בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3967 - זיי פרייליך, וועסטו ווערן רייך

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברוקלין


א סגולה פאר עשירות איז "זיין פרייליך", נישט לאזן די עצבות פאר קיין איין רגע; דאס איז די בעסטע סגולה פאר עשירות.


שלמה המלך זאגן (משלי י, כב): "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר", די ברכה פונעם אייבערשטן מאכט רייך, "וְלֹא יוֹסִף עֶצֶב עִמָּהּ". קען זיין פשט, ווען איז דא די "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר", ווי אזוי איז מען זוכה צו באקומען די ברכה פונעם באשעפער און זיין רייך? ווען עס איז: "וְלֹא יוֹסִף עֶצֶב עִמָּהּ", ווען דער מענטש לאזט נישט ביי זיך עצבות ומרה שחורה.


ווער עס שטופט אוועק די דאגות און עצבות, ער לעבט מיט אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם באשעפער; זיין געלט, זיין ארבעט, זיין אלעס - איז אייבערשטער, ער פריידט זיך און ער לאזט נישט די עצבות זיך מתגבר זיין אויף אים, דער איז זוכה צו "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר", דער ווערט רייך; והבן למעשה.


דו בעטסט שטענדיג איך זאל דיר בענטשן מיט עשירות; זיי פרייליך - וועסטו ווערן רייך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3966 - מיר דארפן תשובה טון, אהיימגיין העלפן די ווייב מיט די פיצלעך קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א נייע דערהער אין עבודת ה', עבודת ה' איז העלפן די ווייב מיט די פיצלעך, רחמנות האבן אויף איר און אויף די קינדער.


איך האב געהערט פון הרב ר' יצחק שליט"א, ער האט אליינס מיט געהאלטן ביי מוהרא"ש אין שטוב, אין די צייט ווען מוהרא"ש האט געהאט קליינע קינדער, ווי מוהרא"ש פלעגט העלפן אין שטוב, ווי ער פלעגט זיך פארען מיט זיי.


דער גרויסער צדיק מוהרא"ש, וואס האט שוין זוכה געווען נאך די חתונה צו די העכסטע מדריגות - האט אויך געהאלפן אין שטוב; איז דאך אוודאי מיר פשוט'ע מענטשן, וואס מיר זענען פארנומען רוב טאג מיט נארישקייטן, מיט שמועסן מיט מענטשן און בטלנ'ען די צייט, דארפן מיר תשובה טון; מיר דארפן אהיים גיין העלפן די ווייב מיט די פיצלעך קינדער.


א פרוי אז זי ברענגט קינדער און זי דארף זיך פארען אליינס - קען זי איבעררייסן די נערווען חס ושלום, דעמאלט איז זייער ביטער, יפה שעה אחת קודם; ענדערש העלפן פריער אז עס זאל נישט פאסירן קיין שלעכטס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3965 - מען דארף זיך רייניגן מיט תיקוני זוהר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין תיקוני זוהר, סיי יעצט אין חודש אלול, און אויך א גאנץ יאר.


מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים אז ספר התיקונים וואשט אפ דעם מענטש פון אלע בלאטעס, עס רייניגט די נפש, רוח און נשמה.


בפרט דער וואס האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן, ער איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף ער גרויס רחמנות ער זאל נישט אינגאנצן פארלוירן גיין; דארף מען זיך רייניגן מיט תיקונים.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, געב נישט אויף; האלט זיך שטארק מיט דיין עבודת השם יתברך, יש ענין שיתהפך הכל לטובה, דו וועסט בקרוב האבן דיין שידוך.


פון דיין ראש ישיבה.

#3964 - לאזט נישט אריין אין אייך קיין שום שולד געפיל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין יעצט אויפ'ן וועג אהיים פון שטעטל, איך בין פארנומען מיט'ן פאקן און פארן, דאך מוז איך אייך שרייבן אפאר ווערטער, ווייל איך זע אז איר ווערט געפייניגט וכו'.


וויסן זאלט איר, עפעס האט פאסירט מיט אייער מאמע, דער אייבערשטער זאל איר שיקן א רפואה שלימה. ווען זי רעדט צו אייך זאלט איר זיך נישט באשולדיגן, ווען זי מאכט אייך שפירן שולדיג, זאלט איר זיך נישט קלאפן. איר זענט זייער טייער און חשוב, איר זענט א גרויסע צדיקת; לאזט נישט אריין אין אייך קיין שום שולד געפיל.


די גאנצע קאפוויי וואס איר האט - איז אלעס פון די פרשה וכו'; בעט איך אייך זייער, זייט פרייליך מיט אייער משפחה. איר האט א טייערער מאן און איר זענט טייער, און די אלע וואס שטעכן אייך און טוען אייך וויי, זאל דער אייבערשטער זיי אויסהיילן.


איך בעט אייך, לאזט זיך נישט צעברעכן פון קיינעם.


כיבוד אב ואם מיינט נישט אז מען מוז טון וואס די עלטערן זאגן. קליינע קינדער לערנט מען אזוי אויס, מען מוז פאלגן עלטערן. נאך די חתונה, און אפילו פאר די חתונה, ווען מען איז עלטער און מען האט א וועג ווי אזוי צו לעבן און עלטערן קריכן אריין אין די קישקעס "מאך אזוי", "טו אזוי" - דאס איז נישט קיין כיבוד אב ואם.


איך ציטער אויב איר וועט זיך אנהויבן באשולדיגן.


גייט שפאצירן יעדן טאג צווישן די גראז, זינגט צום אייבערשטן, און בעטס אים אז אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק, אייער מאמע זאל האבן א רפואה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3963 - צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ירושלים על טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


א גרויסן יישר כח פאר'ן געבן צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ירושלים עיר הקודש.


מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב און מיר באקומען נישט קיין געלט פון קיינעם, אונזער גאנצע שטיצע איז פון אנשי שלומינו וואס האבן א געפיל צו מוהרא"ש און צו די מוסדות.


איך האף דיך צו זען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן. אגב, דיין שידוך איז מיר בייגעפאלן פאריאר ביים רבי'ן ערב ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3962 - טענה'ען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר גייען שוין זאגן סליחות, מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, אזוי ווי מען זאגט אינעם פיוט: "במוצאי מנוחה קדמניך תחילה". גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט פאר אידישע קינדער, טענה פאר אידישע קינדער; מען דארף מליצי יושר זאלן רעדן גוטס אויף אידישע קינדער.


נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט אז מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך אין די גמרא, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה טו:): "אשכחיה רבה בר שילא לאליהו", רבה האט באגעגנט אליהו הנביא, "אמר ליה", ער פרעגט אליהו הנביא: "מאי קא עביד הקדוש ברוך הוא", וואס טוט דער אייבערשטער יעצט? ענטפערט אים אליהו הנביא: "קאמר שמעתא מפומייהו דכולהו רבנן", דער אייבערשטער זאגט נאך אויבן אין הימל די ווערטער פון די הייליגע חכמים, "ומפומיה דרבי מאיר לא קאמר", אויסער פון רבי מאיר, פרעגט אים רבה: "אמאי", פארוואס זאגט דער אייבערשטער נישט נאך פון רבי מאיר? זאגט אים אליהו הנביא: "משום דקא גמר שמעתא מפומיה דאחר", ווייל ער האט געלערנט תורה ביי אן אפיקורס, פרעגט רבה: "אמאי, רבי מאיר רמון מצא, תוכו אכל קליפתו זרק", וואס איז רבי מאיר שלעכט, ער האט נישט גענומען פון זיין רבי די שלעכטס, ער האט גענומען נאר דאס גוטס; אזוי ווי איינער טרעפט א מילגרוים, ער עסט אויף די זאפטיגע קערלעך און די שאלאכטס ווארפט ער אוועק, אזוי האט רבי מאיר געטון! זאגט אליהו הנביא פאר רבה: "השתא קאמר", איך הער יעצט דעם אייבערשטן נאכזאגן פון רבי מאיר.


האבן מיר גערעדט נעכטן ביים שיעור, וואס האט דא פאסירט, אויבן אין הימל ווייסט מען נישט די זאך פון "תוכו אכל, קליפתו זרק"? מען ווייסט נישט אויבן אין הימל אז רבי מאיר האט נאר גענומען דאס גוטס פון זיין רבי? וואס האט דא רבה מחדש געווען אז פלוצלונג האט זיך אלעס געטוישט?! נאר וואס דען, דא זעט מען דאס גרויסקייט פון טענה'ען פאר א צווייטן איד, אזוי ווי רבה טענה'עט פאר אליהו הנביא אז רבי מאיר איז גוט, ער האט נישט געטון קיין שום שלעכטס - האט זיך שוין אלעס געטוישט.


דאס דארפן מיר טון א גאנץ יאר און בפרט אין די טעג וואס מען משפט די וועלט, מיר דארפן טענה'ען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער; מען ווייסט נישט וואס עס פאסירט אין הימל ווען מען זאגט ארויס א ווארט, מען זאגט: "הייליגער באשעפער, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, אידישע קינדער זענען זייער א הייליג פאלק; האב רחמנות אויף דיינע קינדער, האב רחמנות אויף אונז"; מען נעמט אראפ אלע גזירות, מען ברענגט רחמים אויף די וועלט.


טייערע חברים תלמידי היכל הקודש, איך בענק זיך זייער נאך ענק; איך ווארט שוין ענק צו זען ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה אין אומאן. איך וויל ענק זייער בעטן, מיר קומען קיין אומאן, זאלסט מיט קיינעם נישט טענה'ן, בפרט מיט די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און זיי זוכן צו מאכן פירוד לבבות, מחלוקות וכו'; טענה נישט מיט קיינעם, טענה נישט מיט די עזות פנימ'ער וואס שפעטן פון צדיקי אמת, שפעטן פון מוהרא"ש, שפעטן פון סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו).


אונזער זאך איז שווייגן, אונזער זאך איז תכלית. נאך אביסל וועט מען זיין א גוסס, נאך אביסל וועט מען זיך מוזן שיידן פון די וועלט; דעמאלט וועט אפיר קומען אלע פרקים משניות און בלעטער גמרא, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


לאמיר חזר'ן א שטיקל צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן וועגן ראש השנה, (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט "אֱמוּנַת חֲכָמִים" דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג "אֱמוּנַת חֲכָמִים", אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אוּן רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3961 - איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קענען קומען וואוינען אין שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר זארגן אז מיינע בגדים זאלן זיין גוט; פאר'ן טראגן מיין רעקל צום שניידער, און פאר'ן מיר קויפן נייע שבת'דיגע הויזן.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר דעם.


איך פאר היינט צוריק קיין וויליאמסבורג; מיר גלוסט בכלל נישט צוריק צו גיין אין שטאט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות קי:): "ישיבת כרכים קשה", עס איז נישט גרינג, נישט ברוחניות און נישט בגשמיות; הלוואי וואלט איך געקענט בלייבן אין קרית ברסלב, אויך מיין ווייב וויל נישט צוריק פארן, זי וויל דא בלייבן, אויך די קינדער לעבן דא א חיים טובים.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קענען קומען וואוינען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3960 - טון אלעס אויף די וועלט אז די ליבשאפט זאל זיך נישט אפקילן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר ווערט אין א שלעכטע גוסטע ווען איר וועקט אויף אייער מאן און ער שרייט אויף אייך שלאפעדיגערהייט: "לאז מיך אפ!" וכו' וכו' - איז שוין ענדערש נישט אויפוועקן.


באמת וואלט עס אייך נישט געדארפט שטערן, ווייל אז אייער מאן נרו יאיר וויל אויפשטיין און ער בעט זיך ביי אייך איר זאלט אים וועקן, און ער קען זאגן ווערטער אינמיטן שלאפן: "לאז מיך אפ!" דאס איז נישט בכוונה, דאס איז נישט אייך וויי צו טון, איר וואלט זיך נישט געדארפט צוטון מאכן, אבער אויב עס שטערט אייך יא און עס קילט אפ די ליבשאפט - זאלט איר זיך ארויסדרייען און טון אלעס אויף די וועלט אז די ליבשאפט זאל זיך נישט אפקילן.


איר האט א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, און איר זענט א וואוילע פרוי, א צדיקת; איר דארפט לעבן מיט ליבשאפט, מיט פריינטשאפט, און נישט אריינלאזן דעם סמ"ך מ"ם וואס וויל נאר אפקילן דאס ליבשאפט און פארטרייבן די שכינה הקדושה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3959 - יישר כח פאר די שיינע גרוסן פון קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קאנטרי אילן החיים, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך מוז אייך זאגן, איר האט מיר זייער מחי' געווען. איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן די גוטע גרוסן פון סקול, ווי אייער טאכטער איז אהיים געקומען מיט א גוטע חינוך פון כיבוד אב ואם, און א גוטע חינוך פון תפילה, אמונה, און אזוי ווייטער.


אויך האב איך זיך זייער געפריידט אז איר האט זייער הנאה געהאט דעם זומער אין קאנטרי, און אז איר ווילט צוריק קומען קומענדיגע יאר, און אז אלע משפחות האבן הנאה געהאט; עס איז מיר א פארגענוגן צו הערן די גוטע זאכן, אז אלע משפחות האבן זייער הנאה געהאט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת ביי אייערע קינדער, איר זאלט האבן כח זיי צו ערציען, און מיר אלע זאלן האבן א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


נאכאמאל, יישר כח פאר די שיינע גרוסן פון קאנטרי.

#3958 - דו קענסט אויך עסן די סעודות שבת מיט מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט איינגעלאדנט צו די שבת סעודות. אמאל האבן מיר גענומען געסט, היינט זענען ביי מיר די קינדער. א גאנץ זומער זענען מיינע חתונה געהאטע קינדער סמוך על שלחנו, קען איך נישט זיין א שיינער איד, נעמען געסט אויף די חשבון פון מיין ווייב; איך זיץ ווי א שיינער איד ביים טיש אויבן אן, און זי קומט נישט אן צו קענען זיצן ביי די סעודה.


איך בין זוכה יעדע וואך צו עסן די סעודת שבת ביי מוהרא"ש עד היום הזה. איך זינג "שלום עליכם", איך פארמאך זיך די אויגן, און איך מאל זיך אויס ווי איך זיץ ביים טיש פון מוהרא"ש. אזוי טו איך יעדע מאל איך זינג א ניגון פאר'ן שיעור, איך פארמאך זיך די אויגן און איך בין זיך מצייר ממש ווי איך זיץ יעצט ביי מוהרא"ש.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3957 - די גרעסטע מצוה איז יענעם אויסצוהערן און געבן א גוטע געפיל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן היינט אינדערפרי אייער הודעה.


אייער מאן האט מיך געפרעגט וואס ענק זאלן זיך פארנעמען א גוטע קבלה פאר אייער געזונט.


יעצט ווען איר שרייבט מיר אז איר זענט מחזק מרת ... תחי', וויל איך אייך זאגן אז דאס איז די גרעסטע זאך; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען מען איז מחזק זיינע קינדער, און אז איינער קלאפט אויף אייער טיר בעטן חיזוק - איז די גרעסטע מצוה יענעם אויסהערן און יענעם געבן די געפיל אז מ'פארשטייט יענעם.


דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת וירא, קד.): "בְּשַׁעֲתָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִים לֵיהּ לְבַּר נָשׁ", ווען דער אייבערשטער האט ליב דעם מענטש, "מְשַׁדֵּר לֵיהּ דּוֹרוֹנָא", שיקט ער אים א מתנה, "וּמַאן אִיהוּ, מִסְּכֵּנָא", - א צעבראכענע הארץ; אז עס קומט א צעבראכענע הארץ צו אייער טיר - איז דאס א סימן אז דער אייבערשטער האט אייך ליב.


די יונגע ווייבלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, זיי איז א גרויסע מצוה אויסצוהערן און געבן די געפיל אז זיי זענען נישט אליינס אויפ'ן וואסער.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3956 - ווי מער אינגעלייט זאלן האבן אן אמט אין די קהילה אדער מוסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב ער שיקט נישט ארויס די חיזוק יומי - זאלסטו צוריקנעמען די נומער, און אדער דו זאלסט עס שיקן אדער וועל איך ברענגען א צווייטן זאל דאס ארויסשיקן.


זיי נישט ברוגז, איך האב פשוט געוואלט אז דער אינגערמאן ... זאל האבן א שייכות מיט הפצה - וועט עס אים אליינס העלפן. ווייל אז דו וועסט קוקן וועסטו זען, אלע וואס האבן א שייכות מיט הפצה בלייבן ווארעם צום רבי'ן, זיי בלייבן געטריי דעם רבי'ן. איך זוך אלץ ווי מער אינגעלייט זאלן האבן אן אמט אין די קהילה אדער מוסד, בבחינת (סנהדרין יז.): "הַטֵּל עֲלֵיהֶן צָרְכֵי צִיבּוּר וְהֵן כָּלִין מֵאֲלֵיהֶן", זאגן צדיקים, אז מען טוט צרכי ציבור, מען איז עוסק אין פארשפרייטן דעם אייבערשטן, הֵן כָּלִין מֵאֲלֵיהֶן, ווערט מען אויס, מען ווערט בטל ומבוטל צום אייבערשטן און אלע שלעכטס ווערט בטל ומבוטל.


אבער אז ער טוט עס נישט בשלימות - נעם עס צוריק, די חיזוק יומי איז נישט קיין קינדער שפיל; הונדערטער און טויזנטער אידן ווארטן אויף דעם טעגליך, זיי דארפן דאס ווי לופט צו אטעמען.


גיי נאך געלט פאר די מוסד, זיי עוסק אין די הייליגע מצוה דיין גאנץ לעבן. נעם דיר א שותף ר' ... נרו יאיר און גייט אינאיינעם צאמנעמען צדקה פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3955 - מען דארף האבן פרישע אינגעלייט צו העלפן די קהלה
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


נעכטן בין איך געזיצן כמעט צען שעה בלי הפסק מיט די חברי הנהלה; מיר האבן גערעדט פון זייער וויכטיגע זאכן. זיי האבן מיר געבעטן אז זיי דארפן נאך צוויי אינגעלייט, געטרייע אינגעלייט; געטריי פאר די מוסד, געטרייע פאר די קהילה; איך האב געבעטן דעם אייבערשטן און איך האב געטראכט פון דיר.


וויל איך דיך פרעגן אויב דו ווילסט מיט ארבעטן מיט די הנהלה און זיי העלפן בויען די שטעטל.


לאז מיר וויסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3954 - ארויסהעלפן און מיטארבעטן מיט די חברי ההנהלה
שטעטל, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די חברי הנהלה האבן מיר געבעטן אז זיי דארפן נאך צוויי אינגעלייט זאלן העלפן די שטעטל מיט'ן זיך נאנט האלטן מיט די שטאטישע באאמטע.


פאר די אמט קען מען נישט נעמען יעדן איינעם, ווייל אז מען נעמט אינגעלייט זאלן פארטרעטן די קהילה ביי די שטאטישע באאמטע - דארפן מיר נעמען אזעלכע אינגעלייט וואס זייער אינטערעסע איז 'פאלגן דעם ראש ישיבה'; אויב האבן זיי אנדערע אינטערעסן - איז דאס א פראבלעם פאר אונזער קהילה. פאר זיך בלייבן זיי פיינע אינגעלייט, אבער מיר קענען נישט נעמען אזעלכע אינגעלייט זאלן זיין פאן טרעגערס.


איך האב געגעבן פאר די חברי הנהלה דיין נאמען, איך האב טראסט אין דיר אז דו וועסט אויסנוצן דיינע קשרים פאר די טובה פון די קהילה, און אלעס דורכרעדן מיט די חברי הנהלה.


נאך א זאך וויל איך קלאר שטעלן פאר דיר און פאר אלע אנשי שלומינו. ווער עס ארבעט מיט מיט די חברי הנהלה - דער איז מיר געטריי, און דער וואס זוכט זיי אויסצושפילן און בארעדן - איז מיר נישט געטריי; אפילו ער זאגט פאר יעדן: "איך פאלג נאר דעם ראש ישיבה", און אפילו עס זעט אויס ווי ער איז נאנט - איז ער מיר נישט געטריי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3953 - מאכן סיומים אינאיינעם מיט די ווייב און קינדער
שידוכים, שלום בית, סיום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער .... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין ווייב שרייבט אז דו ביסט איר זייער מכבד, דו רעדסט צו איר אזוי ווי מען רעדט צו א קעניגן, דו פירסט זיך זייער שיין.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן, דאס איז באצאלט פאר'ן שידוך. ווען איך מאך א שידוך פאר תלמידים ותלמידות און מען וויל מיר באצאלן שדכנות, בעט איך איין זאך, מען זאל לעבן מיט ליבשאפט; דאס איז מיין שדכנות, דאס געבט מיר כח צו מאכן נאך שידוכים.


דיין ווייב שרייבט אז דו לערנסט זייער פלייסיג, זי האט זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט. זי וואלט זייער געוואלט דו זאלסט איר דערציילן ווען דו מאכסט א סיום, זי וויל דיר מאכן א שיינע מאלצייט. עס איז כדאי דו זאלסט איר דאס זאגן, אפילו דו פאר דיר - דארפסט נישט די זאכן וכו', אבער פאר איר איז דאס יא וויכטיג, עס לעבט אויף די שטוב, און אויך פאר די קינדער איז דאס וויכטיג, דאס מאכט זיי אויך א חשק.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3952 - נישטא אזא זאך א פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נסיונות
שמחה, חינוך הילדים, שטעטל, נסיונות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.


די געפילן וואס וועקן זיך אויף אין אייך, איר הייבט אן טראכטן 'וואס טו איך דא? איך וויל צוריק גיין קיין אמעריקע, איך וויל גיין קיין שטעטל'; וואס מיינט איר, אין אמעריקע אין שטעטל איז מען אלץ פרייליך? וואס מיינט איר, אלע וואס זענען אין שטעטל זענען אלץ אין א גוטע גוסטע?


איך בעט אייך זייער, לאזט זיך נישט צעברעכן, בלייבט שטארק. די אלע וואס זענען אין שטעטל - דארפן זיך אויך שטארקן, און די תלמידות פון בית פיגא אין אמעריקע - דארפן זיך אויך שטארקן. עס איז נישט פארהאן א פלאץ אין די וועלט וואס דארט איז יעדער פרייליך, נישטא אזא זאך א פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נסיונות, איבעראל איז דא נסיונות, און אז מען שטארקט זיך, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.


לייגט אריין אין אייערע תלמידות אמונה, און א ליבשאפט צו צניעות. אויב קינדער באקומען א גוטע חינוך, מען ווייזט זיי דאס שיינקייט פון אידישקייט - וועלן זיי קיינמאל נישט אפלאזן אידישקייט, זיי וועלן טון אידישקייט מיט זייער גאנצע ווילן; דעריבער זאלסטו אריינלייגן איידלקייט מיט א געפיל, מיט א געשמאק.


געבט א גרוס פאר ..., אינאיינעם זאלן ענק אויפבויען ענקערע תלמידות, און אריינלייגן אין זיי א שמחה.


א כתיבה וחתימה טובה.


...


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.

#3951 - דאווען אינעווייניג, רעד נישט ביים דאווענען, וועסטו האבן אסאך געלט
שטעטל, פרנסה, דאווענען, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויפקומען נאך דירות אין שטעטל, וועסטו האבן א דירה.


זיי נישט ברוגז וואס האט פאסירט; איך האב געמאכט א טעות, איך האב געזאגט פאר נאך צוויי משפחות זאלן גיין קוקן די דירה וואס מען האט אפגעשמועסט דיר צו געבן; איך בין אזוי איבערגעשטרענגט אז איך אליינס האלט נישט קאפ.


איך האף דיר צו ברענגען א גוטע דירה בקרוב.


שטארק זיך מיט'ן דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען.


מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען; אז מען רעדט ביים דאווענען פארשעמט מען דעם באשעפער, עס איז א חילול השם.


נעם זיך פאר צו דאווענען אין א סידור און נישט רעדן פון אנהויב דאווענען ביז'ן סוף, וועסטו האבן אסאך געלט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3950 - מעביר סדרה זיין יעדן טאג, וועט דיר ברענגען גרויס הצלחה
פרנסה, מעביר סדרה, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די בעסטע סגולה פאר הצלחה - איז צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט אויפ'ן וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


אויך איז דאס א תיקון הברית (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יט).


אויך איז דאס מסוגל ליראת שמים; ווייל אין הלכה ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל לערנען סיי תרגום און סיי רש"י; זעט מען אז דאס ברענגט יראת שמים.


די צען יאר וואס איך האב זוכה געווען צו זיצן ליל שישי ביי מוהרא"ש איז נישט געווען קיין שיעור וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן און מחזק זיין אויף די מצוה פון מעביר סדרה זיין; זעט מען פון דעם אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך, עפעס גאר גרויסע זאכן ליגט אין דעם.


זיי מקפיד אויף דעם, הויב נישט אן דיין טאג אן לערנען אביסל חומש רש"י מיט תרגום, וועסטו זען, עס וועט זיך אנהויבן גרויסע זאכן ביי דיר אין דיינע געשעפטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3949 - ליין איבער די פילע בריוון וואס איך האב דיר שוין געשריבן
תפילה והתבודדות, חברים, זיכוי הרבים, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען דו נעמסט צאם אלע בריוון וואס איך האב דיר געשריבן פערזענליך, און דו חזר'סט עס איבער מזמן לזמן.


אזוי סאך שיינע זאכן האב איך דיר געשריבן; עס איז א שאד עס זאל ליגן פארשטויבט אין שאפע, און א שאד פאר מיר איך זאל דיר דארפן איבערשרייבן, די זעלבע נקודות, איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל.


מאך דיר א פאלדער פון אלע בריוון וואס איך האב דיר געשריבן; אזויפיל שיינע זאכן פאר דיין פריוואטע לעבן און איבער ווי אזוי זיך צו פירן מיט אנדערע.


גיי זיך מתבודד זיין, דו האסט א שיינע פעלד ארום דיין שטוב, גיי שפאצירן מיט'ן אייבערשטן. קוק ארויף צום הימל, דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים אלעס וואס דו דארפסט.


זיי מחזק אנשי שלומינו, עס איז א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אנשי שלומינו. הפצה איז זייער א גרויסע מצוה, און מחזק זיין אנשי שלומינו איז נאך א גרעסערע מצוה.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3948 - מיר פארן צום רבי'ן אונז מתקן צו זיין, כאטש ס'איז א שווערע נסיעה
וויכוחים, אומאן, ראש השנה, סכנה, נייעס, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס נישט א סכנה צו פארן קיין אומאן. יעדע יאר קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע מעשה; פאריאר האט ער יעדן דערשראקן אז אויב מען וועט נעמען די וואקסין וועט מען שטארבן און מען וועט נישט האבן מער קיין קינדער, שוין אריבער א יאר פון זיין אין אומאן ראש השנה - אלע האבן קינדער און אלע לעבן; די יאר קומט ער מיט א נייע מעשה, אז עס איז א סכנה וכו'; עס איז נישט קיין סכנה, עס איז נאר צו אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן.


טענה'עט נישט מיט קיינעם, רעדט נישט מיט קיינעם פון דעם, דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן האט א געפיל צום צדיק. די יאר האבן די מתנגדים נישט וואס צו זאגן, אלע יארן שפעט מען פון ברסלב'ער חסידים, מען זאגט: "מען טוט זיך וואס מען וויל און מען פארט זיך אויף אומאן"; די יאר זעט מען וואס הייסט מסירת נפש צו פאלגן א צדיק, די יאר איז די נסיעה א שווערערע, מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף זיך שלעפן מיט א באן אדער קאר פון א צווייטע מדינה, דאך פארן מיר צום רבי'ן דער רבי זאל אונז מתקן זיין.


איך ראט אייך איר זאלט מער נישט הערן קיין נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3947 - קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר פאררעכטן
תשובה, אומאן, ראש השנה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאר אויף אומאן; וואס איז די פראגע? דו אליינס דערציילסט ווי דער רבי טוישט דיין לעבן; דיין שטוב, דיין ווייב - אלעס האט זיך געגעבן א טויש צום גוט'ן פון ווען דו האסט אנגעהויבן הערן די שיעורים, עצות און חיזוק פון רבי'ן; אודאי זאלסטו קומען קיין אומאן.


אויף דיין פראגע וואס דו קענסט מתקן זיין, די חלק פון די חילול השם וכו' וכו', און ווי אזוי דו קענסט מתקן זיין וואס דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין נשג"ז רחמנא לצלן; קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר מתקן זיין. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר פאררעכטן; בפרט אז מען קומט ראש השנה - איז נישטא קיין גרעסערע תיקון! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3946 - די קינדער וועלן באאיינפלוסן די עלטערן צו ווערן ערליכע אידן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געזאגט פאר די עלטערן וואס זענען געקומען מיט א טענה מען זאל ארויסווארפן די קינדער פון חדר וואס די עלטערן האבן אין שטוב טעלעוויזיע: "איך שיק נישט ארויס די קינדער, און מען דארף נישט מורא האבן צו האבן די קינדער ביי אונז אין תלמוד תורה; אדער וועלן די קינדער באאיינפלוסן די עלטערן און זיי וועלן אויך ווערן ערליכע אידן, אדער וועלן די עלטערן ארויסנעמען די קינדער"; וכך הוה, צענדליגער און הונדערטער זענען היינט ערליכע אידן נאר ווייל דער רבי האט גענומען די קינדער און זיי געגעבן די הייליגע ריינע חינוך.


אזוי איז ביי אונז; מיר האבן געהאט קינדער און מיר האבן נאכאלץ קינדער וואס די עלטערן האבן נישט כשר'ע טעלעפאונס און קאמפיוטערס אין שטוב, מיר לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך, און עס איז דא אן הבטחה פונעם אייבערשטן, פון ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל גיין רעדן צו די אידן - אז אידן וועלן אננעמען וואס מען רעדט צו זיי.


די מלמדים דארפן וויסן, ווען קינדער רופן זיך אן 'מיר האבן געקוקט ווי מיידלעך טאנצן' דארף דער מלמד רעדן צו די קינדער פון יראת שמים: "מען טאר נישט הערן מיידלעך זינגען און מען טאר נישט קוקן", און אז די קינדער שרייען צוריק: "מיין טאטע קוקט, מיין טאטע הערט!" דארף דער מלמד אכטונג געבן נישט צו בארעדן די עלטערן, אבער די ווערטער פון יראת שמים דאס זאגט מען נאכאמאל און נאכאמאל.


ווער נישט דערשראקן פון אזעלכע מעשיות; די מעשיות דארף דיר געבן מער כח אריינצולייגן אמונה און קדושה אין די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3945 - וויל דער אייבערשטער מיר זאלן אים דינען אינאיינעם מיט א ווייב און קינדער
שלום בית, חסידות ברסלב, עבודת השם, הלכה, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך אין שטוב אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען, אן קיין חומרות אן קיין פרישות; געב אכטונג נישט פארפעלן דיין פליכט אין שטוב וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן יג) אויב מען פארפעלט צו געבן פאר די ווייב די פליכט און די ווייב האט פון דעם צער - באקומט מען א שטראף; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן, (כתובות סב:) רבא האט געהאט א תלמיד רב רחומי, איינמאל האט רב רחומי זיך פארלערנט און נישט אהיים געקומען, זיין ווייב האט געווארט און געווארט, זי האט געטראכט: "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין: "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין, און ער איז נישט אהיים געקומען. עס האט איר זייער וויי געטון, "אחית דמעתא מעינה", זי האט אראפגעלאזט א טרער פון אירע אויגן און ער האט באקומען אן עונש, ער איז געשטארבן; זעט מען פון דעם דאס הארבקייט פון נישט געבן אין שטוב וואס מען איז מחויב, עס איז זייער הארב.


מיר זענען מקורב צום רבי'ן; ביים רבי'ן איז נישט געווען די סארט עבודות פון פרישות, ביים רבי'ן איז געווען 'לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיט'ן שלחן ערוך'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת", דער עיקר פון אידישקייט איז פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, "בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", אן קיין חכמות, "וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און מען זאל קוקן אין יעדע זאך וואס מען טוט אויב דער אייבערשטער געפינט זיך דארט, אויב דאס איז רצון השם.


דער אייבערשטער האט מיליאנען מלאכים, שטיקער פייער וואס דינען אים, דאך וויל דער אייבערשטער מיר זאלן אים דינען אינאיינעם מיט א ווייב און קינדער.


איך וועל רעדן מיט דיר מער בפרטיות פנים בפנים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3944 - מען דארף רעדן שטייטליך און ווייך, דאס איז די וועג צו פועל'ן
שלום בית, שערן די האר, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אז דיין ווייב זאל זיך אפשערן וכו'; וויסן זאלסטו, מען קען נישט הייסן א ווייב וואס צו טון; אז זי וויל זיך נישט שערן - קען מען איר נישט הייסן און באצווינגען.


מען קען אבער שיין רעדן און איר געבן צו פארשטיין דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר; קענסט איר ווייזן די הונדערטער בריוו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט פאר פרויען איבער דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן.


מוהרא"ש ברענגט אראפ דעם שטיקל זוהר (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָהּ' און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט; מען קען נישט רעדן צו שטארק, מען דארף רעדן שטייטליך און ווייך; דאס איז די וועג צו פועל'ן.


ענדערש זאלסטו ווארטן ביז זי וועט דאס טון מיט איר גאנצע הארץ, ווי איידער צו מאכן דחיקת השעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3943 - א אידישע פרוי איז מכבד דעם מאן, נישט אים מחנך
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, מדות טובות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געהערט אייער הודעה.


אז איר האט חיות פון הייליגן רבי'ן זאלט איר דאס נוצן פאר אייך און טאקע לעבן מיט דעם, אבער נישט אריינשטופן פאר א צווייטן. מען קען נישט באצווינגען א צווייטן צו זיין א ברסלב'ער, בפרט די אייגענע מאן; די פליכט פון א אידישע פרוי איז 'מכבד זיין' דעם מאן און אים פרייליך מאכן אויף זיין וועג, נישט אים 'מחנך זיין' און אים מאכן שפירן ווי ער האט נישט קיין שכל.


א פרוי וואס האט זוכה געווען צו א מאן וואס איז נישט דער שארפסטער און נישט דער גרויסער חכם, אויב איז זי אן ערליכע פרוי, א קלוגע פרוי - וועט זי מיט איר חכמה אים מאכן שפירן ווי ער איז קלוג און אים מאכן דער טראן פון די משפחה. אויף אזא פרוי איז געזאגט געווארן (משלי יב, ד): "אֵשֶׁת חַיִל", אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", דער תרגום זאגט "כלילא לבעלה", זי איז א קרוין פאר איר מאן; מען קען זאגן נאך א פשט: "אֵשֶׁת חַיִל", אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", איר מאן - איז איר קרוין, איר מאן איז די קרוין פון איר לעבן, איר מאן איז דער קרוין פון די משפחה, דער מאן איז דער מחליט ביי יעדע זאך, דער מאן איז דער פאן טרעגער.


א נישט קלוגע פרוי, וואס האט זוכה געווען צו א מאן וואס איז נישט דער שארפסטער און נישט דער גרויסער חכם - וועט טון דאס פארקערטע; זי וועט אים טשעפען, אים דערנידערן און מאכן זיכער אז יעדע שכינה און יעדער אין די משפחה ווייסט אז איר מאן איז א נאר, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער וועט זי מאכן זיכער אז יעדע קינד און אייניקל זאל וויסן אז דער טאטע האט נישט קיין שכל, דער זיידע האט נישט קיין שכל; אויף אזא פרוי זאגט דער פסוק (משלי, שם): "וּכְרָקָב בְּעַצְמוֹתָיו", אזוי ווי א ווארעם וואס בייסט אריין אין די ביינער, "מְבִישָׁה", אזוי איז די שלעכטע פרוי.


איך בעט אייך זייער, הערט אויף זינגען פאר אלעמען דעם ניגון: "מיין מאן איז א נאר", "מיין מאן איז א טיפש", "מיין מאן האט מיט די נערווען"; נאכן זינגען אזא ניגון וועט אייך נישט בעסער ווערן, קיינער וועט אויף אייך נישט רחמנות האבן; אפשר בשעת מעשה, ווען מען קען הערן א גוטע לשון הרע - וועלן מענטשן אויסהערן, אבער נאכן שמועסן - קוקט מען אראפ אויף אזא איינעם. מענטשן האבן ליב איינעם וואס קרעכצט נישט, מען האט ליב איינעם וואס זעט נאר דאס גוטס פון לעבן.


נעמט דעם רבי'ן פאר זיך, לעבט מיט'ן רבי'ן, אטעמט דעם רבי'ן, און אייער מאן זאלט איר מכבד זיין און אים זיין געטריי. אז ער דארף שבת ביי די סעודה אין די אייער, רויע צוויבל - זאלט איר אים אריינשניידן גרויסע שיינע שטיקער רויע צוויבל. עס איז נישט אייער מצוה אים מחנך זיין וכו', נישט דאס האט דער רבי געוואלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסה) מען זאל נישט עסן קיין צוויבל, עס איז נישט געזונט; איר קענט פאלגן דעם רבי'ן פאר אייך, אבער חס ושלום ארויפצווינגען אויפ'ן מאן ווען ער האט זיין וועג אין עבודת השם.


בנוגע אז ער וויל נישט איר זאלט לערנען גליונות און קונטרסים פון רבי'ן; דאס זאלט איר טון מיט גרויס חכמה, פון איין זייט אים נישט וויי טון, און פון די אנדערע זייט נישט רעדן פון דעם, נישט זיך רייצן חס ושלום; עס איז דא גענוג צייט אין טאג ווען מען קען זיך מחי' זיין מיט'ן רבינ'ס ספרים אן טשעפען דעם מאן.


באנוצט אייך מיט אייער געווער, מיט תפילה; בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער און אייערע דורות הבאים זיי זאלן אלע זיין צדיקים, אלע זאלן זיין דבוק צום באשעפער; בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל גארנישט וועלן, איך זאל נאר וועלן טון דיין ווילן, איך זאל קענען איינבייגן מיין קאפ פאר דיר. איך זאל ליב האבן מיין מאן, מיינע קינדער און מיין לעבן - אזוי ווי זיי זענען. איך זאל לעבן מיט א שטארקע אמונה, וויסן און גלייבן אז אלעס ביסטו; איך, מיין מאן, מיינע קינדער - אלעס איז נאר א לבוש, א פארשטעלאכטס - פון דיר".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, מיט תפילה וועט איר מנצח זיין די מלחמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.