בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר
בית המדרש, היכל הקודש, ריינקייט, זכותים, ראש ישיבה, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב לאנגע יארן אליינס גערייניגט דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג; שפעטער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה איז מיר אביסל גרינגער געווארן, ווייל די תלמידים די בחורים האבן מיר צוגעהאלפן און עס איז שוין איבער צען יאר וואס די בחורים און אינגעלייט רייניגן דעם בית המדרש.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט רייניגן דעם בית המדרש ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן. קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס רייניגט, ער פלעגט וויינען בשעת'ן רייניגן דעם בית המדרש צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען רייניגן נשמות ישראל בזכות וואס איך בין משמש דעם הייליגן רבי'ן, בזכות וואס איך רייניג דעם שול".


טו דו אויך אזוי, נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר, און אז דו האסט נישט קיין כח אליין צו רייניגן דעם בית המדרש, נעם אפאר בחורים און אינגעלייט און אינאיינעם זאלט איר רייניגן דעם בית המדרש.


אין בית המקדש האבן די כהנים גערייניגט מיט די גרעסטע שמחה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", די כהנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון טון די עבודה פון רייניגן.


אין דעם זכות וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש, דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן - וועסטו ריין ווערן אינגאנצן פון אלעס וואס מיר דארפן פאררעכטן.

#4 - יישר כח פאר'ן צושטעלן עסן פאר די געשטראנדעטע אידן אין מאלדאווא
הכרת הטוב, ראש השנה, חסד, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... נרו יאיר, שליח חב"ד במאלדאווא.


איך וויל אייך דאנקען פון טיפעניש פון מיין הארץ פאר די גרויסע טובה וואס איר האט געטון מיט מיינע תלמידים וואס זענען געבליבן שטעקן אין לופט פעלד אין מאלדאווא; איר האט זיי געברענגט עסן, איר האט אוועק געגעבן אלע אייערע עסן וואס איר האט זיך אנגעגרייט פאר אייער יום טוב.


דערמיט האט איר מקיים געווען וואס דער אלטער רבי זאגט (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א גרויסער קעניג וואס זיצט אין א מעכטיגע פאלאץ, דעמאלט קענען נישט צוקומען צו אים פשוט'ע מענטשן, עס איז נישטא קיין וועג צוצוקומען צום קעניג, אבער ווען דער קעניג איז אין פעלד, דעמאלט קענען אלע צוקומען צום קעניג, דעמאלט שמייכלט דער קעניג צו יעדן איינעם. זאגט דער הייליגער בעל התניא, אז חודש אלול איז דער אייבערשטער אזוי ווי א קעניג אין פעלד, דעמאלט איז א צייט ווען יעדער איינער באקומט א שמייכל פונעם קעניג, אן קיין אונטערשייד ווער מען איז; דאס האט איר געטון, איר זענט געקומען אין לופט פעלד טון חסד מיט די זיבעציג מענטשן, זיי געברענגט דריי סעודות - צוויי מאל פרישטאג און נאכטמאל, איר האט זיך געטראפן מיט'ן קעניג אין פעלד, דאס וועט אייך זיין א גרויסע זכות יעצט ווען מען פארשרייבט וואס וועט זיין דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן א שנה טובה ומבורכת, איר און אייער גאנצע משפחה; איר זאלט ווייטער קענען טון גוטס.


א גמר חתימה טובה.

#3 - דיין זכות צו העלפן אנשי שלומינו אנצוקומען אויף אומאן, איז גאר גרויס
אומאן, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


נישטא קיין ווערטער וואס איך קען דיר שרייבן ווי גרויס דיין זכות איז אז דו ביסט געבליבן אין אפיס טאג און נאכט די אלע טעג צו העלפן אנשי שלומינו אנצוקומען אויף אומאן.


די אלע טיקעטס וואס מען האט געמאכט ביי דיר און אלע וואס האבן מבטל געווען זייער טיקעט און געמאכט פרישע און די אלע וואס האבן מבטל געווען א צווייטע מאל און א דריטע מאל און אזוי ווייטער - דאס אלעס בלייבט דיר א זכות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, פאר דיר און פאר דיינע דורות.


א ווארט איז א ווארט, אויב האסטו נישט באקומען די געלט פון די טיקעטס פון די ערשטע טראנספארט פון מאלדאווא וועל איך דיר באצאלן ביז'ן לעצטן פרוטה.


איך האף אז דו קומסט אין שטעטל אויף ראש השנה.

#2 - אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן אויפ'ן וואגשאל
מוסדות, ראש השנה, סקול, זכותים

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


לכבוד דעם נייעם יאר וואונטש איך אייך א זיסע ליכטיגע יאר צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר.


אייער מאן העלפט מיר זייער דורכאויס דעם גאנצן יאר, די אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן ראש השנה אויפ'ן וואגשאל און עס וועט ענק העלפן פאר א גוטע זיסע יאר.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן קומען לערנען מיט די מיידלעך; די תלמידות האבן אייך זייער ליב, זיי האבן הנאה פון דאס וואס איר לערנט מיט זיי, פראקטישע עצות פאר'ן לעבן.


איך וואונטש אייך אלע ברכות וואס איר ווארט און ווילט.


א גוט געבענטשט יאר.

#1 - דער אייבערשטער האט אייך געמאכט ניסים, און ער וועט אייך אויך ווייטער העלפן
חיזוק פאר פרויען, נסים, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס ער האט געמאכט מיט אייך, דערציילט פאר אלעמען די נס וועט דער אייבערשטער מאכן מיט אייך נאך גרויסע ניסים.


פארוואס זאלט איר זארגן און זוכן פון אונטער דער ערד זאכן פון וואס צו ווערן מבולבל? פארוואס זאלט איר טראכטן אז איר האט מער נישט קיין זכותים ווייל אלע זכותים האבן זיך אויסגענוצט יעצט ביי די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך? אפילו איר האט אויסגענוצט אלע אייערע זכותים קענט איר אין איין רגע זוכה זיין צוריק האבן אזויפיל זכותים, יעדע רגע וואס מען טראכט פונעם אייבערשטן איז ווערד מער פון די גאנצע געלט, גאלד און זילבער וואס איז דא אויף די וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יז): "יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה, מִכָּל חַיֵּי הַעוֹלָם הַבָּא", עס איז מער ווערד איין מינוט תשובה און גוטע מעשים וואס מען טוט אויף די וועלט, מער פון אלעס אויף יענע וועלט, "וְיָפָה שָׁעָה אַחַת שֶׁל קוֹרַת רוּחַ בָּעוֹלָם הַבָּא, מִכָּל חַיֵּי הָעוֹלָם הַזֶּה", און איין מינוט אויף יענע וועלט איז מער פון אלע גוטס אויף די וועלט; זעט מען אז מען קען זוכה זיין אין איין רגע, אין איין מינוט אנצוקומען צו די גרעסטע מדריגה.


שטארקט אייך און זייט אייך נישט מבלבל פון קיין שום זאך, און אז דער אייבערשטער האט אייך געראטעוועט פון אזא אומגליק, איר האט געהאט אזא אפענע נס זאלט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און דערציילן פאר אלעמען די גרויסע נס, וועט איר זען נאך ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.