בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז איינער האט געטון עבירות, איז נאכנישט יעדער ערליכער איד א מושחת
קדושה, התחזקות, קינדער, מנוולים, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט געשריבן זייער שיינע זאכן פון דיר; זי זאגט אז דו ביסט א גוטער מענטש מיט גוטע נאטורן, זי בעט מיר איך זאל דיר שרייבן אויף די ווייטאג וואס דו האסט וכו' וכו'.


באמת איז דאס איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן גייען אוועק פון די תורה; בפרט יונגע מענטשן, בחורים, ווען זיי דערזעען זיך אז די מענטשן וועמען זיי האבן שטענדיג ארויפגעקוקט, די וואס דארפן זיי לערנען תורה און מצוות - די אליינס זענען מניוולים, די זענען מענטשן וואס טוען מעשה תועבה - דאס צעשאקלט זיי, ביז זיי לאזן אלעס אפ; זיי קענען מער נישט מקבל זיין קיין יראת שמים, קיין תורה און קיין הדרכה - ווייל זיי האבן נישט קיין נאמנות אין אנדערע, ביז זיי קוקן אן יעדן ערליכער איד פאר א מניוול, פאר א מושחת.


איך בעט דיר זייער, אז דו האסט זיך יעצט דערוויסט פון דיינע געשוויסטער וואס ענקער טאטע האט געטון רחמנא לצלן, זאלסטו נישט אפלאזן און אוועק ווארפן דעם הייליגן באשעפער; פארקערט, דאס דארף דיר געבן חיזוק אז די וועלט איז נישט הפקר און ביים סוף קומט ארויס אלע שמוציגע מעשים.


מענטשן מיינען אז מען קען זיך באהאלטן, מען קען טון מעשה נבלה; אבער ביים סוף ווערט מען פארשעמט פאר אלעמען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", דער זינדיגער מענטש זאגט 'איך קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, קיינער זעט נישט וואס איך טו', וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אן יעדן איד מיט א לאנגע בארד אז דער איז א מושחת. ליידער זענען דא וואס זענען נישט געזונט, עד כדי כך אז עלטערן טוען מיט די אייגענע קינדער השם ישמרינו און עס איז שווער נאכדעם אנצוגיין מיט'ן לעבן, בפרט די קינדער וואס ווערן בא'עולה'עט - די ווערן חרוב פאר די גאנצע לעבן, אבער דאס זאגט נישט אז יעדער איד איז אזוי; חס ושלום אזוי צו זאגן און אזוי צו טראכטן.


שטארק זיך מיט אלע כוחות. געב א קוק וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה; דו האסט א ווייב וואס פארשטייט דיר, א ווייב וואס האט רחמנות אויף דיר. זי בעט מיר איך זאל דיר שרייבן חיזוק ווערטער, זי דערציילט מיט איר הארץ אלעס וואס דו ביסט אריבער, ווי שווער עס איז דיר און ווי שטארק זי וויל ווייטער האלטן די שטוב מיט דיר, אינאיינעם אויפציען די קינדער, אינאיינעם זען נחת פון די קינדער און פון די ווייטערדיגע דורות.


איך וועל דיר נאך שרייבן נאך חיזוק; עס איז יעצט ערב פסח, איך בין פארנומען העלפן אין שטוב. אויך האבן מיר געהאט א קינד למזל טוב, מיין וויייב איז היינט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.