בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2221 - וואויל איז די וואס זענען שטארק נזהר אין נעגל וואסער
חיזוק פאר פרויען, נעגל וואסער, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען שלאפט בייטאג דארף מען זיך אפגיסן די הענט; דאס דארף נישט זיין ביים בעט, אבער מען דארף זיך וואשן מיט א כלי יעדע האנט דריי מאל.


דאס איז ווען מען שלאפט בייטאג, אבער ביינאכט דארף מען זייער אכטונג געבן זיך נישט אראפצולייגן נאר אז מען גרייט זיך אן נעגל וואסער, כדי מען זאל זיך קענען אפגיסן גלייך ווען מען שטייט אויף און חס ושלום אראפגיין פון בעט מיט טמא'נע הענט.


וואויל איז די וואס זענען שטארק נזהר אין נעגל וואסער, בפרט אידישע פרויען; וועלן זיי ברענגען קדושה וטהרה אין שטוב.

#2220 - גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


לייג אריין דיין קאפ אין חדר; ביי מיר איז דער חדר און סקול דאס וויכטיגסטע, גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער.


אויב איז דא זאכן צו פאררעכטן - זאלסטו רעדן מיט'ן מנהל ר' ... נרו יאיר; האב נישט מורא צו רעדן מיט אים, האב נישט מורא צו באמערקן, און אויב דו זעסט אז עס ווערט נישט מסודר - זאלסטו רעדן צו מיר, טראכט נישט 'איך וויל נישט שטערן דעם ראש ישיבה', מיט דעם וואס מען באמערקט נישט, מען פאררעכט נישט - מיט דעם שטערט מען מיר, מיט דעם טוט מען מיר וויי. איך וויל וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך ביי מיר אין מוסד.


נעכטן נאכט האט מען גערוקט דעם זייגער; מיר גייען אריין אינעם צווייטן חלק יאר, דער זומער זמן. יעצט ווערן די קינדער מער פארשפילט, דארף מען זען ווי מער מען קען אין זיי אריינלייגן יראת שמים און ריינע אמונה מיט א זיסקייט און געשמאק.

#2219 - זיי מתפלל מיט די קינדער מ'זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע
תפילות אויף אידיש, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך! זיין א מלמד איז פון די העכסטע זאכן ביי אידישע קינדער. מלמדים ציען אויף דורות פאר'ן אייבערשטן, בפרט די מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן איינציגסטן קינד, זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער און געבן זיי ליבשאפט און ווארעמקייט - די זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן.


איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל קענען די וואך באצאלן אלע מלמדים, איר וועט קענען אנגרייטן דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת.


איך דארף האבן גרויסע ניסים, בעט איך דיר, זיי מתפלל מיט אלע קינדער יעדן טאג די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף די מוסד זאל האבן גרויס שפע, מען זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע צייטליך".


בזכות די תפילות פון תינוקות של בית רבן וועלן מיר האבן ניסים.

#2218 - קינדער מאכן נאר שטערקער די שלום בית
קינדער, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב תחי' האב איך געזען אז דו האסט אויף וואס צו דאנקען.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א טייערע ווייב תחי'; זי וויל זיין א מאמע, זי האט די כוחות צו פירן א גרויסע שטוב, דאס וועט גארנישט אוועקנעמען פון דיר; קינדער מאכט נאר שטערקער און שטערקער דעם קניפ צווישן מאן און ווייב.


איך האב איר געגעבן גערעכט, ווייל אזוי האב איך מקבל געווען פון גרויסע רבנים. וואלט די מעשה געווען פארקערט, וואלט זי געבעטן וכו', וואלט איך געהערט אז זי האט נישט די כוחות - איז עפעס אנדערש, אבער זי איז געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, זי וויל קינדער, זי האט די שכל דאס צו וועלן; דו ווילסט ווארטן - אויף דעם קען איך דיר געבן חיזוק זאלסט וויסן אז דאס וועט ענק נאר מאכן נענטער און נענטער, אנדערש ווי די גוי'שע טמא'נע לעבן זאגט.

#2217 - מ'דארפט נישט זוכן באהאלטענע פלעצער, מ'קען רעדן הויך אין שטוב
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב נישט געקענט קומען צו אייך אויף שבת, איך האב געדארפט גיין צו מיין טאטע שליט"א; ער האלט אינמיטן די שבעה נאך מיין זיידע זכרונו לברכה, איך בין געווען דעם שבת ביי אים. איך נעם אן די איינלאדענונג, אם ירצה ה', איך וועל נאך זיין ביי ענק.


שטארקט זיך מיט אמונה; יעדע זאך וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן. איר דארפט נישט זוכן באהאלטענע פלעצער, איר קענט רעדן הויך אין שטוב; זאלן די קינדער אויפוואקסן מיט דעם. קינדער וואס הערן שטענדיג ווי די עלטערן רעדן, בעטן און דאנקען דעם אייבערשטן, וועלן זיי אויך רעדן, בעטן און דאנקען דעם אייבערשטן.

#2216 - איך האף אז דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן
לימוד התורה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער אז דו האסט זיך אוועק געצויגן פון דא, דו ביסט געגאנגען קיין ...; וויל איך דיר ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה, זאלסט האבן גרויס שפע און זאלסט האבן נחת פון דיינע ליכטיגע קינדער, אמן.


איך האף אז דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); היינט הייבט מען אן א נייעם ספר, 'ספר ויקרא', א נייע סדרה; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג אביסל חומש, משניות און בעיקר זאלסטו נישט פארפעלן צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו האבן הצלחה.

#2215 - א טענענט האט שטענדיג טענות אויפ'ן לענדלארד
בין אדם לחבירו, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


אפילו מיר האבן שוין גערעדט, דאך וויל איך דיר נאכאמאל איבער'חזר'ן בכתב.


האברך ... נרו יאיר איז נישט אזוי שלעכט ווי דו טראכסט; דאס איז דער נאטור פון א טענענט, ער האט שטענדיג טענות אויפ'ן לענדלארד. דער טענענט ארבעט שווער צו פארדינען, ענדליך ער באקומט זיין געהאלט - דארף ער דאס אוועק געבן פאר'ן לענדלארד חודש'ליך; דאס מאכט א שלעכטע געפיל, 'די פארדינסטן פון רוב חודש גייט אוועק צו פלוני אלמוני'; דערפאר הייבט מען אן זוכן, דאס טויג נישט, יענץ טויג נישט.


אנדערש איז מיט די וואס טראכטן: 'קיינער קומט מיר גארנישט'; דער קוקט אויף די גאנצע וועלט מיט א ליכטיגע בליק, ער זעט נאר ווי מענטשן טוען אים גוטס, ער קוקט אויף זיין לענדלארד מיט רחמנות, ער זעט אין אים עפעס אנדערש, ער זעט א מענטש בויט א הויז, ער מוטשעט זיך - אז איך זאל האבן וואו צו וואוינען, 'איינער טוט און מאכט פאר מיר? פארוואס?' אזא איינער טראגט די רענט מיט א שמחה, ער דאנקט און לויבט יעדן איינעם.


ווען דו האסט ווען אן אייגענע הויז, ווער וואלט דעמאלט געווען שולדיג אז עס ווערט נישט געטון די אלע זאכן?


איך וואונטש דיר בקרוב אן אייגענע הויז; איך האף דו וועסט זיין פרייליך אין דיין אייגענע הויז.

#2214 - זיי שטאלץ מיט דיין צלם אלקים, דיין בארד און פיאות
שידוכים, בין אדם לחבירו, בארד און פאות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך דיר צו זען אין ישיבה לערנען און דאווענען.


זע צו רעדן שיין מיט יעדן איינעם, וועסטו זיך איינקויפן א גוטע נאמען און עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט טרעפן דיין גוטע שידוך.


זיי שטאלץ מיט דיין צלם אלקים, דיין בארד און פיאות. עס זענען דא וואס האבן א פארדרייטע קאפ, זיי שערן די בארד און לאזן וואקסן א בארד העכערן שטערן, דאס ווייזט אז זיי שטייען מיט א פארקערטע קאפ; אבער אז דער קאפ איז גראד, דעמאלט שערט מען זיך די האר העכערן שטערן און מען לאזט וואקסן די הייליגע בארד.

#2213 - קינדער מיינען נישט קיין שלעכטס, מ'דארף זיי נאר אויסלערנען וואס צו טון
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות אזוי געטריי; די סעקרעטעריס זענען אן עיקר פונעם מוסד, ווייל אן די אפיס איז גארנישט דא. מיט דעם וואס איר מיט די אנדערע פרויען זיצן אין אפיס און ארבעטן פאר די מוסד – נאר אזוי איז דא די מוסדות.


געבט איבער פאר די סעקרעטעריס זיי זאלן נישט קנס'ענען קינדער; מיר האבן גאר גוטע לערערינס און בפרט מרת ..., זיי געבן אכטונג, זיי זענען מחנך די קינדער.


איין טאג פאריגע וואך האט פאסירט ביי די פיצעלע מיידלעך, זיי האבן זיך געשפילט נישט איידל, אויפגעהויבן די קלייד וכו'; פונקט יענע מינוט איז די טיטשער נישט דארט געווען און פונקט יענע מינוט איז געווען דארט א סעקרעטערי, זי האט זיך דערשראקן און אריינגענומען א מיידל אין אפיס פאר א קנס.


בעט איך אייך איר זאלט נישט אויסמישן די יוצרות; אויב פאסירט סיי וואס, דארף מען רעדן צו מרת ..., זי איז א מתנה פאר ענקער סקול, זי האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פאר אונזערע קינדער, זי ווייסט וואס צו טון אין יעדע מצב, זי רעדט טאג און נאכט מיט מרת ... תחי' – די מנהלת פון וויליאמסבורג, אויך פרעגט זי מיר ווי אזוי זיך צו פירן.


בפרט ווען די רעדע איז פון פיצעלעך קינדער, טייערע קינדער, נשמה'לעך; ווען זיי שפילן זיך נישט איידל איז דאס נישט קיין שלעכטס, זיי ווייסן נאך גארנישט, מען דארף זיי שיין זאגן, דעמאלט פאלגן זיי. אזוי האט זי געטון; זי האט גערעדט צו די קינדער אזוי הארציג, אזוי ווארים, ביז די פיצעלעך קינדער האבן זיך פארגענומען צו זיין איידל.


שטארקט אלע סעקרעטעריס זיי זאלן שפירן ווי זיי זענען חשוב. איך ווייס וואס ענק טראכטן; אלע סעקרעטעריס טראכטן 'ווער דארף מיך? וואס טו איך שוין? וכו' וכו''; ווייל אזוי טראכטן אלע וואס טוען פאר'ן רבי'ן.

#2212 - אז איינער האט געטון עבירות, איז נאכנישט יעדער ערליכער איד א מושחת
קינדער, קדושה, התחזקות, מנוולים, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט געשריבן זייער שיינע זאכן פון דיר; זי זאגט אז דו ביסט א גוטער מענטש מיט גוטע נאטורן, זי בעט מיר איך זאל דיר שרייבן אויף די ווייטאג וואס דו האסט וכו' וכו'.


באמת איז דאס איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן גייען אוועק פון די תורה; בפרט יונגע מענטשן, בחורים, ווען זיי דערזעען זיך אז די מענטשן וועמען זיי האבן שטענדיג ארויפגעקוקט, די וואס דארפן זיי לערנען תורה און מצוות - די אליינס זענען מניוולים, די זענען מענטשן וואס טוען מעשה תועבה - דאס צעשאקלט זיי, ביז זיי לאזן אלעס אפ; זיי קענען מער נישט מקבל זיין קיין יראת שמים, קיין תורה און קיין הדרכה - ווייל זיי האבן נישט קיין נאמנות אין אנדערע, ביז זיי קוקן אן יעדן ערליכער איד פאר א מניוול, פאר א מושחת.


איך בעט דיר זייער, אז דו האסט זיך יעצט דערוויסט פון דיינע געשוויסטער וואס ענקער טאטע האט געטון רחמנא לצלן, זאלסטו נישט אפלאזן און אוועק ווארפן דעם הייליגן באשעפער; פארקערט, דאס דארף דיר געבן חיזוק אז די וועלט איז נישט הפקר און ביים סוף קומט ארויס אלע שמוציגע מעשים.


מענטשן מיינען אז מען קען זיך באהאלטן, מען קען טון מעשה נבלה; אבער ביים סוף ווערט מען פארשעמט פאר אלעמען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", דער זינדיגער מענטש זאגט 'איך קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, קיינער זעט נישט וואס איך טו', וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אן יעדן איד מיט א לאנגע בארד אז דער איז א מושחת. ליידער זענען דא וואס זענען נישט געזונט, עד כדי כך אז עלטערן טוען מיט די אייגענע קינדער השם ישמרינו און עס איז שווער נאכדעם אנצוגיין מיט'ן לעבן, בפרט די קינדער וואס ווערן בא'עולה'עט - די ווערן חרוב פאר די גאנצע לעבן, אבער דאס זאגט נישט אז יעדער איד איז אזוי; חס ושלום אזוי צו זאגן און אזוי צו טראכטן.


שטארק זיך מיט אלע כוחות. געב א קוק וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה; דו האסט א ווייב וואס פארשטייט דיר, א ווייב וואס האט רחמנות אויף דיר. זי בעט מיר איך זאל דיר שרייבן חיזוק ווערטער, זי דערציילט מיט איר הארץ אלעס וואס דו ביסט אריבער, ווי שווער עס איז דיר און ווי שטארק זי וויל ווייטער האלטן די שטוב מיט דיר, אינאיינעם אויפציען די קינדער, אינאיינעם זען נחת פון די קינדער און פון די ווייטערדיגע דורות.


איך וועל דיר נאך שרייבן נאך חיזוק; עס איז יעצט ערב פסח, איך בין פארנומען העלפן אין שטוב. אויך האבן מיר געהאט א קינד למזל טוב, מיין וויייב איז היינט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2211 - איך וועל נישט מאכן קיין שידוך אן אייער ווילן
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך שרייב אייך אונטער אז איך וועל נישט מאכן קיין שידוך מיט אייער טאכטער ... תחי' אן אייער ווילן.


איר האט נישט וואס מורא צו האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2210 - דרוקן דעם קונטרס "יש במי לבחור"
הפצה, הדפסה, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט גייט זיין נאכאמאל בחירות אין ארץ ישראל, וויל איך דיר בעטן זאלסט דרוקן דעם קונטרס וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "יש במי לבחור", און דאס פארפלייצן ווי מער דו קענסט.


ליידער מעשה שטן הצליח, מען נעמט א חלק מיט די רשעים - די ערב רב, מען מאכט נאך פון דעם א מצוה, 'מצוה לשמוע דברי חכמים'; דעריבער ליגט אויף אונז א חובת השעה מיר זאלן פארפלייצן די קונטרסים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן.


איך שיק דיר דא דעם קונטרס זאלסט עס קענען דרוקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2209 - זע תיכף ומיד ארויף צו לייגן פילטערס אויף די קאמפיוטערס
קדושה, מוסדות, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען זאגט מיר פון אפיס אז עס איז נישטא קיין פילטער אויף די קאמפיוטערס; איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז עס מוז זיין א שטארקע פילטער אין אפיס, איך ווייס נישט וואס איז אזוי שווער צו טון מיין ווילן.


איך בעט דיר נאכאמאל, זע תיכף ומיד ארויף צו לייגן פילטערס אויף די קאמפיוטערס; סיי אין שטעטל און סיי אין וויליאמסבורג. איך וויל נישט ביי אונז זאל זיין אפענע אינטערנעט, עס זאל ארויסקומען מכשולות.


א פלאץ וואו עס איז דא א דבר ערוה גייט אוועק די שכינה הקדושה; די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן בצניעות וועל איך אוועק גיין פון אייך"; עס איז נישטא קיין גרעסערע דבר ערוה ווי האבן אפענע אינטערנעט רחמנא לצלן.

#2208 - די קאמפיוטערס זאלן זיין גוט געפילטערט
קדושה, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר שרייבט מיר וואס טוט זיך אין אפיס; איך גיי שוין היינט טון אין דעם, די קאמפיוטערס זאלן זיין גוט געפילטערט.


שרייבט מיר יעדע פרט וואס איר זעט און איר טראכט אז מען דארף פאררעכטן; איך וויל נישט ביי אונזערע ד' אמות זאלן זיין מכשולות.


דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס.

#2207 - די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים, איז חזר'ן אמונה
פחדים, צדקה, תהלים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים - איז חזר'ן אמונה; ווי מער מען חזר'ט זיך די פשוט'ע אמונה אלץ מער גייען ארויס די פחדים.


חזר'ט אייך די פשוט'ע אמונה; זאגט פאר זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער; דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ער היט מיר, ער איז מיט מיר"; דאס וועט ארויסנעמען פון אייך אייערע פחדים.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג; דאס וועט זיין א טובה פאר אייער טאטע'ס נשמה. אויך זאלט איר געבן יעדן טאג אפאר פרוטות פאר צדקה לטובת נשמתו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2206 - נישט דערשרעקן קינדער, נאר זיי אויסלערנען ווי אזוי זיך צו פירן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף אויסלערנען קינדער אז אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט א צווייטן - איז דאס זייער א הארבע זאך. עס איז א גרויסע סכנה וויי צו טון אנדערע, בפרט א קינד וואס קען נעבעך נישט גיין, דארפן אלע זיי העלפן; נישט חוזק מאכן פון זיי.


אז די קינדער האבן געטון אזא זאך, גענומען די מיידל וואס קען נישט גיין און מען האט איר נאכגעמאכט - איז דאס נישט זייער פראבלעם, זיי זענען קינדער; קינדער ווייסן גארנישט, קינדער זענען וואויל, קינדער זענען ריין. קינדער דארף מען לערנען; אז עס פאסירט אזא זאך דארפן די טיטשערס פארמאכן די ספרים און אנהייבן רעדן צו די קינדער וואס מיינט געפילן; וואס מיינט טשעפען, וואס מיינט וויי טון; אויב מען טוט יענעם וויי קען דאס נאכדעם פאסירן צום מענטש זעלבסט.


מען דארף נישט דערשרעקן קינדער מיט שרעקעדיגע זאכן, מען דארף נישט זאגן די זאכן: 'דער אייבערשטער הערט נישט אויס די תפילות פון די וואס טוען וויי אנדערע'; דאס איז ווען עס איז דא דעת, ווען עס איז דא שכל, ביי דערוואקסענע מענטשן. אבער קינדער זענען קינדער, מען דארף זיי מחנך זיין און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2205 - עס קומען אראפ נשמות פון אויבן און ווערן נפטר יונגערהייט
קינדער, צרות, התחזקות, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר ווייסן גארנישט וואס טוט זיך אויף די וועלט; עס קומען אראפ נשמות פון אויבן און ווערן נפטר יונגערהייט, דאס איז זאכן וואס איז פארהוילן פון יעדן איינעם.


מען איז זוכה דורכדעם ניצול צו ווערן פון גיהנום, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מט.): "שֶׁמְּבַזְבְּזִין דִּין אֲבִיהֶם לֶעָתִיד לָבוֹא", זיי נעמען אוועק אלע דינים פון זייערע עלטערן, מיט דעם טייטשן זיי דעם פסוק (זכריה ד, י): "כִּי מִי בַז", ווער צערייסט די דינים, "לְיוֹם", וואס וועט זיין לעתיד לבוא? "קְטַנּוֹת", - די קליינע קינדער.


רבי שמעון בן יוחאי זאגט (תנחומא כי תצא, ב): "אִם מֵת לְאָדָם בֵּן", אז מען פארלירט א קינד, "לֹא יְהֵא קוֹרֵא תִּגָּר", זאל מען נישט האבן קיין טענות צום אייבערשטן, "שֶׁהַבֵּן מְרַצֶּה אוֹתוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", ווייל דער קינד וואס איז נפטר געווארן בעט דעם אייבערשטן פאר די עלטערן.


אויף דיין פראגע אויב מען זאל שטעלן א מצבה; מען מאכט נישט קיין מצבה פאר קליינע קינדער, אפילו פאר עלטערע און זיכער נישט ביי זיבן חדשים. אויך גייט מען נישט צום קבר פון קינדער, דאס איז די טובה פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2204 - אריינצוברענגען דעם יום טוב דארף מען קענען די הלכות
הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו


היינט וועט זיין א שיעור כללי פונעם דיין שליט"א, איך וויל אז יעדער איינער אן אויסנאם זאל קומען צום שיעור.


אך און וויי אז מען גייט צו צום יום טוב אן וויסן די הלכות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד"; ווי קען מען אריינברענגען דעם יום טוב אן לערנען די הלכות?!


נאכן שיעור וועט מען קענען פארקויפן די חמץ ביים דיין שליט"א.


אויך זאל מען שטיצן אנשי שלומינו; האברך היקר ... האט יעצט געעפנט די גראסערי אין שטעטל, זאל מען איינקויפן ביי אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2203 - דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן דרוקן "עצתו אמונה חלק ד'"
זיכוי הרבים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זכות איז זייער גרויס אז דו העלפסט דרוקן דעם פערטן חלק, "עצתו אמונה חלק ד'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן גרויס שפע און האבן די זכי' ווייטער צו העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען מחי' די גאנצע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.

#2202 - מאוויס ברענגט אריין אין שטוב שדים, שידות און רוחות רעות
קדושה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך זייער בעטן, רעדט נישט צו אייער שוועסטער ... תחי' פון זאכן וואס איז פאר חתונה געהאטע ווייבלעך. אפילו מיט חתונה געהאטע ווייבלעך דארף מען נישט רעדן פון די זאכן, זיכער נישט מיט יונגע מיידלעך; דאס צעמישט זיי און עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון דעם.


איך בעט אייך פון מיין הארץ, פון היינט און ווייטער זאלט איר נאר רעדן מיט שכל; איך פרוביר אזוי שווער אריינצולייגן אין די בית פיגא תלמידות ריינקייט, זויבערקייט און הייליגקייט; וואס דארפט איר רעדן מיט זיי פון זאכן וואס זיי דארפן נישט וויסן? אייער שוועסטער שרייבט מיר אז די זאכן מאכן איר טראכטן נישט גוטע מחשבות.


נאך א זאך בעט איך אייך זייער, קוקט נישט קיין מאוויס; א אידישע מאמע, א אידישע פרוי - טאר נישט קוקן די זאכן, אז מען קוקט מאוויס ברענגט מען אריין אין שטוב די שדים, שידות און רוחות רעות; וואס ווילט איר? איר ווילט די בייזע זאכן אין שטוב? אדער א לויטערע שטוב - א הייליגקייט?


איר האט דאך א טייערער מאן, איר האט דאך מיט וועם צו רעדן, איר האט דאך מיט וועם צו לעבן; איז דאך ענדערש איר זאלט נעמען גוטס אנשטאט שלעכטס, זיס אנשטאט ביטער, ליכטיגקייט אנשטאט טונקלקייט.


איך שרייב אייך נאר ווייל איר זענט זייער טייער, איך זע אין אייך א הייליגע נשמה.

#2201 - תהלים איז געמישט פון צוויי זאכן, פון לויבן און בעטן
צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך; איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק.


איך האף אז איר זענט נאך שטארק מיט זאגן תהלים אזוי ווי איר פלעגט זיין אלס מיידל. זאגט יעדן טאג תהלים; תהלים איז געמישט פון צוויי זאכן, פון לויבן און בעטן; איין פסוק איז דאנק און לויב ווערטער און אינעם צווייטן פסוק בעט מען אויף ווייטער.


איך וויל אייך בעטן נישט צו רעדן מיט מיידלעך פון זאכן וואס איז נוגע פאר נאך די חתונה. אפילו מיט חתונה געהאטע ווייבלעך רעדט מען נישט פון די זאכן; נישט פון די הלכות און אויך נישט וכו'. איך לייג אריין מיין לייב און לעבן אז אונזערע תלמידות זאלן אויסוואקסן הייליג און ריין, בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן אויף דעם.


אייער צניעות איז א קידוש השם; אלע זעען ווי שיין עס איז צו זיין א איד, אלע זעען ווי שיין אידישקייט איז. מען זעט אין אייך אז מען קען זיין סיי ערליך און סיי אנגעטון לויט די היינטיגע טעג.


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אלץ מער ניסים וועט איר זען.

#2200 - הלכות פון שבת ערב פסח
הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך שרייב דיר די הלכות וואס איז די יאר אנדערש; דו ביסט דאך גבאי, זאלסטו וויסן ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש.


שבת הגדול די יאר געפאלט ערב פסח פרשת צו; די יאר איז אביסל אנדערש. צום ביישפיל, די יוצרות לשבת הגדול זאגט מען א וואך פריער כדי מען זאל וויסן די הלכות, אבער מען זאגט דאס אנדערש ווי אלע יארן, מען זאגט די יוצרות נאך שמונה עשרה, נאך קדיש תתקבל.


אזוי אויך די דרשת שבת הגדול זאגט מען פרשת ויקרא, די וואך פאר ערב פסח, ווייל מען דארף דאך וויסן ווי אזוי אריין צו ברענגען דעם פסח, ווי אזוי מען כשר'ט און ווי אזוי מען איז בודק חמץ.


מוצאי שבת זאגט מען "ויהי נועם" און "ואתה קדוש" אזוי ווי אלע יארן, וויבאלד עס איז נאך דא א גאנצע וואכעדיגע וואך, ערב שבת איז דאך נישט קיין יום טוב ווייל שבת איז ערב פסח. מען מאכט קידוש לבנה, אויך עסט מען מלוה מלכה אזוי ווי א געווענליכע יאר.


תענית בכורים מאכט מען די יאר דאנערשטאג; אלע בכורים אדער די וואס האבן קינדער בכורים מאכן דעם סיום שוין דאנערשטאג, ווייל ערב שבת פאסט מען נישט.


בדיקת חמץ מאכט מען ליל שישי - דאנערשטאג ביינאכט; מען איז בודק חמץ אזוי ווי אלע יארן, מען מאכט די ברכה און נאכן ענדיגן בודק חמץ זיין זאגט מען כל חמירא וכו'. פרייטאג אינדערפרי פירט מען זיך אזוי ווי אלע יארן ערב פסח, מען פארברענט די חמץ, מען לאזט נישט איבער קיין חמץ; נאר לחם משנה פאר די שבת'דיגע סעודות, מען דארף אכטונג געבן דאס צו לייגן אין אן אפגעהיטענע פלאץ.


שבת אינדערפרי דאווענט מען ותיקין - זעקס דרייסיג, ווייל מען דארף נאך קענען אהיימגיין מאכן די סעודה; עסן די שבת'דיגע סעודה, די חמץ, פאר סוף זמן אכילת חמץ, וואס געפאלט די יאר צען דרייסיג. מען דאווענט נישט לאנג, מען ליינט נישט לאנג; די הפטרה זאגט מען "וערבה".


עס זענען דא וואס פירן זיך אויך די יאר ווען ערב פסח געפאלט אין שבת - צו עסן שלש סעודות, זיי צעטיילן די סעודה אינדערפרי. הגם דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן תמד, סעיף א) אז מען איז נישט יוצא די דריטע סעודה נאר נאך מנחה גדולה, אין א יאר וואס ערב פסח געפאלט אום שבת קען מען שוין נישט עסן נאכמיטאג קיין חמץ, זאגט דער רמ"א מען זאל עסן פירות, דאך זענען דא שיטות וואס זאגן אז מען קען יא יוצא זיין די דריטע סעודה אינדערפרי, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (שם, סעיף קטן א).


אנדערע פירן זיך אז מען צעטיילט נישט די סעודה; מוהרא"ש האט זיך געפירט צו עסן די דריטע סעודה מיט פירות און קוגל. מוהרא"ש שרייבט: "וְזוֹ הַשַּׁבָּת הַיְחִידָה שֶׁאֵין אוֹכְלִין סְעוּדָה שְׁלִישִׁית", דאס איז די איינציגסטע יאר וואס מען עסט נישט קיין דריטע סעודה שבת, "אֶלָּא פֵּירוֹת אוֹ פַּשְׁטִידָא מִתַּפּוּחֵי אֲדָמָה", מען עסט פרוכט און קארטאפל קוגל, "וְהוּא עַל פִּי זוֹהַר שֶׁאָמַר רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי שֶׁמִיָּמָיו לֹא בִּטֵּל סְעוּדָה שְׁלִישִׁית", דאס איז געבויט אויף די הייליגע ווערטער וואס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת אמור, צה.), אז רבי שמעון בן יוחאי האט זיין גאנצע לעבן געגעסן יעדע וואך דריי סעודת שבת, "אֶלָּא בְּעֶרֶב פֶּסַח שֶׁחָל לִהְיוֹת בְּשַׁבָּת", אויסער ווען עס איז אויסגעפאלן ערב פסח אום שבת, "שֶׁאָז לֹא נוֹטְלִים לֶחֶם מִשְׁנֶה כִּי אָסוּר לֶאֱכֹל חָמֵץ כְּבָר, שֶׁהוּא אַחַר הַזְּמַן וְאָסוּר לֶאֱכֹל מַצָה קוֹדֵם לֵיל פֶּסַח", וואס דעמאלט טאר מען נישט עסן קיין סעודה מיט לחם משנה; חמץ טאר מען נישט עסן ווייל עס איז שוין נאכן זמן און מצה טאר מען אויך נישט עסן דעמאלט.


שבת נאכמיטאג דאווענט מען מנחה, מען זיצט אינאיינעם און מען זיגט די זמירות פון שלש סעודות און מען זאגט דברי תורה, אזוי ווי יעדן שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2199 - עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש
בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו די גוטע נייעס אז איר ווילט עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש. איך האב דיר שוין געשריבן יארן צוריק ווען דו האסט מיר געפרעגט וועגן עפענען א חדר [דער בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו], קודם וויל איך זען אויב איר האלט בכלל ביי עפעס, עפנט א בית המדרש; א בית המדרש איז נישט אזוי שווער צו עפענען, מען הייבט נישט אן מיט א חדר.


בנוגע וואס דו פרעגסט אז איינער איז מסכים אוועק צו געבן זיין חצר מען זאל דארט ברענגען קרוונים און מאכן א בית המדרש היכל הקודש; ער געבט דאס אוועק פאר צוויי יאר בחנם, נאכדעם דארף מען צאלן רענט און עס בלייבט זיינס, איר ווילט וויסן אויב עס לוינט זיך; דו שרייבסט נישט וויפיל עס וועט קאסטן, שרייב מיר מער פרטים מען זאל זען אויב עס לוינט זיך.


שטארק זיך מיט אלע חברים, שטארק זיך מיט הפצה, שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און בעיקר אין התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זע אז דו האסט מפרסם געווען אויף מיין נאמען אז איך עפן א תלמוד תורה אין בית שמש; לדעתי אז דו האסט ניטאמאל קיין מנין 'היכל הקודש', אזוי ווי דו שרייבסט מיר, אז דו שפירסט זיך וואו אין א מדבר שממה - הייב אן קודם מיט א מנין 'היכל הקודש' און נאכדעם וועסטו גיין ווייטער. איך וויל דיר נישט מחליש דעת זיין, און אויב דו שפירסט אז דו האסט די כוחות דערפאר - אדרבה ואדרבה, אבער דו דארפסט וויסן אז א חדר איז נישט קיין פשוט'ע זאך צו עפענען, מען דארף זיין רעאליסטיש.


מען קען נישט טון קיין ווילדע זאכן וכו', ווייל נאכדעם האט מען חלישות הדעת און מען קען אינגאנצן אוועקפאלן. איך האב געעפנט מוסדות, די תלמוד תורה האבן מיר שוין געעפנט זיבן יאר צוריק - תש"ע, און די מיידל סקול האבן מיר געעפענט תשע"א - זעקס יאר צוריק און מיר שפייען בלוט יעדן טאג צו קענען ווייטער ממשיך זיין. איך האב נישט מיין מח פון אמאל, און זיכער נישט מיינע כוחות פון אמאל, און איך ארבעט ביטער שווער יעדן איינציגסטן טאג פאר די מוסד.


אודאי איז זייער וויכטיג צו האבן מוסדות וואו מען קען מחנך זיין די קינדער ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אבער דו דארפסט וויסן אין וואס דו גייסט אריין.


מען זאגט פאר'ן כהן גדול יום הקדוש פאר ער גייט אריין אין קודש הקדשים (סדר עבודה ליום כיפור, אתה כוננת): "רְאֵה לִפְנֵי מִי אַתָּה נִכְנָס, לִמְקוֹם אֵשׁ לַהֶבֶת שַׁלְהֶבֶת". אבער מען דארף וויסן פארויס וואס מען טוט, מען זאל נישט נאכדעם מאכן קיין בזיון פארן רבי'ן מיטן פארמאכן וכו'.


שטארק זיך און לייג אריין דיין גאנצע כח אין הפצה; זיי דיך מקשר מיט דיין ברודער ... נרו יאיר, ער וועט דיר שיקן די נייע סידי'ס און דאס זאלסטו מפיץ זיין. אויך זאלסטו געבן פאר דיין חבר ... נרו יאיר ער זאל דאס מפיץ זיין, ובזכות וואס דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער און דו וועסט זען ערליכע דורות.


א גוטן טאג.

#2198 - הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, רפואה, נסיונות, קשיות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דיין געבורטס טאג; עס ווערט געברענגט ("ספר היום יום" יום י"א בניסן): "בְּיוֹם הַהֻלֶּדֶת, עַל הָאָדָם לְהִתְבּוֹדֵד וּלְהַעֲלוֹת זִכְרוֹנוֹתָיו וּלְהִתְבּוֹנֵן בָּהֶם, וְהַצְּרִיכִים תִּיקוּן וּתְשׁוּבָה - יָשׁוּב וִיְתַקְנֵם", אינעם געבורטסטאג דארף מען אריינטראכטן וואס מען דארף אלץ פאררעכטן און מען זאל תשובה טון און אלעס פאררעכטן.


דער עיקר אויף וואס מיר אלע דארפן תשובה טון איז אויף די עבירה פון טראכטן שלעכטס אויפ'ן אייבערשטן. ווען מען גייט אריבער שווערע טעג אין לעבן און מען פארלירט די אמונה, מען פרעגט קשיות: 'פארוואס?' 'פארוואס לייד איך?' 'פארוואס האב איך נישט מיין שידוך?' 'פארוואס האב איך נישט קיין געלט?' און אזוי ווייטער, אויף דעם דארף מען תשובה טון.


דאס איז די מדרגה פון צדיקים; דער אייבערשטער פרובירט זיי אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות - דאך האבן זיי נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי ווייסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי - איז נאר גוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט. "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


איך בעט דיר זייער, היינט אין דיין געבורטסטאג זאלסטו תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר, איך גלייב באמונה שלמה אז אלעס וואס איך גיי אריבער איז נאר פאר מיין טובה, אלעס איז צו פאררעכטן מיינע מעשים - פון יעצט און פון די פריערדיגע גלגולים. איך גלייב אז דו געבסט מיר נאר גוטס, דאס וואס איך מוטשע זיך, עס טוט מיר וויי מיין גאנצע גוף, און דאס וואס איך ווארט נאך אויף מיין שידוך [און אזוי ווייטער זאלסטו אויסרעכענען אלעס וואס גייט אריבער] - דאס איז נאר פאר מיין גוטס, מיר צו אויסלייטערן, איך זאל זיין נענטער צו דיר".


נעם די עצה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז געגעבן א וואונדער מעדעצין, די מעדעצין קענסטו שוין יעצט האבן; דארפסט נישט ווארטן ביזן זומער אויף די נייע מעדעצין וואס דער דאקטער זאגט דיר יענץ וועט דיר היילן; קענסט שוין יעצט אייננעמען די מעדעצין, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער הייל מיר אויס", זינג דיר דעם ניגון: "ורפא, ירפא, ורפא ירפא ירפא; דו האסט דער כח צו היילן, טו דיין רפואה צואיילן - הייל מיר אויס", וויין צום אייבערשטן: "הייל מיר אויס, הייל הייל - מיר אויס", בעט אים ער זאל דיר שיקן א רפואה, דו זאלסט זיין געזונט; בעט אים דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך, דיין פּאָר, זאלסט זיין גליקליך און צופרידן; די טרערן וואשן אפ אלע פלעקן, די טרערן וואשן אפ אלע צרות.


אבער דאס וויינען דארף קומען פון א ריינע פלאץ אין הארץ, נישט פון די אנגעווייטאגטע פלאץ, נישט פון עצבות און מרה שחורה, נישט פון דעפרעסיע, נאר מתוך שמחה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעה) ווען מען וויינט דארף דאס זיין פון א פרייליכע פלאץ פון הארץ, די ראשי תיבות פון בכיה איז (תהלים פט, יז): "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם וּבְצִדְקָתְךָ יָרוּמוּ", איך וויין פון שמחה, איך פריי זיך אז איך האב א באשעפער; איך בין נישט אליינס, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ער היט מיר, ער טוט וואס איז באמת גוט פאר מיר.


שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת.

#2197 - איז דאס מיין שידוך? וועט זיך דאס אויסארבעטן?
שידוכים, שלום בית, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


אל מרת ... תחי'


די כלה ... תחי' האט געשריבן אז זי האט פייגלעך אין קאפ וועגן איר חתן; זי ווייסט נישט אויב זי האט חשק צו אים וכו' וכו'.


וויל איך אייך בעטן אויב איר קענט איר מחזק זיין, איר אויסגראדן איר מח און מסדר זיין אלע בלבולים.


דאס איז די וועג פונעם יצר הרע, ער וויל נאר אראפווארפן דעם מענטש, אים צעמישן. פאר מען טרעפט די שידוך ברענגט ער אריין ספיקות און בלבולים אינעם מענטש אפשר וועט מען נישט טרעפן קיין שידוך, איין מאל מען טרעפט די שידוך וואלט מען דאך שוין געדארפט זיין פרייליך, הייבט זיך אן א נייע קאפ דרייעניש: 'איז דאס מיין שידוך? וועט זיך דאס אויסארבעטן?' נאכדעם, ווען מען האט חתונה - ווערט מען נאכאלץ נישט פטור פון אים, ער קומט אריין פון מאל צו מאל אין קאפ מיט א מחשבה 'איז דאס מיין שידוך? פארוואס האב איך געדארפט טון דעם שידוך?' אזוי צעשאקלט ער דעם מענטש, נאכדעם ווארפט ער אים אריין אין אן עצבות און מרה שחורה, נאכדעם האט ער דעם מענטש ביי זיך.


זייט איר מחזק זי זאל וויסן ווי אזוי עס גייט דער לעבן. זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זי האט באקומען א בחור א ירא שמים, א בחור א לב טוב; וואס נאך דארף זי? וואס פעלט איר?


אנטשולדיגט פאר'ן אייך געבן ארבעט; וואויל איז דעם מענטש וואס דאס איז זיין ארבעט, מחזק זיין אידישע קינדער. דער אייבערשטער האט אזוי ליב ווען זיינע קינדער העלפן זיך איינער דעם צווייטן, אזוי ווי א טאטע מאמע האבן נאר ליב צו זען ווי זייערע קינדער קומען זיך אויס צווישן זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.