בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1986 - איך וועל ווייטער שרייבן בריוו און מחזק זיין אידישע קינדער
מוהרא"ש, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין מיידל תחי'! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב; איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש, ווייטער ארויסגעבן די שיינע קונטרסים עצתו אמונה - איש אמונות.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; די מפיצים זאגן אז מענטשן באדאנקען זיך, מענטשן זאגן אז דאס איז זייער וועג ווייזער, דאס העלפט זיי צו קענען אנגיין בחיי יום יום. און פון די אנדערע זייט זע איך אז עס איז דא א קול הברה אויף די בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן; עס קאכט זיך וכו', היתכן שרייבן בריוו פאר בני הנעורים, זיי מחזק זיין צוריק צו קומען צום אייבערשטן וכו' וכו'; וועל איך פון היינט אן שרייבן מער ברייטער און מער באריכות, עס זאל נישט זיין אויף מיר קיין טענה; איך זאל קענען זאגן (דברים כא, ז): "יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה", איך האב נישט פארגאסן אידיש בלוט.


מיר איז דאס א שטארקע חיזוק, "כָּל מַה שֶׁאֵרַע לְיַעֲקֹב אֵרַע לְיוֹסֵף", אלעס וואס האט פאסירט צו מוהרא"ש פאסירט יעצט ווייטער; "זֶה נִשְׂטָם, וְזֶה נִשְׂטָם, זֶה אָחִיו מְבַקֵּשׁ לְהָרְגוֹ, וְזֶה אֶחָיו מְבַקְּשִׁים לְהָרְגוֹ", און אזוי ווייטער, נאך א פשט, "בִּקֵּשׁ יַעֲקֹב לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה, קָפַץ עָלָיו רִגְזוֹ שֶׁל יוֹסֵף. צַדִּיקִים מְבַקְּשִׁים לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לֹא דַּיָּן לַצַּדִּיקִים מַה שֶׁמְּתֻקָּן לָהֶם לָעוֹלָם הַבָּא, אֶלָּא שֶׁמְּבַקְּשִׁים לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה בָּעוֹלָם הַזֶּה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1985 - א שאד צו ארבעטן אויף א זאך וואס איז שוין דא
הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד איר זאלט ארבעטן אויף א זאך וואס מען וועט נישט נוצן, מיר האבן שוין איבערגעטייטשט אין ענגליש דעם ספר פעולת הצדיק, א שאד צו ארבעטן ווען מען וועט דאס נישט נוצן; ענדערש זאלט איר נעמען א ספר וואס מען האט נאך נישט מתרגם געווען און ארבעטן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1984 - איך בין זיכער אז דו וועסט זען גרויסע ניסים
קינדער, אומאן, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען ביים רבינ'ס ציון, איך האב אזוי געוויינט צום רבי'ן פאר דיר אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן קינדער, איך בין זיכער אז דו וועסט זען גרויסע ניסים.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1983 - שטארק זיך מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, משמש דעם רבי'ן, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש וויליאמסבורג


היות מארגן ערב שבת פרשת ויגש געפאלט אויס עשרה בטבת דארף מען דאווענען מנחה און קבלת שבת פריער ווי געווענליך כדי מען זאל קענען קידוש מאכן און אויספאסטן ביים זמן.


זיי מודיע אז מיר וועלן דאווענען מנחה ביים זמן הדלקת הנרות, כדי מען זאל נישט פאסטן לענגער.


שטארק זיך מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן; יעדע זאך וואס מיר קענען טון צו העלפן דעם רבי'ן איז זייער חשוב אין הימל. אויבן אין הימל איז מען מקנא ווער עס האט א שייכות מיט'ן רבי'ן, ווער עס איז משמש דעם רבי'ן; אויבן איז אינגאנצן אנדערש פון דא, דארט ווייסט מען פון רבי'ן.


הלוואי וואלסטו געגאנגען יעדן טאג אביסל התבודדות - וואלסטו געשפירט אויף די וועלט דעם גן עדן; אז מען האט א קאר איז נאך גרינגער, מען קען צופארן צו א ליידיגע געסל און זיך דארט מתבודד זיין.

#1982 - רבונו של עולם, ווייז מיר דיין אמת, איך וויל זיך נישט לאזן אפנארן
תפילה והתבודדות, אומאן, התחדשות, פארנארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קום יעצט פון רבינ'ס ציון, פון אומאן; עס איז מיר אריבערגעלאפן אין זכרון דיינע יונגע יארן, דיין מסירות נפש צו קומען צום רבי'ן, ווי עס האט געברענט אין דיר דאס קומען צום רבי'ן.


אז מען וויל בלייבן פריש, מען וויל ווייטער דינען דעם אייבערשטן - דארף מען זיך באנוצן מיט די עצה פון התבודדות.


הלוואי וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן, וואלסט אראפגענומען אפאר מינוט צו גיין אין א שטילע פלאץ, זיך אויסצורעדן דאס הארץ און בעטן דעם אייבערשטן: "הדרכינו באמתיך ולמדינו, רבונו של עולם, ווייז מיר דיין אמת, לערן מיר דיין אמת; איך וויל זיך נישט לאזן אפנארן"; דעמאלט וואלסטו געהאט אן אנדערע טעם אין לעבן.


..., אינו דומה - עס האט נישט קיין פארגלייך דער וואס איז זיך מתבודד צו איינער וואס איז נישט מקפיד אויף דעם.


אדרבה, פרוביר עס אויס, וועסטו זען ווי אלעס וועט גיין אנדערש.

#1981 - אן התבודדות קען מען נישט אנגיין אין לעבן
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון רבינ'ס ציון, געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זיך געקענט אביסל אויסגיסן מיין הארץ מיט תפלה והתבודדות.


איך טראכט אסאך, ווען נישט די עצה פון התבודדות ווייס איך נישט ווי אזוי איך וואלט אנגעגאנגען וכו'; יעדער איינער האט דאך זיינע שוועריקייטן וכו', וכו', יעדן מענטש פרואווט מען אויס; וואס טוט א מענטש ווען זאכן גייען נישט זיין וועג? וואס טוט מען ווען עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות? א נס אז מיר האבן אזא זיסע עצה פון זיך אויסגיסן דאס הארץ, זיך אויסרעדן מיט'ן אייבערשטן אליינס.


פאלג דעם רבי'ן, גיי יעדן טאג אין א זייט; זוך א שטילע פלאץ, עס קען זיין אפילו אין שטוב ווען אלע שלאפן אדער קיינער איז יעצט נישט אין שטוב - און בעט דעם אייבערשטן, שמועס מיט אים כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. שעם זיך נישט פונעם אייבערשטן, דערצייל אים אלעס - וועסטו שפירן א מין טעם אין לעבן, אלעס וועט האבן א טעם, דער לעבן וועט זיין געשמאק, דו וועסט זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.

#1980 - אז דו האסט געטראפן דיין שידוך, דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב! מזל טוב פאר דיין שידוך!


די גאנצע קהילה איז פרייליך פאר דיר, יעדער האט אזויפיל געבעטן פאר דיר; געלויבט דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין זיווג. מיר פערזענליך איז גרינגער געווארן, עס איז אראפ א שטיין פון מיין הארץ, איך האב אזויפיל געבעטן פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות, די שכינה זאל רוען ביי דיר אין שטוב, עס זאל זיין (חגי ב, ט): "גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה הָאַחֲרוֹן, מִן הָרִאשׁוֹן".


יעצט ביסטו געווארן א גרעסערער בעל חוב; ווען מען זעט מיט די אויגן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט הייבט מען אן שפירן דעם: "אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ וּלְבָרֵךְ אֶת שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ עַל אַחַת מֵאָלֶף אֶלֶף אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבֵּי רְבָבוֹת פְּעָמִים הַטּוֹבוֹת נִסִּים וְנִפְלָאוֹת שֶׁעָשִֹיתָ עִם אֲבוֹתֵינוּ וְעִמָּנוּ".


 

#1979 - ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן אפילו מ'איז נישט ווערד
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, רפואה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן; איך האב אסאך געבעטן ביים רבינ'ס ציון פאר דיר. איך האב אלעס דערציילט, פון וויפיל דו האסט זיך געמוטשעט וכו', וכו' און יעצט דערשרעקן דיר די דאקטורים אז דאס קינד וועט זיין נישט געזונט לא עלינו.


מיט תפילה וועלן מיר זען גרויסע וואונדער, תפילה איז וואונדער, תפילה איז היפך פון טבע, עס טוישט די טבע (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ).


עס איז גוט דו זאלסט גיין צו קברי צדיקים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אפילו ווער עס איז נישט ווערד מען זאל צוהערן זיינע תפילות, ביי קברי צדיקים איז אנדערש, דארט הערט מען צו יעדנ'ס תפילות.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג שמות הצדיקים, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", שמות הצדיקים איז מהפך די טבע.


אויך זאל דיין ווייב זאגן יעדן טאג שמות הצדיקים און דערנאך זאלט איר זאגן די תפילה:


"יהי רצון מלפניך, עס זאל זיין די ווילן פון דיר באשעפער, אין די זכות פון די הייליגע צדיקים וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, זאלן מיר האבן א געזונטע קינד. די דאקטורים שרעקן אונז אן, זיי זאגן אז מיר גייען האבן א נישט געזונט קינד, בעט איך דיר הייליגער באשעפער, האב אויף אונז רחמנות, געב אונז געזונטע דורות, געזונטע קינדער און אייניקלעך, קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן טון דיין ווילן, לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים, אמן".


 

#1978 - די גרעסטע צדקה איז פארשפרייטן די ליכטיגע עצות פאר די גאנצע וועלט
הפצה, צדקה, הכרת הטוב, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די ישיבה; עס איז זייער שיין צו זען ווי מענטשן זענען מכיר טובה, זיי העלפן די ישיבה - די פלאץ וואס העלפט זיי.


זייער אסאך זענען געהאלפן געווארן דורכ'ן רבי'ן, זייער אסאך נעמען זייער גאנצע חיות פון רבינ'ס ווערטער אין אלע הינזיכטן, אבער נישט אלע געדענקען צו העלפן מיט זייער צדקה די פלאץ וואס געבט זיי דעם רבי'ן, זיי זוכן זיך אלע סארטן צדקות, זיי פארגעסן אז די גרעסטע צדקה איז פארשפרייטן די ליכטיגע עצות פאר די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


אויך מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג פרקים משניות; משניות וואשט אויס און רייניגט פון אלע שמוץ.


ועל כולם זאלסטו לערנען גמרא; א בלאט גמרא מוז מען לערנען אזוי ווי מען לייגט תפילין, מען קען זיך נישט פטר'ן מיט קיין תירוצים; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, נאר דאס וועט מיט קומען מיט אונז לנצח נצחים.

#1977 - מיידלעך שעמען זיך נישט צו קויפן ביליגע קליידער
חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידות בית פיגא - "בית פיגא" וויליאמסבורג, "בית פיגא" ליבערטי


איך געפון זיך יעצט אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון, איך בין מתפלל פאר אייך אלע, איר זאלט אלע מצליח זיין.


איך בין זייער פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז אלע מיידלעך קויפן קליידער ביי אונזער נייע באזאר; מען שטאלצירט צו גיין אנגעטון מיט קליידער וואס זענען נישט טייער, מען האט רחמנות אויף אידיש געלט, מען האט רחמנות אויף טאטע מאמע.


שטארקט אייך, געבט אכטונג אויף אידיש געלט; קויפט ביי אונז אין באזאר שיינע קליידער פאר ממש בחינם. העלפט ארויס די עלטערן זאלן בלייבן געזונט, זיי זאלן נישט דארפן בארגן געלט השם ישמרינו, קוקט נישט אויף די וואס גייען אנגעטון טייער, זייט זיי נישט מקנה.


די וואך איז געווען א הערליכע חתונה אין ישיבה, איר זענט אלע געווען, איר האט אלע געזען ווי שיין און לעבעדיג די חתונה איז געווען; איך האף אז אלע וועט איר חתונה האבן אין ישיבה פאר בחנם, איר וועט האבן שכל נישט אויסצוגעבן געלט פאר די פאר שעה אז 'אנדערע' זאלן מיינען מיר האבן געלט.

#1976 - מ'דארף אכטונג געבן וואס די קינדער ליינען
קינדער, חינוך הילדים, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אזא שיינע ארבעט שטעלסטו אהער, די 'עצתו אמונה' פאר קינדער - איז הערליך שיין, עס ווערט שענער און שענער; איך האף אז דאס וועט מיט די צייט ווערן וועכנטליך א גאנצע קונטרס, א קונטרס ספעציעל פאר קינדער.


מיר דארפן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער - וואס זיי ליינען; ליינען קען זיין זייער שעדליך, גיי ווייס ווער עס זענען די שרייבערס פון די אלע קינדער מאגאזינען, מיר דארפן היטן אונזערע קינדער.


די מוסדות ווערן גרעסער און גרעסער, מיר האבן היינט שוין אין דריי שטעט מוסדות היכל הקודש; אין וויליאמסבורג - א חדר און א סקול, אין ליבערטי אין שטעטל - א חדר און א סקול, און אין קרית יואל האבן מיר א חדר; איך האף צו עפענען בקרוב אין .... דארפן מיר היטן די קינדער זיי זאלן ליינען נאר ריין אמונה, ריין יראת שמים; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן" און רבי נתן שרייבט (שם): וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער.


זע אז די בילדער זאלן זיין שיין, קלאר און גרויס; איך וויל זען יעדע בילד פאר דו דרוקסט דאס.

#1975 - דרייוון איז נישט קיין שפיל, בפרט דרייוון קינדער
קינדער, מוסדות, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט די ישיבה, מיט די חדר און מיט אלעס, איך פאר יעצט קיין אומאן, איך וועל בעטן פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך.


געב איבער פאר אלע דרייווערס זיי זאלן אכטונג געבן ביים טראגן און ברענגען די קינדער; דרייוון איז נישט קיין שפיל, בפרט דרייוון קינדער.


איינער האט מיר אנגערופן זאגן, ער האט געזען ווי איינער פון אונזערע ווענס לייגט אראפ א קינד און ווען דער קינד איז נאך געשטאנען אויפ'ן גאס איז די ווען אוועקגעפארן; עס איז געווען פאריגע וואך דאנערשטאג ווען עס איז געגאנגען א שניי, ניסי ניסים אז דער איד האט זיך אפגעשטעלט העלפן דעם קינד אהיימגיין. מען טאר נישט אנהייבן פארן איידער מען זעט די קינדער אויפ'ן סיידוואק.


איך וויל רעדן צו אלע בחורים וואס דרייוון; זיי מסדר אלע זאלן קומען צו מיר אין שטוב קומענדיגע וואך.


 

#1974 - זיי שטארק מיט דיין בארד און פיאות, וועסטו האבן א גוטע שידוך
שידוכים, בארד און פאות, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק מיט דיין אידישקייט, זיי שטארק מיט דיין צלם אלקים - דיין בארד און פיאות; ווער נישט צעפאלן פון די לצנות וואס מען מאכט פון דיר, ווער נישט צעפאלן פון לצים.


אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט בלייבן אן ערליכער איד - זאג איך דיר צו א גוטע שידוך, אבער נאר אויב דו וועסט בלייבן מיט דיין תמימות, דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, דו וועסט זאגן תהלים יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


 

#1973 - געוואוין איין דיין זון צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די צדקה.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט בשלום ובאהבה, אויך פריי איך זיך צו הערן אז איר זענט צופרידן פון די מלמדים און פון די טיטשערס; מיר האבן אויסנאם מלמדים און אויסנאם טיטשערס, זיי לייגן אריין גרויסע כוחות אין די קינדער און זיי געבן זייער אכטונג אויף די געפילן פון די קינדער.


געוואוין איין דיין זון ... ער זאל רעדן צום אייבערשטן אין פעלד; האסט א שיינע פריוואטע פעלד, שיק אים ארויס רעדן צום אייבערשטן. ער איז שוין א גרויס קינד, פינף יאר; יעצט איז די צייט דאס אריינצולייגן אין אים. דער רבי האט געזאגט: "ווען איך וואלט געהאט א זון וואלט איך נישט מורא געהאט אים צו שיקן קליינערהייט אין פעלד רעדן צום אייבערשטן".

#1972 - יעצט נאך דיין חתונה, קענסטו ווערן א גרויסער צדיק
שלום בית, לימוד התורה, חתונה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן עראפלאן פארנדיג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט אז דו האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט - קענסטו ווערן א גרויסער צדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב ע"ב; עיין יומא עב ע"ב): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר, נוֹשֵׂא אִשָׁה וְלוֹ בָּנִים", ווען מען האט חתונה קען מען לערנען תורה מיט א ריינקייט.


זיי זיך קובע צו לערנען שיעורים בכל התורה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; שפעטער הייבט זיך אן טירדות, יעצט איז די שענסטע צייט; דיין ווייב וועט דיר נישט שטערן, זי וועט נאר הנאה האבן יעדע מינוט וואס דו וועסט לערנען.

#1971 - ענדערש בלייבן מיט בלויז אפאר בחורים, אבער די ישיבה זאל זיין ריין
קדושה, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


איך בעט דיר זייער, אויב דו ווייסט אדער דו הערסט איינעם רעדן ביי אונז אין בית המדרש ניבול פה - זאלסטו מיר קומען דערציילן; איך וויל נישט אונזער שול, אונזער ישיבה וואס מיר האבן געבויט מיט בלוט און שווייס זאל צעפאלן. א ישיבה וואו מען רעדט ניבול פה - צעפאלט, א שול וואס מען רעדט דארט ניבול פה - קען נישט האבן קיין קיום.


איך בעט דיר, קום מיר דערציילן אויב דו הערסט רעדן ניבול פה. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", איז א סימן אז זיין גאנצע מח און הארץ איז פול מיט שמוץ; ווער עס רעדט שמוציג – איז א שמוציגער, פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן.


עס גייט מיר נישט אן צו בלייבן מיט בלויז אפאר בחורים, איך דארף נישט קיין גרויסע ישיבה; איך דארף א ריינע ישיבה, די מויל דארף זיין ריין. זאל זיין ווער עס זאל זיין, אויב איך וועל הערן רעדן ניבול פה וועט מען נישט קענען זיין אין ישיבה.

#1970 - א מלמד דארף אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, פארנדיג קיין אומאן


 


לכבוד אונזער טייערער מלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


משפחת ... האט מיר גערופן, זיי האבן ממש געוויינט פון שמחה אז זייער זון האט אזא מלמד. זיי דערציילן מיר ווי דו געבסט אכטונג אויף די געפילן פון זייער קינד, זייער קינד דערציילט אז דו נעמסט אים מיט ווען דו גייסט ארויס פון כתה מאכן קאפי"ס, דו געבסט אכטונג אויף זיינע פחדים; ער זאגט פאר זיינע עלטערן: "מיין רבי איז אזוי גוט צו מיר, ער ווייסט אז איך האב מורא - געבט ער אכטונג אויף מיר, אבער איך שעם זיך פון אים", ער ווייסט אז ער האט א פראבלעם.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו לויבן, איין זאך קען איך זאגן: "כמותך ירבו בישראל!" א מלמד וואס גייט ארויס פון זיין וועג, ער געבט אכטונג אויף די טייערע ריינע נשמה'לעך - איז א יקר המציאות.


בעט מיט די קינדער פאר מיר; יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע קול הברה, מען רעדט צו רבנים לשון הרע אויף אונזער קהילה; מיר פערזענליך גייט עס נישט אן, אבער א שאד די אלע צעבראכענע בחורים וואס האבן חיות, חיזוק און לעבן פון די ישיבה וועלן האבן פרישע שוועריקייטן.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל; איך בעט פאר דיר און דו בעט מיט די קינדער פאר מיר.


 

#1969 - די שענסטע מדה איז הכרת הטוב
הכרת הטוב, מדות טובות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה; די שענסטע מדה איז הכרת הטוב, ווען מען געדענקט ווער עס האט געהאלפן ווען מען איז געווען א בחור, ווער האט מיר געעפנט די טיר, ווער האט מיר אריינגענומען אין ישיבה; שפעטער ווען מען איז שוין מסודר, מען האט חתונה געהאט און מען געדענקט און מען העלפט - איז דאס א הערליכע זאך.


שטארק זיך, זע צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה; מאך זיך א קביעות מעביר סדרה זיין יעדע וואך פון זונטאג. הייב אן זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין.


ועל כולם גמרא; א דף גמרא - דאס דארף זיין א חלק פון לעבן.


יישר כח נאכאמאל פאר די שיינע נדבה.

#1968 - נישט זיך אפשטעלן אין דייטשלאנד
נסיעה, אומאן, דייטשלאנד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע מאכן א סטאפ אין דייטשלאנד; איך וועל ענדערש צאלן נאך געלט און פארן דורך א צווייטע לאנד.


איך וויל נישט זיין אין די בלוט-לאנד ביי די פארשאלטענע דייטשע עמלקים ימח שמם וזכרם; מוהרא"ש האט אויף דעם זייער מקפיד געווען.


הגם מיר פארן קיין אומאן און ווען מען פארט צום רבי'ן קען מען פארן דורך אלע מדינות, אבער אז עס איז דא אן אנדערע וועג – וויל איך נישט זיין אין דייטשלאנד, אפילו נאר אין עירפארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זען מיט אונזערע אויגן ווי דער אייבערשטער וועט אויסמעקן עמלק ווען משיח וועט קומען, במהרה בימינו, אמן.

#1967 - א רחמנות אויף די וואס ווייסן נישט פון דעם זיסן וועג פון לערנען תורה
לימוד התורה, בריוו, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


יעצט אז דו זאגסט מיר ווי חשוב די בריוו איז ביי דיר, דו לייגסט עס אוועק און דו ליינסט עס כסדר איבער, עס איז דיר מחזק - וועל איך דיר שרייבן נאך בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ביי דיר אין שטוב דיינע ספרים, ווי דו האסט שיעורים בכל התורה כולה. דו האסט מיר געוויזן אלע ספרים ביים סוף וואו דו שרייבסט אריין יעדע סיום, סיימתי עוד הפעם, סיימתי עוד הפעם וכו'; האסט מיר זייער מחי' געווען, ווייל דאס איז די גאנצע ציל מיט די ישיבה, אריינברענגען לימוד התורה, ווייזן א וועג פאר יעדן איינעם אז מען קען לערנען.


א רחמנות אויף מענטשן וואס ווייסן נישט פון דעם זיסן וועג; מען קען זיצן אין שטוב מיט א הויפן ספרים, לערנען און לערנען; מען שפירט די זיסע טעם פון די הייליגע תורה, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט פון רבינ'ס דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, מען קען לערנען די תורה גייענדיג אויף א סדר פון אנהייב ביז'ן סוף און נאכאמאל אנהייבן און ענדיגן און נאכאמאל אנהייבן - וואלטן אלע געלערנט און זוכה געווען צו אלע מדריגות, אבער היות מען ווייסט נישט פון דעם - לערנט מען נישט.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.

#1966 - טרעפן דעם אייבערשטן אין די גוטס און אין די פראבלעמען
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן, אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן. די ווייב, די קינדער, די פרנסה וכו', וכו' - אלעס אלעס מאכט דער אייבערשטער, דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן אים אויפזוכן אין יעדע זאך, מיר זאלן אים טרעפן אין די גוטס און אין די פראבלעמען.


ווי אזוי איז מען זוכה צו דעם? דורך התבודדות ותפלה; ווען מען נעמט די זאך פון התבודדות ערנסט, מען גייט יעדן טאג אין א ליידיגע פלאץ, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען בעט אים יעדע זאך, מען דערציילט אים ווי שטארק מען וויל זיין וואויל און ערליך, מען זאגט פאר'ן באשעפער אלעס אלעס, דעמאלט איז מען זוכה צו א קלארע לויטערע אמונה, אלעס איז אנדערש.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#1965 - שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון הפצה
הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע זאכן אויף דיר; האברך ... נרו יאיר האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו גייסט הפצה. וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט לתקן עולם במלכות שקי, וכל בני בשר יקראו בשמך; אריינברענגען אין די גאנצע וועלט די אמונה, יכירו וידעו כל יושבי תבל כי לך תכרע כל ברך, אלע זאלן מכיר זיין די ווערטער פונעם בעל תפלה, וואס ער פלעגט שטענדיג זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה יב - פונעם בעל תפלה): "נישטא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט, נאר גאט ברוך הוא דינען".


איך בין יעצט אונטערוועגנס קיין אומאן, איך פאר מיט מיין זון צום רבינ'ס ציון. דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז) אז א קינד וואס וועט קומען צו אים פאר די זיבן יאר וועט זוכה זיין צו גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד; די גרעסטע מתנה וואס א טאטע קען געבן פאר זיין זון איז אים נעמען צום רבי'ן פאר די זיבן יאר.


איך וועל אויך בעטן פאר דיר און פאר דיינע קינדער.

#1964 - שלום צווישן אנשי שלומינו איז די וויכטיגסטע זאך
מחלוקת, שטעטל, שלום, אומאן, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון ... נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין.


איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין ווייב זי זאל האבן א רפואה שלימה.


דו וואונדערסט זיך ווי אזוי דער ראש ישיבה איז אזוי רואיג בשעת עס טוט זיך, עס הייסט עס גייען ארויסקומען רבנים מיט חתימות וכו', וכו'; גלייב מיר ... מיר טוט מער וויי ווען אנשי שלומינו פארטראגן זיך נישט, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן – ווי א קול קורא קעגן מיר פון טויזנט חתימות.


בפרט אין אונזער שטעטל קרית ברסלב וויל איך מען זאל לעבן בשלום, ווי מוהרא"ש שרייבט אין די לעצטערע בריוו פאר'ן הסתלקות, פאר אנשי שלומינו: "איך עקל זיך פון מחלוקת, מיין גאנץ לעבן בין איך אנטלאפן פון מחלוקת".


דיר וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט זען עס זאל זיין שלום אין שטעטל, יעדער זאל זיין צופרידן.


 

#1963 - נעם די הייליגע תורה פאר דיין חבר
חברים, מקוה, אומאן, לימוד התורה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, איך בין געפארן מיט מיין זון ... נרו יאיר פאר ער ווערט זיבן יאר, אריינצוכאפן די הבטחה פון רבי'ן אז אויב מען נעמט צו אים א קינד פאר די זיבן יאר וועט ער גיין צו די חתונה מיט א ריינעם העמד; אין איינוועגס וועל איך שוין אויך זוכה זיין צו האבן א תיקון, יעדעס מאל מען איז זוכה צו קומען צום רבי'ן איז דאס א תיקון פאר די נשמה.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויסנוצן דיינע יונגע יארן מיט תורה און יראת שמים. חבר זיך נאר מיט איידעלע בחורים, אויב דו הערסט רעדן נישט איידל זאלסטו אנטלויפן פון דארט. נעם דיר גוטע חברים, נעם דיר דעם משניות פאר א חבר, די גמרא פאר א חבר, דעם רבינ'ס ספרים פאר חברים - די זענען די בעסטע חברים.


גיי אינדערפרי אין מקוה; זיי זיך מקבל נישט צו רעדן אין מקוה, עס איז נישט איידל צו רעדן אין מקוה.

#1962 - אז דו וועסט רעדן צום באשעפער, וועסטו פון קיינעם נישט מורא האבן
פחדים, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אויפ'ן עראפלאן, איך פאר מיט מיין זון ... קיין אומאן צום רבינ'ס ציון; איך גיי אסאך מתפלל זיין פאר דיר ביים רבי'ן, דו זאלסט נישט האבן קיין פחדים פון קיין שום זאך.


איך האב גערעדט צו דיין דרייווער, ער האט מיר צוגעזאגט אז ער גייט דאס קיינמאל נישט טון פאר דיר, ער גייט שוין אפילו נישט דערשרעקן. ער האט חרטה, ער גייט זייער אכטונג געבן אז אלע קינדער זאלן אנקומען אהיים.


דיר בעט איך זייער זאלסט חזר'ן אמונה, זאג צו זיך די ווערטער: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט מיר"; זינג זיך די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט אויפבויען די אמונה, דו וועסט פון קיינעם נישט מורא האבן.


דער רבי האט געזאגט: "ווען איך וואלט געהאט א אינגל וואלט איך אים געשיקט אליינס אלס קליין קינד אין וואלד רעדן צום אייבערשטן"; דו ביסט שוין נישט קליין, דו ביסט יעצט געווארן זיבן יאר, דו ביסט שוין גרויס; אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט רעדן צום באשעפער - וועסטו באקומען אזא שטארקייט, דו וועסט פון קיינעם מער נישט מורא האבן.