בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7996 - מתפלל זיין מיט די קינדער ביי רבי מאיר בעל הנס
חנוכה, צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך וויל דיר בעטן זאלסט מסדר זיין, צאמנעמען אלע תלמידים פון די מוסדות, סיי פון ירושלים, בני ברק און פון טבריה, זיי זאלן פארן זאת חנוכה קיין טבריה צום קבר רבי מאיר בעל הנס מתפלל זיין.


זאת חנוכה איז זייער א הייליגע צייט, עס שטייט פון הייליגע צדיקים אז זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים. אלע תפילות און אלע מצוות פון חודש אלול, סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, סוכות, הושענא רבא, שמיני עצרת און שמחת תורה; ווען עס קומט זאת חנוכה - דעמאלט ווערט די גמר פון אלע תיקונים.


איך וויל דו זאלסט זיך פארבינדן מיט ר' אהרן וועבערמאן, נעמען פון אים די נעמען פון די אלע תומכים וואס געבן זייער נדבה פאר אונזערע מוסדות אין ארץ הקודש, און די קינדער זאלן מתפלל זיין פאר זיי.


איך וועל שרייבן פאר ר' אהרן זאל דיר שיקן די נעמען מיט די בקשות פאר אלע וואס זענען מזכיר טעגליך דעם צדיק'ס נאמען און געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס, און בעטן יעדע מאל ביים געבן צדקה אלקא דמאיר ענני.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; די שווערע געפילן וכו' - דאס האבן אלע וואס ארבעטן בנאמנות; נאר די וואס ארבעטן מיט אן אמת האבן די מחשבות וכו' וכו'.


בנוגע קומען קיין ארץ ישראל; איך וויל זייער שטארק קומען, איך האף צו קומען, איך וועל דיר מודיע זיין בקרוב אויב איך קום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#7995 - א גוטע זאך קומט אן שווער
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד אהרן וועבערמאן נרו יאיר, גבאי צדקה מוסדות רבי מאיר בעל הנס


ביטע זיך פארבינדן מיטן מנהל המוסדות אים איבערגעבן די נעמען פון אלע תומכים וואס העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל, און ער וועט נעמען די קינדער קיין טבריה מתפלל זיין פאר די אלע ביים קבר פון רבי מאיר בעל הנס; און אז די תומכים ווילן מען זאל בעטן פאר א ספעציעלע זאך זאלסטו דאס איבערגעבן פארן מנהל און די קינדער וועלן דאווענען פאר זיי.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. עס איז נישט קיין גרינגע ארבעט, און אודאי וועסטו האבן אסאך מניעות מיט חלישות הדעת; ווייל ווען עס קומט צו טון פאר הייליגע זאכן דעמאלט גייט עס מיט שוועריקייטן. זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן, אדרבה זאלסט נעמען פון דעם חיזוק אויף ווייטער אנצוגיין, ווייל איך האב געהערט פון מוהרא"ש וואס האט געהערט פון ר' אליהו חיים רוזין זכרונו לברכה וואס האט דאס געהערט פון הצדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, (וואס יעצט, די פיפטע טאג חנוכה איז זיין יארצייט): "א זאך וואס קומט אן גרינג איז מען חושש אז דאס קומט פון די נישט גוטע, פון די סטרא אחרא, ווייל א גוטע זאך קומט אן שווער"; די ווערטער איז זייער גרויסע חיזוק פאר אלע וואס טוען מיט הייליגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#7994 - העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים און עצות
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


א גרויסן דאנק פארן העלפן די "בית הדפוס" וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס ספרים און עצות פאר די וועלט.


יעצט האסטו געהאלפן דרוקן דעם וואונדערליכן ספר "ותחיין את הילדים" חלק ב'; כשמו כן הוא, עס שטייען אין דעם ספר עצות און חיזוק פאר מחנכים און עלטערן ווי אזוי מחזק זיין און ערציען די קינדער.


בזכות די מצוה זאלסטו האבן גרויס שפע.

#7993 - העלפן בית פיגא איז מסוגל פאר קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך ווייס אז איר זענט פארווייטאגט, איר ווילט שוין אזוי שטארק האבן נאך קינדער, און דאס ווארטן און ווערן יעדע מאל אנטוישט ווארפט אייך אראפ אין א דערביטערטקייט.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס איר האט יא, דאנקט אים פאר אייער טייער קינד; דאס וועט ברענגען נאך ישועות. ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – ציט מען צו זיך ישועות און רפואות און ניסים למעלה מדרך הטבע.


אויך זאלט איר העלפן אין "בית פיגא", יעצט ווען איר האט נאכנישט קיין קליינע קינדער האט איר צייט, זאלט איר קומען אין בית פיגא און העלפן מיט וואס איר קענט; העלפן בית פיגא איז מסוגל פאר קינדער.

#7992 - נישט אויף אייביג בלייבט מען דא
גאווה, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דער פסוק זאגט (משלי כז, כד): "כִּי לֹא לְעוֹלָם חֹסֶן", ווייל נישט אויף אייביג בלייבט די שטארקייט און רייכקייט ביים מענטש; דער רבי זאגט (ספר המדות אות גאוה, סימן מ), דער פסוק איז מסוגל "לְשַׁבֵּר אֶת הַגַּאֲוָה", צו צעברעכן די גאוה.


דער מקור איז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (יומא כז), רב זוטרא אויף די עלטער ווען ער האט נישט געקענט גיין און מען האט אים אויפגעהויבן און געטראגן מיט גרויס כבוד, האט ער דעמאלט בשעת מעשה זיך אונטערגעברומט דעם פסוק "כִּי לֹא לְעוֹלָם חֹסֶן", נישט אויף אייביג בלייבט מען דא; עס קומט א צייט וואס מען גייט אוועק פון די וועלט און דעמאלט וועט מען גארנישט זיין ווערד, מען וועט מיך אריינלייגן אין דער ערד, אלע וועלן פארגעסן פון מיר. אז מען חזר'ט זיך דעם פסוק, מען חזר'ט זיך אז עס איז דא א בית הקברות, עס איז דא א מלאך המות, עס איז דא די צייט פון גסיסה, און ווען מען האקט אויף די בויך און מען זאגט דעם מענטש: "דא האסטו אלעס וואס דו האסט געגליסט"; דאס צעברעכט די גאוה, מען לעבט מיט תכלית, מיט אמונה, מיט תפילה, מיט הכנעה, והבן למעשה.


טייערער ברודער, איך לערן אביסל משלי, און מיטן רבינ'ס הקדמות קומט אריין אזויפיל הרהורי תשובה, דער רבי לאזט נישט שלאפן, דער רבי ברענגט אונז צו דינען נאך מער דעם אייבערשטן.

#7991 - די מצה בעקעריי אין שטעטל
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, סדר היום, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


וואס איז די פלאן מיט די מצה בעקעריי אין שטעטל? איך וויל וויסן אויב דו פלאנסט צו עפענען די יאר די בעקעריי, איך וויל נישט בלייבן פסח אן מצות; לאז מיר וויסן דיינע פלענער.


שטארק זיך, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן, אפילו עס איז שווער, באלד וועט אלעס ווערן גרינג און מיר וועלן זיך בענקען צו די צייטן וואס מען האט געארבעט שווער אן קיין הילף, אן קיין פרוטה וכו' וכו'.


הייב אן דיין טאג פארטאגס מיט מקוה, תיקון חצות, התבודדות, ח"י פרקים משניות, יום תהילים, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, שחרית, פת שחרית. העלף דעם רבי'ן און נאכדעם גיי הפצה, אויך זאלסטו העלפן דיין ווייב, און אז דו האסט נאך אביסל צייט זאלסטו אביסל טאנצן.

#7990 - ווען מען דארף גיין צו דין תורה
בית דין, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עפעס איינער שיקט מיר בריוו און אימעיל, אויך איז ער געקומען אין ישיבה, עפעס האט ער מיט דיר צוטון, עפעס א דין תורה, ער איז געקומען רעדן צו מיר איך זאל רעדן צו דיר, איך האב אים געזאגט אז איך האב נישט קיין שייכות מיט דיר, ער פרעגט מיר, אבער ער קומט דאך דא און ער דאווענט אין אונזער שטיבל, איך האב אים געזאגט קען זיין אז דו דאווענסט דארט אבער איך האב נישט קיין שייכות.


איך האב נישט געזאגט קיין ליגנט ווייל איך האב טאקע נישט קיין אנונג פון דיינע געשעפטן וכו' וכו', איך האף דו טוסט אלץ על פי תורה, און אז עס איז דא א טענה דארף מען דאס ברענגען צום בית דין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפ), אז מען קומט אן צו דין תורה איז דאס אן "עֹנֶשׁ וּנְקָמָה שֶׁהַתּוֹרָה נוֹקֶמֶת בּוֹ", די תורה נעמט נקמה פארן פארגעסן ביים עוסק זיין אין ביזנעס – פונעם אייבערשטן און פון די תורה; דארף מען אלעס ברענגען צום בית דין און דערציילן יעדע פרט ופרט פון די ביזנעס, "כִּי בֶּאֱמֶת כְּשֶׁעוֹשִׂין מַשָּׂא וּמַתָּן", ווען מען מאכט ביזנעס דארף מען דאס טון, נאר מיט א וועג עס זאל אויסזען ווי מען מאכט ביזנעס, "אֲבָל פְּנִימִיּוּת מַחֲשַׁבְתּוֹ צָרִיךְ לְקַשֵּׁר אֶל הַתּוֹרָה", עיין שם.


דאס איז אויך גוט, אז דיינע שותפים קוקן דיך אן פאר איינער וואס געהערט דא, הלוואי זאלסטו טאקע זיין צוגעבינדן צום רבי'ן, דו מיט דיינע קינדער, פארבינדן און פארקניפט בזה העולם און אויף יענע וועלט.

#7989 - זיך אליין צעשניידן ווען עפעס שטערט?
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר טוט זיך וויי, איר צעשניידט זיך, יעדע מאל עפעס שטערט אייך נעמט איר אדער א מעסער און איר צעשניידט זיך, אדער בייסט איר זיך וכו'; דאס קומט פון נישט זיין פרייליך, פון א טיפע עצבות ומרה שחורה; די עצה ארויסצוגיין פון דעם איז אמונה מיט שמחה, און די עצה פאר אמונה מיט שמחה – איז תפילה.


דא האט איר א קליינע שיינע תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל האבן א שטארקע אמונה, און אז זאכן גייען אנדערש ווי איך וויל – זאל איך זיך נישט שעדיגן, זיך נישט צעשניידן.


הייליגער באשעפער, לויט א טייל פוסקים איז דאס אן איסור, דער ש"ך ברענגט אראפ שיטת הב"ח אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן קפ סעיף ו, סעיף קטן ט), אז דער איסור וואס די תורה זאגט (דברים יד, א): 'לֹא תִתְגֹּדְדוּ וְלֹא תָשִׂימוּ קָרְחָה בֵּין עֵינֵיכֶם' איז נישט נאר 'לָמֵת', פאר א צער ווען איינער שטארבט, נאר "אפילו על צער אחר", אויף יעדע סארט ווייטאג איז אן עבירה זיך צו צעשניידן.


הייליגער באשעפער מיך מיך פרייליך, איך וויל א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס איז פון דיר, און וואס דו טוסט איז נאר גוט, און אז עס גייט אריבער אויף מיר וואס עס גייט אריבער איז דאס פאר מיין גוטס, אמן".


אויך בעט איך אייך, קוקט נישט קיין מאוויס, און רעדט נישט מיאוס'ע ווערטער; דאס ברענגט די קליפות אין שטוב וואס מאכן בעצבות ומרה שחורה.

#7988 - עס שווינדלט די קאפ
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר שפירט ווי עס שווינדלט אייך די קאפ, איר שפירט ווי איר קענט זיך נישט באלאנצירן, איר דארפט אן עצה.


די עצה פאר דעם איז תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווייל דאס פארגעסן פונעם אייבערשטן מאכט דיזי, עס הייבט אן שווינדלען די קאפ, איז די עצה צו חזר'ן די ווערטער: "ברוך השם", "כי טוב השם", "חסדי השם"; דאס געבט כח און מח.


זארגט נישט, זייט פרייליך, צינדט אן לעבעדיגע ניגוני אמונה, מאכט זיך א פלע"י ליס"ט פון ניגוני אמונה, דאס זאל גיין אין שטוב אויף הויכע ספיקערס; וועט איר זיין געזונט און שטארק.

#7987 - גע'חלומ'ט ווי א שלאנג האט געביסן
קברי צדיקים, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


בנוגע די חלום פון דיין ווייב, אז א שלאנג האט איר געביסן; דאס איז א גוטע חלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נז.) דער וואס חלומ'ט זיך פון א שלאנג – "פרנסתו מזומנת לו", וועט האבן פרנסה, אזוי ווי דער שלאנג האט אלץ עסן, "נשכו", אויב חלומ'ט ער זיך ווי ער כאפט א ביס פונעם שלאנג – "נכפלה לו", וועט ער האבן דאפלט פרנסה; זאל ענק דער אייבערשטער בענטשן מיט פרנסה בריווח.


שטארק זיך בעבודת השם, און ווען דו קענסט נאר – זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו. צינד א לעכט און זאג אפאר קאפיטלעך תהילים, ובעיקר זיי זיך מתבודד דארט, בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב, פאר דיינע קינדער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ביי קברי צדיקים ווערן אנגענומען די תפילות אפילו ווען איינער איז נישט ווערד מען זאל אים אויסהערן, עיין שם.

#7986 - אוועקגעווארפן די סמארטפאון מיט מסירות נפש
צניעות, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס איר האט געטון, איר האט אוועק געווארפן אייער סמארטפאון – דאס איז אזוי ווי מסירות נפש; ווייל ווען מען האט דאס איז מען אזוי צוגעקלעבט צו דעם, עס איז ממש נישט מעגליך דאס אוועק צו לייגן, וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק; בזכות דעם וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, און צו נחת פון אייערע קינדערלעך.


אין אנהייב וועט אייך דאס זיין שווער, אייערע חבר'טעס וועלן אייך פרעגן פארוואס מען זעט אייך מער נישט אויף אינסטעגראם וכדומה; בעט איך אייך, האלטס אייך שטארק, פאלט נישט פאר די חבר'טעס, און אז איר וועט זיין שטארק וועלן אייערע חבר'טעס אייך נאכמאכן, און צוביסלעך וועלן אלע דאס אוועק ווארפן.


איר האט געפרעגט ווען איר זענט געווען דא מיט אייער מאן וואס פאר א גוטע קבלה זיך צו פארנעמען אין צניעות; נעמט זיך פאר נישט צו זיין - אפילו אין שטוב - מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, און אפילו ביים זיך איבערטון פון איין צודעק צו אן אנדערן צודעק – זאל דאס זיין איינע נאכן צווייטן, נישט זיין אן א צודעק.

#7985 - נישט זיך טענה'ען
הפצה, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


דער פסוק זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", זאלסט נישט ענטפערן א נאר, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", טאמער וועסטו אויך ווערן א נאר; מוהרנ"ת האט געזאגט: "די אלע וואס האבן זיך גע'טענה'עט מיט די מתנגדים האבן זיך נישט דערהאלטן", מען טאר נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט מענטשן וואס רעדן קעגן צדיקים און אויף הייליגע ספרים וואס זענען מגלה ומפרסם אמונה אינעם אייבערשטן, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", ווייל מען קען אויך ווערן א נאַר, נאר וואס זאל מען טון ווען מען הערט ווי מען איז מבזה די הייליגע צדיקים און זייערע הייליגע ספרים? מען זאל זאגן תיקון חצות און וויינען צום אייבערשטן: "נפלה עטרת ראשינו, אוי נא לנו כי חטאנו", דער צדיק איז פארשעמט, מען רעדט אויף אים, מען איז מבזה די הייליגע ספרים; נאר דאס איז די עצה, אבער חס ושלום טענה'ן און אריינגיין אין ויכוחים, נאר ווייטער עוסק זיין אין פארשפרייטן די הייליגע ספרים, די זיסע עצות פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה פון לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, די עצה פון שמחה, און אזוי ווייטער, והבן למעשה.

#7984 - הצלחה פון א מלמד איז ליב צו האבן די קינדער
הדרכות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביסט א מלמד, דארפסטו וויסן אז די הצלחה ווענדט זיך אין דיר; אז דו וועסט ליב האבן דיינע תלמידים וועסטו האבן אן אויסטערלישע הצלחה, און איז נישט - וועסטו ארבעטן ביטער שווער מיט זיי.


איך געדענק ווען איך בין געווען א מלמד, האב איך געזען די חילוק פון די מלמדים וואס האבן ליב געהאט די קינדער, די האבן גרינג געארבעט, און די מלמדים וואס האבן פיינט געהאט די קינדער - אוי ווי שווער און ביטער איז זיי געווען.


איך געדענק א מלמד וואס פלעגט רעדן אין חדר המלמדים מיט אזא פראסטקייט, מיאוס'ע ווערטער אויף די קינדער, דער אינגל איז א שוטה, דער איז אן אקס, דער איז אן אייזל און דער איז א פטר חמור. דער מלמד איז געזיצן אין חדר המלמדים ווי א ציגיינער מיט די פיס אויסגעשפרייט אויפן טיש ווי א חולה נפש, און די תלמידים האט ער געהאקט, געשטופט און געציפט אויב איינער האט זיך אביסל אנגעלאנט וכו'.


איך האב רחמנות אויף דיר אז דו קרעכצט, א שאד פאר דיר, א שאד אז דו ארבעטסט אזוי שווער, וואלסטו ליב גהאט די קינדער וואלסטו נישט אזוי שווער געארבעט; אדער אפשר דארפסטו זיך אליין ליב האבן, ליב האבן דיין ווייב, דיינע אייגענע קינדער, אדער אפשר פעלט דיר התבודדות; גיי אינדערפרי א שפאציר מיטן אייבערשטן, אויסשמועסן דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו.

#7983 - גוטע מידות
שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין מגיד שיעור זאגט מיר ער ווייסט נישט פארוואס דו ווילסט נישט רעדן מיט אים, ער רעדט צו דיר און דו ענטפערסט אים נישט, דו בלאזט אויף אים; ער בעט מיר אויב איך קען אויספארשן וואס גייט פאר.


טייערער ... נרו יאיר, דאס איז נישט דער וועג, אויב עפעס שטערט – דארף מען רעדן; דאס בלאזן, דאס נישט ענטפערן – איז נישט געזונט, מען קען אסאך ליידן פון דעם. ווי אזוי וועסטו זיך קענען באגיין מיט א ווייב? ווי אזוי קען מען לעבן אזוי? איך פארלאנג פון דיר דו זאלסט איבערבעטן דיין מגיד שיעור, און אז עפעס שטערט דיר – זאלסטו אים זאגן מיט דרך ארץ. דיין מגיד שיעור וויל זיך מיט דיר נישט קריגן, דיין מגיד שיעור וויל דיך מחנך זיין; זאלסטו זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, אז ער פרעגט דיר זאכן – זאלסטו אים ענטפערן, נישט גיין ווייטער...


נאך אביסל דארפסטו א שידוך; וואס מיינסטו, ווערט וועט נעמען א בחור פאר אן איידעם וואס בלאזט, וואס גרויסט זיך, וואס קאפעט און בריקעט וכו'? מוהרא"ש האט אונז געזאגט אויף וואס מיר זאלן קוקן ווען עס קומט צו א שידוך טון, מען זאל קוקן אויף גוטע מידות, מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען (פרשת הקטורת; כריתות ו:): "אִם כְּמִדָּתָהּ כְּשֵׁרָה", אִם כְּמִדָּתָהּ - איינער וואס האט גוטע מידות, איז שוין א סימן: כְּשֵׁרָה - אז ער איז אן ערליכער איד.


איך בעט דיר פון מיין הארץ, באגריס דיינע מגידי שיעור, באגריס דיין מנהל, באגריס יעדן דערוואקסענעם מענטש, סיי אינדערפרי און סיי אויפדערנאכט, רעד שיין צו אלעמען און זיכער צו דיינע עלטערן, דיין טייערע טאטע און מאמע.


לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זאג א יום תהלים.

#7982 - אטעם אריין, און לאז ארויס די לופט
רפואה, מענטל העלט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דו ביסט געזונט און שטארק; דאס וואס דו שפירסט ווי עפעס דריקט דיר וכו' – דאס וועט אריבערגיין, זארג נישט, עס מעג דריקן, פאר יעדן דריקט ערגעץ, נאר דאס זארגן – דאס איז וואס שוואך דיך אפ; לויט ווי איך שאץ אפ דיין פראבלעם איז עס דאס וואס דו זארגסט זיך אז עפעס גייט שוין כמעט פאסירן, דאס כסדר'דיגע זארג לאזט דיך נישט לעבן, ממש ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשֶׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", דער שטערקסטער גוף ווערט צעבראכן פון זיך זארגן און זיך שרעקן.


ליבער ברודער, אנשטאט טראכטן אזוי סאך פון זיך – טראכט אין די צייט פונעם אייבערשטן, טראכט 'עס איז דא א באשעפער, ער איז איבעראל, ער איז אלעס, דומם צומח חי מדבר – אלעס איז ער'.


פארמאך די אויגן פאר איין מינוט און געב א גוטע אטעם אריין און לאז ארויס די לופט מיט א קול פון "אההה..." און זאג: "אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז מיט מיר, אין מיר, ביי מיר און נעבן מיר", און טו עס נאכאמאל און זאג: "אההה... שכוח אייבערשטער", און טו עס נאכאמאל און זאג: "אההה... איך האב דיך ליב אייבערשטער"; אזוי זאלסטו עס טון כמה פעמים ביום.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעט), ווען עס דריקט וכו' זאל מען פארמאכן די אויגן און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, ווערט אלעס גוט; אשרינו אז דער רבי היילט אונז, אזוי ווי ער האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי..."

#7981 - העלפן חודש'ליך די מוסדות בארץ הקודש
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אהרן נרו יאיר, גבאי מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


דער מנהל שלמה מינצבערג האט מיר געשריבן היינט אז עס פעלט אים עטליכע דרייסיג טויזנט דאלער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע דעם חודש כסליו. וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך שטארקן און שטארקן אנשי שלומינו צו העלפן די הייליגע מוסדות, מען זאל קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס אין צייט.


וויסן זאלסטו, און לאז דאס וויסן פאר אנשי שלומינו, דא אין אמעריקע, די וואס פארדינען ווייניג – באקומען בענעפיטן פון די רעגירונג, געלט פאר עסן, געלט פאר שכר לימוד, געלט פאר הייצונג, געלט פאר רענט וכו', דארט אין ארץ ישראל געבט מען גארנישט, דארט אז מען באקומט נישט די ארעמע געהאלט – האט מען גארנישט, פשוטו כמשמעו.


בכן בעט איך דיר, שטארק זיך און שטארק אנשי שלומינו זאלן העלפן חודש'ליך די מוסדות בארץ הקודש, אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די מוסדות דארט.


אנשי שלומינו זענען ווארעם צו העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות, מען דארף זיי נאר רופן און זיי מחזק זיין צו געבן.

#7980 - מען קען נישט לעבן אין א פיצקעלע דירה
שטעטל, לימוד התורה, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, דזשערזי סיטי


איך פריי זיך זייער אז דו און דיין ווייב ווילן קומען וואוינען אין שטעטל פאר די חינוך פון ענקערע קינדער, ענק ווארטן אויף א דירה וכו'.


ביז דערווייל זאלן ענק זיך אריבערציען צו א גרעסערע דירה דארט וואו ענק וואוינען, מען קען נישט לעבן אין א פיצקעלע דירה, געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל נישט ווערן איבערגעשטרענגט; א אידישע מאמע דארף האבן א געזונטע מח, א ברייטע דירה – צו קענען מחנך זיין די קינדער.


בנוגע וואס האט פאסירט זומער וכו'; איך בעט דיר איבער, אויף מיר גייט אויך אריבער וואס גייט אריבער, איך האף דו וועסט מיר פארגעבן און מיר וועלן צוריק באנייען אונזער קשר.


זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט די "יום תהילים", דאס מאכט זויבער און ריין, און אויך פרייליך; וועסט שפירן אנגעפילט.

#7979 - רעדן יעדן טאג מיט די חתונה געהאטע קינדער
חינוך הילדים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי זיך מחזק, און אויך זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב, צו רעדן יעדן טאג מיט דיינע קינדער, און די חתונה געהאטע קינדער וואס רופן נישט – זאלן ענק זיי רופן, ווייל נישט אלע קינדער געדענקען די חשיבות פון רופן עלטערן און קומען באזוכן די עלטערן; דארפן די עלטערן זיי רופן, נישט זיך אויפעסן וכו' וכו'.


אויך זאלסטו זיך שטארקן און אויך מחזק זיין דיין ווייב צו קוקן גוט אויף די זין און טעכטער, איידעמער און שנירן; מען מוז קוקן גוט אויף די קינדער און האבן אסאך סבלנות, ווייל אז עלטערן קוקן גוט אויף זייערע קינדער ווערן די קינדער גוט, און דאס מאכט די קינדער זאלן זיך שפירן באקוועם צו קומען צו די עלטערן, זיך דרייען ביי די עלטערן, און נישט זוכן צו פאשען אין נישט גוטע פלעצער.


ליבער ברודער, די גאס ציט זיך זייער צו לינקס, די נסיונות ווערן שווערער און שווערער, בעיקר פאר די בני הנעורים; מוזן די עלטערן פארקוקן וכו', און נאר מאכן אן עסק פון דאס גוטס, און אזוי איז מען זוכה צו נחת.


דאס איז דעם רבינ'ס דיבורים געבויט אויף די תורה אין סימן רפ"ב, דאס איז פון די יסודות אין חסידות ברסלב, אז דורך קוקן גוט אויף אנדערע – מאכט מען זיי גוט.

#7978 - בלייב אין שטוב ביינאכט
שלום בית, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


האסט מיר דערציילט אז מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין דזשאב וכו'; איך בין גרייט צו מאכן א געשעפט מיט דיר, זאלסט זיך מקבל זיין נישט ארויסצוגיין ביינאכט פון שטוב, וועסטו טרעפן א גוטע פרנסה, מער בריווח און גרינגער ווי דאס וואס דו האסט געהאט ביז אהער.


טייערער ברודער, בלייב אין שטוב ביינאכט, גיי נישט ארויס פון שטוב, און אז דו קענסט נישט שלאפן – פון לעבן יארן מיט א פארדרייטע סדר היום, שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט – קענסטו לערנען אין שטוב, אבער חס ושלום ארויסגיין פארברענען די נעכט אינדרויסן פון שטוב; וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, אן ערליכער איד.


יעצט חנוכה זאלסטו זיך באנייען אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא, ענדיג משניות יעדע חודש און ש"ס לכל הפחות איין מאל א יאר.

#7977 - נישט ניצן א "יוני-סייקל"
הפצה, סכנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


מזל טוב צו דיין נייע געבוירענע אינגל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אים מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, אמן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מער נישט ניצן די "יוני-סייקל", עס איז א גרויסע סכנה. די אינגעלייט פון "חברה הצלה" שרייען און וויינען מען זאל דאס נישט ניצן, ווייל דאס איז סכנת נפשות, און יעצט האסטו נאכאמאל געהאט א נס אז מען האט דיך געטראפן ליגן צובלוטיגט אפאר שעה פאר די וואך נאכט פון דיין בכור; עס איז נישט די ערשטע מאל וואס מען פירט דיך אריין אין שפיטאל צוליב די פארעדיגע רעדל, מען טאר דאס נישט ניצן, די תורה זאגט (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", זאלסטו דאס מער נישט ניצן.


אויך זאלסטו צוריק אנהייבן גיין "הפצה", גיי אריבער וויליאמסבורג טיר ביי טיר, גאס ביי גאס, נעם א זעקל מיט ספרים, סידיס, גליונות, יו עס בי – אין אידיש, ענגליש, אויך אביסל לשון הקודש; דו וועסט דורכדעם זוכה זיין צו טון די גרעסטע נחת רוח פארן אייבערשטן, און טון די ווילן פון רבי'ן וואס האט אונז געהייסן עוסק זיין אין מקרב זיין אידן צום אייבערשטן.

#7976 - נישט רעדן אויף די ווייב'ס משפחה
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


איך פריי זיך זייער צו הערן אז עס האט דיר זייער געהאלפן אין דיין לעבן וכו' די נייע שיעורים פון "התאחדות האברכים דחסידי ברסלב", עס האט דיר געהאלפן אין דברים שבינו לבינה וכו'; איך האף צום אייבערשטן ווייטער ממשיך זיין גלייך נאך חנוכה מיט מאכן חבורות פון אינגעלייט, תלמידים פון ישיבה, איינגעטיילט לויט די עלטער.


פאר דיין ווייב זאלסטו אויסלויבן איר משפחה, נישט מאכן ווערטלעך אויף אירע עלטערן, און אפילו זי וועט זיך אמאל צורעדן אויף זיי זאלסטו נישט מיט רעדן, נאר איר אויסהערן; ווייל ווען א פרעמדער רעדט אויף עלטערן – טוט דאס וויי.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיר מזכך זיין דיין נשמה.

#7975 - לערנען פריוואט צו קענען גוט ליינען עברי
עברי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב שוין גערעדט מיטן מנהל מען זאל מסדר זיין פאר דיר צו לערנען פריוואט צו קענען גוט ליינען, איך בין זיכער, אז דו וועסט לערנען פריוואט עברי מיט די עברי אפטיילונג אין די חדר וואס העלפן פאר די קינדער וואס האבן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט געוויסע כללים – וועסטו ביז גאר א קורצע צייט קענען גוט ליינען, לערנען, דאווענען און אפילו זיין א בעל קורא און א בעל תפילה.


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט אפן, דו בעטסט הילף, ווייל פון יעדע זאך קען מען ארויסגיין, פאר יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, די צרה איז אז מען שעמט זיך, מען וויל נישט אננעמען די זאך פון זיך העלפן וכו'.


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן, דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן, איך האב זיי זייער ליב; פיר זיך מיט דרך ארץ צו זיי און העלף אין שטוב.


איך האב דיך ליב.

#7974 - געבארגט הונדערט טויזנט דאלער פאר די מוסדות
מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך - חודש חשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אני החותם מטה האב געבארגט פון האברך ... נרו יאיר הונדערט טויזנט דאלער (100,000) צו קענען קויפן די הויז נעבן די חדר בנין אויף 39 טשעסטנאט, כדי די מוסד זאל האבן נאך פלאץ.


די זמן פון באצאלן איז ראש חודש חשון תשפ"ז.


ועל זה באתי על החתום


...

#7973 - געבארגט פופציג טויזנט דאלער פאר די מוסדות
מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך - חשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אני החותם מטה האב געבארגט פון האברך ... נרו יאיר די סך פון פופציג טויזנט דאלער (50,000) צו קענען קויפן די דירה נעבן די חדר בנין אויף 39 טשעסטנאט אין שטעטל, כדי די מוסד זאל האבן נאך פלאץ פאר וואס מען דארף.


די זמן פון באצאלן איז ראש חודש חשון תשפ"ז.


...

#7972 - זוך דאס גוטס, דאנק דעם אייבערשטן, וועסטו האבן שפע
התחזקות, הפצה, פרנסה, שפתי תפתח

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וועל פרובירן צו ענדיגן דעם פירוש אויף זוהר פאר פרשת מקץ. וואס זאל איך טון איך בין זייער טרוד, מיין ווייב איז נאכאמאל אריין מיט מיין קליינער קינד עמרם זאל זיין געזונט אין שפיטאל, פון נעכטן איז זי דארט אין שפיטאל און יעצט זעט אויס אז שבת וועט זי דארפן בלייבן אין שפיטאל מיט דאס קינד, דארף איך אנגרייטן דעם שבת און בעיקר זיין פרייליך; ווייל דאס אלעס מאכט מען זאל ווערן אראפגעשלעפט, מען מוז זיך פרייליך מאכן, און זיך באניצן מיט די עצות פון רבי'ן.


איך הער פון ... אז די הדפסה איז אריינגעפאלן אין א לאך פון חובות, מען האט נישט געצאלט די לעצטע פאר וואכן געהאלט, ער דערציילט מיר אז דו האסט זיך פאר אים אויסגעוויינט אז דו קענסט נישט אנגיין אן די געהאלט; איך בעט דיר זייער, שטארק זיך דערהאלט זיך, זוך דאס גוטס און דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם - וועסטו האבן שפע.


איך וואלט געקענט מאריך זיין אבער איך דארף לויפן צו מיינע קינדער און עפעס טראגן פאר מיין ווייב זאכן פאר שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.