בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - א שאד אפצולעבן ימים ושנים מיט פחדים
פחדים, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין פוס איז שוין פארהיילט זאלסטו צוריק אנהייבן גיין אין מקוה; דו שרייבסט מיר אז דו האסט פחדים פון מקוה, די עצה אויף איז אז דו זאלסט גיין אין מקוה ווייל דורך מקוה וועלן אלע דינים אוועק גיין, אויך איז מקוה אן עצה פאר פחדים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן יח): "שְׁלֹשׁ מֵאוֹת וְעֶשֶֹר טְבִילוֹת מְבַטְּלִין הַפַּחַד", אז מען טובל'ט זיך דריי הונדערט און צען מאל אין מקוה גייט אוועק דער פחד; מיין זון אלחנן חיים נרו יאיר האט מיר געזאגט א רמז אויף דעם, אז עס שטייט אין תהילים (עו, יב): "שַׁי לַמּוֹרָא", דא איז מרומז אז 'שַׁ"י' דריי הונדערט און צען איז מסוגל 'לַמּוֹרָא' פאר פחדים; שפעטער האב איך געזען אז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה ברענגט דעם רמז אין זיינע מראה מקומות, ער טייטשט אויס אז יובלו מיינט יטבלו, עיין שם.


דאס וואס דו ביסט אזוי שוואך, דאס קומט פון דיינע פחדים וואס בוזשעוועט אין דיר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ע.): דריי זאכן מאכן שוואך דעם מענטש, די ערשטע זאך איז פחד; דו גייסט ארום מיט אומזיסטע פחדים: 'וואס גייט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן?' פארוואס זאלסטו טראכטן און מורא האבן אז אפשר גייסטו שטארבן ווען יעדער איינער דארף דאך צום סוף שטארבן? קיינער בלייבט נישט דא בזה העולם, מיר אלע זענען צייטווייליגע געסט. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן, אז א איד איז געקומען וויינען צום רבי'ן אז זיין זון איז נישט געזונט און ער איז זייער דערשראקן פון שטארבן, האט דער רבי גערופן דעם זון און אים מחזק געווען, ער האט אים געזאגט: "וואס האסטו אזוי מורא פון שטארבן, יענע וועלט איז פיל א שענערע וועלט ווי די וועלט", און דער רבי האט אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון אוועק גיין פון דער וועלט (חיי מוהר"ן, סימן תמה).


א שאד אפצולעבן ימים ושנים מיט פחדים: 'וואס גייט זיין?' און 'וואס גייט זיין נאכדעם?' לעב מיטן יעצט; יעצט ביסטו געזונט, יעצט האסטו נחת, יעצט האסטו שלום בית, נו פארוואס זיך זארגן מיטן עתיד?! זינג זיך דעם מאמר החכם (עיין בספר פלא יועץ, ערך דאגה): "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז שוין געווען איז געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא, "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען; ווען א מענטש דאגה'ט העלפט דאס נישט פארן פראבלעם, עס מאכט נאר אז דער מענטש זאל ווערן אפגעשוואכט.


אנטלויף צו די תורה וועסטו ניצול ווערן פון אלע פחדים; פארצייל שיינע זאכן פון די פרשה וועסטו ניצול ווערן פון פחד, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן לב): "עַל יְדֵי לִמּוּד תּוֹרָה עַל הַשֻּׁלְחָן בִּשְׁעַת סְעוּדָה נִצּוֹל מִפַּחַד", אז מען לערנט בשעת'ן עסן ווערט מען געראטעוועט פון אלע פחדים.


בנוגע אריין שיקן די קינדער אין ברסלב'ע מוסדות וכו'; די עצה פאר דעם איז נאר תפילה, מען דארף מאכן אסאך תפילה - קודם פאר זיך אליינס, אז מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן און נישט זיין קיין אלטער חסיד, און אויך אסאך תפילה פאר די קינדער און אייניקלעך זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - ווי אזוי מצליח צו זיין אין געריכט
צרות, סגולות, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב גרויס צער פון די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער ה"י; מען האט דיר צוגענומען דיינע קינדער דורך אן עלילת שוא אז דו און דיין ווייב פייניגן די קינדער. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים און אלעס זאל נתהפך ווערן לטובה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי עצות, התחזקות, סימן לו): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁמִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", דו זאלסט בקרוב צוריק באקומען דיינע קינדער און זיי מגדל זיין צוזאמען מיט דיין אשת חיל תחי' לתורה לחופה ולמעשים טובים.


אז דו דארפסט זיך שטעלן פרייטאג אין געריכט און מען גייט דיר אויספרעגן און דיר חוקר ודורש זיין אויף די מסירות וכו', וועל איך דיר דערציילן א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביים הייליגן רבי'ן.


א איד אין רבינ'ס צייטן האט געמאכט א געשעפט מיט די פריצים פון וויניצע, ער האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן מעל פאר די מיליטער, למעשה איז דאס זיי נישט געפאלן, ער האט זיך פאראמפערט מיט די רעגירונג און עס האט אים געווארט א משפט פון דיני נפשות; חוץ די געלט וואס זיי האבן פארלאנגט פון אים האבן זיי אים פערזענליך געוואלט שעדיגן.


דאס איז געווען פאר דעם יום טוב שבועות האט דער איד געטראכט אז ער וועט פארן צום רבי'ן אויף שבועות וועט ער זיך קענען דורך שמועסן מיטן רבי'ן וואס צו טון; יענעם יאר, שנת תקס"ו האט דער רבי געזאגט די תורה: "הַאי גַּבְרָא דְּאָזֵל בָּעֵי אִתְּתָא וְלָא קָיָהֲבִי לֵהּ (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט)", דער איד האט זיך גוט צוגעהערט צו די תורה, און ער האט געהערט ווי דער רבי זאגט: "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט, הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט. נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד): "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים - בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם".


וואס איז די עצה מען זאל וועלן אויסהערן דעם מענטש ווען ער רעדט? זאגט דער רבי: "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער הערט מען צו וואס מען רעדט, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, אז מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען אן וואס ער זאגט, אבער אז נישט זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת, הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


הערנדיג די תורה האט דער איד געטראכט צו זיך: איין מינוט, דער רבי רעדט דאך צו מיר, דער רבי זאגט דאך: "עַל יְדֵי שְׁבַח הַצַּדִּיקִים, הַדִּבּוּר נִשְׁמַע וְנִתְקַבֵּל", אז מען לויבט די צדיקים ווערט אנגענומען וואס מען זאגט; איז ער זייער נתעורר געווארן און ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס דארף איך דאך יעצט, אז מיינע רייד זאלן ווערן אנגענומען ביי די פריצים, אזוי וועל איך געראטעוועט ווערן פון אלע צרות און נאך ארויס גיין מיט א גרויסע ריווח'.


ער האט ביי זיך אפ געמאכט אז דאס גייט ער טון; תיכף מוצאי יום טוב האט ער זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויניצע צו די פריצים, און א גאנצע וועג האט ער נאר גערעדט בשבח הצדיקים, סיי פארן בעל עגלה האט ער במשך די גאנצע וועג דערציילט פון הייליגן רבי'ן ז"ל און סיי ווען מען איז אנגעקומען קיין וויניצע האט ער פאר יעדן איינעם פארציילט פון רבי'ן, אזוי אויך דארט וואו ער איז איינגעשטאנען האט ער גערעדט בשבח הצדיקים. און פלאי פלאים, ווען ער איז אנגעקומען צו די פריצים און פארגעלייגט זיינע טענות האט מען אים אויסגעהערט און אים געגעבן גרויס כבוד, ער איז געראטעוועט געווארן פון די סכנה און איז אהיים מיט א גרויסן ריווח (קוק נאך די מעשה אין ספר פעולת הצדיק אות תקצד, די גאנצע מעשה באריכות).


דער איד איז געקומען צו פארן צום רבי'ן אויף שבועות כדי צו רעדן פריוואט מיטן רבי'ן אויף זיין צרה, למעשה איז ער אהיים געפארן אן רעדן מיטן רבי'ן ווייל ער האט פארשטאנען אז דער רבי מיינט אים ביי די תורה.


דאס זעלבע זאלסטו טון; רעד נאר פון שבח הצדיקים מיט יעדן איינעם, וועלן דיינע דיבורים האבן חן און מען וועט דיר צוריק געבן דיינע קינדער.

#4 - דורך צניעות איז מען זוכה צו גוטע קינדער
קינדער, צניעות, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע תלמיד ... וזוגתו ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט זוכה זיין צו זרע ברך השם, עס זאל מקוים ווערן אלע ברכות וואס צדיקים האבן מבטיח געווען פאר א פרוי וואס וועט גיין אנגעטון בצניעות, און אז מען איז זוכה צו ערליכע קינדער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דאס וואס מען האט מתיר געווען אז פרויען זאלן גיין מיט א שייטל דאס איז נאר כדי צו ראטעווען אידישע קינדער פון גיין מיט די אייגענע האר, דעריבער האבן צדיקים געזאגט מען זאל גיין מיט א שייטל אבי מען זאל נישט גיין מיט די אייגענע האר. אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן רב אין שטאט סאטמאר האט ער געזען ווי זייער אסאך פרויען גייען מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט, האט ער דעמאלט געזאגט אז "מען זאל ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין אויפגעדעקט מיט די אייגענע האר", אפילו בעפאר דעם האט ער זייער מקפיד געווען מען זאל בכלל נישט טראגן א שייטל.


זייער גוט טוט דיין ווייב אז זי טוט זיך אן א טיכל; אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער ענק בענטשן מיט קינדער און אייניקליך ערליכע אידן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה.

#3 - מ'טאר זיך נישט אליין פסק'ענען שאלות
סגולות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל זיך אליינס פסק'נען מראות וכו'; יעדעס מאל מען האט א שאלה דארף מען גיין פרעגן א דיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן; יעדע שאלה וואס מען האט מוז מען פרעגן אן ערליכער מורה הוראה, נאר אזוי קען מען בויען א אידישע שטוב.


דאס וואס איר שרייבט אז עס איז שווער וכו'; עס איז שווער ווען מען ווייסט נישט די חשיבות דערפון. ווען א פרוי זאל וויסן ווי חשוב זי איז אין הימל ווען זי האלט הלכות און ווען זי רייניגט זיך וכו', וואלט זי געטאנצן פאר שמחה יעדעס מאל זי גייט אריבער די טעג וכו'; ווייל ווען מען רייניגט זיך דא רייניגט מען אויבן אין הימל די נשמה, און מען איז זוכה אראפ צו ברענגען הייליגע נשמות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט צוריק באקומען אייער צייט וכו'; איך האב געהאט א מעשה יארן צוריק, איך האב געבעטן מוהרא"ש א ברכה אויף דעם וכו', האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וועל דיר שיקן א זאך וואס איז א סגולה פאר דעם, א סגולה וואס דער רבי זאגט"; נאכדעם איז מוהרא"ש געקומען קיין וויליאמסבורג צו א שמחה און מוהרא"ש האט מיר געברענגט א פלאש גרעיפ-דשוס, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "וְעַל כֵּן אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי", א סגולה ווען מען קען זיך נישט רייניגן וכו', אז מען זאל טרינקען וויין וואס אן אמת'ער צדיק האט געקוקט אויף דעם; און וואונדער איבער וואונדער אלעס איז געווארן מסודר, מיר האבן דאס נאך געהאלטן פאר א לאנגע צייט און אויך געטיילט פאר חברים. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו טרעפן אמת'ע צדיקים וואס קענען אויסהיילן אלע פראבלעמען.


שטארקט אייך מיט תפילה, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן איר וועט האבן א ישועה אין אלע אייערע וועגן.

#2 - מ'דארף אכטונג געבן אויפ'ן געזונט
צדקה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש פיר הונדערט און צוואנציג דאללער; בזכות די צדקה זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון שהיא רחמים גדולים, און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף דיין געזונט! צוקער איז נישט קיין קינדער שפיל; אז דער דאקטער זאגט דיר אז דו דארפסט אכטונג געבן אויף דיין געזונט, דארפסטו דאס נעמען ערנסט אן חכמות. איך רעד צו דיר איין מאל און נאכאמאל, און איך זע אז דו כאפסט נישט אין וואסערע סכנה דו געפונסט זיך. מיר האבן א מצוה פונעם אייבערשטן צו היטן אויפן געזונט (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם".


א איד איז געקומען צום רבי'ן מזכיר זיין איינער פון זיין משפחה וואס איז געווען זייער קראנק לא עלינו, האט דער רבי אים געזאגט ער זאל זאגן שיר השירים, וְאָמַר: "שֶׁכָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּשִׁיר הַשִּׁירִים", ווייל אלע רפואות פון דער וועלט ליגט אין שיר השירים, "וְכֵן הָיָה שֶׁתֵּכֶף הָיָה שִׁנּוּי לְהַחוֹלֶה וְחָזַר לְאֵיתָנוֹ", דער איד האט געפאלגט דעם רבי'ן און דער חולה האט געהאט א רפואה שלימה (שיחות הר"ן, סימן רמג).

#1 - נישט איבערמאכן די כתובה
חינוך הילדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט מיט דיר און דיין ווייב, ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט אייער קינד. אויב דו וועסט פאלגן וועסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער.


האסט מיר פארציילט אז דיין משפחה מוטשעט דיר זאלסט גיין צו איינער וואס ליינט כתובות וכו', ער קען זען אויף די כתובה זאכן וואס טוט זיך אין שטוב און זאכן וואס גייט געשען; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ווי וואגט זיך א מענטש צו מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, ווי שעמט זיך נישט א חסיד'ישער איד צו טרייבן שפאס פון אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער מיט זיינע צרות, מען קומט דיר זאגן בשמו אז ער זעט אויף דיר עשירות וכו' נאר קודם דארפסטו איבער מאכן דיין כתובה; ברודער אנטלויף פון דעם מענטש.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי סנהדרין, פרק ב', הלכה ו'; בבלי גיטין סח.) אז ווען שלמה המלך האט געוואלט בויען דעם בית המקדש האט ער געזוכט דעם ווארים "שמיר" וואס קען שניידן שטיינער, ער האט געשיקט זיין גענעראל בניהו בן יהוידע ער זאל כאפן "אשמדאי" דער קעניג פון די שדים, ווייל ער ווייסט וואו עס געפונט זיך דער ווארים "שמיר", בניהו האט אים געכאפט און געברענגט צו שלמה המלך. אויפן וועג זענען זיי אריבער געגאנגען א הויז פון א כישוף מאכער, אסאך מענטשן זענען געקומען צו אים ער זאל זיי זאגן וואס גייט זיין וכו', האט אשמדאי זייער שטארק געלאכט, שפעטער האט אים בניהו געפרעגט: "וואס האסטו געלאכט ווען מיר זענען פארביי געגענגען דעם מענטש וואס האט געזאגט פאר מענטשן וואס גייט זיין וכו'?" האט אים אשמדאי געזאגט: "אונטער דעם מענטש געפונט זיך א גרויסער אוצר, אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אונטער אים, ווי אזוי קען ער זאגן וואס גייט זיין..." דאס זעלבע זאג איך דיר: "די אלע וואס מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, איינער ליינט הענט, איינער ליינט דעם פנים, איינער ליינט שריפט, איינער ליינט כתובות - די קענען זיך אליינס נישט העלפן, נו ווי אזוי קענען זיי זאגן וואס גייט זיין..."


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, נישט נאר וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז דאך זיכער אז זיי קענען נישט העלפן א צווייטן.


איך בעט דיר, אנטלויף פון דעם משוגענעם; ווי קען ער דיר זאגן אז די כתובות פון הרה"צ דומ"ץ ... שליט"א איז פסול?! נעבעך אויף אידישע קינדער אז מען גלייבט יעדן נאר, יעדער טיפוש - וואס קומט מיט זיינע דמיונות מאכן געלט אויף אידישע צרות.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען שוין נישט פארנארן" - אזוי אויך האט דער רבי געזאגט – "ווער עס האט מיר טועם געווען אים קען מען מער נישט פארדרייען דעם קאפ"; ברוך השם אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס ער לערנט אונז אויס צו גלייבן אינעם אייבערשטן, ער שטופט אונז צום אייבערשטן מיר זאלן שטענדיג גיין צו אים אליין, און אים בעטן אלעס וואס מיר דארפן.


אויב מען דארף פרעגן אן עצה וכו' גייט מען נאר צו אן ערליכע איד, איינער וואס איז מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצה, סימן א): "אַל תִּשְׁאַל עֵצָה אֶלָּא מִמִּי שֶׁיּוֹדֵעַ סִתְרֵי תּוֹרָה", זאלסט נישט נעמען קיין עצה נאר פון איינער וואס ווייסט די סודות פון די תורה; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פז:): "די גאנצע תורה איז שמות פונעם אייבערשטן"; אין יעדע ווארט תורה איז באהאלטן דער אייבערשטער. איינער וואס ווייסט סתרי תורה, דער קען געבן עצות, די אלע וואס רעדן פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן, די אלע ווייסן נישט וואס טוט זיך אונטער זיי, ווי קענען זיי העלפן א צווייטן?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.