בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - נעם אינגעלייט פון כולל זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב
חינוך הילדים, כולל, עירוב, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב וועכנטליך מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


זע צו נעמען אינגעלייט פון כולל זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב; לערן זיי אויס די הלכות, זיי זאלן וויסן וואס צו קוקן און אלע פאטענטן ווי אזוי דער עירוב איז געמאכט וכו'.


איך האף אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג אין חדר, אלע קינדער קענען די א-ב, קיינער פאלט נישט ארויס.


כתה א' איז די וויכטיגסטע יאר פון אלע יארן; געב אכטונג אז אלע קינדער זאלן קענען ליינען ווי עס דארף צו זיין.

#3 - א קינד וואס לערנט עברי טאר נישט פארפעלן א טאג אין קלאס
חינוך הילדים, שמחות, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין אינגל! דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זיין אן ערליכער איד.


דו האסט צעטיילט דיינע קינדער, דיין טאכטער איז נישט געווען אין סקול פאר צוויי וואכן, זי איז יעצט צוריקגעקומען; די טיטשער זאגט אז זי האט פארפעלט פון ליינען, זי ווייסט נישט וואס צו טון.


אז עס פאסירט אזוינס, מען דארף צעטיילן די קינדער, דארף מען אין אכט נעמען אז די קינדער וואס לערנען ליינען זאלן טרעפן וואו צו זיין אין די שטאט וואו זיי לערנען כדי זיי זאלן נישט פארפעלן; עס איז נישט קיין חכמה צו טראגן קינדער פון שטאט צום שטעטל און פון שטעטל צום שטאט - ווען זיי לערנען עברי.


יעצט זאלסטו זיך פארבינדן מיט די סקול; זיי משלים וואס זי האט פארפעלט כדי זי זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עברי.

#2 - די יאר 'כתה א'' איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לעבן
חינוך הילדים, מלמדים, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי


איך ווארט דו זאלסט מיר רופן לכל הפחות איינמאל א וואך, איך וויל הערן א באריכט פון חדר; איך וויל זיין ביי דיר אין כתה, איך וויל מיטהאלטן ווי די קינדער לערנען.


די יאר 'כתה א'' איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לעבן, עס איז זייער א וויכטיגע יאר. דו טראגסט א ספעציעלע אחריות אז יעדע איינציגסטע קינד זאל קענען גוט די עברי, אלע זאלן קענען ליינען.


איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן פרי זאלסט זיין גוט אויסגערוט, גוט מוטיג, רואיג און געלאסן. עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד", א מלמד דארף שלאפן גוט; א מלמד קען נישט גיין און קומען ביינאכט דא און דארט, מען דארף זיין גוט אויסגערוט צו די קינדער.


אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל התבודדות, וועט דיר די גאנצע טאג גיין אנדערש.

#1 - מאך א תהלים סיום פאר דיין קינד, ווי אזוי אויסצולערנען עברי
חינוך הילדים, תהלים, סיום, סיום הש"ס, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר מאכן א סיום פאר אייער קינד וואס האט געענדיגט תהילים; דאס וועט אויפבויען זיין חשק און רצון ווייטער צו זאגן תהילים. עס האט נישט צו טון צי ער האט ארויסגעזאגט יעדעס ווארט אדער נישט, צי ער האט געזאגט דעם גאנצן תהילים אדער אויסגעלאזט וכו', דער סיום וועט אים אויפבויען ער זאל באקומען זעלבסטזיכערקייט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אמאל האט פאסירט ביים גאון רבי חיים וואלאזשינער זכרונו לברכה, ער האט געהאלטן אינמיטן לערנען און עס איז אריינגעקומען א פשוט'ער איד - א געשעפטסמאן, און רבי חיים האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים מלא קומתו! שפעטער האבן די תלמידים אים געפרעגט היתכן ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר א פשוט'ע איד, עס איז דאך נישט קיין כבוד התורה, האט ער זיי געענטפערט אז דער איד האט שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס, האבן זיך די תלמידים צולאכט... ווי געזאגט 'וואס האט שוין זיין ש"ס בכלל א חשיבות, ער איז דאך בכלל נישט קיין למדן בכלל', האט זיי רבי חיים געזאגט: "לאכט נישט! איר ווייסט דאך אז עס איז דא אן אלטע ש"ס 'דפוס זאלצבאך' וואס איז פול מיט טעותים, עס פעלט גאנצע שירות גמרא; שפעטער האט מען געדרוקט א נייע ש"ס 'דפוס אמסטערדאם' וואו מען האט פארראכטן אלע גרייזן און אלעס וואס פעלט, מען האט אויך צוגעלייגט הגהות פון גדולים; מען קען נישט זאגן אויף ש"ס זאלצבאך אז דאס איז נישט קיין ש"ס, עס איז זיכער א ש"ס, נאר א ש"ס מיט גרייזן, אזוי אויך איז מיט דעם פשוט'ן איד, ער האט געענדיגט ש"ס, נאר וואס דען? עס האט טעותים, ער פארשטייט נישט אלעס - איז ער נישט ערגער פון ש"ס זאלצבאך".


זאלט איר זיכער מאכן אן עסק פון אייער זון וואס גייט ענדיגן תהלים וואס ער האט געזאגט מיט גרייזן און חסירות, דאס וועט אים אויפבויען א חשק צו גיין ווייטער.


אויף די צווייטע פראגע, ווי אזוי מען קען אים פאררעכטן ער זאל זיך אויסלערנען גוט עברי; מאכט א פראגראם ער זאל וועלן זאגן עברי. עס זענען דא ספעציעלע ספרים אויסצולערנען קינדער זאגן עברי; מאכט דאס פריוואט כדי ער זאל נישט פארשעמט ווערן. אויך ווען איר טייטלט אויפ'ן ווארט און ער זאגט נישט גוט דארפט איר נישט זאגן: "נישט גוט", נאר בלייבט מיט'ן פינגער אויפ'ן ווארט וועט ער וויסן אז ער דארף טראכטן און צולייגן קאפ צו וואס ער זאגט, אז ער זאל ארויסזאגן גוט דאס ווארט. און ווען ער זאגט גוט דאס ווארט זאלט איר אים זאגן הויך מיט א שמייכל: "א מחיה!" און אז ער הייבט אן א ווארט האלבוועגס גוט און אינמיטן לויפט ער צום קומענדיגן ווארט און זאגט נישט גוט, זאלט איר איבערזאגן די חלק ווארט וואס ער האט גוט געזאגט און בלייבן שטיל, וועט ער פארשטיין אז ער דארף דאס איבערזאגן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזונדער אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.