בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - נוץ אויס דער גרויסן טאג, דיין יום החופה
שמחות, חתן, יום החופה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה! היינט איז דיין גרויסע טאג וואס דו גייסט אויפשטעלן דיין שטוב, נאך אפאר שעה גייסטו צו די חופה. היינט איז ביי דיר אזוי ווי "יום כיפורים", מען איז דיר מוחל אלע דיינע עבירות.


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס דעם גרויסן טאג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט, פרוביר צו ענדיגן תהילים און אז דו קענסט נישט ענדיגן גאנץ תהילים זאג וויפיל דו קענסט. אויך זאלסטו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן אז דיין גאנץ לעבן זאל זיין מיט'ן באשעפער.


זיי מיר מוחל, איך קען נישט קומען צו די חתונה; מיין ווייב תחי' איז זיך געגאנגען אפרוען פון האבן דאס קינד, איך בין אין שטוב מיט אלע קינדער. אויך איז מיין טייערער זיידע זכותו יגן עלינו, דער קארלסבורגער רב - יעצט נסתלק געווארן, איז נישט שייך איך זאל פארן קיין פלארידא צו די חתונה.


איך וואונטש דיר אלע ברכות; איך וואונטש דיר פון מיין הארץ דו זאלסט אויפשטעלן א אידישע שטוב, אן ערליכע שטוב, די שכינה הקדושה זאל רוען צווישן אייך.

#9 - מען דארף קענען די הלכות זייער קלאר
הלכה, ישיבה, חתן

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ...


מזל טוב חתן פאר דיין חתונה; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויסקומען פון דיר און דיין כלה ליכטיגע דורות, די שכינה הקדושה זאל זיין שטענדיג צווישן אייך.


דער ספר איז זייער וויכטיג צו לערנען און חזר'ן, מען דארף קענען די הלכות זייער קלאר; חס ושלום נכשל ווערן אין זיי. גיי איבער דעם ספר אן א שיעור מאל, וועסטו וויסן ווי אזוי צו פירן א אידישע שטוב.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דיר אין ישיבה, איך האף ווייטער צו זען ביי דיר נאר נחת.

#8 - קוק נישט קיין חתן כלה בילדער
שלום בית, קדושה, מאוויס, חתן, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קוק נישט קיין חתן כלה בילדער, עס איז עקלדיג ווי אזוי מענטשן פירן זיך; מען שיקט בילדער פון זיך מיט די כלה. דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א ווייב זאלסטו קוקן אויף איר, אז מען היט זיך די אויגן האט מען שלום בית.


איך בעט דיר, קוק נישט קיין חתונה קליפס פון חתן כלה; אז מען קוקט די קליפס הייבט זיך אן בויען א דמיון אין מח: 'יענער האט א בעסערע לעבן', 'יענער האט ליבשאפט', עס מאכט קאליע די שלום בית.


אזוי אויך טארן פרויען אויך נישט קוקן די קליפס, עס מאכט חרוב די לעבן.


איך שרייב דיר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל דו זאלסט האבן גוטע שלום בית.

#7 - קום מיטהאלטן די חתן שיעורים
הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


איך וויל זייער לערנען מיט דיר חתן שיעורים, קומענדיגע וואך הייבן מיר אן א שיעור פאר חתנים יעדע נאכט; איך וועל זיך פרייען אז דו וועסט קומען לערנען די הלכות.


איך בין גרייט בעזרת השם דיר ווייטער מדריך זיין פאר'ן לעבן.

#6 - אויסשווענקען דאס מויל יעדן אינדערפרי
עבודת השם, חתן, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף נקיות; מען מוז יעדן טאג אינדערפרי אויסשווענקען דאס מויל.


עס ווערט געברענגט אין הלכה (אורח חיים סימן ד, סעיף יז) מען זאל אויסשווענקען די מויל יעדן אינדערפרי - "מפני הרירים שבתוך הפה"; בפרט אז מען גייט מיט ברעיסע"ס מוז מען האבן מיט זיך א בערשטל, יעדעס מאל מען עסט עפעס דארף מען אויספיצן די ציין, אז נישט איז מען עובר אויף דעם לאו פון (ויקרא יא, מג): "אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם"; אז מען רעדט מיט אנדערע און מען האט עסן ביי די ציינער איז דאס זייער שלעכט, עס פארעקלט.


מען ווערט נישט מער עובד ה' אז מען איז נאכגעלאזט און מען ווערט נישט ווייניגער עובד ה' אז מען גייט אנגעטון ריין און מען געבט אכטונג אויף זיך.


דו גייסט חתונה האבן, זאלסטו מער אכטונג געבן די מויל זאל זיין ריין און די קליידער זאלן זיין ריין.


איך זע איך דארף דאס אויך זאגן; אזעלכע פשוט'ע זאכן ווייסט מען אויך נישט.


 

#5 - איך וויש זיך אפ מיט דעם
הפצה, הלכה, היטן די צייט, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב הגאון ... נרו יאיר.


שטארק זיך אין דיין עבודת הקודש, נוץ אויס דיינע טעג יעצט פאר דיין חתונה מיט תורה, עבודה און גמילות חסדים.


קום צייטליך אין כולל לערנען הלכה; דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט). אויך זאלסטו אנגיין מיט'ן פארלערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא פאר תלמידים, תורה וואס מען לערנט מיט תלמידים איז זייער חשוב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז.): "וּמִתַּלְמִידַי יוֹתֵר מִכֻּלָּם", ווען מען לערנט תורה מיט תלמידים ווערט דאס זייער שטארק איינגעקריצט אינעם מענטש.


פארנאכטס זאלסטו גיין הפצה - דאס איז גמילות חסדים; גיי פארשפרייטן די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות פאר אנדערע, דאס איז אונזער תיקון, דאס וואשט אפ אלע פגמים. ווער נישט דערשראקן ווען מען שרייט אויף דיר: "גיי וויש זיך אפ מיט די גליונות!!" "וויש זיך אפ מיט די ספרים!!" ווער נישט שוואך פון דעם; טראכט צו זיך: 'דאס טו איך דאך! דאס דארף איך דאך! איך דארף זיך אפוואשן און זיך אפזויבערן פון אלע מיינע עבירות; הפצה וואשט מיך אפ, הפצה ווישט מיך אפ'.


עס איז דא צייט פאר אלעס; אז מען היט די צייט איז דא צייט פאר דאווענען, פאר לערנען הלכה און גמרא, פאר דיינע שיעורים כסדרן און פאר הפצה.

#4 - דער עיקר איז נישט די חתונה נאכט, נאר דאס לעבן נאכדעם
חתונה, חתן, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע וועלט איז יעצט צעשאקלט; דער אייבערשטער שאקלט אונז אויף, עס בוזשעוועט אין די וועלט די עפידעמיע פון קאראנע, לענדער זענען פארשלאסן און אסאך חתנים גייען אריבער די צער, זיי ווייסן נישט וואס צו טון ווען זיי קענען נישט גיין צו די חתונה מיט די משפחה וכו'.


די שאלה איז אויב פאר דיר אליינס איז יא דא א וועג אריין צו גיין אין ארץ ישראל, אויב יא, און אויב דיינע עלטערן זענען מסכים דו זאלסט חתונה האבן אן זיי, זאלסטו דאס זיכער טון, ווייל עס איז זייער א הארבע זאך אפצושטופן די זמן החתונה.


פרעג דיינע עלטערן וואס זיי זאגן; לויט וויפיל איך קען דיינע עלטערן וועלן זיי זיכער מסכים זיין דו זאלסט גיין צום חתונה און אויפשטעלן א שיינע שטוב, זיי ברענגען נחת.


מיר אידן האבן חתונה ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן חתונה האבן און געהייסן מיר זאלן ברענגען קינדער; אודאי איז די נאכט פון די חתונה א פרייליכע צייט, אבער נישט דאס איז דער עיקר; דער עיקר איז אז די גאנצע לעבן וואס מען לעבט זאל מען לעבן מיט ליבשאפט און שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צום חופה בשעה טובה ומוצלחת.

#3 - נישט זיך שרייבן מעסעדזשעס צווישן חתן כלה
שידוכים, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', יבנאל.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות.


עס איז נישט די בעסטע זאך זיך צו שרייבן דורך מעסעדזשעס צווישן חתן כלה; איך לאז נישט מיינע תלמידים און תלמידות זיך שרייבן מעסעדזשעס, עס נעמט אוועק די קאפ און מח און נאך אסאך פראבלעמען.


איר קענט אפמאכן א צייט, צוויי מאל א וואך – צו רעדן מיט אייער חתן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס
שלום בית, שידוכים, חתן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע טייערע כלה ... תחי'.


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט אהבה, אחוה, שלום וריעות. דער אייבערשטער זאל רוען צווישן אייך.


בנוגע אויב חתן כלה זאלן רעדן צווישן זיך; מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן צווישן זיך, און אז די עלטערן זענען נישט מסכים דארף מען דאס מאכן מיט חכמה וד"ל.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן דאס פאלגענדע פאר אלע חתנים און כלות. די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפלאזן זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצוה איז כיבוד אב ואם?! חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה: "לאזט אפ אייערע עלטערן?" נאר דאס מיינט מען צו זאגן מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן.


א פאר-פאלק דארף וויסן: "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין וכו', אבער מישט נישט אריין די עלטערן און קרעכצט נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


 

#1 - דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב
שלום בית, סמארטפאון, פרנסה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


מזל טוב פאר דיין שוואגער, עס איז א גרויסע שמחה אז ער איז א חתן געווארן.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר אפגעזאגט צו לערנען "חתן שיעורים" מיט דיין שוואגער; איך בין נישט קיין חתן מדריך, איך האב נישט קיין צייט פאר דעם. דאס וואס איך לערן מיט מיינע תלמידים – איז עפעס אנדערש; פאר מיינע תלמידים טו איך אלעס, איך בין זיי מדריך חתונה צו האבן און אויך נאך די חתונה געב איך זיך אפ מיט זיי ווי מיט אייגענע קינדער, אבער סתם חתנים האב איך נישט די מעגליכקייט דערצו.


בנוגע דיין ווייב'ס ארבעט וכו'; אז זי וויל אפלאזן איר ארבעט ווייל זי וויל נישט זיין אויף סאושעל מידיע. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב וואס וויל לעבן בקדושה ובטהרה, זי וויל נישט האבן צוטון מיט די כלי שופכין; זאלסטו איר נישט הייסן בלייבן מיט איר ארבעט צוליב די געלט.


זיי מקפיד צו דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין – וועסטו האבן גרויס שפע.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך – אידיש, וועסטו זען ניסים ונפלאות.


דיין ראש ישיבה.