בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - הלכות פון די ניין טעג
הלכה, תשעה באב, בין המצרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זיך באדן אין די ניין טעג; מען טאר זיך נישט באדן אין די ניין טעג לשם תענוג - פאר הנאה. אין די טעג דארף מען טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש; מען באנייט נישט קיין נייע קליידער, מען עסט נישט קיין פלייש - אלעס כדי מיר זאלן געדענקען אז אפעס פעלט אונז, מיר האבן נישט דעם בית המקדש.


די אינגעלייט וואס ארבעטן אין די היצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך פון זיי, און אזוי אויך בחורים וואס שפרינגען און טאנצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך וכו', אין אזא פאל מעג מען זיך וואשן און אראפ נעמען די גערוך און שווייס. אפגערעדט פרויען און מיידלעך, זיי מוזן זיך וואשן.

#1 - נישט עסן פלייש אין די ניין טעג אפילו מיט א סיום
סיום, בין המצרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע הערן מוזיק אין די ימי בין המצרים; עס איז אסור צו הערן מוזיק אין די דריי וואכן, אויסער א מענטש וואס איז בעצבות, ער איז דערביטערט - דער מעג הערן מוזיק אלץ רפואה.


בנוגע עסן פלייש אין די ניין טעג אויב מען מאכט א סיום; מוהרא"ש זאגט מען זאל זען צו מאכן יעדן טאג סיומים, וואס מער לערנען און ענדיגן מסכתות, אבער פלייש זאל מען נישט עסן אין די ניין טעג, "כדאי הוא בית אלקינו - עס איז ווערד דער חורבן בית המקדש אז מען זאל טרויערן און נישט עסן פלייש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.