בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#38 - עס איז נישטא קיין מסורה אז מען טאר נישט ווערן בעסער
צניעות, סגולות, מחלוקת, קנאה, משפחה, מסורה, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע וואס שפעטן און זוכן אייך אראפצורייסן אז איר האט זיך אנגעטון א טיכל - די אלע זענען אייך מקנא; טיף אין הארץ ווילן זיי אויך זיין גוט, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי נישט די שטארקייט דאס צו טון, דאס מאכט זיי זאלן חוזק מאכן און זוכן ווי זיי קענען אונטעררייסן.


איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט אז איר זענט געווארן צעמישט אז איר זענט אוועק פון די מסורה; ווען א מענטש וויל צולייגן א גוטע זאך, ער וויל זיך אנטון בעסער ווי די עלטערן - איז נישט שייך צו זאגן מען גייט אוועק פון די מסורה, עס איז נישטא קיין מסורה אז מען טאר נישט ווערן בעסער, ווען מען וויל זיך אנטון מער פראסט - דעמאלט איז שייך צו זאגן אז מען גייט אוועק פון די מסורה, אז איר האט זיך אנגעטון א טיכל זענט איר נישט אוועק פון די מסורה.


ווען אייער שוועסטער הייבט אן רעדן אירע תורות פון מסורה זאלט איר זיך נישט נעמען צום הארצן, דאס איז קנאה; זי וויל אויך, און זי וועט נאך איין טאג דאס אויך טון.


בזכות אייער צניעות וועט איר האבן ליכטיגע קינדער, קינדער צדיקים.

#37 - געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט זיך אן
בחור, שידוכים, סגולות, בארד און פאות, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב מתפלל געווען פאר דיר אין מירון און אין יבנאל אז דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג.


געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט זיך אן, גיי אנגעטון איידל; דו ביסט יעצט אין די יארן פון שידוכים, ווילסט דאך זיכער אן איידעלע כלה, אן איידעלע משפחה – דארפסטו זיך אויך אנטון איידל.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען טוט זיך אן, עס איז דא אן איידעלע וועג און פארקערט פון איידל; שטעל זיך אהער שיין, וועסטו באקומען אן איידעלע כלה פון אן איידעלע משפחה.


בלייב שטאלץ מיט דיין בארד און פיאות; דיין בארד איז א דארן פאר אלע משחיתים, דאס היט דיר פון פאלן. בזכות וואס דו האסט בארד און פיאות וועסטו האבן פרנסה בריווח און ישוב הדעת.

#36 - ל"ג בעומר זאלסטו זיך שפילן מיט'ן פייל און בויגן
קינדער, ישועות, אמונה, סגולות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה; אמונה איז אזוי ווי א מאגנעט, עס ציט אלע ישועות צום מענטש.


אמונה ברענגט ישועות; ווען מען גלייבט אינעם באשעפער, מען פארלאזט זיך אויף אים – דאס מאכט די ישועה זאל קומען.


קויף זיך א פייל און בויגן; ל"ג בעומר זאלסטו זיך שפילן מיט'ן פייל און בויגן, זאלסט שיסן די פיילן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות בנים, סימן סג): "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעֹמֶר", שיסן ל"ג בעומר מיט'ן פייל און בויגן, "הִוא סְגֻלָּה לְבָנִים", דאס איז א סגולה פאר קינדער.

#35 - אין זכות פון אוועקווארפן די אינטערנעט, וועט איר זוכה זיין צו קינדער
קינדער, קדושה, סגולות, נחת, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


יעצט הער איך די גוטע נייעס אז איר ביידע, סיי ... און סיי איר האבן ביידע אפגעמאכט אוועק צו ווארפן די אינטערנעט; איר האט געמאכט די בעסטע שריט פאר אייער לעבן און פאר אייערע דורות העתידים.


אין דעם זכות וואונטש איך אייך איר זאלט שוין בקרוב נפקד ווערן בזרע של קיימא, איר זאלט זען ליכטיגע דורות.


איך ווייס אז עס וועט אייך באלד צוריק ציען אהין; ווען מען טוט א גוטע שריט מיינט נישט אז מען גייט אלץ זיין שטארק, אפשר וועט איר איין טאג טראכטן 'וואס איז אזוי שלעכט צו האבן אינטערנעט?' אפשר וועט אריינקומען די אלטע גליסטעניש, עס וועט ציען אויף צוריק; זאלט איר געדענקען אז בזכות די גוטע קבלה וועט איר זוכה זיין צו נפקד ווערן מיט קינדער, און אויב איר וועט נישט האבן אין שטוב די אלע כלים און ביי די ארבעט וועט איר האבן נאר א געפילטערטע אינטערנעט - וועט איר האבן ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - זיך גרייטן צו די שמחה מיט אמונה און בטחון
קינדער, תודה והודאה, אמונה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר געבעטן אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


שטארקט אייך, גייט מיט אמונה און בטחון; עס איז גאר אנדערש ווען מען גייט אין שפיטאל, מען גרייט זיך פאר א שמחה - ווען מען גייט מיט'ן אייבערשטן, מען ווייסט אז מען איז אין די הענט פונעם אייבערשטן; ווי ווען מען גייט אן אמונה און אן בטחון, דעמאלט איז מען מער פארלוירן און דערשראקן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) א סגולה צו האבן גרינג דאס קינד, מען זאל זאגן מזמור לתודה (תהילים, קאפיטל ק), מזמור לתודה איז א געזאנג וואס מען דאנקט דעם אייבערשטן, "לְתוֹדָה אוֹתִיּוֹת תּוֹלָדָה"; אויך די ראשי תיבות פון מ'זמור ל'תודה [מ' ל'] באטרעפט זיבעציג, דאס איז די ע' קלין וואס ווערט געברעגנט אין זוהר הקדוש (פרשת פנחס, רמט) וואס די יולדת דארף אריבערגיין קודם די הולדה.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, דאס וועט אייך געבן כח אריבער צו גיין אלעס בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, יבנאל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטופט אוועק פון אייך די שלעכטע מחשבות וואס קומען כסדר ארויף אין מח אז איר וועט נישט האבן קיין קינדער, ווייל קינדער געבט דער אייבערשטער; עס איז דא הונדערטער און טויזנטער מעשיות פון פרויען וואס דאקטורים האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט האבן קיין קינדער און מיט תפילה זענען זיי געבענטשט געווארן מיט קינדער און אייניקלעך.


דער רבי זאגט (ספר המידות תפילה, סימן כח): "עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת אֶת הַמַּזָּל", מיט תפילה קען מען איבערדרייען די מזל; אפילו אונטער'ן מזל קען מען נישט האבן קיין קינדער, אבער מיט תפילה דריידט זיך אלעס איבער.


בעטס דעם אייבערשטן אין אייער אייגענע שפראך, אז איר זאלט געהאלפן ווערן מיט קינדער. עס איז גוט צו זאגן אלע תפילות און יהי רצון'ס, אבער אייגענע תפילות - דאס איז עפעס אנדערש, דאס קומט ארויס פון טיפעניש פון הארץ, דאס גייט ארויף זייער הויך, ווייל דאס איז אמת. "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", דער אייבערשטער הערט אויס יעדער איינער וואס רופט אים, "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת", אבער נאך מער הערט דער אייבערשטער אויס די וואס רופן אים מיט אמת (תהלים קמה, יח).


דא האט איר א געבעט וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; איך דאנק דיר אז איך בין חתונה געהאט, איך דאנק דיר אויף מיין טייערער מאן, איך דאנק דיר אז איך און מיין מאן זענען ביידע געזונט.


הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר קינדער; איך וויל אזוי שטארק האבן קינדער, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף קינדער; איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי פארזארגט, ווייל עס גייען אריבער נאך טעג און וואכן און איך ווארט נאכאלץ אויף מיין ישועה, דאס מאכט מיר זייער פארזארגט. בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר, געב מיר געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועגן פון די הייליגע תורה.


העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר; בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי, בזכות דער הייליגער רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות דער הייליגער רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות דער הייליגער רבי - רבי נחמן בן פיגא מברסלב, אין זכות פון זיין תלמיד רבי נתן מברסלב און בזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב; יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי. אמן כן יהי רצון".


בנוגע די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל; מוהרא"ש האט געזאגט, ווער עס וועט זיך טובל'ן אין די מקוה - וועט געהאלפן ווערן מיט קינדער. ווייל די מקוה אין יבנאל איז געבויט געווארן מיט מסירות נפש, די מדינה של גיהנום האט נישט געגעבן קיין רשות צו בויען קיין מקוה. דארט וואוינט א רב מטעם המדינה וואס האט לאנגע יארן מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות; געזאגט האט ער אז די מקוה אין יבנאל איז כשר, למעשה איז נישט געווען קיין מי גשמים ממילא איז די מקוה בכלל נישט קיין מקוה, עס איז א וואנע. ווען דער שטראף האט געזען אז עס ווערט א גערודער האט ער אנגעפילט די אוצר מיט וואסער, געווען איז דאס אינמיטן זומער ווען עס רעגנט נישט אין ארץ ישראל. מוהרא"ש האט דאס נישט אויסגעהאלטן, האט מוהרא"ש געבויט א מקוה שטילערהייט, אזוי ווי די ערליכע אידן, די בעלי מסירות נפש האבן געטון אין רוסלאנד אונטער די קאמעניסטן, און מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט גיין אין די מקוה וועט געהאלפן ווערן, ווייל א זאך וואס מען טוט מיט מסירת נפש קען מען זען דערביי ישועות למעלה מדרך הטבע, און אזוי איז עס, צענדליגער און הונדערטער פרויען זענען שוין געהאלפן געווארן דורך די סגולה.


בנוגע אויב מען זאל נאכאמאל גיין וכו'; אדרבה ואדרבה, יעדע מאל מען טוט די סגולות איז מען זוכה אויף נאך נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - מסכת תענית הונדערט און איין מאל
שידוכים, סגולות, סיום, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


אשריך ואשרי חלקיך אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן מסכת תענית הונדערט און איין מאל; דו האסט געטון די סגולה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געזאגט, מען זאל לערנען אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, יעדן טאג, די מסכתא, אזוי אויך אין די פערציג פון די ימי השובבי"ם יעדן טאג די גאנצע מסכתא - דורכדעם וועט מען טרעפן די ריכטיגע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן שנעל און גרינג דיין שידוך און אויפשטעלן א אידישע ליכטיגע שטוב, ערליכע אידישע דורות.


ביז דיין שידוך קומט אן און נאך דיין שידוך, דיין גאנץ לעבן - זאלסטו נישט אפלאזן די הייליגע תורה; לערן ש"ס כסדרן איין מאל און נאכאמאל, דאס ברענגט דעם מענטש נאנט צום אייבערשטן. דער אייבערשטער, די תורה און דער איד - איז איין זאך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש אחרי, עג.): "קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אוֹרַיְתָא וְיִשְׂרָאֵל חַד"; נאר דורך תורה קען דער איד זיין ביים אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.

#31 - אין זכות פון צניעות, האט מען הייליגע קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די בעסטע עצה פאר אייך אז איר זאלט ליב האבן צניעות - איר זאלט בעטן אויף דעם.


בעטס כסדר די ווערטער פונעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליב האבן צניעות, איך זאל האבן א טעם אין צניעות, איך זאל וועלן גיין אנגעטון איידל".


אז איר וועט בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן אן א שיעור - וועט איר אנהייבן באקומען א טעם אין צניעות; איר וועט דאס וועלן, עס וועט מער נישט זיין געצווינגען.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די שכר פון צניעות; מען איז זוכה צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, מען איז זוכה צו מאכן א וואוינונג פאר'ן אייבערשטן.


ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען אין אינסטאנבול האט ער געזען קינדער מיט הייליגע נשמות פון תנאים, האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט אז דאס קומט פון זייערע מאמעס וואס זיי זענען זייער צניעות'דיג.

#30 - א סגולה וואס קאסט נישט קיין געלט
תודה והודאה, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן עראפלאן קיין אומאן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדער זוכט סגולות, היינט איז א וועלט מיט סגולות; יעדן טאג איז מען מפרסם אנדערע סגולות.


נעם רבי נתן'ס סגולה, א סגולה וואס קאסט נישט קיין געלט, א סגולה בחנם. רבי נתן זאגט, ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער כביכול אין הימל פאר די מלאכים: "קוקט דעם מענטש, ער דאנקט מיר און ער לויבט מיר, איך וועל אים געבן אזויפיל גוטס, אסאך מער וויפיל ער האט, אסאך מער וויפיל עס קומט אים, ער זאל מיר נאך מער דאנקען".


די סגולה איז בדוק ומנוסה.


יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה.

#29 - זאגן ביים סוף פון שמונה עשרה א פסוק פונעם נאמען
תפילה והתבודדות, סגולות

בעזרת ה' יתברך


                                 יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווערט געברענגט (ספר קיצור של"ה; אליה רבה סוף סימן קכב) א סגולה צו געדענקען די נאמען נאכ'ן פטירה, מען זאל זאגן ביים סוף פון שמונה עשרה א פסוק וואס הייבט זיך אן מיט'ן אות פונעם נאמען און ענדיגט זיך מיט די לעצטע אות פונעם נאמען.


עס זענען דא אין געוויסע פלעצער וואס די תלמידים זאגן אויך דעם פסוק אויפ'ן רבינ'ס נאמען, אזוי שטארק זענען זיי מקושר צו זייער רבי.


דיין נאמען איז פיגא, זאלסטו זאגן די פסוק (ויקרא ב, ו): "פָּתוֹת אֹתָהּ פִּתִּים וְיָצַקְתָּ עָלֶיהָ שָׁמֶן מִנְחָה הִוא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות
שלום בית, סגולות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות אין אלע ענינים; אייער קינד וועט האבן א רפואה שלימה, אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נאר וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן; אייער מאן וועט ביים סוף נאר הנאה האבן אז ער האט אן ערליכע ווייב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - עס זאל דיר נישט אנגיין אז דו קענסט נישט איינשלאפן
שלאפן, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס זאל דיר נישט אנגיין אז דו קענסט נישט איינשלאפן, דאס אליינס אז דו טראכסט א גאנצן צייט: 'איך קען נישט איינשלאפן', דו טראכסט: 'ווען גיי איך איינשלאפן?' - דאס מאכט דו זאלסט נישט קענען איינשלאפן.


ליג אין בעט; ליגן אין בעט רועט אויס דעם מענטש. אפילו דו קענסט נישט שלאפן זאלסטו ליגן אין בעט; קענסט הערן שיעורים אדער ניגונים, קענסט רעדן צום אייבערשטן, קענסט טראכטן פון שיינע זאכן; עס זאל דיר נישט אנגיין אז דו קענסט נישט שלאפן.


נעם אריין אין דיר די זאך פון תחיית המתים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שנה, חלק ב', סימן ד): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן זאל טראכטן פון תחיית המתים; טראכט ווי שיין עס וועט זיין ווען דער אייבערשטער וועט מאכן תחיית המתים, אלע מענטשן וועלן צוריק לעבעדיג ווערן.


זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן פאר דיינע עלטערן, נישט אלע קינדער האבן אזעלכע עלטערן ווי דיר, דער אייבערשטער האט דיר געגעבן זייער וואוילע עלטערן, דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - נעמט א דאקטער וואס איז אייך צום הארצן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנטריאל.


נעמט א דאקטער וואס איז אייך צום הארצן און פארשטייט זיך א דאקטער וואס וועט קומען מיט אייך אין שפיטאל.


אז דער דאקטער איז אייך נישט צום הארצן זאלט איר טוישן; עס איז זייער וויכטיג פאר א פרוי זאל זיין באקוועם מיט'ן דאקטער, עס איז גענוג די ווייטאג וואס מען האט וכו', זאל מען כאטש מיט'ן דאקטער זיין באקוועם.


זאגט אסאך נעמען פון צדיקים; עס איז דא א ספר שמות הצדיקים וואו רבי נתן האט צאמגענומען נעמען פון אלע צדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן יט): "מִי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָשׁוּב בְּעֵינָיו, יִכְתֹּב בְּסֵפֶר כָּל שְׁמוֹת הַצַּדִּיקִים וְהַתַּנָּאִים וְהַיְרֵאִים לְזִכָּרוֹן", ביי וועם דער אייבערשטער איז חשוב, זאל אפשרייבן די נעמען פון אלע צדיקים.


זאגט אסאך די נעמען, דאס איז מסוגל אויף גרויסע ישועות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִין לְהָבִיא שִׁנּוּי בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית", דורך זאגן די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


אז איר ווילט האבן גרינגע חדשים, אלעס זאל זיין גרינג - זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; ווי מער איר וועט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן אלץ גרינגער וועט אלעס אנקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - שיק מיר נאך קמיעות
סגולות, מוסדות, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שיק מיר ארויס אין שטעטל דרייסיג קמיעות; עס זענען דא אסאך קינדער אין חדר און אין סקול וואס האבן נישט קיין קמיעות. איך וויל זיי אלע געבן קמיעות זיי זאלן זיין אפגעהיטן מיט א שמירה עליונה.


איך וועל דיר באצאלן דערויף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - טון וואס דער דאקטער זאגט
קינדער, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי פרעגט מוהרא"ש אייער שאלה; זי פרעגט אויב זי זאל נעמען עפידורעל, און מוהרא"ש ענטפערט איר (שו"ת ברסלב, מכתב ה'תקמח): "אם הרופא ממליץ על זה, צריכים לעשות את זה בלי שום שאלה כלל", אויב דער דאקטער האלט אז מען זאל דאס טון זאל מען דאס טון אן קיין שום שאלה, "ובדברים כאלו צריכים לציית את הרופא", מען זאל פאלגן דעם דאקטער.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זאגן יעדן טאג נעמען פון צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, זאלט איר זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, הֶעלְף מִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אַז אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים; בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ גְרִינְגֶע לֵידָה, אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט מוּטְשֶׁען בַּיים הָאבְּן דָאס קִינְד, אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין גְרִינְג.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - סגולות געהאלפן צו ווערן מיט קינדער
קינדער, סגולות, סיפורי מעשיות, מלוה מלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברוקלין.


נעם זיך אונטער צו עסן - דו און דיין ווייב - יעדע וואך סעודת מלוה דמלכה; דאס איז א סגולה פאר קינדער.


ביי די סעודה זאלט איר לערנען צוזאמען א שיעור אין דעם רבינ'ס מעשיות - סיפורי מעשיות; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן כה): "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט אז מען ווערט נישט טראגעדיג דורך מעשיות, אבער איך זאג אז די מעשיות איז א סגולה פאר קינדער"; זאלסטו זיך יעדע וואך אוועק זעצן מיט דיין ווייב תחי', מאך א סעודת מלוה מלכה, זינג זמירות און נאכדעם זאלט איר צוזאמען לערנען סיפורי מעשיות כסדרן - וועט איר זוכה זיין צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - נעמט א חלק אינעם גרויסן זכות צו בויען דעם עירוב
קינדער, צדקה, סגולות, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו וואס האבן נאך נישט גענומען א חלק אין די צדקה פאר'ן עירוב וואס מיר בויען יעצט אין קרית ברסלב ליבערטי - צו נעמען א חלק אין דעם; עס איז א גרויסע זכות צו האבן אין א חלק אין די מצוה.


העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר קינדער, אזוי ווי עס איז ידוע די מעשה, עס איז געקומען א איד צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה פאר זרע של קיימא נאכדעם וואס ער האט לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער, האט אים דער ייטב לב געזאגט אז ער זאל מאכן דעם עירוב אין שטאט, דער איד האט מתקן געווען דעם עירוב און ער האט זוכה געווען צו זרע של קיימא.


וואס וועלן מיר מיט נעמען אויבן אויף יענע וועלט? וואס וועט בלייבן פון אלע פלאג וואס מיר פלאגן זיך? וואס וועט בלייבן פון אלע הארעוואניע? - נאר דאס ביסל צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מיט'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים טוישט מען די טבע
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, מוזיק, ספירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין אנדערע; ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר אנדערע וואלטן אלע נאר עוסק געווען אין הפצה. איך האף אז איר וועט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט, רעדן מיט פרויען און מיידלעך - ביתר שאת וביתר עוז.


בנוגע הערן מוזיק אין די ספירה טעג; עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (אשר בנחל, שו"ת ברסלב) אז מען מעג הערן מוזיק פאר זיך, בפרט אויב מען וויל בעיקר הערן די ניגוני אמונה, מען הערט 'טאנץ מיט אמונה', מען וויל די חיזוק - מעג מען הערן.


דאס וואס איר האט מורא וכו', איר דערמאנט זיך די וועג ווי אזוי איר האט געהאט דעם פאריגן קינד, ווי אזוי די דאקטורים האבן זיך באנומען מיט אייך, איר ווערט אזוי דערשראקן פון דאס וואס איר זענט דעמאלט אריבערגעגאנגען וכו'; נעמט די עצה וואס מוהרא"ש שרייבט פאר אלע פרויען וואס בעטן א ברכה צו האבן גרינג, מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


אויף די פראגעס וואס זענען נוגע פאר אייער מאן וועל איך אים שרייבן א באזונדערע בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - עצות אז דאס קינד זאל האבן צו עסן
שלום בית, סגולות, תהלים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אז דיין ווייב מוטשעט זיך מיט'ן געבן צו עסן פאר'ן קינד זאלסטו טון די עצה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים. גַּם לְאִשָּׁה שֶׁנֶּחְסַר חֲלָבָהּ", אז מען שטייט אויף פארטאגס, מען זינגט און מען לויבט דעם אייבערשטן – איז דאס א סגולה פאר קינדער און אויך א סגולה פאר א פרוי וואס האט ווייניג מילך, "גַּם לְאִשָּׁה רָעָה שֶׁהִיא כַּעֲסָנִית", אויך פאר א פרוי וואס רעגט זיך שנעל אויף.


נעם די עצה פון רבי'ן וואס איז בדוק ומנוסה, שטיי אויף פארטאגס - יעצט ווינטער ווערט שפעט טאג דארף מען נישט אויפשטיין אזוי פרי - נעם א תהלים און זאג קאפיטלעך תהלים מיט געזאנג צום אייבערשטן, דאנק אים און לויב אים אויף די נסים וואס ער טוט מיט דיר, צווישן די קאפיטלעך זאלסטו זיך מתבודד זיין, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועסטו זען ווי דיין ווייב וועט האבן גענוג און נאך מילך.


אז דו וועסט אויפשטיין פרי וועסטו שוין אויך קענען קומען צום שיעור גמרא און דאווענען מיט מנין, אזוי וועסטו אנהויבן דעם טאג ווי עס דארף צו זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב און בעט פאר דיר.


 

#19 - תפלה איז שטערקער פון די טבע
תפילה והתבודדות, סגולות, רפואה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק


מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור.


איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה.

#18 - ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן פון פחדים ביינאכט
פחדים, שלאפן, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר געפונען אז דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי), פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי, יִתְלוֹנָן. אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח-בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


דאס זאלסטו טון יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן, זאלסט ליינען קריאת שמע און אריין נעמען אין דיר אז קיינער קען דיר גארנישט טון; דער אייבערשטער היט דיר, דער אייבערשטער איז מיט דיר, וועסטו מער נישט מורא האבן פון קיינעם נישט.


פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער, און גלייך אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף זאלסטו אפגיסן נעגל וואסער וועט אוועק גיין אלע פחדים פון דיר.


בנוגע דעם נישט צניעות'דיגן בילד וואס דו האסט געזען און עס גייט דיר נישט ארויס פון קאפ וכו', מאך נישט קיין עסק דערפון וועט עס פון זיך אליינס אוועק גיין.


וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש.

#17 - סגולה קעגן "עין הרע"
סגולות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענע מיידעלע! דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל אויסוואקסן א גרויסע צדיקת, זי זאל אריין ראטן אין דעם נאמען וואס זי האט; "פיגא", נאכ'ן רבינ'ס מאמע. און עס זאל זיך ציען הייליגע דורות פון איר.


מוהרא"ש שרייבט א סגולה קעגן "עין הרע", אז מען זאל אויסגיסן זאלץ ביים אריינגאנג פון שטוב; דאס נעמט אוועק די עין הרע פון אלע מענטשן אין שטוב.


זאג פאר דיין מאן נרו יאיר, ער זאל אויסגיסן זאלץ אינדרויסן פון שטוב, סיי ביי ענק אין שטוב און סיי ביי דיין מאמע'ס שטוב, דארט וואו דו רוסט זיך אפ וכו', וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


דאנק און לויב אן אויפהער דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קומען צו דיינע כחות און האבן כח ווייטער צו העלפן אין סקול בית פיגא און מיט הפצה.

#16 - סגולות וואס זאל העלפן פאר די ווייב
חיזוק פאר פרויען, סגולות, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע וואס מען קען טון אז עס קומט אן זייער נאנט די צייט פון דיין ווייב תחי' וכו'.


נעם די עצות פון רבי'ן, קוק אין ספר המדות (אות נדה, סימן א) וואו דער רבי זאגט: "אִשָּׁה שֶׁהִיא מְרֻבָּה בְּדָמִים", א פרוי וואס האט אסאך דמים, געבט דער רבי אסאך עצות.


איינע פון די עצות – זאגט דער רבי – "גַּם בַּעְלָהּ יִלְמַד מַסֶּכֶת נִדָּה", איר מאן זאל לערנען מסכת נדה.


יעצט האלטן מיר אינמיטן מסכת נדה, זאלסט לערנען יעדן טאג א בלאט כסדרן, וועט דער אייבערשטער דיר העלפן זי וועט צוריק באקומען איר סדר וכו', זי וועט האבן דעם סדר העולם וכו'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


איר זענט ביי מיר זייער באליבט.

#15 - אז מ'פארשפרייט אמונה איז מען זוכה צו קינדער
קינדער, הפצה, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס איר העלפט אנגרייטן די פרויען צוזאמקום אין צפת, איר זעט עס זאל זיין מיט הצלחה, זאלט איר זוכה זיין בקרוב געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא, אזוי ווי עס איז באוויסט פון צדיקים אז ווער עס איז זוכה צו פארשפרייטן אמונה פאר אנדערע וועט זוכה זיין צו זרע של קיימא.


איר האט אודאי געהערט פון די סגולה פון 'מקוה מלכה', וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז יעדע פרוי וואס וועט גיין אין מקוה מלכה וועט זוכה זיין צו קינדער; זאלט איר גיין קיין יבניאל זיך אינטערעסירן וכו' וועט איר זוכה זיין צו געהאלפן ווערן בקרוב מיט קינדער.


איך ווארט צו הערן די גוטע בשורה.

#14 - געב צדקה דער סכום פון "בנים", געהאלפן צו ווערן מיט קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארק זיך באמונה פשוטה אינעם אייבערשטן; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט בקרוב זוכה זיין צו א גוטע בשורה, צו בנים זרע ברך ה'.


ווען דו בעטסט דעם אייבערשטן פאר קינדער זאלסטו געבן פאר צדקה דעם סכום פון 5.92; פינף דאללער מיט צוויי און ניינציג צענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יד) עס זענען דא תפילות וואס ווערן נישט אנגענומען נאר ווען מען געבט צדקה, דער רבי געבט א ביישפיל, למשל ווען מען בעט: "תֶּן לִי בָּנִים", זאל מען געבן דעם סכום פרוטות וויפיל עס באטרעפט "תֶּן לִי בָּנִים" – 592; און די געלט זאלסטו געבן פאר ארימעלייט אדער זאלסטו דרוקן מיט דעם ספרים פון רבי'ן, פון מוהרא"ש; וועסטו זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער.


א גרוס פון דיין מאן, איך האב זייער הנאה יעדן טאג אים צו זען קומען דאווענען אין ישיבה און לערנען.


פון ענקער ראש ישיבה און שדכן.