בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#72 - רעד מיט עלטערן שיינערהייט מיט סבלנות
מוסדות, סבלנות, הדרכות, היטן די צייט, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, ירושלים


יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע מוסדות אין ארץ הקודש.


שיק מיר יעדן טאג א באריכט פון יעדע פרט אין די מוסדות, ווייל די חדר, די מיידל שול און די ישיבה - איז מיר וויכטיגער פון אלעס.


בנוגע די עלטערן וואס נעמען נישט ערנסט די זמנים וכו', יעדן שני וחמישי פעלן די קינדער; דארף מען רעדן צו זיי, זיי געבן צו פארשטיין אז קינדער איז נישט גוט ווען זיי גייען און קומען, פעלן וכו'.


רעד מיט עלטערן שיינערהייט, מיט סבלנות. היינטיגע טעג דארף מען רעדן צו די עלטערן זייער הייקל און זייער איידל, ווייל עס גייט אריבער אויף מענטשן שווערע ביטערע צרות, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא, טז:): "אין אדם נתפס על צערו", מענטשן זענען שיכור פון צרות, מען פארגעסט אז מען האט א ווייב מיט קינדער, מען זעט נאר חובות, מען זעט נאר שטערנס.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ברודער ... נרו יאיר, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. איך ווייס גאר גוט וואס דו גייסט אריבער יעדן טאג און יעדע מינוט, איך גיי דאס שוין אריבער צוואנציג יאר; מען ארבעט ביטער שווער מיט קינדער ביז מען זעט פירות, און די עלטערן זענען פארנומען, זיי כאפן נישט וואס א מלמד טוט, וואס א לערערין טוט, מען האט נישט די ישוב הדעת צו געדענקען זיך צו באדאנקען, און טענות איז דא גענוג און נאך; דארף מען זיך זייער דערהאלטן, זיך מחזק זיין און נישט צעפאלן.


אז דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ, מיט סבלנות - וועסטו אנקומען מיט אנשי שלומינו זייער שיין און זייער ווייט, מען וועט אלעס קענען פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - קלענערע שיעורים פאר די "התאחדות אברכים"
היטן די צייט, התאחדות אבריכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל צוריק אנהויבן געבן שיעורים פאר אברכים, הדרכה ווי צו לעבן בין איש לאשתו. וויל איך דיר בעטן, זאלסט מיר העלפן איינטיילן די אינגעלייט תלמידי הישיבה אין גרופעס פון צען ביז פופצן אינגעלייט, יעדע וואך א צווייטע גרופע און נאכדעם חוזר חלילה. העלף מיר מיט איינטיילן די תלמידים און מיט מודיע זיין ווען עס איז זייער צייט.


איך האף צום אייבערשטן עס וועט זיין מיט הצלחה, די קהילה ווערט גרעסער און גרעסער און מען דארף געבן שיעורים באזונדער פאר אלע צייטן; באזונדער פאר בחורים, באזונדער פאר אינגעלייט, און אזוי ווייטער.


נאך מעריב רעד נישט מיט קיינעם, גיי אהיים שלאפן, נאר מיט דיין ווייב קענסטו רעדן. אזוי וועסטו גיין שלאפן פרי און קענען אויפשטיין פרי, דאווענען פרי, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - ווען מ'האט אינזין דעם אייבערשטן, קומט א ברכה אין די צייט
עבודת השם, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג נישט אז איר דארפט דאס טון, איך האב נאר געפרעגט; אויב איר ווילט דאס טון וועט דאס זיין א גוטע זאך פאר אונזער קהילה, צו האבן א פארשטענדליכע כלה טיטשער.


איך וועל דערציילן א פריוואטע זאך וואס איז געווען ביי מיר. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "איך וויל דיר בעטן, דו זאלסט לערנען מיט די חתנים און דיין ווייב זאל לערנען מיט די כלות"; איך האב דאס דערציילט אין שטוב, אבער מיין ווייב תחי' האט נישט געהאט חשק צו דעם. האב איך געבעטן אונזער מנהלת זי זאל דאס אנהויבן טון, איך האב גערעדט צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט איר געגעבן די זכות דאס צו טון.


איך שרייב דאס אייך, אז איר זאלט נישט מיינען, אויב איך פרעג צי מען וויל עפעס טון - אז מען מוז ענטפערן יא. איך האב כלות וואס זוכן צו לערנען לויט די מסורה און הדרכה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן, דעריבער פרעג איך אייך אויב איר ווילט האבן די זכות.


בנוגע וואס איר זאגט איר האט מורא פון די אחריות וכו'; אויף דעם האט שוין דער רבי געזאגט, ווען א שוחט איז געקומען צום הייליגן רבי'ן און געזאגט: "איך האב מורא צו זיין א שוחט", האט אים דער רבי געזאגט: "ווער דען זאל זיין א שוחט, דער וואס ציטערט נישט?" אויך האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן, מען טראגט אים אן א רבנות שטעלע, אבער ער האט מורא, אפשר וועט ער פסק'ענען נישט גוט, האט אים דער רבי געזאגט: "ווער דען זאל זיין א רב, דער וואס האט נישט מורא?"


בנוגע וואס איר זאגט איר האט מורא עס וועט אייך אוועק נעמען פון די שטוב ארבעט; דער ענטפער איז, אויב מען טוט דאס פארן אייבערשטנ'ס וועגן וועט דאס גארנישט אוועק נעמען פון די אייגענע שטוב ווירטשאפט, נאר אויב מען האט אינזין געלט, כבוד וכדומה לזה - דעמאלט ווערט אויס שטוב, עס ווערט אויס מאמע, אויס ווייב וכו' און אזוי ווייטער, אבער אויב די כוונה איז גרויס צו מאכן די נאמען פונעם אייבערשטן, לערנען כלות און יונגע ווייבלעך ווי אזוי מען לעבט א חתונה געהאטע לעבן מיטן אייבערשטן, מיט די תורה, מען האט אינזין צו העלפן כלות אויפשטעלן ערליכע דורות - איז גאר אנדערש; עס נעמט גארנישט אוועק פון די שטוב, אדרבה מען זעט א ברכה אין די צייט.


איך זע מיינע חברים טוען נישט א צענטל וואס איך טו, און קיינער פון זיי לייגט נישט שלאפן די קינדער וכו' וכו', און ברוך השם איך העלף אין שטוב יעדן טאג, איך לייג שלאפן די קינדער, איך גיס זיי אפ אינדערפרי נעגל וואסער, אויף דעם אלעס וועט מיין ווייב מעיד זיין; איי ווי איז מעגליך - מיטן טון אזויפיל זאכן, ישיבה, מוסדות, שרייבן בריוו, שרייבן ספרים, אויפנעמען מענטשן, געבן שיעורים, וכו' - אז מען זאל נאך האבן צייט אין שטוב? דער ענטפער איז - וואס שטייט פריער; אויב די כוונה איז טון פארן אייבערשטן - איז דא א ברכה אין די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#69 - זיי א חלק פון כולל, וועסטו זייער מצליח זיין
כולל, הדרכות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען צייטליך און כולל, איך ווייס עס איז דיר שווער, דו ביסט צוגעוואוינט צו האבן א סדר פון גיין שלאפן שפעט וכו'; דאך וויל איך דיר בעטן זאלסט האלטן די זמנים, קומען צייטליך און זיין א חלק פון כולל, זיין א חלק פון די חבורה.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט אדורכשמועסן מיטן ראש הכולל מיט וועם דו זאלסט לערנען און וואס דו זאלסט לערנען; זיי א חלק פון כולל, זיי א חלק פון די שיינע חבורה - וועסטו זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - נעם די וואס דאווענען פרי, צו ארבייטן אינעם מוסד
מוסדות, היטן די צייט, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ווערסטו דערשראקן אז דער מענעדזשער רופט אינדערפרי אין שטוב די באס דרייווער'ס ווייב זי זאל אויפוועקן איר מאן דעם באס דרייווער? וואס דען זאל דער מענעדזשער טון אז דער באס דרייווער שלאפט און הייבט נישט אויף דעם טעלעפאן? זאל מען לאזן די גאנצע שטעטל שטיין מיט די קינדער און ווארטן און נישט גיין אין חדר?! זייער גוט האט ער געטון.


פון היינט און ווייטער נעם נאר אינגעלייט וואס דאווענען די ערשטע מנין, זיבן אזייגער - פאר די מוסד צו ארבעטן, די וואס דאווענען שפעט די זענען נישט געמאכט צו ארבעטן אין חדר. וואס דארפסטו זיך עסן דאס געזונט יעדן אינדערפרי? וואס דארפסטו זיין דער וועקער פון די מלמדים און דרייווערס? קוק זיך אום אינדערפרי ווער עס שטייט אויף צייטליך און דאווענט די ערשטע מנין, זיבענע, אדער די צווייטע מנין - און נאר די זאלן ארבעטן אין די מוסד.


שטיי אויף אפאר מינוט פריער און גיי התבודדות צווישן די גראז, זיי זיך מתוודה, דערצייל אלעס פארן אייבערשטן - וועסטו זוכה זיין צו גוטע מלמדים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִוידוּי דְבָרִים גוֹרְמִים שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַזְמִין מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלוֹמְדִים בֶּאֱמוּנָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - א צייטליכער מלמד איז אין קלאס צען מינוט פריער
היטן די צייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


אדער נעמסטו אן דיין ארבעט ערנסט; ערנסט מיינט זיין צייטליך - קענסטו בלייבן א מלמד ביי מיר אין מוסד, אז נישט - זאלסטו זיך היינט אפזאגן.


נישטא קיין מחילה, נישטא קיין תשובה - פארן קומען טאג איין טאג אויס שפעט; דער גאנצער טאג איז מיטן פיטום אראפ, דער גאנצער טאג איז יענע טאג ווען מען הויבט אן שפעט.


שרייב מיר וואס דיין פלאן איז, אויב דו ווילסט ממשיך זיין מיט די ארבעט און זיין צייטליך, צייטליך מיינט צען מינוט איידער מען דארף אנהויבן מיט די מלמדות; איך קען דאס נישט טון צו די קינדער.

#66 - נאר אז מען איז צייטליך, קען מען מצליח זיין
כולל, עבודת השם, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גריסן אויף דיר, אז דו דאווענסט מיט יראת שמים, דאווענסט אויף איין פלאץ מיט א סידור, אן קיין שמועסן; איך בין אזוי פרייליך דאס אלעס צו הערן, אויך דערציילן מיר די כולל אינגעלייט אז דו לערנסט מיט התמדה. איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זען מיינע קינדער לערנען און דאווענען.


זע צו זיין צייטליך אין כולל, איינע פון די סודות פון מצליח זיין איז זיין מיט א סדר צייטליך. אויך זאלסטו זאגן פאר אלע אינגעלייט אז איך וויל זייער אלע זאלן זיין צייטליך, און נאר אז מען איז צייטליך – קען מען מצליח זיין.


גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, זאגט דעם יום תהלים, נאכדעם זאלסטו לערנען ח"י פרקים משניות; תהילים און משניות זאלן זיין דיינע ערשטע שיעורים.


פון דיין טאטע וואס בעט פאר דיר.

#65 - אז מען קומט צייטליך, איז דער גאנצער טאג גוט
ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר, ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי שיין דו פירסט זיך; איך האב זייער הנאה, איך פריי זיך זייער.


שטארק זיך צו קומען צייטליך, בעט דיינע עלטערן זאלן דיר אויפוועקן, אז דו זאלסט קענען זיין אין ישיבה צייטליך, ווייל זמנים איז דער יסוד אין הצלחה; אז מען קומט צייטליך, מען קומט אינדערפרי - איז דער גאנצער טאג א גוטע טאג.


גיי שלאפן צייטליך, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין צייטליך.


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - קום העלפן אין בית הדפוס
חינוך הילדים, הדפסה, סבלנות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך- יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר


די טעג וואס דו האסט נישט קיין ארבעט – זאלסטו גיין אין בית הדפוס העלפן בהתנדבות, דרוקן און פאקן פעקלעך פון די ספרים און קונטרסים. גיי נישט ליידיג, און חס ושלום גיי נישט צו די הרי חושך, קום אין אונזער בית הדפוס עוסק זיין בתיקון העולם, האבן א חלק אין מזכה זיין נשמות ישראל מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


האב סבלנות צו דיינע קינדער, שלאגן איז אסור און שרייען העלפט נישט, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל מיט סבלנות און שטארקקייט.

#63 - ווילסט שפירן טעם גן עדן? גיי פארטאגס שפאצירן מיט'ן אייבערשטן
עבודת השם, היטן די צייט, התבודדות, גן עדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לייג זיך שלאפן פרי, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס. אז מען לייגט זיך צען אזייגער שטייט מען שוין אויף פיר אזייגער, וועסט קענען גיין התבודדות און לערנען דיינע שיעורים; חומש, משניות, תיקונים.


ברודער טייערער, ווילסט שפירן טעם גן עדן? טעם עולם הבא? גיי פארטאגס שפאצירן, זיי זיך מתבודד, שעפשע תפילות צום אייבערשטן, זינג צום אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקונים תיקון ה, דף כ.): "וְאִיהוּ צִפְצוּף עוֹפִין קַדִּישִׁין", ווען א מענטש גייט התבודדות, ער רעדט צום אייבערשטן – איז ער גורם א גרויסע נחת רוח אויבן, אזוי ווי עס שטייט (בראשית כד, סג): "וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה" וכו', "זַכָּאָה אִיהוּ מָאן דְּפָגַע בָּהּ", עיין שם.


דריי אויס דיין סדר היום, דאווען מיט די ערשטע מנין. אין אנהויב וועט עס זיין אביסל שווער, אבער אז מען געוואוינט צו דעם גוף צו גיין שלאפן אין צייט און מען שטייט אויף פארטאגס, מען לערנט און מען איז זיך מתבודד – איז דער טאג א גן עדן, מען שפירט טעם עולם הבא.

#62 - גיי נישט ליידיג, טו גוטע זאכן
שטעטל, אומאן, היטן די צייט, דרך הלימוד, זומער

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען אריין אין פרשת כי תצא, מיר גייען שוין ארויס פונעם יאר שנת תשפ"ג און קומענדיגע וואך איז שוין 'כי תבוא לאומאן', מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן.


דעם זומער אין שטעטל מיט די ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט אויסגענוצט די צייט מיט תורה ותפילה. די בחורים פארן שוין אהיים די וואך, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ממשיך זיין אין שטאט ישיבה די יאר פאר נאך צוויי וואכן, פון מאנטאג כי תבוא לאומאן ביז מאנטאג ב' סליחות.


נעכטן האבן מיר געהאט א סיום הש"ס פון א קינד און אויך מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האבן מיר געהאט א סיום הש"ס; א יונג קינד פון עלף יאר האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. אלע זענען געווארן אזוי איבערגענומען צו זען ווי יונגע קינדער האבן שכל, זיי לאזן זיך נישט נארן, זיי לערנען יעדן טאג אויפן דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך בעט דיר זייער, גיי נישט ליידיג, בטל נישט קיין צייט; גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך, עס ברענגט צו ווערן א נערווען קראנקער און אויך ברענגט עס צו טון עבירות. גיי נישט ליידיג, טו גוטע זאכן; אדער לערן, אדער זיי זיך מתבודד, אדער זיי עוסק אין חסד. טראג מיט זיך שטענדיג א זעקל ספרים, א חומש'ל, א משניות'ל, א תהילים'ל און ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו גורס זיין תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#61 - מען קען נישט זיין קיין מלמד אויב מען איז אפילו נאר איין מינוט שפעט
מקוה, חינוך הילדים, חדר, היטן די צייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האבן די בחורים מיר דערציילט א מעשה פון דיר וואס האט מיך זייער באנומען, איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט מלמד ביי אונז.


זיי דערציילן אז א קינד האט איינגעמאכט אין כיתה און דו האסט עס באמערקט, און ווען דו האסט געזען אז ארום זיין טיש איז וכו' און באלד וועלן די קינדער דאס באמערקן און ער וועט ווערן פארשעמט, ביסטו אריבער מיט א קאווע און מיט חכמה אויסגעגאסן; האסט געגעבן א שריי: "אוי וויי, די קאווע האט זיך אויסגעגאסן", אזוי איז נישט מעגליך געווען צו כאפן אז דאס קינד האט דארט איינגעמאכט; איך האב געזאגט: "שכוח אייבערשטער אז מיר האבן מלמדים וואס האבן אזא הארץ, טראכטן ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף די קינדער ווען זיי מאכן טעותים".


אז דו שטייסט אויף שפעט און דו האסט א פראגע, אדער מקוה אדער גיין אין חדר? איז דער ענטפער: "דו דארפסט גיין אין חדר"; איי איך האב דיר נעכטן געזאגט אז מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז נאר אז מען גייט אין מקוה? זאג איך דיר יעצט: "אמת, מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז אז מען גייט נישט אין מקוה, און אויך קען מען נישט זיין קיין מלמד - נישט ביי אונז און אין קיין שום פלאץ אויף דער וועלט - אויב מען איז אפילו איין מינוט שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#60 - די מלמדים וואס זענען אין כיתה צייטליך, האבן הצלחה מיט ישוב הדעת
מקוה, מלמדים, חדר, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף א באס רבי, אויף יעדן באס; קינדער קענען נישט פארן אן א באס רבי, עס איז זייער וויכטיג. אויך דארפן די מלמדים אדער אנדערע אפווארטן די קינדער ביים אנקומען אין חדר און ביים אהיים גיין, קינדער טארן נישט זיין הפקר פאר אפילו איין סקונדע; סיי אויבן אין פארקינג לאט ביי די באסעס דארפן זיין מלמדים אדער אנדערע צו זען אז די קינדער קומען אראפ דעם בארג, און סיי אונטן ביים בנין דארף מען אפווארטן די קינדער.


בכלל וויל איך דיר זייער בעטן זאלסט רעדן צו די מלמדים קלארע ווערטער אז מען מוז זיין צייטליך, און אויב מען האלט נישט קיין זמנים - זאלסטו נעמען פרישע מלמדים. זאג די מלמדים: "געענדיגט מיט סטראשען, מיר דארפן נעמען די ארבעט ערנסט", און אז א מלמד פרעגט דיר וואס זאל ער טון אויב ער שטייט אויף שפעט, פון איין זייט האט דער ראש ישיבה אים געזאגט ער מוז גיין אין מקוה און פון די אנדערע זייט איז שוין שפעט...? זאלסטו אים זאגן: "געענדיגט מיט די קינדערישקייטן".


קוק גוט וועסטו זען, די מלמדים וואס זענען אין כיתה צייטליך, זיי זענען אין כיתה נאך איידער די קינדער זענען דארט - די האבן הצלחה, די דארפן נישט שרייען און נישט פארגיטיגן, אלעס גייט מיט ישוב הדעת.


איך יאג זיך זייער צו די בחורים, איך וועל נאך רעדן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#59 - גיי מיט די בחורים מזמן לזמן צו קברי צדיקים מתפלל זיין
קברי צדיקים, ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבה קטנה ירושלים


איך הער זאגן אז דער בחור ... גייט ביינאכט פארברענגען מיט ...; כלומר'יש גייען זיי צו קברי צדיקים. זאג אים ער זאל גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך, קומען אין ישיבה לערנען בהתמדה.


דו גיי מיט די בחורים מזמן לזמן צו קברי צדיקים מתפלל זיין, און אויפן וועג קענסטו מיט זיי פארברענגען וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - ביינאכט איז די צייט פון די נישט גוטע
כיבוד אב ואם, שלאפן, שידוכים, ישיבה, ראש ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


קום אין ישיבה, א שאד יעדן טאג וואס דו קומסט נישט; איך האף צום אייבערשטן צו זיין דער גוטער שליח צו זיין דיין שדכן, און ווען דו וועסט חתונה האבן - וועסטו זיך אזוי בענקען צו די יארן וואס דו האסט געקענט זיצן אין ישיבה, לערנען און הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה.


טייערער ... גיי שלאפן צייטליך. עס שטייט (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר", ווי אזוי דער נאכט איז - אזוי איז דער טאג; דריי זיך נישט ביינאכט אין גאס מיט בחורים וואס רייכערן און קוקן קליפס און ווידיאוס וכו', ביינאכט איז די צייט פון די נישט גוטע; גיי שלאפן און שטיי אויף אין צייט, קום אין ישיבה. איך ווארט אויף דיר, איך האב דיך ליב און איך האב ליב דיין טאטע, איך וויל נאר דאס גוטס ביי דיר.


זיי מכבד דיין טאטע שליט"א; דיין טאטע איז אן ערליכער איד, א צדיק, מן הסתם דו מיט דיינע געשוויסטער כאפן נישט וואס איר האט. געב אכט, זיי אים מכבד - וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים.

#57 - אז דו ביסט נישט צייטליך, קענסטו נישט זיין א מלמד
מלמדים, מוסדות, פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זיין א מלמד איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א גרויסע אחריות. איך מוז דיר זאגן, פון איין זייט בין איך זייער צופרידן פון דיין ארבעט, אבער אז דו ביסט נישט צייטליך - קענסטו נישט זיין א מלמד.


דאס איז די לעצטע מאל וואס איך פרוביר מיט דיר, אויב דו וועסט ווייטער קומען שפעט - קענסטו מער נישט זיין ביי אונז א מלמד. ווייל אז דו בארגסט געלט פון מענטשן, אדער דו גנב'עסט געלט - קענסטו פאררעכטן און באצאלן, אבער אז דו קומסט שפעט און דו לאזט די קינדער הפקר - אויף דעם איז נישטא קיין כפרה.


מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין אנדערע מוסדות, טייערע הארציגע וכו' וכו'; אבער די הפקירות פון קומען שפעט - דאס איז אויך נישטא אין ערגעץ, איך מוז יעצט אראפשטעלן א פוס און דאס פאררעכטן.


 

#56 - רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט מער אנגעצויגן
הפצה, יונגע יארן, היטן די צייט, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רייכער נישט, טו נישט די נארישקייט. ביסט א יונג קינד, א שאד פאר דיין לעבן. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב), פארוואס זאלסטו דאס טון? איך וועל רעדן צו דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, ער זאל דיך מחזק זיין אויף דעם, אז דו זאלסט נישט רייכערן.


רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט מער אנגעצויגן; אז דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, הפצה לופטערט אויס דעם מח; אנשטאט שטיין אינדרויסן פון ישיבה, פון בית המדרש און בטל'ן צייט - גיי הפצה.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.

#55 - מחזק זיין די אינגעלייט פון כולל צו קומען צייטליך
כולל, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתינו וראש הכולל היכל הקודש


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק די אינגעלייט פון כולל זיי זאלן קומען צייטליך. עס איז א שאד אז די פאר אינגעלייט ווי האברך ..., האברך ..., האברך ... - זאלן נישט זיין צייטליך. רעד מיט זיי, אפשר האבן זיי א שוועריקייט מיטן אויפשטיין, אפשר זאלן מיר שטעלן א שמש וואס זאל ארומגיין קלאפן אויף די פענסטער; ווייל נאר אז מען האלט די זמנים, מען איז צייטליך - קען מען מצליח זיין.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מחזק זיין מיין זון הרב ... צו לערנען. אם ירצה ה' זומער ציט זיך מיין איידעם ארויס אין שטעטל, איך האף דו וועסט אים אויך מחזק זיין און אים שיין אויסשלייפן.


 

#54 - מען קען נאר מצליח זיין אויב מען האלט זמנים
כולל, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט זיין צייטליך אין כולל, מען קען נאר מצליח זיין אויב מען האלט זמנים.


איך וויל נישט אראפנעמען פון דיין געהאלט, איך בעט דיר זייער קום צייטליך. די צייט צו זיין אין כולל איז אפאר מינוט פאר צען אזייגער, צען אזייגער דארף מען שוין לערנען.


איך בעט דיר זייער, זיי זיך מסדר. גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פארטאגס, דאווען פרי און גיי התבודדות; דער גאנצער טאג וועט דיר גיין אנדערש.


 

#53 - אין די יונגע יארן איז יעדן טאג מער פון א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן
בחור, הפצה, ריינקייט, פרנסה, בית המדרש, לימוד התורה, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך דאנק דיך זייער פארן העלפן אין שול, די גבאים שרייבן מיר אז דו העלפסט אין שול; עס איז זייער א גרויסע זאך צו העלפן רייניגן א שול.


בנוגע וכו'; יעצט ביסטו יונג - זאלסטו אויסנוצן דיין צייט צו לערנען און דאווענען, מאך נישט קיין ביזנעס, מאך נישט גארנישט. וועסט חתונה האבן - וועסטו דעמאלט פרעגן וואס צו טון, יעצט אין די יונגע יארן איז יעדן טאג מער ווערד פון א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן.


אז דו ביסט שוין אפגעמאטערט פון לערנען, דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, גיי פארשפרייט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן, און די געלט געב פאר די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#52 - געוואוין זיך צו נישט צו טון קיין שום זאך אן פרעגן
כיבוד אב ואם, בחור, לימוד התורה, יונגע יארן, מורה דרך, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, גיי יעדן טאג צום שיעור הלכה. דער הייליגער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


זיי קלוג, נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען. איך באצווינג טאקע נישט אלע בחורים צו גיין צום שיעור הלכה וואס מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאָר, אבער דו זיי קלוג און גיי צום שיעור, א שאד צו פארברענגען אזויפיל צייט און גארנישט טון.


אז דו וועסט לערנען פלייסיג - וועסטו מאכן א נחת פאר דיינע עלטערן. דו האסט דאך אזעלכע טייערע עלטערן, וועסטו האבן א גרויסע מצוה און דו וועסט טרעפן אן ערליכער שידוך.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן, איך וויל דאך נאר דיין גוטס. אזוי אויך טו נישט קיין שום זאך אן פרעגן. געוואוין זיך צו, פרעג יעדע זאך אין דיין לעבן, ווייל ווער עס גייט נאך דעם אייגענעם שכל - קען זיך זייער פארפלאנטערן אין לעבן, און נאר דער וואס גייט אין די וועג פון צדיקים - איז אים גוט.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#51 - א מלמד דארף האבן א שטארקע אחריות צו זיין צייטליך
מלמדים, מוסדות, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


איך האב הנאה אז דו שרייבט מיר וואס טוט זיך אין חדר אין שטעטל.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען צייטליך, און אפאר מינוט פריער. זיין א מלמד איז א גרויסע אחריות, און אז מען נעמט אראפ אפילו איין מינוט פון די צייט וואס מען דארף געבן פאר די קינדער - קען מען דאס נישט באצאלן.


דיין ברודער ר' ישראל יוסף נרו יאיר זאגט מיר, עס איז אים זייער שווער אינדערפרי אליינס ווען די מלמדים קומען נישט אין צייט. איך בעט דיר זייער, שטיי אים צו די האנט, ער זאל נישט פאלן פון די כוחות. איך האף בקרוב וועט איר האבן א גוטע מנהל, ר' מרדכי, וואס וועט ענק קענען מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - א שיינע גרוס פונעם בעל הבית וואו דו ארבעסט
רעדן, פרנסה, לימוד התורה, היטן די צייט, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב באקומען א גרוס פון דער בעל הבית וואו דו ארבעסט, ער שרייבט מיר אז ער קען זיך נישט איבערקומען פון דיין איידלקייט און דיין התמדת התורה, דו קומסט אין ארבעט מיט א זעקל ספרים, און יעדע איבריגע מינוט ביסטו שוין מיט דיינע ספרים.


אויך דיין איידלקייט; ער שרייבט אז דער גוי וואס ארבעט דארט זאגט אים אז דו ביסט אנדערש פון אנדערע, דו רעדסט נאר איידל, דו רעדסט נישט ניבול פה, און ווען איינער דערווייגט זיך צו רעדן ניבול פה – ביסטו זייער שטרענג, דו לאזט דאס נישט.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט לערנען און דאווענען און יראת שמים, כי זה כל האדם.


איך קוק זייער ארויס אויף דיר, וכו' וכו'.

#49 - אויב קענסטו נישט זיין אין צייט, קענסטו נישט זיין א מלמד
מלמדים, מוסדות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הרב ... נרו יאיר, מלמד בחדר היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל דיך דערמאנען צו זיין צייטליך. איך נעם זיך אויס מיט דיר צו זיין צייטליך, אויב קענסטו נישט זיין אין צייט - קענסטו נישט זיין ביי מיר קיין מלמד; איך בין נישט מוחל אויף דעם, און איך וויל נישט הערן קיין שום תירוץ.


אויך וויל איך דיך מחזק זיין, חס ושלום ארויסצוגיין פון כיתה אין די צייט וואס מען דארף לערנען מיט די קינדער, איבערלאזן די קינדער אויף הפקר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - וויפיל צייט גייט דיר אוועק א טאג פון קוקן נאר דאס און נאר יענץ?
חינוך הילדים, חנוכה, וויכוחים, סמארטפאון, טעלעפאן, לימוד התורה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האסטו פון טענה'ען מיט דעם און מיט יענעם? א שאד די צייט; אין די צייט קענסטו אריינכאפן א פרק משניות, א בלאט גמרא, אפאר קאפיטלעך תהילים. א שאד צו טענה'ען, א שאד ויכוחים; יענער וועט נישט טוישן זיין מיינונג פאר דיר, איז פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע טעג מיט קוקן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט?


וויפיל צייט גייט דיר אוועק א טאג פון קוקן נאר סטעטוס און נאר דאס און נאר יענץ? וויפיל צייט פארלירסטו אין א טאג, אין א וואך... דו ביסט שוין נישט קיין קינד, דו ביסט שוין דערוואקסן, לאז אפ די קינדערישע נארישע זאכן. נעם א זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר, "חֲטוֹף וְאֱכוֹל", כאפ אריין נאך תורה, "חֲטוֹף וְאִישְׁתֵּי" כאפ אריין נאך תפילה, "דְּעָלְמָא דְּאָזְלִינָן מִינֵיהּ כְּהִלּוּלָא דָּמִי" (עירובין נד.), ווייל די וועלט איז אזוי ווי א חתונה, ווער עס כאפט אריין עסן און טרינקען ביי די חתונה - דער איז זאט, און ווער עס עסט נישט - דער בלייבט הונגעריג; אזוי איז די וועלט, וואס מען כאפט אריין - דאס האט מען; אז מען לערנט יעדן טאג חומש רש"י, משנה, גמרא, וכו' - דאס בלייבט, דאס נעמט מען מיט.


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט איז שוין חנוכה; גרייט זיך אן א מנורה פאר דיר און פאר דיינע קינדער און מאך שוין פלענער מיט דיין ארבעט זיי זאלן דיר לאזן אהיים קומען צינדן די מנורה מיט דיינע קינדער. מען מוז זיין צייטליך אין שטוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע פלאנצט קדושה מיט אמונה אין זיינע קינדער. קליינע קינדער אז מען האלט זיי אויף שפעט - ווערן זיי מיד און זיי האלטן נישט מיט. אז מען איז צייטליך אין שטוב, זעקס אזייגער - דעמאלט קען מען האבן א שיינע צייט מיט די קינדער; זינגען, טאנצן און זיי דערציילן פון די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.