בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאלסט חס ושלום נישט גיין צו די בחירות
הפצה, משניות, ערב רב, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וואונדער זיך זייער אויף דיין שאלה וואס דו פרעגסט, צי דו זאלסט גיין צו די בחירות; וואס איז דיין שאלה בכלל, וואס האסטו מיט די פארשאלטענע מדינה - די ערב רב וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן? דו ווייסט דאך וואס די צדיקים פון די פריערדיגער דור האבן געהאלטן, אז מען טאר נישט נעמען קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו שרייבט אינעם הייליגן ספר ויואל משה (מאמר שלש שבועות, סימן קמ) אז גיין צו די בחירות איז ביהרוג ואל יעבור.


דו האסט געלערנט אין ישיבה אלע יארן, בעט איך דיר זייער טייערער ..., לאז זיך נישט פארדרייען דיין קאפ מיט די אלע וואס זאגן אז מען דארף גיין צו די בחירות, עס פאסט נישט פון א תלמיד הישיבה צו ווערן פארדריידט; דו האסט דאך געטרינקען פון די אונגארישע וויין, ווי קומט צו דיר בכלל אזא שאלה? אודאי זאלסטו נישט גיין! זאלסט נישט האבן צו טון מיט זיי, נישט נעמען א חלק אין די מרידה במלכות שמים, נישט דו און נישט דיין ווייב.


גיי הפצה; נעם א זעקל ספרים און גיי מיט דעם אין אלע גאסן, אין אלע שולן און אין אלע ערטער, נעם דעם קונטרס "למי יבחור", מוהרא"ש האט געשריבן א ספעציעלע קונטרס פאר די בחירות: "למי יבחור" - פארוועם צו שטומען, א קונטרס וואס אנטפלעקט ווער די מדינה איז און וואס זייער ציל איז. מוהרא"ש שרייבט אז מען זאל נישט נעמען א חלק אין קיין שום פארטיי, מיר שטומען נאר פאר'ן אייבערשטן און פאר די תורה, מיר שטומען פאר משיח צדקינו וואס וועט אונז אויסלייזן און צוריק ברענגען קיין ארץ ישראל.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די פיר און צוואנציגסטע מאל ששה סדרי משנה, זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז.


געב א גרוס פאר דיין שווער, דער אייבערשטער זאל אים שיקן א גאנצע רפואה.