בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - קומען שבת אין שול מיט'ן שטריימל
שבת קודש, שטעטל, לבוש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, אין קרית ברסלב; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען שבת אין שול מיט'ן שטריימל. פאריגע וואך ווען איך בין געווען ביי אייך אויף שבת האב איך געזען אז דו קומסט שבת אינדערפרי אנעם שטריימל, וויל איך דיר בעטן אויב עס איז דיר נישט שווער אז דו זאלסט מקפיד זיין צו קומען אין שול – ביי אלע תפילות – מיט'ן שטריימל, בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער וואס כאפן אויף דירעקט און אומדירעקט יעדע ריר פון עלטערן, וועלן זיי שוין בכלל נישט גיין שבת מיט'ן שטריימל.


און אזוי מיט יעדע פרט ווי דו פירסט זיך, זאלסטו נישט אראפגיין א דרגה פון דיין התנהגות ביז אהער; איך האב נישט געמאכט דעם שטעטל אויף אראפ צו ווארפן פון זיך דאס חסידי'שקייט, נאר אויף צו ווערן מער חסידי'ש און אויפשטעלן ערליכע דורות.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע חברים אין שטעטל.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - דו זאלסט קיינמאל נישט ענדערן דיין חסידי'שע לבוש
שידוכים, מדות טובות, בארד און פאות, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד, הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי. אזוי אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיינע גוטע מידות, דו גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, דו העלפסט אזוי סאך און דו טוסט דאס אן טרעטן אויף אנדערע בחורים.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט קיינמאל נישט ענדערן דיין חסידי'שע לבוש; גיי נישט נאך די וואס טוישן זיך – היינט דאס און מארגן עפעס אנדערש, בלייב פעלזן פעסט מיט די חסידי'שע קליידער. געדענק וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר'ן בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיק: "מען קען בלייבן אין אינדיק אפילו מען איז אנגעטון"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "מען קען זיין א פרייליכער בחור, הנאה האבן פון אלע תענוגים אויף די וועלט און בלייבן מיט די בארד און פיאות, מיט חסידי'שע העמדער און הויזן וכו', וכו'".


בית פיגא תלמידות וועלן נאר נעמען בחורים פון ישיבה וואס ווילן אויפשטעלן א חסידי'שע שטוב, גיין אנגעטון חסידי'ש וכו', וכו'.


בקרוב וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.