בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#36 - די בעסטע איז צו פרעגן די שאלות אין א בריוו
שאלות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל מאכן צייט פאר אייך.


זייט מיר מוחל, איך קום פשוט נישט אן צו מיין ארבעט; די בעסטע זאך אז איר האט שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט אייער מאן און מיט די קינדער, זאלט איר מיר שרייבן און איך וועל אייך ענטפערן דאס שנעלסטע וואס איז שייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - די בריוו פון עצתו אמונה זענען געשריבן צי אפן?
קדושה, הפצה, מוהרא"ש, עצתו אמונה, בריוו, נסיונות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בריוו פון עצתו אמונה זענען געשריבן צי אפן? הלואי ווען מען קען שרייבן מער אפן; ווער עס ווייסט וואס עס גייט איבער אויף נשמות ישראל אין אונזער דור ווייסט אז דיקא די בריוו זענען מחזק דעם יוגענט.


מיר געפונען זיך אין א דור וואס איז ערגער פונעם דור המבול, היינט האבן מיר דעם דור המבול און דור הפלגה אינאיינעם; אידישע קינדער, בפרט בני הנעורים - אינגלעך, בחורים און מיידלעך, פאלן נעבעך אראפ אין ניאוף, יעדער איינער קען אזוי גרינג אנקומען צו זען און טון דאס ערגסטע; עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא פייער פון ניאוף, אזעלכע נסיונות פון ניאוף, און איינמאל מען זינדיגט אין ניאוף, מען איז פוגם בברית רחמנא לצלן - פאלט מען אריין אין מינות ואפיקורסות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


עס גייט א מבול אין גאס; מיר האלטן יעצט פאר ביאת הגואל וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפּיקורסות; יעצט איז א צייט פון פארשפרייטן ווי מער עצתו אמונה, נאר דאס איז די עצה, נאכאמאל אמונה און נאכאמאל אמונה.


מען האט דאס געשריגן אלע יארן אויף מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז די ספרים זענען געשריבן אפן וכו' וכו'; מענטשן וואס זיי אליינס דארפן תשובה טון האבן געשפעט און שפעטן נאך עד היום פון די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אפילו דער גרויסער צדיק רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט פארגעהאלטן מוהרא"ש פארוואס ער שרייבט אזוי אפן, וואס פעלט עס אויס? ווען מוהרא"ש האט אים דערציילט וואס גייט אריבער אויף בני הנעורים האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש: "אפשר נארט איר זיך?"


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען רבי לוי יצחק האט אים פארגעהאלטן 'אפשר נאר'ט איר זיך?' האט ער זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל אים ווייזן וואס צו טון. מוהרא"ש פלעגט וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אייבערשטער וואס טו איך, זאל איך ווייטער שרייבן? רבי לוי יצחק זאגט מיר אפשר נאר איך זיך, רבונו של עולם אפשר נאר איך זיך טאקע?" ויהי היום, קומט א אינגערמאן וויינען צו מוהרא"ש אז ער דארף א תיקון אויף זיינע עבירות, ער ליגט אין טומאה, ער זינקט אין די נ' שערי טומאה. ער דערציילט פאר מוהרא"ש אז אין ירושלים אונטער רבי לוי יצחק'ס דירה איז דא א דירה פון ניאוף, דארט וואוינען צוויי מיידלעך און זיי פארקויפן זיך פאר עבירות רחמנא לצלן; בחורים, אינגעלייט און גרושים קומען אהין זינדיגן רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן; שפעטער איז געקומען נאך איינער מיט די זעלבע מעשה, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך האב באקומען א תשובה פונעם אייבערשטן, איך האב געזען ווי מען ווייזט מיר פון הימל, אמת טאקע, רבי לוי יצחק איז זייער א גרויסער צדיק, אבער וואס טוט זיך אין די וועלט, וואס טוט זיך אונטער זיין דירה - דאס ווייזט מען אים נישט פון הימל, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף די יוגענט, דאס ווייזט מען מיר, און איך מוז ראטעווען אידישע נשמות".


וואס זאלן מיר היינט זאגן ווען די דור איז געפאלן און פאלט יעדע רגע, יעדע מינוט? פון ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן איז דער דור אן אנדערע דור, ווען מוהרא"ש האט געלעבט איז נישט געווען די נסיונות וואס איז היינט דא.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים לעצטן שמועס, דעם לעצטן ליל שישי פרשת וארא תשע"ה: "איך זע ווי דער דור פאלט אזוי שטארק, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר ווי איך דארף שוין גיין"; מוהרא"ש האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף די יוגענט, פרישע טומאות; עס גייט אזוי נידריג, עס האלט ביי ברידער מיט שוועסטער וכו' וכו', מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "איך קען דאס מער נישט נעמען".


איך קען דיר שרייבן צענדליגער בלעטער, אבער איוב האט שוין געזאגט פאר זיינע פריינט (איוב טז, ג): "הֲקֵץ לְדִבְרֵי רוּחַ"; מיר דארפן טון אונזער ארבעט, ווייטער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות; טענות און התנגדות איז נאר א גוטע סימן, אך און וויי אז עס וועט נישט זיין קיין קול הברה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כב) ווען עס איז דא א קול דקדושה וועקט זיך אויף א קול הברה, עס קומט התנגדות.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא וואס צו טון, נאר איין זאך: "הפצה, הפצה און נאכאמאל הפצה". נעם די ארבעט פון איבער טייטשן די בריוו אויף לשון הקודש און צוזאמען מיט דיינע חברים זאלט איר דאס פארשפרייטן אין גאנץ ארץ ישראל.


זייער גוט אז דו ביסט גבאי, דו העלפסט דעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, אבער דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין: "הפצה, הפצה, און נאכאמאל הפצה"; דער בית המדרש איז זייער גוט און זייער וויכטיג, אבער הפצה - דאס וועט ברענגען די גאולה שלמה.


מיר געפונען זיך אין א ערגערע מצב פון די וועלט מלחמה. שטעל זיך פאר מיר האלטן יעצט אינמיטן די צווייטע וועלטס קריג און מען האט צוויי זאכן וואס מען קען טון, אדער קען מען נאך איין איד ראטעווען, מען קען נאך איין איד ארויסכאפן פון די ציין און נעגל פון די דייטשן ימח שמם וזכרם, אדער מאכן אנדערע זאכן - וואס וואלסטו געטון? וואס האט דער הייליגער צדיק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זכרונו לברכה געטון? ער האט געוויינט צו די אמעריקאנער אידן: "געבט געלט, מען קען אויסקויפן פון די נאציס ימח שמם נאך א איד", האבן זיי געזאגט: "מיר דארפן די געלט, מיר דרוקן יעצט גמרות", ער האט געוויינט: "ווער דארף יעצט גמרות? דאס איז בלוטיגע גמרות! מיט יעדע פרוטה קען מען ראטעעווען נאך א איד"; אזוי דארפן מיר קוקן אויף הפצה, וואס מער פארשפרייטן פאר נאך אידן אמונה פשוטה און די זיסע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן
ספרי ברסלב, עצתו אמונה, בריוו, גליון, נייעס, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין געווען יום הקדוש אין שטעטל אין קרית ברסלב. עס איז געווען א הערליכע יום טוב, אסאך תלמידים זענען ארויסגעקומען, מען האט זיך אריינגעשטופט ביי די משפחות. די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל האבן אריינגענומען די געסט בסבר פנים יפות.


מוצאי יום הקדוש בין איך געווען טרוד מיט א שידוך, א בחור - א תלמיד פון ישיבה, מיט א מיידל - א תלמידה פון בית פיגא; איך בין הערשט אנגעקומען אהיים מיט מיין משפחה פארטאגס, נאך פיר אזייגער. היינט אגאנצן טאג בין איך געווען פארנומען מיט שרייבן בריוון.


איך בעט דיר אויב עס איז נאך שייך זאלסט צאמנעמען אלע בריוון און דאס אפדרוקן נאך בעפאר יום טוב סוכות, אויב מעגליך עס זאל זיין גרייט ביים שיעור ליל שישי; איך וויל די אינגעלייט זאלן דאס אהיים טראגן אז די ווייבער זאלן דאס ליינען. אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען וואס פאר'תמ'ען דעם קאפ זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן און עצות פון רבי'ן; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך, דו זאלסט צושטעלן ליינען ערליכע זאכן פאר אנשי שלומינו.


צוביסלעך הער איך צוריק פון די משפחות אין די קהילה אז זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין אין שטוב; אנשטאט די צייטונג ליינט מען עצתו אמונה מיט די גליונות און שיחות, און בעיקר נעמט מען דעם ספר תהלים וכו'.

#33 - זיי מיר דן לכף זכות, איך בין זייער פארנומען
מדות טובות, מוסדות, היטן די צייט, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך רעד נישט אחד בפה ואחד בלב; ווען איך שרייב אייך "איך האב ליב צו רעדן מיט אייך" - איז דאס אמת, ווען איך שרייב אייך "מיין טייערער חבר" - איז דאס אמת און ווען איר רופט מיר און איר קענט נישט צוקומען צו מיר - איז דאס אויך אמת, ווייל איך בין זייער פארנומען.


איר וועט עס נישט גלייבן ביז איר וועט זען מיט די אויגן וואס ליגט אלץ אויף מיר, אלעס אליינס צו טון; אנגעהויבן מיט די ישיבה, איך האב נישט קיין שטאב, איך אליינס זיץ מיט די בחורים און געב זיי כמה שיעורים אין איין טאג, אין בבלי, ירושלמי, רמב"ם און אין רבינ'ס ספרים. נאכדעם ליגט אויף מיר דריי תלמוד תורה'ס, אין וויליאמסבורג, אין קרית ברסלב ליבערטי און יעצט האבן מיר געעפנט א דריטע אין קרית יואל. נאכדעם די מיידל סקול; אין וויליאמסבורג און אין שטעטל, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין ליגט אויף מיר. נאכדעם די צוויי כוללים און שיעורים פאר אברכים און מאכן שלום בית צווישן פארפעלקער און דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און מוהרא"ש'ס ספרים, און נאך אסאך.


איך ווייס נישט פארוואס איר זענט ברוגז אויף מיר; איך בין זייער פארנומען, איר דארפט מיר דן זיין לכף זכות.


בנוגע די וואס ווילן מער נישט אריין לאזן דעם ספר עצתו אמונה וכו', (חסר).


זייט מיר מוחל אז איך האב נישט געענטפערט אויף די בריוו ווען איר האט געבעטן וועגן א שידוך; געלויבט דעם אייבערשטן אז זי האט געטראפן א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


כתיבה וחתימה טובה.

#32 - טייל אויס די בריוו פאר די בית פיגא תלמידות
בריוו, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך שיק דיר דא בריוו פאר די בית פיגא תלמידות; טייל אויס די בריוו פאר זיי און זאג די איבריגע מיידלעך וואס האבן נאך נישט באקומען זייערע ענטפערס זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן איך זאל האבן צייט, קאפ און מח אנצוקומען צו ענטפערן זייערע בריוו.


איך האף זיי צו ענטפערן נאך שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#31 - "עצתו אמונה" זאל זיין דיין ערשטער שיעור
חיזוק פאר מיידלעך, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו ליינען די בריוו פון עצתו אמונה.


דאס זאל זיין דיין ערשטע שיעור פון אלע דיינע שיעורים; דאס זאלסטו טון פאר תהילים, פאר'ן דאווענען און פאר אלעס. דאס וועט דיר ברענגען צו אלעס גוטס.


ווען איך קום צו אייך אין סקול וויל יעדע מיידל רעדן פריוואט, יעדער זוכט ווי מען קען פרעגן עפעס פריוואטע שאלות פונעם ראש ישיבה; עס נעמט מיר אוועק זייער אסאך צייט צו רעדן מיט יעדן איינעם פריוואט, איך האב נישט די צייט פאר דעם.


דעריבער האב איך געמאכט א נייע זאך, איך שרייב פאר אלע תלמידות יעדע וואך א גאנצע ספר; ספר עצתו אמונה און ספר איש אמונות, דארט קען מען מיר פרעגן אלע שאלות און אלע ספיקות; דארט קען מען מיר בעטן חיזוק און שמועסן מיט מיר. איך קען מער נישט רעדן פריוואט מיט מענטשן, איך האב נישט קיין צייט; אלעס וואס מען וויל וויסן קען מען מיר פרעגן אינעם ספר, אלע שאלות שטייען אינעם ספר און מען באקומט קלארע תשובות.


ווייז דעם בריוו פאר דיינע חבר'טעס; זיי זאלן לערנען די בריוו וועלן זיי זיין קלאר ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ליין די בריוו, וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן
עצות, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אמאל פלעגסטו מיר זאגן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט יעדע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות; דו האסט געלעבט, ביסט געווען פריש, פול מיט חיות, יעצט זע איך אז דו ליינסט מער נישט די בריוו.


אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, דו ווילסט האבן א חיות אין לעבן, דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן מיט יעדע פרט ופרט; מיט די ווייב, מיט די עלטערן, מיט קינדער, מיט זיך אליינס וכו' וכו' - זאלסטו לערנען די בריוו.


איך האב שוין נישט קיין צייט צו רעדן פריוואט מיט מענטשן; איך האב אזויפיל ארבעט וואס ליגט אויף מיר אז איך קען נישט מאכן צייט צו רעדן פערזענליך מיט יעדן איינעם. איך שרייב יעדע וואך מיט'ן הילף פונעם אייבערשטן פאר מיינע תלמידים ותלמידות א גאנצע קונטרס פון שיינע בריוו, דארט קענסטו זען ווי אזוי זיך צו פירן; איך שמועס מיט מיינע תלמידים דורך די בריוו, דאס איז מיין וועג אין די טעג צו רעדן מיט מיינע תלמידים.


איך האף אז דו וועסט שמועסן מיט מיר יעדן טאג; דו וועסט ליינען די בריוו, דו וועסט מיר פרעגן די שאלות פון די בריוו און הערן וואס איך ענטפער דיר.


איך האב דיר זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - זיך דורכרעדן מיט'ן מנהל אדער מנהלת
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט א פראבלעם מיט אייערע זון'ס מלמד, אייער זון וויל נישט גיין אין חדר - דארפט איר רעדן צום מנהל הר"ר ... שליט"א. איך האב אים אויפגענומען ער זאל זיין פאראנטווארטליך אויף אלעס אין חדר, אזוי אויך אז מען האט א פראבלעם אין סקול דארף מען רעדן מיט די מנהלת.


אויב איר שפירט אז איר ווילט יא רעדן מיט מיר, איז די גרינגסטע וועג איר זאלט שרייבן אייערע זאכן וואס איר ווילט וויסן וואס צו טון און מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן.


פארלירטס אייך נישט; יעדע זאך וואס עס שטערט אייך, יעדע זאך וואס באדערט אייך - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - מ'קען נישט ענטפערן אלע שאלות אין צניעות
חיזוק פאר פרויען, צניעות, דרשות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט באקומען ענטפערס אויף דיינע פראגעס הערנדיג די שיעורים און ליינענדיג די בריוון.


דעם שיעור וואס דו האסט געהערט האב איך אינזין געהאט דערמיט דיר אויסצוקלארן; איך האב דערציילט ביי די שיעור וואס דיר באדערט און וואס עס איז די ריכטיגע וועג און צוגאנג דערצו. איך האב הנאה אז דו ביסט שוין קלאר, און נאך מער האב איך הנאה אז דו האסט פארשטאנען פון די בריוו ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט געענטפערט ווען דו האסט מיר געפרעגט; דו דארפסט פארשטיין אז עס זענען דא שאלות וואס מען קען נישט ענטפערן, בפרט שאלות אין צניעות, ווי אזוי צו גיין אנגעטון; דאס איז א זאך וואס יעדער מענטש דארף באזונדער בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, מען זאל האבן א געפיל צו צניעות און מען זאל דאס ליב האבן, ווייל ליידער וואוינען מיר צווישן גוים און מיר זענען אזוי פארזינקען אין גלות אז מען לערנט זיך אפ פון זיי, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קו, לה): "וַיִּתְעָרְבוּ בַגּוֹיִם, וַיִּלְמְדוּ מַעֲשֵׂיהֶם"; מען ווייסט שוין נישט וואס מיינט שיין און וואס איז זיס, מען פארגעסט ווי אזוי א איד דארף גיין אנגעטון. אנשטאט צו קוקן אויף איידעלע קליידער, איידעלע אנטואכץ - גלוסט מען צו ברעכאכץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - אפדרוקן די בריוו וואס זענען מחזק אידישע קינדער
עצתו אמונה, בריוו, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב יעצט ערהאלטן דעם ספר עצתו אמונה חלק ג'; דאס איז די שענסטע מתנה פאר מיר. איך פריי זיך צו זען ווי מען דרוקט אפ די אלע בריוו וואס איז געשריבן געווארן מחזק צו זיין אידישע קינדער.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט נאך אניאגן דעם יאר נאך אפאר חלקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכיה אונזער גאנצע לעבן צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, פארשפרייטן זיינע עצות און חיזוק פאר די גאנצע וועלט.

#26 - נעם אריין אין דיר אמונה
אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך דארף דיר און איך האב דיר ליב, איך פריי זיך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר.


איך בעט דיר זייער, טראכט נישט אז דאס וואס איך ענטפער דיר נישט דיינע בריוו איז ווייל איך דארף דיר נישט און ווער נישט צעפאלן פון דעם; איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן. גלייב מיר, איך בין אזוי פארנומען, איך קום פשוט נישט אן.


איך ווייס אז עס איז נישט קיין תירוץ, איך דארף ווען יא ענטפערן יעדע בריוו און יעדע שאלה, איך האב אבער נישט גענוג שעה אין טאג אנצוקומען צו וואס איך דארף טון.


נעם אריין אין דיר אמונה; חזר זיך טאג און נאכט אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס - וועט דיר אלעס זיין גרינגער. ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיין שום זאך פירט זיך נישט פון זיך אליין, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל - איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


שרייב מיר ווייטער, איך ליין אלע בריוו.

#25 - וואס דו דארפסט בעט "נאר" פונעם אייבערשטן
תהלים, בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, ט"ו אייר, פסח שני, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט צופרידן אין בית פיגא און אז דו זאגסט תהלים; דו זאגסט דעם יום תהלים יעדן טאג.


שרייב מיר נאך בריוו; שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך וואס עס טוט זיך אין סקול און וואס דו לערנסט פון דיינע טיטשערס; איך וועל דיר פרובירן צוריק צו שרייבן.


וואס דו דארפסט בעט "נאר" פונעם אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.

#24 - איר מוטשעט נישט
בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט מיר שרייבן און שרייבן און שרייבן; דאס הייסט נישט מוטשען, און אפילו מוטשען דארף מען וכו'.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר זיין א כלה.

#23 - א שיעור אין ספר עצתו אמונה
חיזוק פאר מיידלעך, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו לערנסט דעם ספר עצתו אמונה; דו האסט א שיעור אין דעם יעדן טאג, דו גייסט נישט שלאפן אן לערנען כאטשיג איין בריוו. הלוואי זאלן אלע מיידלעך, אלע דיינע חבר'טעס אויך טון אזוי; דארט וועסטו זען ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט מען זאל לעבן, אלע בריוו איז נאר וואס מוהרא"ש האט געזאגט און וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


אויך זאלסטו לערנען די בריוו פון ספר איש אמונות; דארט איז דא פערזענליכע בריוו פאר תלמידי היכל הקודש און פאר תלמידות בית פיגא, די בריוו וועט דיר זייער מחזק זיין און ווייזן א וועג אין לעבן.

#22 - יעדער מוטשעט זיך, וואויל איז דעם מוטשעט זיך מיט גוטע זאכן
הפצה, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די זכי' אז מיר האבן די זכות צו משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


עס איז שווער, עס איז נישט גרינג, אבער אז מען קוקט מיט אן אמת'דיגע אויג זעט מען אז די גאנצע וועלט מוטשעט זיך; די גאנצע וועלט – יעדער איינער מקטן ועד גדול גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, צרות און יסורים. וואויל איז אונזער חלק אז מיר מוטשען זיך מיט גוטע זאכן; מיט'ן אויפשטעלן מוסדות וואס ברענגען אריין די עצות פון רבי'ן, די עצות פון משיח - פאר די גאנצע וועלט.


זיי מחזק דיין ווייב תחי' אז זי זאל נישט ווערן צעפאלן ווען איך ענטפער נישט גלייך וכו', וכו'; יעדע בריוו וואס מען שרייבט מיר זע איך און איך ענטפער. אמאל קען איך נישט ענטפערן גלייך, בפרט יעצט ווען איך בין אביסל אפגעשוואכט. איך האף צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח ווייטער אנצוגיין.


גיי יעדן טאג אינדערפרי אין מקוה, דורכדעם וועסטו מבטל זיין אלע דינים.


איך האב דיר ליב; דו ביסט ביי מיר איינגעקריצט אין מיין הארץ, דו מיט דיין גאנצע משפחה.

#21 - דרוק ווייטער די בריוו, לאז דיך נישט צעברעכן
הפצה, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווען דו וואלסט געוואוסט דיין גרויסקייט אין הימל מיט דעם וואס דו דרוקסט די בריוו פון עצתו אמונה און דו ביסט עס מסדר אזוי הערליך שיין; מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו, מענטשן הויבן אן לעבן דורך די בריוו - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה.


איך ווייס אז דער יצר הרע ארבעט אויף דיר, ער לאקערט אויף דיר, ער וויל דיר מחליש דעת זיין וכו' מיט בלבולים וכו'; בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן צעברעכן און זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דרוקן די בריוו. הלואי ווען דו קענסט יעדע וואך ארויסגעבן א גאנצע קונטרס, אז די מפיצים זאלן דאס קענען פארשפרייטן פאר אלעמען.


שטארק זיך; דו וועסט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך און זען נחת ביי זיי. דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז זוכה אנצוקומען צו מדריגות וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ווייל ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", און ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך; זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דרוקן די בריוו, דאס שיין מסדר זיין און וואס מער פארשפרייטן. ווייל די בריוון זענען מחזק צעבראכענע בחורים און צעבראכענע מיידלעך וואס האבן זיך שוין מייאש געווען פון זייער לעבן, און דייקא די בריוון רעדט זיי און איז זיי מחזק.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - מתרגם זיין "עצתו אמונה"
מדות טובות, הפצה, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב יעצט ערהאלטן דעם ספר עצתו אמונה וואס דו ביסט מתרגם; עס איז הערליך שיין, דאס וועט צוריק ברענגען אסאך בחורים און אינגעלייט צום אייבערשטן.


טייערער ברודער שטארק זיך; זיי ממשיך מיט'ן איבער טייטשן די בריוו און פארשפרייט דאס צווישן בחורים און אינגעלייט, ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אפ היינט מיט בני הנעורים... עס גייט אריבער אויף זיי שווערע ביטערע נסיונות און די ספרים איז זיי מחזק, דאס איז געשריבן אויף א שפראך וואס זיי פארשטייען.


וואס דארף מען מער פון א טובה טון פאר א אידן; מחזק זיין א צווייטער איד. דער הייליגער בעל התניא האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו דעם דיבור: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד: "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן"; וואס הייסט א טובה טון א איד? נאר אז מען איז יענעם מזכה מיט תורה, תפילה, מצוות ומעשים טובים.


איך דארף מקצר זיין ווייל איך בין זייער פארנומען, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.

#19 - זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים
הפצה, אשר בנחל, עצתו אמונה, בריוו, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'.


בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען.


ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך – די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים.


אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים.

#18 - די געוואלדיגע זכות פון דרוקן די בריוו
הפצה, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות וואס דו האסט מיט'ן דרוקן די בריוון פון עצתו אמונה און איש אמונות.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מען זאל מיר נישט שרייבן בריוון און אפשטעלן און אנרופן זאגן ווי מען איז זיך מחי' ומחזק מיט די בריוון.


באמת איז דאס נישט מיינע חיזוקים, מיינע חידושים; דאס איז אלעס וואס איך האב געלערנט ביי מוהרא"ש זכר צדיק לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן - מיט מסירות נפש - פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


הלוואי זאלסטו צוזאמנעמען די אלע בריוון און קונטרסים און דאס דרוקן – א חלק נאך א חלק, וועסטו האבן א זכות לנצח נצחים מיט מחזק זיין אזויפיל מענטשן, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


א שאד אז דו דרוקסט דאס נישט אין א פארמאט פון א געהעריגע ספר; איך האף אז דו וועסט זיך נישט באגנוגן מיט'ן ארויסגעבן די בריוון אלס קונטרסים נאר דו וועסט דאס ארויסגעבן אין געהעריגע ספרים.


געדענק, ווען עס קומט צו רוחניות טאר מען נישט זיין א שמח בחלקו, מען דארף אלץ וועלן טון נאך און נאך.


שטארק זיך; דו וועסט נאך זוכה זיין צו בניך כשתילי זיתים סביב לשלחניך.

#17 - גליון "קרית ברסלב בלעטל"
בריוו, גליון, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב געזען דעם נייעם בלעטל וואס איר געבט ארויס יעדע וואך; איך בין זייער נתפעל געווארן פון דעם גליון, בעיקר פון די "מעשיות פון תפלה", וואס ברענגט אריין אמונה בתמימות ובפשיטות אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז וואס מען דארף און וואס מען וויל זאל מען זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, אים בעטן אויפ'ן פשוט'ן שפראך.


פון דעם באשטייט דאס גאנצע ברסלב'ער חסידות; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן לעבן אונזער טאג טעגליכער לעבן מיט תפילה והתבודדות, נאר דאס איז איין אמת'ער תכלית.


איך האף אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו פאר'ן גליון; עס איז כדאי דו זאלסט דאס אויסשפרייטן פאר אלע משפחות, אלע זאלן האבן דערפון חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.


דער עיקר זאלט איר זען צו לעבן בשלום איינער מיט'ן צווייטן; די וואך האבן זיך אריינגעצויגן נאך א משפחה, משפחת ... הי"ו, דער אינגערמאן זאגט מיר אז זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די שיינע ווארעמע ברוך הבא וואס אלע משפחות האבן זיי געמאכט, מיט אזא חסד און אהבה.


 


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#16 - "עצתו אמונה" אין ענגליש, איז אזוי שיין און הערליך
הפצה, עצתו אמונה, בריוו, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס אייער זכות איז.


איך האב יעצט געזען די שאלות ותשובות פון "ספר עצתו אמונה" וואס איר האט איבערגעטייטשט אויף די ענגלישע שפראך; דאס איז אזוי שיין און אזוי הערליך, עס ליינט זיך זייער געשמאק. איר קענט זיך נישט פארשטעלן אייער זכות.


איך בעט אייך זייער, שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט די הייליגע ארבעט; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי צוריק ברענגען אידישע קינדער צו די אמונה.


איך פריי זיך זייער אז מען הייבט שוין אן בויען ענקער הויז אין שטעטל; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר דארט האבן מער ישוב הדעת און מער הרחבת הדעת, וועט איר קענען עוסק זיין ווייטער אין איבערטייטשן די בריוון ביתר שאת וביתר עוז.

#15 - מסדר זיין די בריוון אויף לשון הקודש
עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו און די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין מסדר זיין די בריוון אויף לשון הקודש; אז איר האט אנגעהויבן מיט די מצוה איז א שאד דאס אפצולאזן.


נאך אביסל וועט זיין גענוג בריוון צו מאכן דערפון א ספר, דעמאלט וועט מען דאס דרוקן און פארשפרייטן אן א שיעור און די זכותים וועלן זיין אייער'ס.


דעריבער זאלט איר זיך שטארקן און ווייטער מסדר זיין די אלע בריוון.


באמת בין איך גארנישט מחדש, דאס איז אלעס גענומען פון ספר הקדוש אשר בנחל – שכל, חיזוק און עצות פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. איך האב דאס נאר אראפגעברענגט מער פאר די היינטיגע דור אז בחורים און מיידלעך, יונגעלייט און ווייבלעך זאלן פארשטיין און וויסן פון די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.

#14 - מנקד זיין די בריוון פון ספר "עצתו אמונה"
הפצה, עצתו אמונה, בריוו, גמרא

מנקד זיין די בריוון פון ספר "עצתו אמונה"


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארויסשיקן די גמרות פון מסכת תמורה; אם ירצה ה' דעם קומענדיגן וואך זונטאג הייבן מיר אן א פרישע מסכתא, "מסכת תמורה". איך האף אז דו לערנסט אויך יעדן טאג דעם דף גמרא.


איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט זיך אונטערנעמען צו מנקד זיין די בריוון פון ספר "עצתו אמונה"; די מדפיסים זאגן מיר אז די סיבה פארוואס עס האלט זיך אפ און עס קומט נישט ארויס יעדע וואך איז צוליב די ניקוד.


איך האב גערעדט צו האברך ... נרו יאיר אז אפשר זאלסטו פון היינט און ווייטער איבערנעמען דעם ניקוד אז דאס זאל זיך נישט אפשטעלן אפילו לשעה; ווייל די מפיצים זאגן מיר אז אלע בחורים און אלע יונגעלייט, בפרט כולל יונגעלייט בעטן און מוטשען זיי צו באקומען וועכנטליך די בריוון ווייל דאס איז זיי מחזק לעבודת ה'.


באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך שרייב נאר דיבורים, עצות וחיזוקים וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש און וואס איך לערן אין די ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז ארויסגענומען פון רבינ'ס ספרים.


דעם שבת דערציילט מיר איינער פון די מפיצים אז א איד האט אים אנגערופן בעטן די ספרים פון עצתו אמונה, האט אים דער מפיץ געפרעגט: "ווי קומסטו אן צו די ספרים וכו'?" האט דער איד געענטפערט: "איך האב זיך אויסגערעדט פאר מיין דיין הרב הגאון ר' ... שליט"א, דומ"ץ ..., בעל מחבר ספר שאלות ותשובות ..., האט ער מיר גע'עצה'ט איך זאל לערנען די ספרים פון עצתו אמונה וועל איך האבן חיזוק אויף אלע ענינים".


דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט אנהייבן מנקד זיין די בריוון אויפ'ן שענסטן אופן וואס איז שייך; אויך זאלסטו דאס מגיה זיין בשעת'ן מנקד זיין, אזוי אויך אויב דו זעסט אז עס פעלט מראי מקומות זאלסטו מיר רופן פרעגן דעם מראה מקום. און אז עס איז דא אן איבעריגע ווארט אדער עס פעלט א ווארט זאלסטו דאס מתקן זיין; נאר געב אכטונג נישט אוועק צו גיין פונעם מכוון.


אינעם זכות פון זיכוי הרבים וועסטו האבן א נס, עס וועט זיך אלעס איבערדרייען און דו וועסט זוכה זיין צו א גאנצע ישועה.


פון דיין ראש ישיבה.

#13 - א שאד ס'זאל דורכגיין א וואך אן דרוקן די "עצתו אמונה"
הפצה, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א שאד אז מען דרוקט מער נישט וועכנטליך די בריוון פון "עצתו אמונה"; די מפיצים זאגן מיר ווי שטארק בחורים און יונגעלייט ווארטן אויף דעם, ווי מען צוכאפט דאס אין די כוללים און אין די ישיבות.


אז דו קומסט נישט אן דאס צו מנקד זיין זאלסטו דאס דרוקן אָן נקודות, ווייל עס גייט אריבער אין די היינטיגע טעג ביטערע שווערע נסיונות אויף בחורים און יונגעלייט און נאר די דיבורים פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט דאס אראפגעברענגט, אויף אזא פשוט'ע גרינגע שפראך – דאס האלט זיי ביים לעבן.


שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז; מגלגלין זכות על ידי זכאי, חבלים נפלו לך בנעימים אז דו האסט זוכה געווען מיט'ן דרוקן און פארשפרייטן די בריוון; זאלסטו נאר גיין פאראויס מיט דעם.

#12 - שאלות ותשובות עצתו אמונה
הפצה, עצתו אמונה, בריוו, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די זכותים וואס דו האסט פון דעם וואס דו ביסט מסדר און מגיה די בריוון פון שאלות ותשובות עצתו אמונה; איך באקום צוריק אזויפיל גריסן פון בחורים, יונגעלייט און פרויען וואס זייער זיי לעבן פון די חיזוק פון דעם ספר.


אלעס וואס שטייט אינעם ספר "עצתו אמונה" איז גענומען געווארן פון ספר הקדוש "אשר בנחל", די שכל און חכמה פון מורי ורבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז מזכה געווען מיט די הייליגע ספרים אשר בנחל און די הייליגע קונטרסים וואס זענען געבויט און באגרינדעט אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט; זוך נישט קיין אנדערע זאכן וואס צו טון. דאס איז עצת היצר צו פארדרייען דעם קאפ. יעדעס מאל א מענטש הייבט אן עפעס טון אין עבודת ה' קומט דער יצר הרע מבלבל זיין מיט ספיקות ובלבולים: 'אפשר זאל מען טון עפעס אנדערש?' 'אפשר זאל איך מאכן אן אנדערע ספר?' וכו' וכו'. דעריבער אז דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט די ארבעט צו מסדר זיין די בריוון זאלסטו זוכן דאס נאר שענער און בעסער מאכן. לייג אריין קאפ, מח און דיין הארץ אז דאס זאל ארויסקומען אויף די שענסטע וועג.


פרעג דיין ווייב תחי' צי זי וויל דיר העלפן אויפטייפן, מגיה זיין, מנקד זיין וכו' וכו', וועט דאס זיין א זכות פאר איר להפקד בבנים ובני בנים.


...


ענקער ראש ישיבה.