בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - א נאמען פון א צדיק האט א גרויסער כח
שמחות, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מזל טוב פאר אייער ניי געבוירענעם אינגל! מזל טוב פאר'ן ברית! דער אייבערשטער זאל העלפן כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה, לחופה ולמעשים טובים.


ויקרא שמו בישראל אליעזר שלמה, ער האט באקומען א הייליגע נאמען, נאך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דער נאמען וואס ער טראגט זאל אים העלפן זיין א צדיק.


א נאמען פון א צדיק האט א גרויסער כח; דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (ספר נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, "שֶׁיִּהְיֶה גַם כֵּן צַדִּיק", אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, "מַחֲמַת שֶׁנִּתְעוֹרֵר הָאוֹר שֶׁל הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּעוֹלָם הָעֶלְיוֹן", דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט צוריק קומען צו די כוחות און איר זאלט קענען אויפציען אייערע קינדער מיט נחת און פרייד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - געבן א נאמען נאך א צדיק
מחלוקת, קינדער, משפחה, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! אזא נס, אזא אפענע נס האט דער אייבערשטער געמאכט מיט אייך! יעדעס מאל וואס א קינד ווערט געבוירן געזונטערהייט איז דאס א נס, כל שכן ווען די דאקטורים שרעקן אן וכו' וכו' און מען זעט ביים סוף אז זיי ווייסן גארנישט; זיי מיינען אז זיי זענען בעל הבית, זיי מיינען אז זיי זענען די וואס געבן קינדער - דעמאלט זעט מען קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, מען זעט די כח פון תפילה.


בנוגע די נאמען וכו'; אויב אייער מאן נרו יאיר וויל געבן א נאמען נאך א צדיק און אויך איר ווילט דאס, די איינציגסטע פראבלעם איז די משפחה, איר האט מורא אז מען וועט חוזק מאכן וכו' וכו' - דארפט איר נישט קוקן אויף דעם, ווייל חוזק איז נאר דער וואס איז באמת א חוזק, אבער דער וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות איז קיין חוזק נישט. ביים סוף זעט מען ווער דער חוזק איז; די אלע וואס זענען באהאפטן צו צדיקי אמת - די לעבן א חיים טובים, די זעען נחת פון זייערע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער צדיקים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט זוכה זיין צו איידעמער צדיקים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט מורא פון צדיקים, ער מאכט נישט חוזק פון צדיקים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן א צדיק, א גרויסער תלמיד חכם.


נעמטס אריין אין זיך אז איר האט אליינס א משפחה; ברידער און שוועסטערס, שוואגערס און שוועגערינס - זענען גוט פאר משפחה איידער מען האט חתונה, נאך די חתונה הייבט זיך אן א נייע געשיכטע, מען בויט א נייע משפחה; איר מיט אייער מאן זענען יעצט די משפחה און ווי לאנג איר מאכט נישט חוזק איינער פון צווייטן איז גוט.


דעריבער זאלט איר מחליט זיין וואס איז גוט פאר ענק און נישט קוקן וואס די משפחה וועט זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו מגדל זיין דעם קינד און אלע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, די ברית זאל זיין אין צייט און איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן.