בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - פאר נאר אויף פלאץ וואו ס'איז דא מנין און מקוה
בחור, שבת קודש, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו ביסט אוועק געפארן אויף שבת מיט נאך אפאר בחורים אויף א פלאץ וואו עס איז נישט דא קיין מנין און נישט קיין מקוה; איך קען דאס נישט פארשטיין, עס איז דאך דא אזויפיל פלעצער וואו צו זיין שבת מיט'ן אייבערשטן, פארוואס זאלסטו פארן צו א פלאץ וואו מען דאווענט נישט און מען הערט נישט קיין קריאת התורה?! איך בין דיר דן לכף זכות אז דו טראכסט נישט וואס דו טוסט, נאר דו שלעפסט זיך נאך ווי א וויידל וכו', וואו מען רופט דיר גייסטו מיט אן נוצן דיין שכל, אן טראכטן צי דאס איז א אויסגעהאלטענע זאך אדער נישט.


מיר גייט נישט אן אז בחורים פארן אוועק אויף שבתים (הגם עס איז נישט א זאך וואס איך וואלט פארגעלייגט איר זאלט טון, פארט וועל איך זיך נישט אנטקעגן שטעלן); עס איז שוין אסאך מאל געווען בחורים וואס פלעגן אוועק פארן צו אנדערע שטעט אויף שבתים וואו עס געפונט זיך א בית חב"ד, א מנין מיט א רב, א מקוה וכו' דאס לייגט זיך נאך אויפן שכל, אבער דאס וואס איך האב געהערט אויף דיר און אויף נאך אפאר תלמידים פון ישיבה אז מען איז אוועק געפארן וכו' אן קיין מנין, דאס טוט מיר זייער וויי.


וויל איך דיר בעטן, אז דו ביסט געקומען לערנען אין היכל הקודש זאלסטו גוט אריין נעמען אין דיר אז דו זאלסט נישט נאך לויפן קיינעם; דו שלעפסט זיך נאך ווי א וויידל וכו', דאס איז נישט וואס מען לערנט ביי אונז אין היכל הקודש.


איך האב אסאך צו רעדן אין דעם ענין אבער יעצט קען איך נישט שרייבן פון דעם מער מחמת די גרויס ווייטאג וואס איך האב דאס צו הערן אויף תלמידים פון ישיבה.

#1 - שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע מעשים, וועסטו טרעפן דיין שידוך
בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט נישט מיטגעפארן דעם פארגאנגענעם שבת מיט דיינע חברים אויף א פלאץ וואו איז נישט דא קיין מנין; דאס ווייזט אז דו האסט יראת שמים. עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז חסידי'שע בחורים פארן אוועק אויף שבת צו א פלאץ וואו איז נישט דא קיין מנין און נישט קיין מקוה, דאס ווייזט אויף קלות ראש.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע מעשים; מיט'ן דאווענען יעדן טאג שחרית מנחה ערבית מיט מנין, אויך זאלסטו ממשיך זיין מיט דיינע לימודים; לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות דאס צו מסיים זיין יעדן חודש, און דער עיקר זאלסטו לערנען אסאך גמרא וועסטו זוכה זיין צו ניצול ווערן פון אלעם שלעכט'ס.


זארג נישט פאר דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך. זאג די קרבנות הנשיאים יעדן טאג, ווייל דער דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, חלק ב', סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", ווער עס טרעפט נישט זיין שידוך זאל זאגן די פרשה פון די קרבנות הנשיאים. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים און מיידליך צו זאגן; איך ברענג דיר די תפילה פונעם ספר: "דיין שידוך וועט אנקומען":


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.