בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3996 - איינמאל א וואך זאלסטו מאכן א פארברענג פאר מפיצים
הפצה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד האברך ... נרו יאיר, לעיקוואד


געב איבער פאר די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה אז דאס איז די גרעסטע זאך וואס מען קען טון לכבוד דעם נייעם יאר.


די בעסטע קבלה לכבוד דעם נייעם יאר איז עוסק זיין אין הפצה, ווייל וויפיל קען דען א מענטש לערנען אין איין שעה? מען קען נישט לערנען תורה אין איין שעה מער וויפיל מען קען לערנען אין איין שעה, אבער אז מען פארשפרייט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, תמציות פון רבינ'ס ווערטער, און הונדערט מענטשן גייען לערנען תורה פאר איין שעה - האסטו אין איין שעה הונדערט שעה תורה, און אזוי ווייטער, אן קיין ענדע.


נעם די פאר אינגעלייט, ... נרו יאיר, מיט הבחור ..., מיט האברך ... - און גייט אינאיינעם, שפרייט אייך אויס אין לעיקוואד לארכה ולרחבה; האט רחמנות אויף די איינוואוינער, זיי זאלן אויך האבן די שיינע חיזוק פון רבי'ן.


מיר האבן נאך צוויי גוטע קאנדידאטן אין לעיקוואד, הבחור ... און זיין ברודער ... ; נעם זיי אריין אין דיין חבורה, ווארעם זיי אן פאר הפצה.


איינמאל א וואך זאלסטו מאכן א פארברענג פאר מפיצים, נעם אויך די וואס גייען נאכנישט הפצה, אזוי וועלן ווערן פרישע מפיצים. טייל זיך איין מיט די עסן, איין וואך ברענגט איינער א קוגל, א צווייטע וואך ברענגט איינער א קעיק, און יעדער מפיץ זאל דערציילן זיינע מעשיות, סיי די שיינע מעשיות פון די וואס האבן גענומען, און אויך די שיינע מעשיות פון בזיונות.


שטעל אויף אן ארמיי און דו וועסט זיין דער גענעראל, און שיק מיר יעדע וואך א באריכט פון דיין פליגל.


א פרייליכן שבת.

#3995 - טון די שטוב ארבעט איז די העכסטע זאך פאר א אידישע פרוי
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מתנה א וואוילער מאן מיט געזונטע קינדער - דארפט איר דאנקען דעם אייבערשטן און זיך פרייען צו קענען לעבן מיט זיי, אנגרייטן עסן פאר זיי, מאכן וועש פאר זיי; אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - וועט איר באקומען נאך און נאך כח.


דאנקען דעם אייבערשטן קענט איר טון אפילו איר זענט נישט אינגאנצן דערביי. ווען מען זאגט "ברוך השם"; צום ביישפיל, איינער פרעגט: "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" און מען ענטפערט: "ברוך השם", אפילו מען איז נישט דערביי, מען זאגט דאס נאר געמאכטערהייט - העלפט דאס אויך; עס מאכט אויס אויפ'ן מענטש. ווייל דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן געבט כח און א שטארקע מח.


בנוגע אייער פראגע וכו'; אז איר וועט טון די שטוב ארבעט, איר וועט ריין מאכן די שטוב, מאכן די וועש און אנגרייטן עסן פאר די משפחה - וועט איר באקומען כח, איר וועט ווערן געזונט און שטארק. און אז איר וועט גארנישט טון, איר וועט זוכן ווי זיך ארויסצודרייען וכו' וכו' - וועט איר ווערן שוואכער און שוואכער, ביז איר וועט דארפן אנהויבן וואוינען ביי טערעפיסטן און פסיכילאגן השם ישמרינו.


טון די שטוב ארבעט איז די העכסטע זאך פאר א אידישע פרוי; העכער פון דאווענען, העכער פון זאגן תהילים און העכער פון טון חסד מיט אנדערע; נישטא קיין גרעסערע זאך ביי אידישע מאמעס ווי צו אנגרייטן עסן פאר די קינדער און ריין מאכן די שטוב און אזוי ווייטער.


א גוט יום טוב.

#3994 - לעבן אין שטוב אזוי ווי דער אייבערשטער וויל
שלום בית, אידישע שטוב, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך קען נישט צו זיך קומען פון וואס דו האסט מיר דערציילט די יאר ביי פדיון נפש, אז דיין ווייב איז אפגעשיידט פון דיר פאר אפאר יאר. קיינער קען דאס נישט אפילו חלומ'ען, פון אינדרויסן זעט אויס אלעס ביי דיר אזוי גלאנציג, און שטילערהייט איז בכלל נישטא קיין לעבן צווישן דיר און דיין ווייב.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה, מיט תפילה קען זיך אלעס טוישן. אויך זאלסטו רעדן צו איר; האב נישט מורא צו רעדן צו איר פון דעם. זאג איר: "מיר מוזן גיין צו א רב, מיר קענען נישט לעבן אזוי; מען קען נישט לעבן אנדערש ווי דער אייבערשטער זאגט, מען קען נישט לעבן אנדערש ווי די תורה לערנט אונז".


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, איינס, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה, זי זאל ווערן געזונט, זי זאל ווערן ערליך. און צווייטנס, דו וועסט רעדן צו איר אן קיין פחד און אן קיין טשעפען, דו וועסט רעדן צו איר פון טון די ווילן פונעם אייבערשטן און אז 'מיר מוזן גיין צו א רב, אן ערליכער רב, וואס זאל אונז מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן', און אז זי וועט דיך איבערקלוגן, זי וועט דיך שטיל מאכן מיט איר אויבער'חכם'קייט זאלסטו נישט מורא האבן אויפצוברענגען דעם שמועס נאכאמאל און נאכאמאל - וועסטו זען אז זאכן וועלן זיך טוישן צום גוטן.


א גוט יום טוב.

#3993 - די הערליכע נייע קונטרס "א וועג צו לערנען"
הפצה, צדקה, הדפסה, קבלה טובה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים, כ"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


האברך היקר ... נרו יאיר האט מיר יעצט באוויזן דעם נייעם קונטרס "א וועג צו קענען לערנען"; ער האט איבערגעטייטשט דעם קונטרס "סדר דרך הלימוד" פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הערליך שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש.


איך וויל דו זאלסט אים בעטן דעם קונטרס און דאס דרוקן אין די טויזנטער און אין די צענדליגער טויזנטער. איך בין זיך מקבל דא אין אומאן ביים רבינ'ס ציון דיר צו העלפן דרוקן דעם ספר, דאס געבן פאר די מפיצים פאר אפאר פרוטות. איך וועל בלי נדר ברענגען די איבריגע געלט. פון מפיצים זאלסטו בעטן פאר א קונטרס פינף סענט (איך וויל נישט געבן בחנם).


דער קונטרס וועט מאכן א שטארקע שטורעם, אלע בחורים און אינגעלייט וועלן דאס כאפן און וועלן אנהויבן לערנען על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


לכבוד דעם נייעם יאר דארפן מיר זיך מקבל זיין פארשפרייטן דעם רבי'ן. תשפ"ג איז ראשי תיבות ת'הא ש'נת פארשפרייטן דאס ג'רויסקייט פון רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה

#3992 - מיר זענען זייער דאנקבאר פאר'ן צושטעלן אזא שיינע געשמאקע נסיעה
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב באמערקט ביי די נסיעה אז אייער מאן נרו יאיר האט נישט אויפגעהערט צו לערנען, סיי אויפ'ן עראפלאן און סיי אין די באס. אדער האט ער געהאלטן א קליינע משניות, אדער א בית נצחי, אדער זיין טעלעפאן צו העלפן אנשי שלומינו מיט די נסיעה.


איר מעגט שטאלצירן מיט אזא מאן.


מיר אלע און די גאנצע קהילה זענען אים זייער דאנקבאר פאר'ן צושטעלן אזא שיינע געשמאקע נסיעה, די יאר איז די נסיעה קיין אומאן בכלל נישט גרינג, עס איז א שטארקע טלטול הדרך, און אייער מאן מיט נאך – האבן זיך אזוי אוועק געגעבן פאר אונזער קהילה.


דער אייבערשטער וועט ענק זיכער אפשרייבן א גוט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3991 - נעם זיך נישט צום הארצן ווען מענטשן רעדן זיך אפ
הכרת הטוב, בזיונות, אומאן, ראש השנה, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך דאנק דיר זייער פאר'ן זארגן מיט אזא מסירות נפש פאר די גאנצע קהילה מיר זאלן האבן א פיינע צוגעשטעלטע פלאץ אין אומאן צו שלאפן, עסן, מקוה, דאווענען און אזוי ווייטער. בפרט די יאר ווען עס איז אינמיטן א מלחמה, אלעס איז שווערער צו באקומען, האסטו אזוי געזארגט אז אלעס זאל זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם.


איך בעט דיר זייער, נעם זיך נישט צום הארצן. אז איינער זאגט א ווארט און איינער קרעכצט און רעדט זיך אפ, דארפסטו פארשטיין אז מענטשן זענען אונטערוועגנס, מענטשן זענען איבערגעשטרענגט, מען שלעפט זיך לאנגע וועגן, קומט אויס דער זאל אריינזאגן אז דאס קלאפט נישט, יענץ קלאפט נישט, בעט איך דיר, זיי פון די הנעלבים ואינם עולבים, ענטפער קיינעם נישט צוריק, דו טו דיינס, פרוביר צו מאכן יעדן איינעם באקוועם און דו וועסט האבן א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3990 - צוגעשטעלט וועגן פאר טויזנטער אידן קיין אומאן אין אזא מלחמה יאר
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט געווען ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זיך געקענט אויסגיסן מיין הארץ, איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר צושטעלן אזא געשמאקע וועג פאר מיר און מיינע קינדער.


איך הער פון אנשי שלומינו, יעדער איז דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אהערשטעלן אזא נסיעה פון אנהויבן ביז'ן סוף, אזוי באקוועם, אזוי געשמאק.


איך דאנק דיר פאר'ן טון די שווערע ארבעט פאר די גאנצע קהילה, האסט באוויזן אזוינס וואס קיינער האט נאכנישט באוויזן; צושטעלן וועגן פאר טויזנטער אנשי שלומינו אין אזא יאר, א מלחמה יאר, א היסטארישע אומאן ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, א ליכטיגע יאר, דו מיט דיין גאנצע משפחה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3989 - ווער עס איז מסיים ש"ס באקומט א צלם אלוקים, א ליכטיגע פנים
הפצה, הדפסה, אומאן, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו טאנצט יעדן טאג אויף די זכות וואס דו האסט מיט'ן פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, עצתו אמונה - פאר די גאנצע וועלט. גיי א טענצל אפאר מאל א טאג ביי דיר אין בית המדרש עצתו אמונה, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"הייליגער רבי, העלף מיר אז אלע מיינע קינדער זאלן לערנען ש"ס און מסיים זיין גאנץ ש"ס!" אזוי זיצט חייקל ביים רבינ'ס ציון און וויינט.


טייערע קינדער, דער הייליגער רבי האט געהאט זייער א נאנטער תלמיד, חייקל, מען האט אים גערופן: "חייקל חזן"; ער האט געקענט זייער שיין זינגען. דער רבי האט זייער ליב געהאט אים הערן זינגען, ער איז געווען זייער א געטרייער תלמיד.


שפעטער ווען דער רבי איז נסתלק געווארן פלעגט חייקל אלץ גיין צום רבינ'ס ציון מתפלל זיין פאר זיך, פאר זיינע קינדער און פאר אלע אידן; ער פלעגט זיך דארט מתבודד זיין, ער פלעגט בעטן אלע זיינע בקשות.


קינדער איר ווייסט אז מען קען טאקע איבעראל בעטן דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם, נישט קיין חילוק ווער מען איז און וואו מען געפונט זיך, אבער דער אייבערשטער הערט נאכמער און שטערקער אויס ווען מען גייט צו א ציון פון א צדיק; ביי א ציון פון א צדיק זענען די הימלען אפן, די תפילות גייען דארט ארויף זייער שנעל.


אמאל האט מען געהערט ווי חייקל זיצט ביים ציון און וויינט צום רבי'ן: "רבי, איך בעט דיר זייער, העלף אז מיינע קינדער זאלן אלע לערנען און ענדיגן ש"ס, ווייל איך האב געהערט פון רבי'ן אז ווער עס איז מסיים ש"ס באקומט א צלם אלוקים, א ליכטיגע פנים, א הייליגע ליכטיגע געזוכט; רבי, איך בעט דיר זייער אז אלע מיינע קינדער און מיינע דורות זאלן אלע לערנען די הייליגע גמרא און דאס ענדיגן.


טייערע קינדער, ווער עס וויל האבן א ליכטיגע פנים, ווער עס וויל א הייליגקייט אויפ'ן פנים - זאל אנהויבן ש"ס. יעדער איינער קען דאס באווייזן, מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער.


הויבט אן מסכת ברכות און זאגט די ווערטער אין א רייע אפילו אן פארשטיין; עס נעמט אביסל צייט, עס גייט נישט אין איין מינוט; אז מען לערנט יעדן טאג אין די פרייע צייט אביסל גמרא - איז מען זוכה ביז א קורצע צייט צו מאכן א סיום אויף א מסכתא, און נאכדעם אויף נאך א מסכתא - ביז מען איז זוכה צו ענדיגן ש"ס.


אלע קינדער קומען זינגען: "דער הייליגער רבי האט געזאגט, ווער עס ענדיגט ש"ס איז זוכה צו א צלם אלוקים, א הייליגע ליכטיגע געזוכט".


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן דעם רבינ'ס ציון און ווי א איד זיצט אויף דער ערד מיט די הענט צום הימל, און פון דער זייט א קינד פון צען יאר מיט א שיינעדיגע פנים, עס זאל גיין שטראלן פונעם פנים.


שטארק זיך ברודער; מיר פארן שוין צום רבי'ן, דו וועסט קומען צום ציון מיט פולע הענט; אזויפיל אידישע קינדער האסטו מחי' געווען און מעורר געווען לתשובה.


א גוט געבענטשט יאר.

#3988 - מען טוט מיר נישט קיין טובה מיט'ן חתונה מאכן אין ישיבה
אידיש געלט, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס מען האט געטון ביי דיין שוואגער'ס חתונה אין ישיבה - איז נישט גערעכט; איך האף עס וועט נישט פאסירן נאכאמאל.


מיר ארבעטן זייער שווער אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן פאר בחינם אין בית המדרש, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, אז עס איז שוין נישט קיין בושה פאר אנשי שלומינו; אלע תלמידים און אלע תלמידות ווילן נאר חתונה האבן אין בית המדרש.


מיר מוטשען זיך אזוי שטארק אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה האבן ביליג, עס שטייען פרויען וואס קאכן און באקן, עס איז זיי בכלל נישט גרינג; מיין ווייב תחי' קאכט ביי יעדע חתונה די פלייש, קומסטו אן מיט באשטעלטע עסן פאר דיין משפחה?! מען האט זיך קלאר אויסגענומען אז מען קען גארנישט ברענגען, פארוואס טוסטו דאס צו מיר?!


איך וועל זיך נישט באליידיגן אז קומענדיגע קינדער וועט איר חתונה מאכן אין א זאל; מען טוט מיר נישט קיין טובה מיט'ן חתונה מאכן אין ישיבה, עס איז מיר בכלל נישט גרינג די שמחות אין ישיבה, איך טו דאס נאר צו העלפן אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן אן קיין גנבות און אן קיין חובות.


די חתונות אין ישיבה איז נאר פאר ווער עס וויל גארנישט, ער וויל נאר חתונה מאכן די קינדער אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן.

#3987 - העלפן די חדר און די סקול
מוסדות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר דו זאלסט שטיין צו די האנט פון ר' ... נרו יאיר; וואס ער בעט דיר בנוגע העלפן די חדר און די סקול - זאלסטו זיין גרייט.


העלפן די חדר און העלפן די סקול - איז איין שטיק הפצה; אז ער בעט דיר זאלסט ברענגען די קינדער און אהיים טראגן די קינדער, אדער העלפן טיילן עסן פאר די קינדער; וואס ער בעט דיר - זאלסטו זיין גרייט.


דאס איז די בעסטע קבלה פאר'ן נייעם יאר.


א גמר חתימה טובה.

#3986 - דער בנין אין אומאן איז נאר פאר די וואס האבן זיך איינגעשריבן
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נאר די וואס שלאפן ביי אונז אין בנין - קענען עסן ביי אונז די סעודות. איך בעט דיר זייער זאלסט מיר אפילו נישט בעטן און מיך מאכן פאר א שלעכטער אז איך וועל דיך נישט נעמען; איך קען אויך זיין א שיינער איד ווי דיר און ווי אנדערע, גיין שלאפן ערגעץ פריוואט און קומען בעטן: "ראש ישיבה שטופ מיך נישט אוועק, לאז מיך הנאה האבן פון זיך דרייען אינעם בנין און עסן סעודות וכו' וכו'".


צום דאווענען עפענען מיר דעם בנין פאר אלעמען, אבער זיך דרייען אינעם בנין, עסן אינעם בנין, און נוצן די מקוה - איז פריוואט פאר די וואס האבן באצאלט פאר א בעט.


איך בעט פון אנשי שלומינו ביטע נישט איבערגעבן דעם קארטל פאר קיינעם.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3985 - רבונו של עולם, איך בעט דיר געב מיר מיין שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות, סגולות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך ווייס עס איז דיר אזוי שווער, דו ביסט אזוי צעבראכן; דו האסט שוין געמיינט אפאר יאר צוריק אז דו וועסט האבן דיין שידוך, דו ביסט געווען זיכער אז מען וועט דיך צוכאפן יונגערהייט, און עס גייט אריבער נאך א יאר און נאך א יאר און גארנישט; עס גייט גארנישט, עס רירט זיך גארנישט, עס זעט אויס פארקלאפט, פארהאקט, פארמאכט אלע טירן.


דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, הארציגער חבר, געב נישט אויף; דערהאלט זיך, דראפע זיך, בלייב מיט דיין אמונה, בלייב מיט אמונת חכמים, בלייב מיט אלע סגולות וואס דו טוסט. איך בעט דיר, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין תרעומות, עס וועט דיר אויך ליכטיג ווערן, עס וועט קומען דיין ישועה, דו וועסט האבן דיין שידוך.


דו זיי ממשיך מיט התבודדות ותפילה; בעט דעם אייבערשטן, וויין צו אים, זאג אים:


"רבונו של עולם, איך גלייב אין דיר, איך גיי נישט אוועק פון דיר; איך בעט דיר געב מיר מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל זיין ריין, איך וויל נישט פוגם זיין בברית. איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, העלף מיר, אנה ה' הושיעה נא, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך פאר דיר מוסר נפש געווען".


ברודער שטארק זיך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3984 - עס איז נישט אויסגעהאלטן איבערלאזן די משפחה אויף שמחת תורה
תפילה והתבודדות, שלום בית, משפחה, אומאן, ראש השנה, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב מיט דיין משפחה אין ארץ ישראל, עס איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טון - איבערלאזן די ווייב מיט די קינדער אויף שמחת תורה; נאר ראש השנה ווען מיר פארן צום רבי'ן קיין אומאן טוען מיר איבערלאזן די ווייב, אויך נאר אויף אפאר טעג, פון אפאר טעג פאר ראש השנה און גלייך גייען מיר צוריק. (די לעצטע פאר יאר ביי קאראנע און אויך די יאר ביי די מלחמה - זענען געווען וואס זענען געפארן פריער, איבערגעלאזט די משפחה אויף הפקר; די רבי רופט זיי אן פליטעס [שיחות הר"ן, סימן רכח], מענטשן אן קיין ישוב הדעת, מענטשן אן התבודדות).


בלייב אין שטוב, נישטא וואס צו זוכן אין אמעריקע; עס איז דא בחורים וואס קומען אין ישיבה לערנען וואס קומען שוין אויף יום טוב, אבער איבערלאזן די ווייב און קינדער - האט נישט קיין זין.


איך האף צום אייבערשטן צו קומען קיין ארץ ישראל נאך יום טוב.


א גמר חתימה טובה.

#3983 - צעבראכן דעם טעלעפאן און זיך געקויפט א כשר'ע טעלעפאן
שידוכים, תשובה, אומאן, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים, כ"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, פון די דראסטישע טויש וואס דו האסט געמאכט. האסט אוועקגעווארפן און צעבראכן דיין טעלעפאן און זיך געקויפט א כשר'ע טעלעפאן, דו דאווענסט און לערנסט אזוי שיין.


נישט אלע ווייסן פון דיין טויש, פון אינדרויסן האסטו אלץ אויסגעזען חסידי'ש, אבער דו און איך ווייסן וואס דער רבי האט געטון מיט דיר, ווי דער רבי האט דיר געמאכט פאר אן ערליכער איד.


טייערער ברודער, בלייב שטארק. גיי אן מיט דיין גוטע וועג, גיי צום ציון בעטן פאר א שידוך. זאג פאר'ן רבי'ן א יישר כח פאר'ן דיך מאכן פאר א איד און בעט אים פאר אן ערליכע שידוך, אן ערליכע שטוב.


לייג מיך אריין אין דיינע תפילות, יואל בן רייצא רעכיל.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3982 - וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן צום הייליגן רבי'ן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן צום הייליגן רבי'ן בשעת אייער משפחה איז דערקעגן וכו'; די פרויען וואס שיקן זייערע מענער קיין אומאן צום רבי'ן קענען זיין זייער רואיג אז עס קומט זיי א גוט יאר.


א קלוגע פרוי קוקט אויף זיך, א קלוגע פרוי קוקט נישט וואס אנדערע זאגן, זי מאכט זיך א חשבון 'עס קומט א לאנגע יאר, מען דארף אזויפיל רחמים אלעס זאל אריבערגיין בשלום, וואס קען זיין בעסער ווי שיקן מיין מאן צום הייליגן צדיק דער הייליגער רבי - וואס וועט זארגן פאר אים און פאר אונזער משפחה'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן א גוטע יאר, א געזונטע יאר, א יאר מיט הרחבת הדעת און א יאר מיט מנוחה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3981 - נעמט די בריוו פאר הדרכה, נישט פאר תיקונים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט; איר רעדט אז איר זענט געווארן פארשעמט פון די בריוו וואס איך האב אייך געשריבן און איר נעמט דאס פאר א תיקון.


זייט מיר מוחל, איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט; פון וואס פאר א תיקון רעדט איר? די בריוו איז דאך איין שטיק חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן בשלום מיט'ן מאן; ווי אזוי קען מען פארשעמט ווערן פון דעם? פון וואס רעדט איר בכלל? וואס תיקונים? ווען תיקונים?! איך וויל אייך פארשעמען? איך האב נישט וואס צו טון מיט מיין צייט? איך וויל אייער שטוב זאל נישט צעפאלן, איך האב רחמנות אויף אייערע קינדער אז די שטוב זאל נישט צעפאלן.


איר קענט גיין צו ברסלב'ע חבר'טעס, איר קענט גיין הערן שיעורים צוזאמען מיט ברסלב'ע פרויען, איר דארפט דאס מאכן מיט חכמה נישט זיך רייצן מיט קיינעם און קיינעם נישט שטעכן, זיכער נישט אייער טייערער מאן נרו יאיר.


בנוגע גיין ארבעטן וכו'; וואס דארפט איר גיין ארבעטן, בלייבט אין שטוב מיט די קינדער, זייט א געטרייע מאמע פאר די קינדער.


בנוגע גיין צו קברים; א פרוי גייט נישט צו קברים אין די טעג וכו', בכלל איז נישט כדאי צו גיין צו סתם קברים, אפילו קברי אבות גייט מען נאר מזמן לזמן - נישט טעגליך. אנדערש איז אבער קברי צדיקים; צו א צדיק גייט מען אין אלע צייטן, ביי א קבר פון א צדיק איז ווי מער מען קען גיין מתפלל זיין - זעט מען גרויסע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3980 - לאז וויסן פאר דיין שווער און שוויגער אז דו פארסט קיין אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס האסטו מורא? און פון וועם איז דא מורא צו האבן?! אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן - ביסטו א געווינער, אלעס אויסער דעם איז שוין א באנוס, אז דיין ווייב שיקט דיר צום רבי'ן אויף ראש השנה - וואס נאך דארפסטו?


טו וואס דיין ווייב בעט דיר. מיין ווייב תחי' האט מיר דאס זעלבע זאך געבעטן ווען איך בין געפארן די ערשטע יאר און די צווייטע יאר - איך זאל מעלדן פאר אירע עלטערן אז איך פאר, זי זאל האבן וואו צו זיין ראש השנה. אזוי האב איך געטון, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין שווער איז א איד א צדיק (מוהרא"ש האט דאס מעיד געווען אויף אים), ער האט זיך שיין געזעגנט און מיין ווייב איז דארט איינגעשטאנען פאר לאנגע יארן, ביז די משפחה איז שוין גענוג גרויס אז מיר נעמען שוין אריין אנדערע געסט.


אזוי זאלסטו טון, דו זאלסט מעלדן פאר אירע עלטערן אז דו פארסט קיין אומאן און דאנק זיי פאר'ן ארייננעמען דיין ווייב. דארפסט נישט מורא האבן פון דעם, נישטא פון וואס מורא צו האבן. און אז דיין שווער און שוויגער נעמען זיך אויף דיינע ביינער, זיי שרייען און זידלען דיר - זאלסטו נישט ענטפערן, חס ושלום ענטפערן; בלייב שטיל, הער אויס און זיי מקבל די בזיונות.


דו ווייסט וויפיל אינגעלייט ווערן קראנק יעדע יאר ראש השנה, זיי ווילן קומען צום רבי'ן און די ווייב זאגט זיי 'אויב אומאן - קומט א גט', זיי ווערן קראנק, זיי ווילן קומען צום רבי'ן, זיי ווארטן אויף א תיקון, זיי ווילן זוכה זיין צו וואס דער רבי האט מבטיח געווען, און די לשון הרע'ס - דאס גייט אריין אין די הערצער פון שוואכע פרויען, והוה מה דהוה. דעריבער אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן - מער פון דעם דארפסטו נישט.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3979 - "שפתי תפתח", א שיינע לייכטע פירוש אויף ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט די וועכנטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" און "איש אמונות".


איך האף דו וועסט אנהויבן ארבעטן אויפ'ן נייעם פירוש: "שפתי תפתח"; א שיינע לייכטע פירוש אויף ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן. דער פירוש איז געבויט אויפ'ן ספר הקדוש שפת הנחל, דרשות מוהרא"ש און אשר בנחל. איך האב גארנישט מחדש געווען אינעם פירוש, נאר געטייטשט און געגעבן צו פארשטיין אויף א גרינגע וועג פאר די בני הנעורים, די היינטיגע מוחות זאלן אויך האבן א טעם, א געפיל - אין דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן; זיי זאלן אויך זוכה זיין צו וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט לקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".


איך האב א נאמען געגעבן דעם פירוש "שפתי תפתח". שפתי האט אין זיך דאס ווארט "שפת" ווייל דאס איז געבויט אויף ספר "שפת הנחל", און אין די יו"ד איז מרומז מיין נאמען. און ווייל דער הייליגער רבי עפנט די מויל מען זאל רעדן צום אייבערשטן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספר לקוטי מוהר"ן ווערט "שפתי תפתח", די ליפן עפענען זיך, מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף מיר איך זאל קענען תשובה טון און אלעס פאררעכטן, איך זאל מתקן זיין מיין נפש, רוח און נשמה, איך זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די הייליגע צדיקים.


שטעל אויס דעם פירוש אזוי ווי א גמרא, מיט רש"י און תוספות פון דער זייט. לייג פיר שורות פונעם פירוש פון אויבן, אנטקעגן די פיר אותיות פון שם הוי"ה, און אנטקעגן די פיר וועלטן וכו'.


איך האף דיר צו שיקן יעצט די צווייטע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3978 - ווען מען וועט בעטן ביי מיין ציון, וועל איך הערן

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; די עצתו אמונה איז הערליך שיין, אזויפיל משפחות, מענער און פרויען, יונג און אלט, זאגן אז דאס איז זייער חיזוק, דאס איז זייער וועג ווייזער, דאס איז זייער ליין מאטריאל, זיי נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום אנדערע ליין מאטריאל. אויך די קינדער זענען זיך מחי' מיט די קינדער עצתו אמונה.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבינ'ס ציון. עס איז גוט יעצט צו דרוקן די מעשה, דאס וועט זיין חיזוק פאר די קינדער צו מתפלל זיין ביים רבינ'ס ציון.


"טאטע!!!" "טאטע!!!" ווער שרייט אזוי הויך?!


דער הייליגער רבי איז געקומען וואוינען אין אומאן די לעצטע יאר פאר זיין הסתלקות, דעם רבינ'ס דירה איז געווען נעבן דעם בית החיים. דארט פלעגט מען אלץ הערן קולות פון מענטשן ווי זיי קומען שרייען, זיי קומען דאווענען ביי די קבר פון זייער טאטע.


פאסירט אמאל, דער רבי זיצט אין שטוב מיט זיין טאכטער, און פלוצלונג הערן זיי א געשריי, "טאטע!!!" "טאטע!!!" דער רבי קוקט ארויס פון פענסטער און זעט א אידענע שרייט ביים קבר פון איר טאטע, זי שרייט און וויינט: "טאטע... טאטע..." זי איז אזוי פארביטערט, זי שרייט מיט איר גאנצע הארץ.


דער רבי זאגט פאר זיין טאכטער: "די אידענע שרייט טאקע מיט איר גאנצע הארץ, אבער איר טאטע איז נישטא, איר טאטע הערט נישט וואס זי שרייט; א שאד אז זי שרייט דא אומזיסט".


דער רבי זאגט פאר זיין טאכטער: "טאכטער טייערע, ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט און דו וועסט קומען צו מיין ציון - וועל איך יא הערן, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז דאס אזוי ווי ער גייט ארויס פון איין שטוב און גייט אין א צווייטע שטוב".


דער רבי איז אריין אינעם צווייטן צימער און זאגט איר: "שריי 'טאטע!' אזוי ווי יעצט הער איך דיין געבעט - אזוי וועט זיין ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, מען וועט בעטן ביי מיין ציון - וועל איך הערן וואס מען בעט".


טייערע קינדער, יעצט ווען מיר פארן קיין אומאן, מיר גייען צום רבינ'ס ציון - וועלן מיר בעטן דעם רבי'ן אלע אונזערע בקשות, און דער רבי וועט אונז העלפן.


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן ווי דער רבי שטייט ביי איין זייט פון זיין טיר און ער ווייזט מיט די פינגער צו זיין אויער, און פון די אנדערע זייט שטייט א מיידל מיט צאמגענומענע האר מיט'ן פנים צום וואנט און בעט עפעס; זאג דעם מעלער ער זאל מאכן מען זאל זען ביידע זייטן פונעם וואנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3977 - אזא הערליכע גארטן האט איר אויפגעשטעלט פאר'ן אייבערשטן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר והיית רק למעלה [כי תבוא], כ' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער הארציגער חבר הרב ... נרו יאיר


מזל טוב פאר די גרויסע שמחה צו די בר מצוה פון דיין טייערער זון, דיין בן זקונים, ווי דער תרגום זאגט (בראשית לז, ג): "בַר חַכִּים הוּא לֵהּ", כל מה שלמד משם ועבר מסר לו, כמר ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק און גיין אין די וועגן פון זיינע גרויסע עלטערן, סיי אין דיינע וועגן, ווי דו האסט זיך דיין לעבן אוועק געגעבן פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ועד היום הזה ביסטו מדפיס צענדליגער און הונדערטער טויזנטער ספרים, און אין די וועג פון דיין טאטע, הרב החסיד ר' ... שליט"א, און דער עלטער זיידע הרב החסיד הצדיק ר' ... זכרונו לברכה.


דו מיט דיין אשת חיל תחי' זאלן זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער און אייניקלעך. ווער עס קוקט אויף ענקער גארטן שטייט און שטוינט, א הערליכע גארטן, אלע קינדער יראים ושלמים, אלע זענען עוסק אין ללמוד וללמד, לערנען מיט אידישע קינדער די ריינע אמונה און מדות טובות על דרך רבותינו.


און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת.


א כתיבה וחתימה טובה, וואונטשט דיין חבר:


...


איך פריי זיך מיט מיט דיין שמחה.

#3976 - משניות וועט דיך אויסהיילן בגוף ונפש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זאג די הייליגע ווערטער פון משניות - אפילו אן פארשטיין; דאס וועט דיך רייניגן פון אלע זינד, דאס וועט דיך אויסהיילן בגוף ונפש.


משניות האט אין זיך אלע סגולות און אלע רפואות, משנה איז מְשַׁנֶּה דעם מענטש. משנה איז די אותיות נְשָׁמָה, מען באקומט א ריינע נשמה.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#3975 - איך וויל זיין אינפארמירט מיט אלעס וואס טוט זיך אין די מוסדות

בעזרת ה' יתברך


                          יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זייער גוט טוט איר אז איר אינפארמירט מיר יעדן טאג מיט אלע פרטים פון די מוסדות, איך וויל וויסן יעדע פרט. אזוי זאלט איר ווייטער טון, פרעגט נישט קיינעם זייער דעה, איר זאלט פאלגן. שרייבט מיר יעדן טאג בקיצור יעדע פינטל, יעדע ברעקל - וואס טוט זיך אין די מוסד.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די ערליכע פרויען וואס זענען מוותר אויף אלעס, אבי זייערע מענער זאלן לערנען תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות סב.): "נשותיהן של תלמידי חכמים", די פרויען פון תלמידי חכמים, "שמנדדות שינה מעיניהם בעולם הזה", וואס געבן אוועק זייער הנאה אז דער מאן זאל קענען לערנען און דינען דעם אייבערשטן, "ובאות לחיי העולם הבא", דאס ברענגט זיי זוכה צו זיין צו עולם הבא; עס ווארט אייך א שיינעם פלאץ אין גן עדן פאר'ן מחזק זיין אייער טייערער מאן נרו יאיר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3974 - פלאנץ איין תמימות צווישן די בחורים און אינגעלייט

בעזרת ה' יתברך


                          יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט עוסק אין הפצה, דו פארשפרייטסט די הייליגע עצות פון רבי'ן אין די וועלט. אבער אין די זעלבע צייט דארפסטו אויך עוסק זיין אין הפצה ביי אנשי שלומינו, עס גייט איבער אויף בחורים און אברכים ביי אנשי שלומינו שווערע נסיונות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָּדוֹל הֵימֶּנּוּ", האט מען א גרעסערער יצר הרע. דער הייליגער רבי טייטשט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) ווער איז א "גדול מחברו"? דער וואס האט א צדיק; ווי נענטער מען קומט צום צדיק - דארף מען מער חיזוק, עיין שם.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פלאנץ איין תמימות צווישן די בחורים און אינגעלייט. יעצט איז א מלחמה, דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג) דער מלך האכזר פלאנצט איין זיינע קנעכט זיי זאלן אריינברענגען אין די מדינה ניבול פה מיט ליצנות, דאס מאכט קאליע די טעם, ריח ומראה; דארפן מיר איינפלאנצן תמימות און קדושה, די בחורים און אינגעלייט זאלן נישט מורא האבן פון קיינעם. ווען זיי הערן עפעס ליצנות אדער ניבול פה זאל מען יענעם אנכאפן און אים פארטרייבן; קוק נאך די מעשה והבן למעשה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3973 - העלפן בויען דעם שטעטל, מיט'ן קובע זיין צייט צו לערנען

בעזרת ה' יתברך


                          יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ליכטיגער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ברוכים הבאים בשם ה', איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געקומען וואוינען אין שטעטל, עס איז פאר די קהילה א כבוד צו האבן אזא טייערע משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין חן המקום ביי דיר און דיין משפחה, די שטעטל זאל דיר העלפן ווערן א בעסערער איד.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מיר העלפן בויען די שטעטל. קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מי און פלאג איך לייג אריין אינעם שטעטל, עס זאל זיין א פלאץ פון תורה ויראה, א פלאץ פון אמונה.


זיי זיך קובע מיט א חברותא צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, לכתחילה אינדערפרי פאר'ן דאווענען; מיט דעם וועסטו מיר העלפן בויען דעם שטעטל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה", איך וואוין נאר אין א פלאץ פון תורה; פשט איז נאך מער, "איני דר", עס קען נישט זיין א פלאץ זאל מצליח זיין, "אלא במקום תורה", אויך וועסטו זיך שפירן גאר גוט, דער טאג וועט דיר שיינען און לייכטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3972 - סוף יאר און אנהויב יאר דארף מען זיך שטארקן צו בלייבן אין ישיבה

בעזרת ה' יתברך


                          יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נישט ביי זיך פון וואס איך זע די לעצטע וואך ביי דיר, עס איז אריין אין דיר א פרישע גייסט, דו האסט אנגעהויבן לערנען מיט התמדה; איך זע דיר א גאנצן צייט אין ישיבה מיט א ספר, אדער א חומש, א משניות; אנשטאט זיצן אויפ'ן טעלעפאן - זיצטו מיט די הייליגע תורה. אויך זע איך אז דו דאווענסט ערליך, עס איז מיר ממש א נחת און א פארגענוגן.


שטארק זיך, ווער נאר שטערקער און שטערקער מיט דיין עבודת השם. אזוי וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב.


כאפ זיך אן אין רבי'ן, בלייב אין ישיבה. יעדע סוף יאר און אנהויב יאר דארף מען זיך גוט שטארקן צו בלייבן אין ישיבה, ווען מען זעט אנדערע חברים מאכן חוזק, זיי גייען ארויס, זיי רעדן צו נאך בחורים נישט צוריק צו קומען וכו'.


אז דו וועסט זיך שטארק אנכאפן ביים רבי'ן - וועסטו האבן א זיס לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה.