בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - שטאלץ מיט די בארד און פיאות
בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


יעדעס מאל דו קומסט אין ישיבה און איך זע דיר מיט דיין צלם אלקים, דיין בארד און פיאות - ווער איך פרייליך. איך זע דיין שטארקייט און שטאלצקייט צו בלייבן מיט דיין צלם אלקים, מיט דיין בארד און פיאות; אפילו דיינע חברים פון גאס לאכן אפ פון דיר און שפעטן פון דיר בלייבסטו מיט דיין בארד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן א משל (ברכות יא.), אז מען האט געפרעגט איינעם וואס האט געהאט א שיינע בארד: "וואס איז דיין בארד אזוי לאנג?" האט ער געענטפערט: "יִהְיֶה כְּנֶגֶד הַמַּשְׁחִיתִים", דאס איז מיר צו ראטעווען פון אלע שלעכטע מענטשן; א בארד איז א סגולה אנטקעגן קליפות און משחיתים. דאס וואס דיינע חברים לאכן פון דיין בארד איז ווייל דאס שטעכט זיי; יעדעס מאל זיי זעען דיר און זיי זעען דיין שמייכל, דיין שמחת החיים און דיין צופרידנקייט - שטעכט דאס זיי די אויגן, דעריבער מאכן זיי חוזק.


איך בעט פאר דיר, און איך האף אז דו וועסט בלייבן שטארק מיט דיין אידישקייט.


איך האב דיר ליב.

#4 - בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט
משניות, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


שער זיך נישט אפ ביי דעם בארבער ... פון מאנסי וכו'; ער איז א שנה ופרוש'ניק און ער האט שוין אראפגענומען פון הונדערטער בחורים זייער בארד און פיאות מיט ליצנות און געלעכטער - השם ישמרינו. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך אפשערן ביים משמש, דער מקוה איד פון ... בית מדרש וועלכער איז אן ערליכער איד און ער וועט דיר איבער לאזן דיין פיאות; ער שערט טויזנטער אידן, ער וועט דיר מאכן א שיינע שיעור לויט די הלכה.


טייערער ... נרו יאיר וויסן זאלסטו אז בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל חס ושלום לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך וואס ער טוט - אז ער נעמט אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק נאך דארט מער באריכות.


שטארק זיך ווייטער בלימוד משניות; ביסט דאך געווען נעכטן ביי די לויה פון אונזער טייערער חבר שמעי עליו השלום און דו האסט געזען וואס דער סוף פון א מענטש איז, מען לייגט אים אריין אין אן ארון און מען לייגט אים אריין אין דער ערד. קיינער טראכט נישט וואס דארט טוט זיך אפ מיט דעם נפטר; מען דעקט צו דעם גרוב און אלע גייען אהיים, מען גייט מנחם זיין די משפחה און קיינעם פאלט נישט ביי וואס טוט זיך דארט אונטן אין דער ערד. עס קומען צו גיין גרויסע מייזן, פעלד מייזן מיט נאך פארשידענע חי'לעך און עסן אויף דעם נפטר; דער מת קען גארנישט טון, ער הערט, זעט און שפירט יעדע בייס וואס מען בייסט פון אים.


די יסורים פון חיבוט הקבר איז אזוי גרויס אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב.): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק: קָשָׁה רִמָּה לַמֵּת כְּמַחַט בִּבְשַׂר הַחַי", עס איז אזוי שווער און ווייטאגליך א ביס פון א ווארעם פאר א נפטר אזוי ווי עס טוט וויי א שטאך פון א נאדל פאר א לעבעדיגע מענטש, נאך מער זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די משנה (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען - יעדער איינער מיט זיינע טרדות, פרנסה וכו' וכו', ממילא קען זיין אז מען זאל כאפן א ביס פון א ווארעם אדער פון א פליג און מען זאל ניטאמאל שפירן בשעת מען כאפט דעם ביס, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאל אוועק נעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע איינציגסטע ריר וואס די ווערים קריכן און בייסן; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


וואס איז די עצה מען זאל ניצול ווערן פון חיבוט הקבר? מוהרא"ש זאגט אז ווער עס לערנט משניות ווערט ניצול פון חיבוט הקבר. צו א גוף וואס האט געלערנט משניות וועלן די ווערים נישט צוקומען; די מייז קומען נישט צו א גוף וואס האט אין זיך פרקים משניות, זאלסטו יעצט זיך צופלייסן אין לימוד משניות וועט דיר גוט זיין דא, אין קבר און אויף יענע וועלט.


נאכאמאל בעט איך דיר, גיי נישט צו דעם בארבער ...; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות ראש חודש, הלכה ז, אות נב; ועוד): "איך האב געהערט פון הייליגן רבי'ן אז א חסיד שנפל איז ערגער פון איינער וואס שמד'ט זיך השם ישמרינו", דער בארבער זעט אויס ווי א חסיד, ער גייט אנגעטון ווי א חסיד, ער רעדט אידיש און ער לאכט ארום וכו' אבער ער איז פארפוילט פון אינעווייניג; ער מאכט זיך שטענדיג ווי כאילו ער מאכט טעותים, ער שניידט אריין בכוונה אין פיאות פון אומשולדיגע בחורים און יונגעלייט, נאכדעם זאגט ער: "איך האב געמאכט א טעות".


פיאות איז א שיינע זאך, א בארד איז א הייליגע זאך; א בארד איז א סימן אז מען איז געזונט, קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט:) אז איינע פון די סימנים פון א קראנקע מענטש וואס קען נישט האבן קינדער לא עלינו איז אויב ער האט נישט קיין בארד.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.

#3 - שטארק זיך מיט דיין צלם אלקים
בארד און פאות, שיעורים כסדרן, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט קומען אינדערפרי צום שיעור; א טאג וואס מען הייבט אן מיט לערנען און דאווענען איז אן אנדערע טאג. בפרט אז דו וואוינסט דא אין שטאט זאלסטו קומען צום גמרא שיעור, מיר לערנען עס מיט די הקדמות פון רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי ארויס צו נעמען עצות און התחזקות לעובדא ולמעשה.


שטארק זיך מיט דיין צלם אלקים – דיין בארד און פיאות; דאס וועט דיר ברענגען גרויס שפע. דו זעסט אויס זייער גוט מיט דיין בארד און פיאות. אויפן פסוק (שיר השירים ד, א): "הִנָּךְ יָפָה רַעְיָתִי הִנָּךְ יָפָה עֵינַיִךְ יוֹנִים", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שיר השירים רבה ד, ב): "מַה יּוֹנָה זוֹ מְצֻיֶּנֶת, כָּךְ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִין, בְּתִגְלַחַת, בְּמִילָה, וְצִיצִית", אידישע קינדער זענען שיין מיט די וועג ווי אזוי זיי שערן זיך זייער האר, מען שערט זיך נישט ווי די אומות העולם וכו'; דאס איז אונזער שיינקייט.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן א ערליכע אידישע שטוב לשם ולתפארת.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - בלייבן מיט בארד און פאות אפילו ווען מ'איז איינער אליין
בית המדרש, שידוכים, היכל הקודש, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו שטארקסט זיך און דו גייסט אן מיט דיין אידישקייט אפילו דו ביסט איינער אליינס וכו'; ווען איך זע דיר מיט דיין צלם אלקים – דיין בארד און פיאות – בעט איך פאר דיר אז דו זאלסט בלייבן מיט דעם אפילו דו ביסט איינער אליינס אין דיין גאנצע משפחה.


איך בעט פאר דיר אז דו זאלסט שנעל טרעפן א גוטע שידוך אן ערליכע מיידל וואס וועט דיר העלפן זיין שטארק אויפצושטעלן א שטוב על דרך התורה.


איך פריי מיר יעדע תפילה וואס דו קומסט ארויף דאווענען שבת ביי אונז אין ישיבה; עס איז טאקע דא נענטערע שול'ן צו דיין שטוב ווי בית המדרש היכל הקודש, אבער א תלמיד היכל הקודש דארף וויסן דאס חשיבות פון דאווענען אין א בית המדרש וואס רופט זיך אויפן רבינ'ס נאמען.


יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האב דיר זייער ליב.


...

#1 - די בארד און פאות ברענגען אלעס גוטס
בחור, בארד און פאות

 


 בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי מיך זייער אז דו קומסט אין ישיבה יעדן טאג, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, און בעיקר אז דו ביסט שטאלץ מיט דיין צלם אלוקים, דו רירסט נישט אן דיין בארד און פיאות.


עס איז א רחמנות אויף די בחורים וואס שניידן זייער בארד; דער בארד איז דער צינור צו ברענגען די שפע פונעם אייבערשטן צום מענטש. אין זוהר הקדוש ווערט די בארד אנגערופן: "צִינוֹרוֹת עֶלְיוֹנִים"; דאס זענען רערן (פייפס) וואס דורך דעם קומט אראפ פארן מענטש שפע ברכה און הצלחה, און אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען אפ אלע רערן (פייפס) פון פרנסה וואס דארף קומען צום מענטש; וואויל איז דיר אז דו ביסט שטארק מיט דיין בארד און פיאות, וואויל איז דיר אז דו טאנצט נישט נאך די אלע וואס מאכן אוועק דעם צלם אלוקים.


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן מיט די ל"ג בעומר סעודה; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. דאס וואס דו העלפסט רייניגן די ישיבה - טוסטו פאר דיר אליינס, ווייל די זכותים וועלן דיר אנטקעגן קומען אין לעבן.


שרייב מיר נאך; איך בין זיך מחי' יעדעס מאל ווען דו שרייבסט מיר, לכל הפחות זאלסטו מיר שרייבן איין מאל א וואך.