בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - נאכאמאל דרוקן דעם ספר "אשר בנחל"
אשר בנחל, ישועות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ד' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, יעצט ווען די וועלט דארף רחמים רבים, יעדער איינער דארף ישועות, רפואות און פרנסה; איז די ריכטיגע צייט נאכאמאל צו דרוקן דעם "ספר אשר בנחל".


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט האבן א שייכות מיט'ן דרוקן דעם הייליגן ספר וועט זען נסים גלויים.


בעט איך דיר זייער זאלסט זיך אנשטרענגען מער פון דיינע כחות מיר צו העלפן דרוקן די אידישע אשר בנחל לזכות אלע אידן וואס דארפן רפואות ולזכות אז די אידישע קינדער זאלן שוין צוריק גיין לערנען, די תלמוד תורה'ס זאלן מעגן זיין אפן און די בתי מדרשים זאלן זיך עפענען.


איך האף אז דו וועסט אננעמען די בקשה.

#3 - אויב זי וועט שערן די האר, וועט זי געהאלפן ווערן מיט ליכטיגע קינדער
קינדער, ישועות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב תחי' וויל זיך אפשערן איר האר, זי וויל עס אבער נאר טון אויב איך זאג איר צו א קינד ביז א יאר; אויב איך זאג איר צו א קינד ביז א יאר דעמאלט איז זי מסכים זיך היינט אפצושערן, אבער אויב איך געב איר נישט אן הבטחה וועט זי עס נישט טון.


דו ווייסט אודאי וואס דער נאסוידער רב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן; ער פלעגט מבטיח זיין קינדער פאר די פרויען וואס האבן זיך פארגענומען זיך אפצושערן, אמאל האט אים א מחוצף געפרעגט: "רבי, וואס וועט זיין טאמער די ברכה וועט נישט מקוים ווערן?" האט דער נאסוידער רב געזאגט: "איך בין גרייט צו ווערן אויס רב, אויס צדיק, אויס בעל מקובל, אויס נאסוידער רב, אבי די פרוי וועט זיין אפגעשוירן"; אזוי שטארק האבן צדיקים געוואלט מען זאל זיך אפשערן.


זאג דיין ווייב תחי', איך זאג איר צו, אויב זי שערט זיך אפ איר האר וועט זי זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער, קינדער צדיקים.

#2 - די בעסטע עצה און די בעסטע סגולה איז תפלה
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, צרות, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


די בעסטע עצה און די בעסטע סגולה איז תפלה; עס איז א רחמנות אויף מענטשן וואס מיינען אז 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן', ווען נאר דער אייבערשטער העלפט.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תוספתא נדה, פרק ה-ז): "מַעֲשֶׂה בְּתִינוֹק אֶחָד שֶּׁהָיוּ בָּאִין בַּסְּפִינָה", אמאל איז א קינד געפארן מיט נאך אסאך מענטשן אויף א שיף, "וְעָמַד עֲלֵיהֶן נַחְשׁוֹל", און עס האט אויסגעבראכן א שטורעם ווינט, "וְהָיוּ זוֹעַקִין לֵאלֹהֵיהֶם", האבן די מענטשן אנגעהויבן שרייען צו זייערע אפגעטער, "אָמַר לָהֶן אוֹתוֹ הַתִּינוֹק", האט זיך דאס קינד אנגערופן און געזאגט "עַד מָתַי אַתֶּם נְשַׁטִין?" ווי לאנג נאך וועט איר זיך נארן? "זָעֲקוּ לְמִי שֶּׁבָּרָא הַיָּם!" שרייט צום אייבערשטן וואס האט באשאפן דעם ים; זעט מען פון דעם אז עס איז נאריש צו גיין צו דעם אדער צו יענעם, נאר דער אייבערשטער קען העלפן.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט מוותר אויף דיינע שיעורים, זיי שטארק מיט לימוד גמרא – א דף גמרא יעדן טאג, און אויך מיט לערנען הלכה יעדן טאג.


יעצט ווען מיר האלטן אין די טעג פון שובבי"ם הויב אן א פרישע שיעור אין תיקוני זוהר, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - צדקה ברענגט גרויסע וואונדער
צדקה, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


איך האב אייך שוין אסאך געשריבן וועגן אייער מאן נרו יאיר, ווי שטארק איך פריי זיך אים צו זען אין ישיבה לערנען און דאווענען; ווען ער האט א פרייע מינוט צווישן איין ארבעט אינעם צווייטן כאפט ער זיך ארויף אין ישיבה צו לערנען און דאווענען.


איך בעט יעדן טאג פאר אייך און פאר אייער מאן אז איר זאלט זוכה זיין צו הצלחה.


ווען איר דארפט עפעס אדער עפעס טוט אייך וויי וכו' זאלט איר גיין צום פושקע און אריינלייגן צדקה; איר זאלט לייגן די פרוטות מיט ביידע הענט און דערביי בעטן דעם אייבערשטן וואס איר דארפט וועט איר זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות תפלה, סימן מה; אות צדקה, סימן כז): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם תְּפִילָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווען מען גיבט צדקה מיט ביידע הענט ווערן אנגענומען די תפילות.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלט איר זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע וועגן.