בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2146 - איידער דו הייבסט אן פארן, געב א פרוטה פאר צדקה
צדקה, דרייוון, סיפורי צדיקים, שולד געפילן, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן; קלאפ ארויס פון דיר די שולד געפילן, דו ביסט נישט שולדיג אין די מעשה, דאס איז פון הימל, דאס האט נישט מיט דיר.


איך וועל גיין אינאיינעם מיט דיר מנחם אבל זיין די משפחה, איך וועל נישט לאזן דו זאלסט אונטערגיין; דאס האט גארנישט מיט דיר, דאס איז פון הימל אנגעשריבן.


זיי זיך מקבל, יעדעס מאל דו גייסט אריין אין קאר אדער באס, איידער דו הייבסט אן פארן - צו לייגן א פרוטה לצדקה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפ'ן וועג זאל מען געבן צדקה.


אויך זאלסטו זאגן תפלת הדרך; עס זענען דא וואס זענען מקיל ביי דעם, זיי זאגן דאס נאר ווען מען פארט א ווייטע נסיעה, מוהרא"ש האט אבער זייער מקפיד געווען מען זאל אלץ זאגן תפלת הדרך איינמאל א טאג מיט א ברכה, און יעדעס מאל מען פארט אין יענעם טאג, אפילו אין שטאט - זאל מען זאגן דעם יהי רצון און ענדיגן: "ברוך אתה שומע תפלה", אן די שם ומלכות.


צינד אן מעשיות פון צדיקים וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#2145 - ביים אייבערשטן איז חשוב א פרוי וואס העלפט איר מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ...


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט וויסן וואס איז חשוב ביים אייבערשטן; ביים אייבערשטן איז חשוב א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן, א פרוי וואס היט אפ איר מאן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה", ווער איז א חשוב'ע פרוי? "כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", די פרוי וואס טוט די ווילן פונעם מאן; זי היט אים ער זאל זיין הייליג און ריין, ער זאל קענען לערנען תורה בקדושה.


א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר'ן מאן וועט דער אייבערשטער זיין גרייט פאר איר; אירע תפילות און בקשות וועלן ווערן שנעל אנגענומען. די פרוי וואס גייט ארויס פון איר וועג פאר איר מאן, זי היט אים פון עבירות - וועט ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


עס איז נישט קיין תירוץ 'עס איז שווער וכו' וכו''; יעדן איינעם איז שווער, פאר'ן מאן איז אויך שווער צו טון וואס ער האט צו טון; אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, באקומט מען מער שכר.

#2144 - גיין צו די עלטערן אויף פסח
צדיקים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פסח איז נישט קיין צייט צו פארן צו רבי'ס און עס איז נישט קיין יום טוב וואס מען גייט עסן סעודות דא און דארט, פסח מישט מען זיך נישט; דעריבער זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט טייערע עלטערן, דיין ווייב האט טייערע עלטערן; דו האסט וואו צו גיין. בלייב נישט אין שטעטל עסן ביי דעם און ביי יענעם, נאך אביסל ווען דיינע קינדער וועלן אונטערוואקסן וועסטו מאכן אליינס דעם סדר.


חול המועד וועט זיין שיעורים; אינדערפרי וועל איך פארלערנען דעם דף גמרא, פארנאכטס וועלן מיר רעדן פון רבי'ן, וועסטו קענען קומען זיך מחזק זיין, אבער די ערשטע טעג און די צווייטע טעג זאלסטו זיין ביי דיינע עלטערן.

#2143 - העלף דיין ווייב זאל קענען אביסל ארויסגיין זיך מחזק זיין
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יעדן דינסטאג קומען זיך צוזאמען די פרויען אין שטעטל; מען שמועסט, מען שפילט א שפיל אינאיינעם, מען הערט חיזוק, הלכות און אויך טאנצט מען.


עס איז וויכטיג דו זאלסט פון דיין זייט העלפן דיין ווייב זי זאל קענען קומען, דאס הייסט דו זאלסט אהיים קומען פרי, בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער.


אז זי וויל נישט קומען זאלסטו איר נישט נייטן, פון דיין זייט זאלסטו זען זי זאל קענען גיין.


עס קוקט אויס ווי א נישט וויכטיגע זאך, אבער עס איז זייער וויכטיג צו הערן חיזוק, הלכות; זיך טרעפן מיט גוטע פריינט וכו'.

#2142 - ווי אזוי פסח'דיג צו מאכן
פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב וויל וויסן וואס מען דארף טון מיט'ן פסח'דיג מאכן, וואס דארף מען אלץ אויסרוימען? דא האסטו פאר דיר דעם כלל, וועסטו שוין וויסן ווי אזוי צו טון ביי יעדן פרט.


די אלע פלעצער וואס מען פארקויפט פאר'ן גוי, מען פארקלעבט דאס, מען עפנט עס נישט - דארף מען נישט אויסקראצן די ברעקלעך. די פלעצער וואס מען נוצט פאר פסח, צום ביישפיל אין קאך, די אלע שענק און לעדלעך וואס מען נוצט, דארט דארף מען ארויסנעמען אלע ברעקלעך, מען זאל נישט נכשל ווערן מיט חמץ וואס איז במשהו.


דעריבער דארף מען זיין זייער נזהר ווען מען מאכט די קאך וכדומה לזה, אבער די אנדערע מקומות - די שפילצייג וכו', דארט דארף מען נישט קראצן, דאס פארקלעבט מען און מען פארקויפט עס.


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו זאגט, די אלע מלאכים וואס ווערן באשאפן פון די מצוה פון בלאזן שופר, די מלאכים ווערן באשאפן פון ק'ראצן, ש'ארן ר'וימען און ק'אשערן; דארט וואו מען דארף, אבער די אלע מקומות וואס מען נוצט נישט, דארף מען נישט מאכן.

#2141 - איין טאג אין די יונגע יארן איז מער ווי אסאך יארן אויף דער עלטער
שלאפן, עבודת השם, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט קענסטו זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין; האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, אן איידעלע ערליכע פרוי, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר דו זאלסט קענען לערנען און דאווענען.


זע צו האבן א סדר היום, גיי שלאפן צייטליך; בעסער אז דו גייסט שלאפן פרי און שטייסט אויף פארטאגס לערנען און דאווענען. געדענק די ווערטער פון הייליגן זיידן דער ישמח משה זכותו יגן עלינו וואס ער שרייבט פאר זיין זון, אונזער זיידע רבי אלעזר ניסן זכותו יגן עלינו: "שָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין טאג אין די יונגע יארן איז מער ווי אסאך יארן אויף דער עלטער.


דיין טאטע, דיין ראש ישיבה

#2140 - דיין ווייב זאל זיין ביי דיר נומער איינס
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין "שלום בית".


דיין ווייב זאל זיין ביי דיר נומער איינס; ווען זי רופט דיר זאלסטו מאכן צייט אויפצוהייבן דעם טעלעפאון, ווען זי דארף גיין ערגעץ זאלסטו איר טראגן און ברענגען. דו האסט א טייערע ווייב, זי וויל לעבן מיט דיר, זי וויל שפירן זיכער, זי וויל שפירן ווי דו ליבסט איר.


טייערער ..., איך האב דיר זייער ליב, איך האב דיר אסאך געלערנט אין לעבן, ברוך ה' איך האב דיר נישט פארפירט; אז דו וועסט ווייטער פאלגן וועסטו אליינס אסאך מרויח זיין.


נעם אן מיינע ווערטער.

#2139 - מ'טוט טובות פאר יעדן, נאר נישט פאר די אייגענע משפחה
שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך שרייב דיר ווייל דו וועסט זיך נישט באליידיגן, באמת דארף איך דאס שרייבן פאר אינגעלייט.


נאך דיין חתונה ווען דיין ווייב וועט דיר בעטן זאלסט איר טראגן און ברענגען מיט דיין קאר, זאלסטו איר חס ושלום זאגן: "איך בין נישט דיין קאר סערוויס"; דאס טוט זייער וויי פאר א ווייב, ווען איר מאן רעדט צו איר אזוי מיט שפאט. דו זאלסט איר טראגן און ברענגען, איר העלפן מיט דיין גאנצע הארץ.


אז דו קענסט נישט אדער דו ביסט נישט דערביי, איז דא גענוג וועגן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען, אבער חס ושלום טשעפען און זאגן: "איך בין נישט דיין בעל עגלה".


עס טוט מיר וויי צו הערן פון משפחות וואס זיי טוען טובות פאר אלעמען; מען טראגט, מען ברענגט - ביז די אייגענע ווייב, ווען זי וויל א טובה האט מען נישט קיין געדולד, מען מאכט שפאס און שפאט.


איך זאג דיר עס יעצט, איך האף עס וועט נישט אויספעלן דיר דאס צו זאגן נאכאמאל נאך דיין חתונה.


 

#2138 - א תקנה אז מען דארף האבן שלום בית
שלום בית, דרייוון, חסד, מסורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דיין ווייב תחי' האט מיר געשריבן ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב; דו ביסט זייער געטריי.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פירסט זיך ווי אן ערליכער איד. אין שטעטל האבן מיר געמאכט א תקנה אז מען דארף האבן שלום בית, מען קען נישט וואוינען אין שטעטל אויב מען קריגט זיך.


די תקנה איז געבויט אויף די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אין שטעטל פירט דער רבי טיש, אלע זיצן מיר ביים רבינ'ס טיש, דארפן מיר זיצן מיט גרויס דרך ארץ, מיט שלום בית.


דיין ווייב פרעגט אויב זי זאל דרייוון; זאג איר זי זאל זיך פירן אזוי ווי איר מאמע, זי זאל נישט אפטרעטן קיין ריר. אזוי וועלן ענקערע קינדער נישט אפטרעטן פון ענקער וועג, זיי וועלן אייך ברענגען נאר נחת.


זע צו טון חסד מיט אנדערע, דורך חסד העלפט מען בויען די שטעטל, עולם חסד יבנה.

#2137 - תיקון הכללי מעקט אפ די עבירה
תפילות אויף אידיש, קדושה, שידוכים, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א תיקון אויף מקרה לילה איז צו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא), דער וואס זאגט דעם תיקון הכללי מעקט אפ די עבירה.


אז דו ביסט אראפגעפאלן אין מקרה לילה רחמנא לצלן זאלסטו גיין אין מקוה און גלייך זאגן די צען קאפיטלעך; מיט דעם וועסטו אלעס אפמעקן.


גיי אביסל התבודדות, וויין צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט גארנישט וועלן, נאר זיין נאנט צו אים.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין, בעט אים פאר א שידוך, זאג: "רבונו של עולם, מה פשעי ומה חטאתי, וואס בין איך שולדיג אז איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן? איך בין א פלג גוף, איך וויל שוין היינט חתונה האבן, העלף מיר, פארגעב מיר און פארציי מיר".


זע צו זיין פרייליך, וועסטו זיין אפגעהיטן פון די עבירה.

#2136 - דער וואס האט שלום בית, איז אפגעהיטן פון שלעכטס
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין אויף שלום בית; דו ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש פלעגט אונז הייסן מיר זאלן האבן שלום בית.


מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן פון דעם זאך, אז דאס איז אן עיקר פון אלע עיקרים; ווייל דער וואס האט שלום בית, דער וואס איז צופרידן אין שטוב - דער איז אפגעהיטן פון שלעכטס, דער סמ"ך מ"ם האט נישט קיין שליטה ווען מען לעבט בשלום.


בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ..., לייג אלעס אויף די זייט, אבי עס זאל זיין שלום. דיין ווייב זאל זיין ביי דיר נומער איינס און זי זאל שפירן ווי זי איז נומער איינס, אזוי ווי די ערליכע אידן פירן זיך, זיי פירן זיך אין שטוב מיט גרויס דרך ארץ.


איך האב דיר נישט פארפירט ביז יעצט, איך וויל דיר ווייטער העלפן.


 

#2135 - נישט זוכן חסרונות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט באקומען א ריינעם מאן, ער ווייסט נישט פון קיין שלעכטס, ער האט ריינע אויגן, ער איז צופרידן מיט אייך אזוי ווי איר זענט, איר דארפט זיך נישט מאכן פאר אים ווי א וכו'.


ער דארף נישט די אלע זאכן וכו', ביי אים איז שיין וואס איז טאקע שיין, ביי אים איז ציעדיג וואס איז עכט ציעדיג, נישט וואס איז ציעדיג ביי די גוים.


אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן. זוכט נישט אויף אים חסרונות; אז איר וועט זוכן אויף אים חסרונות וועט ער זוכן אויף אייך חסרונות, ער איז ליכטיג און טייער צוזאמען מיט אייך.


 

#2134 - אויב איר שפירט אז איר דארפט גיין צו טערעפי, קענט איר גיין
תפילה והתבודדות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויב איר שפירט אז איר דארפט גיין צו טערעפי, איר זענט איבערצייגט אין דעם אז דאס וועט אייך העלפן - קענט איר גיין.


איך בין נישט דערקעגן, איך זאג נאר דער פאקט אז דאס איז א מים שאין להם סוף, מען קריכט אין טערעפי אזוי ווי א בלינדער טאפט אין די פינסטערניש. בשעת מען גייט וכו', מען רעדט זיך אויס וכו' - שפירט מען זיך גוט, ווייל ווען מען געבט ארויס ווייטאג וואס איז באגראבן אינעם מענטש שפירט מען גלייך בעסער, אבער נאכן זיך אויסרעדן - בלייבט עס אינעם מענטש; דער מענטש מוז זיך אליינס שטארקן מיט אמונה בבורא כל עולמים.


פרובירט די עצה פון התבודדות ותפלה; בעטס דעם אייבערשטן ער זאל ארויסנעמען פון אייך די אלע ווייטאג, דערציילט אים אויף אייער שפראך אלע ווייטאג פון אלס קינד, פון אייער מאמע; ווי זי האט אייך זייער געקלאפט, אייך געמאכט שפירן ווי א שטיק מיסט. וועט איר זען מיט די צייט וועט איר שפירן געזונט און שטארק מיט פרישע כחות.

#2133 - לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל
מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ה' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


מזל טוב אז דו האסט מסיים געווען מאה פעמים ואחד מסכת תענית.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט זיין פרק הונדערט מאל, "לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", צו דעם וואס לערנט זיין פרק הונדערט און איין מאל.


יעצט אז דו האסט שוין א גאנצע מסכתא אין דיין האנט - זאלסטו נעמען א צווייטע מסכתא און דאס חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס אויך מסיים זיין מאה פעמים ואחד.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן א בריוו פאר אלע תלמידי הישיבה געציילטע שעה פאר זיין הסתלקות, מען זאל לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל לטובת נשמתו; ווער עס וועט דאס טון וועט ער א טובה טון אויבן אין הימל.


שטארק זיך; איך וואונטש דיר זאלסט טרעפן בקרוב ובניקל דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע אידישע דורות.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#2132 - חזר'ן הלכות אן א שיעור מאל
חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער חתן ... נרו יאיר


זע צו חזר'ן די הלכות אן א שיעור מאל.


מוהרא"ש פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם צדיק רבי אורי סטרעליסקער זכותו יגן עלינו, ער האט גע'חזר'ט די הלכות איבער טויזנט מאל; פלעגט מוהרא"ש זאגן: "איז דאך זיכער אז אונז, פשוט'ע מענטשן, דארפן דאס חזר'ן אן א שיעור מאל".


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אלץ זיין מקושר צום רבי'ן, דו און דיינע דורות. "דדא ביה כולא ביה", דער וואס לעבט מיט'ן צדיק - האט אלעס, "ודלא דא ביה, מה ביה (נדרים מא.)", דער וואס לעבט נישט מיט צדיקים - האט גארנישט אין לעבן.


זאלסטו דער עיקר בעטן אויף דעם; דו און דיין כלה און דיינע דורות זאלן זיין דבוק צו אמת'ע צדיקים.


דיין ראש ישיבה.

#2131 - פורים איז גרעסער פון יום כיפור
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, מחלוקת, ספיקות, שלום, פורים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו שיחיו פון ירושלים עיר הקודש


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצות עשה אויסצומעקן עמלק, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא תצא, יא): "אֵין הַכִּסֵּא שָׁלֵם עַד שֶׁיִמָּחֶה זַרְעוֹ שֶׁל עֲמָלֵק", אז מען מעקט אויס עמלק איז מען זוכה צו ווערן אויסגעלייזט; עמלק פארדעקט די אמונה, עמלק פארדעקט דעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט אלץ גע'חזר'ט מיט אונז אז עמל"ק איז בגימטריא ספ"ק, די טומאה פון עמלק איז אריינצוברענגען ספיקות אינעם מענטש, עמלק ברענגט אריין די ספיקות פון (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; מיר דארפן אויסמעקן עמלק, ארויסנעמען פון זיך די אלע ספיקות ובלבולים וכו', מיר דארפן גלייבן אינעם אייבערשטן.


מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן יום טוב פורים; פורים איז זייער א גרויסער טאג. אין תיקוני זוהר שטייט (תיקון כא, נז:): "פּוּרִים אִתְקְרִיאַת עַל שֵׁם יוֹם הַכִּפּוּרִים", פורים איז גרעסער פון יום כיפור; ווייל פורים איז א צייט וואס מען מאכט שלום איינער מיט'ן צווייטן, מען שיקט משלוח מנות איינער פאר'ן צווייטן, מען געבט צדקה פאר ווער עס בעט און מען איז מרבה שמחה - דאס איז חשוב'ער פאר'ן אייבערשטן מער ווי אלצדינג.


שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:), שלום איז די העכסטע זאך; פורים איז א צייט וואס מען בעט זיך איבער, מען מעקט אויס די קליפה פון המן און עמלק - פון מחלוקת. המן האט געוואלט מאכן מחלוקת, ער האט געזאגט פאר אחשורוש (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד מְפֻזָּר וּמְפֹרָד", זיין זאך איז מחלוקות, וואו עס איז דא א מחלוקת איז עס פון המן און עמלק, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", א פלאץ וואו מען קריגט זיך - דארט איז דער שטן; ווידער מרדכי הצדיק און אסתר המלכה זייער זאך איז (אסתר ד, טז): "לֵךְ כְּנוֹס אֶת כָּל הַיְּהוּדִים", זיך צאמנעמען לעבן בשלום.


בעט איך אייך טייערע חברים, זעט עס זאל זיין שלום אין שטוב; געדענקט, אין שטוב איז אסור וויכוחים, מיט א ווייב איז מען זיך נישט מתווכח, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א ווייב איז אלץ גערעכט"; מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, ווייל דער יסוד פונעם מענטש איז צו האבן א ריינעם מח מחשבה, און כדי צו האבן א ריינעם מח דארף זיין שלום אין שטוב, אז מען איז בשלום מיט די ווייב איז מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דערפאר יעצט ווען עס קומט יום טוב, עס טוט זיך, מען מאכט הכנות, מען גייט צו די עלטערן און מען איז פארנומען מיט די מצות היום קען אמאל אויסקומען מען זאל פארגעסן פונעם עיקר, מען קען אריינפאלן אין טענה'רייען און קריגערייען, דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, הצלינו מקליפות המן ועמלק, היט מיר פון מחלוקת, היט מיר פון דעם יצר הרע; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר, איך זאל דיר רבונו של עולם שטענדיג שפירן, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר קיין איין רגע".


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב פורים.

#2130 - טענה זיך נישט מיט דיין ווייב
כיבוד אב ואם, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער שטארק, טענה זיך נישט מיט דיין ווייב תחי'; זיי נישט ברוגז אויף איר, זי איז נישט שולדיג; זי ווערט צעריסן צווישן דיר און אירע עלטערן. פון איין זייט וויל זי זיין א געטרייע ווייב, זי וויל גיין מיט דיר, פון די צווייטע זייט רעדט איר טאטע און מאמע צו איר כל דבר אסור אויף ברסלב, זי קען עס נישט נעמען; עס איז איר גרינגער צו שרייען אויף דיר ווי זי זאל זיך קריגן מיט אירע עלטערן, זיי שרעקן איר אן זייער שטארק.


זאג איר די ווערטער איין מאל און נאכאמאל: "מיין לעבן, מיין חיות - איז פון די רבי; אויב דו ווילסט נישט, דו שעמסט זיך - וועל איך פרובירן אז קיינער זאל נישט וויסן, קיינער זאל נישט זען; איך וועל אלעס טון פאר דיר דו זאלסט זיין פרייליך", און אז זי שרייט ווייטער זאלסטו נישט ווערן ברוגז אויף איר. זי איז נעבעך א רחמנות, זי איז נישט שולדיג. זאג איבער נאכאמאל: "איך באקום לעבן פון די רבי, אז דו האסט מורא פון דיינע עלטערן וועל איך מער אכטונג געבן; איך וועל אלעס טון פאר דיר דו זאלסט זיין פרייליך".


וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט? וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן אזעלכע לשון הרע'ס, מען באשמוצט אונז אז מיר האלטן נישט די תורה חס ושלום; דאס אלעס איז לשון הרע און הוצאת שם רע. די אלע וואס האבן א חלק אין די הוצאת שם רע - די האבן נישט קיין מחילה, ווייל זיי זענען גורם אז בחורים און אינגעלייט וואס דארפן התחזקות זיך צו דערהאלטן, מיט'ן רבינ'ס חיזוק וואלטן זיי געווען ערליכע אידן, אבער נאכן הערן אזויפיל לשון הרע וויל מען נישט האבן צוטון מיט ברסלב, מען וויל נישט די קינדער זאלן האבן צוטון מיט ברסלב.


שטארק זיך, באלד וועלן ווערן פון אלע מניעות - נעימות; עס וועט דיר זיס ווערן, דיין ווייב וועט דיר העלפן, זי וועט דיר זיין אן עזר פאר עבודת השם.


א פרייליכן שבת.

#2129 - אלעס וואס גייט אריבער איז נאר צו זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן
צרות, אמונה, התחזקות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ה' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; גלייב און ווייס אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז מיט א חשבון, ווען איינער שטארבט איז דאס מיט א חשבון. יעצט אז דו האסט פארלוירן דיין זיידע, דיין פעטער און דיין מומע השם ירחם - זאלסטו נישט פארלירן דיין אמונה, נאר ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן.


וויסן זאלסטו, אלעס וואס גייט אריבער איז נאר למען הבחירה והנסיון; מען וויל זען וואס דער מענטשט וועט טון, צו וועם ער וועט זיך ווענדן.


מוהרא"ש זאגט אונז אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד) מורא'דיגע ווערטער, איך ברענג דיר אראפ דעם גאנצן שטיקל, דאס וועט אריינבלאזן אין דיר א פרישע גייסט, עס וועט דיר שטארקן דיין אמונה; דו וועסט קענען צוריקגיין צו דיין טאג טעגליכן לעבן.


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דָאס לֶעבְּן פוּן אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער אוּן בִּיטֶער, מֶען פְּרוּבִּירְט אוֹיס יֶעדְן מֶענְטְשׁ מִיט אַנְדֶערֶע שְׁוֶוערֶע נִסְיוֹנוֹת, אוּן דָאס אַלֶעס אִיז נָאר מִיטְן צִיל צוּ זֶען צוּ וֶועם דֶער מֶענְטְשׁ וֶועט זִיךְ וֶוענְדְן וֶוען עֶס קוּמְט אוֹיף אִים אַ צָרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט לָאזְן צוּבְּרֶעכְן פוּן קַיין שׁוּם שְׁוֶוערִיקַייט וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער סֵיי בְּגַשְׁמִיוּת אוּן סֵיי בְּרוּחֲנִיוּת. אִיר זָאלְט אַייךְ פְּרוּבִּירְן צוּ הַאלְטְן פְרֵיילִיךְ אוּן לוּסְטִיג דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן. שִׂמְחָה אִיז דֶער כֵּלִי אַרָאפּ צוּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע יְשׁוּעוֹת אוּן רְפוּאוֹת. וִוי מֶער פְרֵיילִיךְ אַ מֶענְטְשׁ אִיז, אַלְץ אַ גְרֶעסֶערֶע אוּן שֶׁענֶערֶע יְשׁוּעָה בְּרֶענְגְט עֶר אַרָאפּ. שִׂמְחָה בְּרֶענְגְט פַאר אַ מֶענְטְשׁ הַרְחָבַת הַדַעַת, אוּן וֶוען מֶען הָאט הַרְחָבַת הַדַעַת קֶען מֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע גוּטֶע זַאכְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט, מֶען קֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע רוּחְנִיוּת'דִיגֶע אוֹרוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אוּן עֶר דֶערְהַאלְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, עֶר פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן דָאס אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ צָרוֹת אוּן יִסוּרִים אִיז נָאר צוּ אוֹיסְלַייטֶערְן דֶעם מֶענְטְשׁ. דֶער מֶענְטְשׁ הָאט אַ שְׁוֶוערֶע גוּף, וָואס מֶען קֶען נִישְׁט אוֹיסְלַייטֶערְן נָאר דוּרְךְ שְׁוֶוערִיקַייטְן אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן וֶוען אִיר הָאט יִסוּרִים, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרֵאשִׁית רַבָּה ט) "טוֹב מְאֹד זוּ מִדַת יִסּוּרִין, שֶׁעַל יָדֶיהָ הַבְּרִיוֹת בָּאִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא" - דִי יִסוּרִים וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט, אִיז זֵייעֶר גוּט פַאר אִים, וַוייל דָאס בְּרֶענְגְט אִים צוּ חַיֵי עוֹלָם הַבָּא. דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן אַז אִיר בַּאקוּמְט דִי יִסוּרִים וָואס וֶועט אוֹיסְלַייטֶערְן אֵייעֶר גוּף פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן וָואס הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעקְלֶעבְּט אִין אִיר.


גֶעדֶענְקְט גוּט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת ה.) כָּל שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ, מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין. וְאִם קִבְּלוֹ בְּאַהֲבָה, יִרְאֶה זֶרַע יַאֲרִיךְ יָמִים" - וֶועם דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט לִיבּ, שִׁיקְט עֶר אִים יִסוּרִים, אוּן אוֹיבּ דֶער מֶענְטְשׁ אִיז עֶס מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה, וֶועט עֶר הָאבְּן גוּטֶע קִינְדֶער אוּן אַ לַאנְג לֶעבְּן.


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


אוּן דִי עֵצָה זִיךְ אַרוֹיסְצוּדְרֵייעֶן פוּן יִסוּרִים אִיז צוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, אוּן צוּ מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, דֶער רֶבִּי זָאגְט (עַיֵין לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"ה) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט יִסוּרִים מַאכְט עֶר זִיךְ שְׁטַארְק צוּ דִי אוֹיגְן אוּן עֶר גֶעבְּט זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר אַנְטְלוֹיפְט נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דוּרְךְ דֶעם אִיז עֶר זוֹכֶה צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַסַאךְ חִידוּשֵׁי תּוֹרָה. חֲזַ"ל זָאגְן (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ רַבָּה פֵּרֶק ו') "אִם רָאִיתָ שֶׁיִּסּוּרִים מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאִין עָלֶיךְ, רוּץ לְחַדְרֵי תּוֹרָה, וּמִיַד הַיִּסּוּרִים בּוֹרְחִין מִמְךָ" - אוֹיבּ זֶעסְטוּ אַז עֶס קוּמֶען אוֹיף דִיר יִסוּרִים, זָאלְסְטוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן דַאן וֶועלְן דִי יִסוּרִים אַוֶועק גֵיין פוּן דִיר.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז דָאס הָאבּ אִיךְ גֶעטוּן יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים בְּגַשְׁמִיוּת אוּן בְּרוּחֲנִיוּת, בִּין אִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעלָאפְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן פוּן דֶעם הָאבּ אִיךְ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַזוֹיפִיל חִידוּשֵׁי תּוֹרָה אוּן אַזוֹיפִיל סְפָרִים.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט וֶוערְן צוּבְּרָאכְן אוּן צוּפַאלְן פוּן אַלֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער, אִיר זָאלְט נָאר אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי תּוֹרָה, אִיר זָאלְט לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיר זָאלְט מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, אוּן אַזוֹי וֶועט אִיר גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי צָרוֹת אוּן יִסוּרִים, אוּן דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אַייךְ גֶעבְּן נָאר רַחֲמִים וְחַסָדִים גְמוּרִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2128 - נעם נאר א מוהל וואס איז א גרויסער מומחה
ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ה' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן שתזכה להכניסו בבריתו של אברהם אבינו בעתו ובזמנו, ולגדלו לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


בנוגע אויב דו זאלסט נעמען פאר א מוהל דיין פעטער; געב אכטונג, נעם נאר א מוהל וואס איז א גרויסער מומחה, מען קען נישט קוקן אויף קיין שום אנדערע זאך.


איך געדענק, איך האב געפרעגט מוהרא"ש ביי איינע פון מיינע זון וועם איך זאל נעמען פאר מוהל, ווער עס איז א צדיק; דער רבי זאגט דאך (ספר המידות אות בנים חלק ב', סימן י): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען זאל זוכן א מוהל א צדיק, אן ערליכער איד; איך האב געבעטן מוהרא"ש זאל מיר זאגן ווער עס איז אן ערליכער מוהל. האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דער עיקר דארף מען קוקן ווער עס איז א גרויסער מומחה", אזוי ווי דער רבי זאגט ווייטער (שם): "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אויב מען נעמט א נישט גוטער מוהל, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם, הַנִּמּוֹל עַל יָדוֹ", קען זיין אז דער קינד וועט נישט קענען האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען פאסירן אז אויב מען נעמט א נישט גוטער מוהל וועט דער קינד באקומען די קרענק פון חולי נופל רחמנא לצלן.


לאז נישט דיין פעטער זאל זיך לערנען מוהלות אויף דיינע קינדער; געב אכטונג עס זאל נישט פאסירן וואס האט פאסירט ביי משה חינקעס. ווען ער האט מכבד געווען רבי נתן מיט די מצוה פון חיתוך און זיין שוואגער הרב ... - מיט פריעה; דער רב האט נישט געקענט מאכן די פריעה און דער קינד האט געשריגן שרעקליכע קולות. אברהמ'ל פייעס האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האט ער אים אוועק געשטופט און אליינס געמאכט די פריעה; פון דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די מחלוקה אויף רבי נתן, יענער רב איז געווען א חסיד פונעם ... און פון דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די ביטערע מחלוקת.


איך ווייס פון אינגעלייט וואס האבן געפרעגט מוהרא"ש אויב זיי זאלן נעמען א געוויסער מוהל וכו' און מוהרא"ש האט זיי געזאגט: "חס ושלום; ער זאל זיך לערנען מוהלות אויף זיינע אייגענע קינדער וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2127 - בעטסט דעם אייבערשטן צו פאלגן טאטע מאמע מיט שמחה
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט ספעציעלע עלטערן, אייערע עלטערן זענען זייער חשוב און טייער.


עס איז זייער א גרויסע מצוה ווען מען פאלגט די מאמע מיט די שטוב ארבעט, מען העלפט ארויס מיט אלעס וואס זי דארף; אז עס איז אייך שווער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זיך קענען שטארקן און טון די ארבעט אין שטוב מיט שמחה.


דא האט איר א תפילה אויף וואס צו בעטן:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיינֶע טֵייעֶרֶע עֶלְטֶערְן, אִיךְ הָאבּ דִי בֶּעסְטֶע טַאטֶע אוּן דִי בֶּעסְטֶע מַאמֶע; שְׁכּוֹחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִי קֶענֶען שְׁטַארְקְן אוּן טוּן דַיין וִוילְן, אִיךְ זָאל פוּן הַיינְט אוּן וַוייטֶער לִיבּ הָאבְּן צוּ הֶעלְפְן מַיינֶע עֶלְטֶערְן; וֶוען מַיין מַאמֶע בֶּעט מִיר עֶפֶּעס זָאל אִיךְ דָאס טוּן מִיט אַ שִׂמְחָה, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל פָאלְגְן מַיינֶע עֶלְטֶערְן אוּן זֵיי בְּרֶענְגֶען נָאר נַחַת".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2126 - ווען מ'רעדט פון אייך, איז דאס א גרויסע הפצה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מיינט איר טוט נישט קיין הפצה? נישטא נאך א תלמידה וואס זאל אזוי פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן ווי אייך; ווייל ווען מען פירט זיך שיין, מען גייט אנגעטון איידל, מען רעדט איידל, מען איז גוט צו אנדערע און מען פירט זיך מיט דרך ארץ צו עלטערע - דאס איז די גרעסטע הפצה. אלע פרעגן: 'ווער איז די איידעלע מיידל? ווער איז זי? וואו לערנט זי? זי איז אזא איידעלע, אזא טייערע'; ווען מען הערט אז די מיידל האט מיט ברסלב, הייבן אלע אן טראכטן: 'מיר וועלן אויך אריינקוקן אין די ספרים, זען וואס ברסלב לערנט; מיר וועלן אויך אויסהערן שיעורים און נעמען די קונטרסים, מיר זעען אז עס איז דא עפעס אין ברסלב, ברסלב פארקויפט איידלקייט, ריינקייט און פרייליכקייט'.


אייער עלטערן ווילן נישט איר זאלט גיין הפצה, זי ווילן נישט איר זאלט אויסטיילן וכו' - זאלט איר זיי אויסהערן, ווייל איר זענט סיי ווי א גרויסע מפיצה; איר ווייסט נישט וויפיל אויגן קוקן אויף אייך, איר ווייסט נישט ווי אלע אייערע חבר'טעס, שכנים און משפחה וכו' - קוקן אויף אייך.


ווען מען רעדט א שמועס און עס קומט אויס מען זאל רעדן פון אייך, הייבן אלע אן רעדן פון ברסלב; אזוי איז מיט אלע תלמידות פון בית פיגא און אלע חתונה געהאטע ווייבלעך וואס געהערן אין קהילות ברסלב. ווען מען שמועסט פון זיי קומט אריין אטאמאטיש א שמועס פון ברסלב; א טייל הייבן אן שפעטן, אנדערע מאכן חוזק און אנדערע טראכטן שטילערהייט 'מיר דארפן אריין קוקן אין די זאך, זען וואס ברסלב געבט פאר מענטשן אז מענטשן ווערן אזוי צוגעקלעבט צו דעם'.


פאלגט אייער עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2125 - מסכת תענית הונדערט און איין מאל
שידוכים, סגולות, סיום, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


אשריך ואשרי חלקיך אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן מסכת תענית הונדערט און איין מאל; דו האסט געטון די סגולה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געזאגט, מען זאל לערנען אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, יעדן טאג, די מסכתא, אזוי אויך אין די פערציג פון די ימי השובבי"ם יעדן טאג די גאנצע מסכתא - דורכדעם וועט מען טרעפן די ריכטיגע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן שנעל און גרינג דיין שידוך און אויפשטעלן א אידישע ליכטיגע שטוב, ערליכע אידישע דורות.


ביז דיין שידוך קומט אן און נאך דיין שידוך, דיין גאנץ לעבן - זאלסטו נישט אפלאזן די הייליגע תורה; לערן ש"ס כסדרן איין מאל און נאכאמאל, דאס ברענגט דעם מענטש נאנט צום אייבערשטן. דער אייבערשטער, די תורה און דער איד - איז איין זאך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש אחרי, עג.): "קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אוֹרַיְתָא וְיִשְׂרָאֵל חַד"; נאר דורך תורה קען דער איד זיין ביים אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.

#2124 - אז דיין ווייב וויינט, זאלסטו איר אויסהערן און בארואיגן
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט פארלוירן ווען דיין ווייב וויינט, געב נאר אכטונג זי זאל נישט וויינען פון דיר, דו זאלסט איר נישט וויי טון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלסט אכטונג געבן איר נישט וויי צו טון.


ווען זי וויינט פון איר מאמע וכו' זאלסטו איר אויסהערן און בארואיגן, און חס ושלום אפלאכן פון די עלטערן. עס וועט נישט לאנג נעמען ביז איר וועט האבן קינדער און איר וועט אויך זאגן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן; עלטערן מעגן זאגן פאר קינדער ווי אזוי זיך צו פירן, נישט נאר זיי מעגן זאגן - נאר מען דארף זאגן, נישט נאר פאר די חתונה דארף מען זאגן פאר די קינדער ווי זיך צו פירן נאר נאך די חתונה דארף מען אויך זאגן; עס איז נישט עק וועלט אז די עלטערן זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי קלוג, בוי איר אויף; רעד צו איר שיין, רעד צו איר ווייך, זי זאל שפירן זיכער מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2123 - ווי אזוי אויסצופוצן פאלשע ציין אום שבת
כיבוד אב ואם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, ד' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר זענט אזוי שיין מכבד אייערע עלטערן, איר געבט אכטונג אויף אייער מאמע, איר טוט אלעס פאר איר; אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


בנוגע די שאלה אויב מען מעג אויספוצן שבת פאלשע ציין; איר טוט דאס א גאנצע וואך פאר אייער מאמע, איר ווילט וויסן אויב שבת מעג מען דאס טון.


עס איז דא א וועג ווי אזוי מען זאל מעגן אויספיצן די ציין שבת, אבער מען דארף וויסן דאס צו טון זייער פארזיכטיג לויט די הלכות. די ערשטע תנאי דארף זיין, עס מוז זיין א באזונדערע בארשט פאר שבת, מען קען נישט נוצן סתם א בערשטל, עס דארף זיין א ספעציעלע בארשט פאר שבת, אויך זאל די בארשט זיין פון ווייכע האר, פון פלאסטיק. לייגט אריין די ציין אין וואסער, ווען עס ליגט אין די וואסער קען מען דאס אויספיצן און ווען מען ענדיגט דאס אויסצופיצן זאל מען נישט אויסקוועטשן און נישט אויסרייניגן דעם בערשטל.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון קינדער וואס העלפן זייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2122 - די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט
אמונה, שלום בית, קנאה, סבלנות, יענער, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו פון ..., ה' עליהם יחיו


מען דארף האבן זייער אסאך סבלנות אויף דער וועלט; עס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש שווערע ביטערע נסיונות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם, כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער האט זיינע יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג; און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דערפאר איז א שאד מקנא צו זיין א צווייטן; יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן. מען דארף קוקן אויף זיך, מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע לעבן.


די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, זיי זענען מקנא אנדערע - די עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף ווען מען שטארבט, א מענטש וואס האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר, אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס מיינט מען לעבעדיגע מענטשן, דער וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, ער טראכט שטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם? פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער? פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער? א קאר ווי יענער?' באמת דארף אבער א מענטש וויסן 'אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די סארט לעבן; די ווייב, די קינדער און די דירה וכו' וכו', איז דאס גוט פאר מיר; דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, בעסער קען נישט זיין'.


הלוואי זאלן מיר אנהייבן לעבן דער לעבן פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך; ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקער'דיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן? לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן, אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. מען דארף געדענקען די פאר ווערטער: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן?"


טייערע חברים, טייערע תלמידים; לאמיר געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען טהרת המחשבה דער עיקר, מען זאל האבן א ריינעם געדאנק, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון שלום בית, מען זאל זיין בשלום מיט די ווייב; נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח.


אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט די תלמידים און איינער פון די אנוועזנדע האט נישט געהאט קיין שלום בית, ער האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן שלום בית.


איך שרייב דעם בריוו בכלליות פאר די גאנצע חבורה אבער די כוונה איז פאר יעדן איינעם בפרטיות. איך בעט יעדן פון אייך באזונדער, הער זיך אויף קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; פארוואס זאלסטו זיצן אין א גיהנום? טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפ'ן צווייטן, בעט איך דיר, גיי ארויס פון גיהנום, הער זיך אויף צו קריגן, לעש אויס די פייער, זוך נישט צו זיין גערעכט; מען ווערט נישט מער פרייליך און מער צופרידן ווען מען איז גערעכט, לאז איר זיין גערעכט, געב איר נאך, בעט איר איבער, בלייב מיט איר אין שטוב אנשטאט גיין מיט חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.