאך א חתן ווערן, זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן קיין ניבול פה און נישט צוהערן ניבול פה, ווייל דאס רעדן שמוציג שטופט אוועק די שידוך, און אפילו דו וועסט זען אז א שידוך ווערט - וועט דאס פלאצן פריער אדער שפעטער.


דו זעסט דאך ווי עס האט אנגעהויבן גיין שידוכים, יעדע פאר טעג איז דא נאך א שידוך, דו ווילסט דאך שוין אויך דיין שידוך - זאלסטו אכטונג געבן זיך צו היטן פון חברים לצים און מנוולים.


גיי אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, בעט אים פאר א שידוך, בעט אים פאר גוטע חברים, בעט אים צו בלייבן פארבינדן ביים רבי'ן אין זאק.

#3833 - איך בין נתפעל ווי דו געבסט אכטונג מ'זאל נישט רעדן ניבול פה
מוסדות, ישיבה, נחת, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין קאנטרי "אילן החיים", מיר האבן געהאט א שיינע שפאציר מיט די בחורים.


אויפ'ן וועג האט מען מיר דערציילט צוויי שיינע מעשיות פון דיר, איך האב געהאט אזא נחת צו הערן די שיינע מעשיות.


איינס, אז עס איז אנגעקומען א דעליווערי צום תלמוד תורה, פון ברויט, און די טראק האט זיך צעבראכן. דער דרייווער, א איד מיט א ווייסע בארד האט זיך פארלוירן און געשריגן א מיאוס'ע ווארט, דו האסט אים געפרעגט: "אזוי רעדט א איד?!" דער דרייווער האט נאך אזוינס נישט געהאט, א אינגערמאן וואס איז אנגעטון מיט א שווארצע ארבעטס העמד, זאל אים פארהאלטן אויף ניבול פה...


די צווייטע מעשה, א בחור איז געקומען צום מנהל נרו יאיר דערציילן אז דער קעכער האט אים געשלאגן און ארויסגעווארפן פון קאך, דער מנהל זאגט אים: "דאס קען נישט זיין, אונזער קעכער שלאגט נישט, אונזער קעכער איז פון די איידלסטע תלמידי הישיבה"; ביז דער בחור האט דערציילט אז ער האט גערעדט שמוציג, ער האט גערעדט ניבול פה - האסטו אים ארויסגעווארפן.


איך בין אזוי צעבראכן אז עס איז דא אין ישיבה אפאר בחורים וואס רעדן ניבול פה; וויפיל איך רעד ביי די שיעורים פון דאס הארבקייט, די סכנה דערפון - קען איך דאס נישט פועל'ן. דו זאלסט זיין פעלזן פעסט, נישט לאזן ביי דיר אין קאך בחורים אן יראת שמים.


שרייב מיר א בריוו, וועסטו מיר מחי' זיין.

#3832 - גיין אין תפיסה מחזק זיין אידישע איינגעשפארטע
התחזקות, הפצה, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו רעדן צו האברך ... נרו יאיר ער זאל אריינשטעלן א מודעה פאר ווער עס וויל טון די חסד, גיין אין תפיסה מחזק זיין אידישע איינגעשפארטע; לייג א מודעה אז ווער עס וויל טון די חסד זאל זיך מעלדן צו דיר.


איך האב זייער הנאה פון דיר, געזאגט און געטון; איך זאג דיר איין ווארט און דו טוסט למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3831 - יישר כח פאר די בילדער ווי מען לערנט אין שול אין ירושלים
בית המדרש, נחת, ירושלים, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר'ן מיר שיקן בילדער ווי מען לערנט אין שול אין ירושלים.


ברענג מיר נאך בילדער פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, ווי מען קומט זיך צוזאם און ווי מען לערנט, בפרט פון אונזער שול אין ירושלים - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3830 - וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן קיין אומאן מיט שמחה
אומאן, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יישר כח פאר'ן מיר שרייבן נאך יעדע צאמקום אלע נעמען פון די באטייליגטע.


בנוגע ווי אזוי מודיע צו זיין; די בעסטע זאך איז צו מאכן צוויי אפטיילונגען, איינס אויף אידיש און נאך איינס אויף לשון הקודש פאר די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש, אזוי וועלן אלע וויסן וואס מען איז מודיע. אזוי טוען מיר אין אמעריקע, מיר האבן א טעלעפאן וואו מען מעלדט אלעס אין אידיש, און באזונדערע קנעפלעך אויף אנדערע שפראכן.


וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן קיין אומאן מיט שמחה, ער וועט אהיים ברענגען אסאך גוטע מתנות פון רבי'ן פאר די גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3829 - מיין מאן דער בטלן אדער מיין מאן דער געלונגענער
קאמפלימענטס, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך הער אלע טענות וואס איר האט אויף אייער מאן און איך געב אייך גערעכט; איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, איך וועל אים זאגן ער זאל גיין נעמען אן ארבעט און ברענגען געלט איר זאלט נישט צאמפאלן פון אלע חובות.


אבער כדי איך זאל מצליח זיין מיט אים, אז ער זאל קענען אויפשטיין צייטליך און אהיים ברענגען פרנסה - דארפט איר מיר העלפן. איר שרייבט אינעם בריוו: "מיין מאן דער בטלן", איבער צען מאל באטיטלט איר אים מיט דעם נאמען; "מיין מאן דער בטלן שטייט אויף שפעט", "מיין מאן דער בטלן ברענגט נישט קיין פרנסה", "מיין מאן דער בטלן האט חובות, נאך פון אלס בחור"; אז איר וועט אים רופן מיט'ן צונאמען "בטלן" - וועט ער בלייבן א בטלן אדער ווערן א בטלן, עס איז נישט שייך א מענטש זאל זיך צאמנעמען אויפשטיין אינדערפרי, גיין ברענגען פרנסה - ווען זיין ווייב שענדט אים און שינדט אים די הויט מיט'ן אים רופן מיט'ן צונאמען: "מיין מאן דער בטלן".


דעריבער בעט איך אייך, איך וועל אים שרייבן א בריוו ער זאל אויפשטיין צייטליך און גיין ברענגען פרנסה, אבער איך זאג אייך קלאר פון פאראויס אז דאס וועט נאר ארבעטן אויב איר וועט קוקן אויף אים גוט, איר וועט אים שעצן און אים אנהויבן רופן מיט א נייעם נאמען, צום ביישפיל: "מיין מאן דער געלונגענער", "מיין מאן דער קלוגער", "מיין מאן דער צדיק", "מיין מאן מיין לעבן"; נאר אזוי וועט ער זיך קענען צאמנעמען, אויפשטיין צייטליך און אהיים ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3828 - זיכער מאכן אז די קהלה גייט ארויס שטימען
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, וואלן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אפשר קענט איר העלפן אונזער קהילה, יעצט איז די צייט וואס מען וועלט וכו' און איז די קהילה וועט גיין שטימען קענען מיר האבן טובות פון זיי, און אז דאס זאל צושטאנד קומען דארף זיין איינער וואס שטייט אויף דעם. רופט יעדן איינעם, זיצט מיט א חשבון אויף יעדע משפחה, אזוי שטעלן זיי זיך צו און מיר וועלן קענען ווייטער בויען די ברסלב'ער שטעטל.


ביטע זאגט מיר נישט אפ, ביטע מאכט א גרופע פרויען וואס זאלן אייך העלפן; סיי מיט רופן יעדן איינעם, סיי מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס.


יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן מיט'ן ציל צו העלפן פארשפרייטן דעם רבי'ן איז א גרויסע טובה פאר'ן נפש, רוח ונשמה, און דאס בלייבט אויף אייביג.


לאזט מיר וויסן יא אדער ניין, ווייל היינט הויבט זיך אן די שטימען.

#3827 - דער גבאי דארף אכטונג געבן מען זאל נישט שמועסן אין שול
מקוה, דרך ארץ, שבת קודש, בית המדרש, הלכה, דאווענען, שלש סעודות, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה


איך וויל דיר מחזק זיין און אויך די אנדערע גבאים, איר זאלט אכטונג געבן אויף כבוד בית המדרש, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, מען זאל זיך אויפפירן מיט דרך ארץ.


נעכטן האב איך געהערט אז ביי ענק אין שול איז דא א גרופע וואס שמועסן און לאכן אויפ'ן קול ביים דאווענען; איך קען נישט פארשטיין פארוואס די גבאים לאזן דאס צו, אז מען איז גבאי דארף מען האבן די אחריות פון כבוד בית המדרש, מען זאל נישט שמועסן, מען זאל נישט שטערן די מתפללים.


נאך א זאך וויל איך דיר בעטן, איך הער אז ביי ענק איז אפן די מקוה שבת נאכמיטאג, און בשעת מנחה ושלש סעודות זיצט מען אין מקוה, מען ווייקט זיך, מען שמועסט; איך פארשטיי נישט וואס דו דארפסט מאכן נייע זאכן, קודם כל, זיך ווייקן שבת אין מקוה איז אסור, צווייטנס, אפילו אינדערוואכן איז דאס נישט גוט, מקוה איז נישט געמאכט צו שמועסן.


פארוואס געבסטו נישט אכטונג עס זאל זיין ביי ענק ביי שלש סעודות א צייט פון תשובה, א צייט פון זיך מחזק זיין? שלש סעודות איז רעוא דרעוין, רצון שברצונות, א צייט וואס אידישע קינדער זיצן אינאיינעם, מען זינגט זמירות, מען בענקט צום אייבערשטן, מען איז זיך מקבל גוטע קבלות אויף די קומענדיגע וואך.


אדער נעמסטו די גבאות אין די הענט אריין, אדער געב איך דאס איבער פאר א צווייטן.

#3826 - רוף ארויס די שמועסערס אינדרויסן פון שול
ישועות, דרך ארץ, בית המדרש, חובות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט שמועסן ביים דאווענען, איך הער אז ביי ענק אין שול אין עצתו אמונה איז דא א גרופע שמועסערס, מען רעדט אויפ'ן קול און מען לאכט ביים דאווענען.


דו דארפסט דאך א נס ארויסצוגיין פון דיינע חובות; אז דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען - וועסטו ארויסגיין פון דיינע חובות.


אויב דו האסט א שווערע נסיון מיט רעדן, דו האסט עפעס גאר א וויכטיגע וויץ צו זאגן - זאלסטו ארויסרופן די וואס שמועסן און לאכן אינדרויסן פון שול און דארט דערציילן די וויכטיגע זאכן, אבער נישט אין שול; שטער נישט די מתפללים פון דאווענען.

#3825 - האלט זיך ווייטער מיט אנשי שלומינו, עס וועט דיר גוט זיין
חברים, שידוכים, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פארשטיי אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך; דו האסט געמיינט שוין לאנג צוריק אז דו וועסט חתונה האבן און עס נעמט שוין אזוי לאנג, דיין צער און ווייטאג איז אזוי גרויס, דו שפירסט זיך אזוי אליין, דו שפירסט זיך ווי א דורכפאל, דו טראכסט 'קיינער דארף מיך סיי ווי נישט וכו' וכו''.


בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, האלט זיך ווייטער מיט אנשי שלומינו, קום אין ישיבה, איך האב דיר אזוי ליב. איך פלעג זיך זייער מחי' זיין ווען דו ביסט געקומען, לעצטנס קומסטו מער נישט, איך פארשטיי דיך פארוואס דו קומסט נישט, דו ביסט צעבראכן, דו טראכסט 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; עס איז נישט אמת, פון דיר וועט יא זיין, און דער אייבערשטער דארף דיך יא, און איך גלייב אז דו האסט אויך א שידוך, דארפסט זיך נאר דערהאלטן און נישט זיך נאכלאזן.


שרייב מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים; וועסטו מיר מחי' זיין.

#3824 - ווען וועט דער מענטש זאגן "טאטע"?
תפילה והתבודדות, התחדשות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


דער אייבערשטער שטייט און ווארט 'ווען וועט דער מענטש רעדן צו מיר? ווען וועט ער זאגן "טאטע"?' אזוי ווי א טאטע ווארט זיינע קינדער זאלן רעדן צו אים; עס ווערט א רעש אין הימל ווען א מענטש עפנט די מויל און זאגט א ווארט, "טאטע העלף מיר", "טאטע איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר", "טאטע איך הויב אן פון יעצט, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין זיין גוט".


טייערער ברודער, באניי זיך מיט לערנען יעדן טאג חומש, משניות און גמרא. מען קען נאר לעבן אויב מען לערנט תורה, דער וואס עפנט יעדן טאג די הייליגע גמרא - דער לעבט א חיים טובים, מען איז צוגעקלעבט צום אייבערשטן. אפילו אן פארשטיין זאלסטו לערנען, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) מען דארף לערנען אפילו מען פארשטייט נישט.

#3823 - נישט רעדן פון אנהויב דאווענען ביז'ן סוף, וועסטו האבן א ישועה
ישועות, סגולות, בית המדרש, דאווענען, גבאי, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די מתפללים אין בית המדרש עצתו אמונה רעדן זיך אפ אז מען קען נישט דאווענען, דו שטערסט דאס דאווענען, דו שמועסט און לאכסט אויפ'ן קול מיט קלות ראש.


איך בין גרייט צו מאכן מיט דיר א געשעפט, דו דארפסט דאך א גרויסע ישועה; אויב דו ביסט מקבל אויף זיך נישט צו רעדן פון אנהויב דאווענען ביזן סוף - וועסטו האבן א ישועה, און אויב חס ושלום דו וועסט ווייטער זיך אויפפירן מיט קלות ראש אין בית המדרש - וועל איך זאגן די גבאים זאלן דיר ארויסטרייבן.


די אלע וואס שטערן דאס דאווענען - וואלט ענדערש געווען זיי זאלן בלייבן אין שטוב, נישט קומען.


איך האב היינט אינדערפרי פארגעהאלטן די גבאים פאר'ן גארנישט טון און פאר'ן מיר גארנישט זאגן. איך האב זיי געזאגט: "סתם צו האבן דעם טיטל 'גבאי' און לאזן שמועסן, לאכן וכו' - דאס איז נישט גבאים", איך האב זיי געזאגט, אויב דו וועסט ווייטער שמועסן און לאכן ביים דאווענען, זאלן זיי דיר אנכאפן ביים קארג און ארויסטראגן פון שול.


אז דו וועסט אויפהערן פארשעמען דעם אייבערשטנ'ס הויז - וועסטו האבן א גרויסע נס, און אז נישט - ציטער איך וואס וועט זיין.

#3822 - שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט צו מתרגם זיין די בריוו
זיכוי הרבים, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט אייך מיט אייערע הייליגע ארבעט, מיט'ן מתרגם זיין די בריוו.


אזויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו, עס געבט זיי כח צו אנגיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת ביי אייערע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3821 - זיך אפשיידן פון די ערב רב וואס האבן אויסגעריסן די אידישע נעמען
נאמען, ערב רב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם אנהויבן צו רופן דאס קינד מיט איר צווייטע נאמען, אדרבה, עס איז בעסער צו רופן מיט די אידישע נאמען; וואס מער זיך אפשיידן פון די ערב רב וואס האבן אויסגעריסן אלע אידישע נעמען און דאס געטוישט אויף העברעאיש, ביי אונז איז א שטאלץ די אידישע שפראך.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3820 - ענדערש זיי א מלמד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זיי א מלמד, אזוי וועסטו קענען אריינלייגן אין די קינדער די ריינע אמונה, דו וועסט זיי אויסלערנען די פינפטע אני מאמין, "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל", נאר צום אייבערשטן דארף מען זיך ווענדן בעת צרה, נישטא עפעס אנדערש צו טון; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן, רעדן צו אים, "וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", נישט בעטן אנדערע.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהאט א מלמד א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט אריינלייגן אין די קינדער זייער שטארקע אמונה. די חדר איז געווען אין א שול, און ווען א קינד האט עפעס געדארפט - פלעגט דער מלמד נעמען דעם קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קישן די פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס - זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3819 - וואויל איז דיר אז דו האסט א געפיל פאר הדפסת והפצת ספרי רבינו
הפצה, הדפסה, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו האסט א געפיל פאר הדפסת והפצת ספרי רבינו בעולם; ווען אימער מען דארף הילף מיט געלט, מיט רצון, מיט טירחא - קומסטו העלפן, דו ראטעוועסט דעם מצב.


יעצט האסטו מנדב געווען די נייע מאשין וואס שניידט די פאפיר, אזוי אויך האסטו מנדב געווען די נייע וועבסייט "ברסלב עניטיים", הפצה א"ן ליי"ן.


דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט נחת ביי דיינע קינדער און מיט גרויס שפע.

#3818 - די הדפסה דארף גיין ווייטער
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך דערמאן זיך צוריק ווען דו האסט געהאלפן עפענען דעם בית הדפוס אין ישיבה, ווי מוהרא"ש האט דיר אזוי ליב געהאט, די נחת רוח וואס דו האסט געמאכט פאר מוהרא"ש, און איך ווייס און גלייב אז יעצט האט מוהרא"ש גרויס פרייד פון אלעס וואס דו טוסט צו העלפן טאג נאך טאג מיט די הדפסה, אז אלעס זאל אנגיין אויפ'ן בעסטן וועג.


מיר דארפן אנהויבן טראכטן פון גיין ווייטער, מען טאר נישט זיין צופרידן, מיר דארפן יעצט אנהויבן דרוקן ספרים מיט הארטע דעקלעך און דאס פארפלייצן אויף די גאנצע וועלט.


אין דעם זכות וואס דו האסט מנדב געווען "אבני היסוד", צו קענען קויפן דעם בנין צו דרוקן די ספרים - זאלסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.